חזרת הדפים - מסכת יבמות אויף אידיש

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

חזרת הדפים - מסכת יבמות אויף אידיש

תגובהדורך שלך לחמך » דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:29 am

בס״ד
זאגט די הייליגע משנה
עס איז דא פיפצען מינע פרויען מיט וואס ראובן א ברידער פון איין טאטע מיט שמעון, קען חתונה האבן און די פרוי זאל זיין א איסור ערוה מדאורייתא פאר שמעון. און אויב ראובן האט חתונה געהאט מיט איינע פון די פרויען, און נאכדעם איז ער געשטארבען אן א קינדער, איז נישט דא די מצוה פון יבום פאר שמעון, ווייל די פרוי איז דאך אסור פאר אים, איז די צרה פון די פרוי דאס מיינט די אנדערע ווייב פון ראובן אויך פטור פון יבום ווייל זי הייסט א צרת ערוה. און אויב עס איז דא נאך א ברידער לוי וואס ער איז געגאנגען און געמאכט יבום מיט די צרה און ער אליין האט אויך נאך א ווייב, און נאכדעם איז לוי אויך געשטארבען אן א קינדער זענען זיינע צוויי פרויען אויך פטור פון יבום אפילו זיי ביידע האבן נישט קיין שום ערוה צי שמעון, וויבאלד איין פרוי איז געווען א צרת ערוה ווען זי איז געפאלן צי יבום די לעצטע מאל, איז זי אסור/פטור און די אנדער פרוי איז אויך אסור ווייל זי הייסט א צרת צרה.
די משנה זאגט אבער קלאר אז די ערוה מיז האבן חתונה געהאט מיט די ברידער בשעת׳ן שטארבען, און נאר דעמאלט איז די צרה פטור, משא״כ אויב איז זי נאר ״געווען״ חתונה געהאט מיט די ברידער, איז די צרה מחיוב ביובם.

פרעגט די גמרא
אויף וואס׳ערע סדר האט די משנה אויסגערעכנט די פיפצען עריות, אויב וויאזוי איך לערן ארויס אז מען טאר נישט מאכן יבום אויף א ערוה דעמאלט וואלט מען ווען געדארפט אנפאנגען מיט אחות אשתו, אויב אויף די הארבקייט פון די שטראף וואלט מען ווען געדארפט אנהייבן מיט חמותו ווייל די שטראף פון שריפה ווייס איך פון איר, און אויב גיי איך מיט חביבא און די תנא גלייכט בעסער אזאך וואס קימט פון א לימוד, און בתו מאניסתו קימט פון א לימוד, דעמאלט זאל ער שרייבן אחות אשתו די לעצטע, און זאג מיר נישט אז ווייל ער רעדט שוין פון ברידערשאפט רעדט ער שוין פון דעם אויך, ווייל אויף דעם ארויף וואלט ער געקענט שרייבן די גאנצע סעט פון ברידערשאפט צום סוף. פירט די גמרא אויס אז די ריכטיגע סיבה איז אז ער גייט און די רייע פון נאנטקייט צים מיבם. און סוף משנה וואלט טאקע געדארפט שטיין כלתו פאר אשת אביו שלא היה בעולמו, נאר וויבאלד ער רעדט שוין פון ברידערשאפט שרייבט ער שוין די איסור אויך.

די משנה זאגט פוטרות צרתיהן וצרות צרותיהן מן החליצה ומן היבום. פרעגט די גמרא שרייב פשוט חמש עשרה נשים אוסרות צרתיהן, איז די גמרא מסביר אז אויב עס שטייט ווען נאר אוסרות און די משנה וואלט איך געמיינט אז מען מעג חליצה און מאכן חליצה איז א פראבלעם ווייל אם אתה אומר חולצת מתיבמת. און שרייבן נאר פוטרות מן היבום האב איך ווייטער די זעלבע פראבלעם, און די גמרא פירט אויס אז די משנה שרייבט ביידע און אויף דעם סדר צי ווייזען אז די הלכה איז ווי אבא שאול אז חליצה קימט פאר יבום.

אנפאנג משנה שטייט חמש עשרה און נאך אלע ערוה׳ס שטייט הרי אלו, פרעגט די גמרא וואס איז דעס ממעט, ענטפערט די גמרא עס איז דא פיר מינע פרויען וואס עס קען זיין אז זייערע צרות איז די משנה ממעט. סוטה, אילונת וואס מהאט געוויסט, ממאנת ממיבם, און א מחזיר גרושתו.

פון ווי ווייס איך אז א צרה איז אסור במקום יבום? ווייל ביי יבום שטייט יבמה יבוא עליה, און ביי אחות אשה שטייט לא תקח לצרור לגלות ערותה עליה בחיה, זאג איך אז דעס וואס עס איז א מצוה ביי יבום איז אסור ביי אחות אשה, און די צרה ווייס איך פון לצרור, און צרת צרה ווייל עס וואלט געקענט שטיין צרור. אנדערע ערוה׳ס ווייס איך ווייל פינקט ווי אחות אשה איז א ערוה און זדונה כרת ושגגתו חטאת און זי איז אסור ליבם אף כל שהיא ערוה וזדונו כרת ושגגתו חטאת איז אסור ליבם און פינקט ווי ביי דעם צרתה אסורה אזוי אויך ביי אלע אנדערע ערוה׳ס איז צרתה אסורה. אבער אויב די ערוה איז חתונה געהאט מיט א מאן וואס איז נישט מיין ברידער פון איין טאטע איז נישט דא קיין שום פראבלעם חתונה צי האבן מיט איר צרה ווייל פון אחות אשה זע איך אז דוקא אז דוקא א פאל ווי עס איז שייך יבום איז אסור אבער ווען נישט נישט. און די עונש כרת ווייס איך פון כי כל אשר יעשה מכל התועבות ונכרתו, און דעס מיינט אלע ערוה׳ס וואס ווערט דארט אויסגערעכנט.

די גמרא פרעגט פארוואס מען דארף האבן א פסוק אז עס איז נישט דא די מצוה פון יבום ביי א ערוה, פארוואס זאל איך טראכטען אז עס איז יא דא עס איז דאך א לא תעשה שיש בו כרת און א עשה איז נישט דוחה א לא תעשה שיש בו כרת די גמרא גייט יעצט אריין באריכות און די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט