מעמד סיום סדר מועד במסגרת חבורת תורתך שעשועי

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מעמד סיום סדר מועד במסגרת חבורת תורתך שעשועי

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש אפריל 09, 2016 10:01 pm

א גוטע וואך,

די געפילן און די געמיטער זענען שוין גאר דערהויבן, אט חזר'ט מען שוין פעסט די אונטערשטע ניינצן בלאט פון סדר מועד, אט גייט מען מארגן ברוב עם לערנען ברציפות און זיך שטעלן צו די שפעטסטע בחינה פון סדר מועד, און אט גייט מען אריינשפרינגען אין מסכת יבמות וסדר נשים, נאך א מאסיווען מעמד הסיום ווהתחלה אין די קווינסער זאלן, מארגן נאכט יום א' לס' וזאת תהי' תורת, ב' ניסן תשע"ו לפ"ק.

פאר ווער עס האלט מיט די חבורה פון אנהויב, און אפי' די וואס זענען אויפגעשטיגן אויפן ש"ס צוג אין איינע פון די עטליכע שטאנציעס דורכויס סדר מועד, איז דער טאג א הייליגער און די מאמענטן דערהויבענע, די מתיקות התורה הנחמדים מזהב ומפז רב, די נועם שיח סוד שרפי קודש, ווערטער פון אונזערע הייליגע תנאים ואמוראים, מיט די פירושים פון רבותינו הראשונים והאחרונים מאורי הגולה, וואס איז נבלע געווארן באברינו דורכאויס די לעצטע פאר יאר, ברענגט אריין דעם מענטש אין א וועלט פון רוחניות, א וועלט פון העכערקייט, דער מענטש איז אן אנדערער ביים סיום ווי ביי די התחלה, ועל כל זאת אנחנו מודים ומשבחים ומפארים.

מזל טוב פאר אלע מסיימים און מזל טוב פאר אלע מתחילים סדר נשים, חדשים וגם ישנים, עס איז קיינמאל צו שפעט, חכמת נשים בנתה ביתה, אמור לחכמה אחותי את, והני נשי במאי קאזכיין, כולנו כאחד יחד וועלן מיר לערנען און חזר'ן און זיך פארהערן, בלאט נאך בלאט, פרק נאך פרק, מסכתא נאך מסכתא, ונזכה ביחד ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, באנפין נהירין מתוך שמחה וחדוה עילאה, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

ובזכות התורה נזכה לראות בישועתן של ישראל, בחודש אשר ישועות בו מקיפות,ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים אשר יגיע דמם על קיר מזבחך לרצון, בביאת בן דוד גואלינו אמן.

cha cha
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 21, 2012 2:10 pm

תגובהדורך cha cha » מאנטאג אפריל 11, 2016 2:28 am

Sorry for the English, don't have a Hebrew keyword, and it obviously can't wait for tomorrow..

Just came home from the Siyem and I'm seating here and crying..
Me?? Did I just accomplished that?? Have I really learned 6 hours retzifes the 1st time in my life?? Have I just made a siyem on 600 dafim gemura??

I'm not emotional because the music was nice or because the food was good, I didn't even had the chance to dance that long, but i'm crying for simche!!

'Burich Shanusan luni toras amas, V'chayi olam nuta besuchaiyni'!!

I had the zchiya to learn and take the Bechina's for the lest 2 1/2 years, I figured out that I have extra 15 hours a week that I can use for limid hatora, and had the zechya to find out that this is where happiness is, this is where simches hachaim is, this is where nuntkiet tzim bashafar is!

Sorry for writing in English, I know it might be frustrating, just had to share my feelings.

Tami irai Ki toiv!!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 11, 2016 2:35 pm

אשריכם אשריכם תלמידי חכמים!

איך בין ענק אלע שטארק מקנא, און איך פריי זיך מיט מיט ענקער שמחה, מיר האפן אז ס'זאל ווערן א "קנאת סופרים תרבה חכמה" און מ'וועט זיך נעמן לערנען.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אפריל 11, 2016 2:56 pm

נא_שכל האט געשריבן:אשריכם אשריכם תלמידי חכמים!

איך בין ענק אלע שטארק מקנא, און איך פריי זיך מיט מיט ענקער שמחה, מיר האפן אז ס'זאל ווערן א "קנאת סופרים תרבה חכמה" און מ'וועט זיך נעמן לערנען.


דער רבי מהר"א שליט"א האט נעכטן געזאגט אז אלע וואס זענען מקנא דארפן נישט בלייבן ביים מקנא זיין נאר קענען תיכף אנהייבן סדר נשים.

-

מזל טוב אלע לומדים ומסיימים. זאל הקב"ה ענק אלע געבן נאך און נאך און נאך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:23 pm

גאר א שיינע מעמד געוועזן. פול מיט חיזוק פאר די פרישע מסכת, און פול מיט שבח והודיה צו הקב"ה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:01 pm

פארדעם אליינס לוינט זיך שוין צו לערנען, זיצן מיט 'מיללער' 'שמעלקא' און 'שמאטע' און דערנאך cha cha אויף איין טיש...
אפשר מאך מיר א דיעל נעקעסטע סיום זיץ איך אויף ענקר טיש?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:16 pm

וואס איז זעכער איז זעכער, שפרינג אריין, זאגט די הייליגע משנה.
עס איז דא א איסור צי חתונה האבן מיט א ברידער'ס ווייב, אפילו לאחר מיתה. די איינציגע מאל וואס עס איז מותר און אויך א מצוה איז ווען די ברידער שטארבט אן א קינדער, און די מצוה איז אויך נאר מתיר די איסור פון אשת אח, אבער אויב איז די פרוי אסור אויף אים פאר סיי וואספארא אנדערע איסור, דעמאלט בלייבט די פרוי אסור.
יעצט פאנג אן די משנה און האב הנאה.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:20 pm

שלך לחמך האט געשריבן:וואס איז זעכער איז זעכער, שפרינג אריין, זאגט די הייליגע משנה.
עס איז דא א איסור צי חתונה האבן מיט א ברידער'ס ווייב, אפילו לאחר מיתה. די איינציגע מאל וואס עס איז מותר און אויך א מצוה איז ווען די ברידער שטארבט אן א קינדער, און די מצוה איז אויך נאר מתיר די איסור פון אשת אח, אבער אויב איז די פרוי אסור אויף אים פאר סיי וואספארא אנדערע איסור, דעמאלט בלייבט די פרוי אסור.
יעצט פאנג אן די משנה און האב הנאה.

און די מצוה איז אויך נאר ביי ברודער'ס פון איין טאטע, און נאר אויב די ברודער (הצריך לייבם) איז שוין געווען געבוירן פאר די אנדערע ברודער (וועמענ'ס ווייב איז זקוק ליבום) איז אוועק.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:39 pm

שמאטע האט געשריבן:גאר א שיינע מעמד געוועזן. פול מיט חיזוק פאר די פרישע מסכת, און פול מיט שבח והודיה צו הקב"ה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

כ׳האב געהערט אויפן טעלעפאן וואס הר״ר צבי מאיר זילבערבערג שליט״א האט געזאגט ביים סיום אין ירושלים עיה״ק.
אז די השפעות און די אורות וואס קומען אראפ פון אזא געוואלדיגע געוואלדיגע מעמד פון א סיום דאס טוט ארויסהעלפן אז מ׳זאל ווייטער קענען לערנען און ווייטער ענדיגען.

מזל טוב צו אלע מסיימים, כה לחי.
דער אייבערשטער זאל העלפן ביי מיר אויף שמחות...
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 11, 2016 5:36 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אשריכם אשריכם תלמידי חכמים!

איך בין ענק אלע שטארק מקנא, און איך פריי זיך מיט מיט ענקער שמחה, מיר האפן אז ס'זאל ווערן א "קנאת סופרים תרבה חכמה" און מ'וועט זיך נעמן לערנען.


דער רבי מהר"א שליט"א האט נעכטן געזאגט אז אלע וואס זענען מקנא דארפן נישט בלייבן ביים מקנא זיין נאר קענען תיכף אנהייבן סדר נשים.

-

מזל טוב אלע לומדים ומסיימים. זאל הקב"ה ענק אלע געבן נאך און נאך און נאך.

ר' אפרים וואקסמאן'ס דרשה איז געווען עפעס געוואלדיג, איך הער איך אסאך, ועכ"ז האט מיר זיין דרשה גאר שטארק באנומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 11, 2016 5:51 pm

א ידיד מיינער שיקט מיר היינט א חלק פון הרב וואקסמנ׳ס דרשה און איך ממש צעדרייט געווארן פון אים, וואף האט ער געמאכט א דזשאב, די מימרא פון חז״ל אין עירובין נ״ד:
באהבתה תשגה תמיד כגון רבי אליעזר בן פדת אמרו עליו על רבי אליעזר שהיה יושב ועוסק בתורה בשוק התחתון של ציפורי וסדינו מוטל בשוק העליון של ציפורי.
פרעגט ער, איז די מעשה פון הלל הזקן ליגנדיג אונטער א בארג שניי ביים אויסהערן דאס לערנען פון שמעיה ואבטליון נישט אזוי שטארק? צי די עובדא פון רב אז ער איז געווען אין א רפת בקר פאר 18 חדשים צו וויסן די חילוקים צווישן א מופ קבוע און א מום עובר?

נאר ענטפערט ער מיט זיין דונערדיגע שטימע אז דאס איז געווען ״בשוק״ און דארט האט ער געלערנט. ממילא איז דאס די גרויס חשיבות, ארויסהייבנדיג ארבעטס אידן וועלכע ארבעטן אין די שמוציגע שוק אין מאנהעטן, און דאך לערנען זיי און פארהערן זיך!

אנדערע דרשנים האב איך נישט געהערט, ממילא ווייס איך נישט נאכצוזאגן זייערע מאמרים, וואקסמנ׳ס דרשה איז עפעס א יחיד במינו.

ביטע ארויפשטעלן ווער ס׳האט די גאנצע.

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

סיום סדר מועד אין תורתך שעשועי

תגובהדורך געראטעוועט » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:56 pm

proud user of
Geder

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 12, 2016 4:01 pm

געראטעוועט האט געשריבן:ריקארדינג
https://www.dropbox.com/sh/dtva7a65saz9 ... ue-9a?dl=0

יישר כח

הגר"א וואקסמאנ'ס דרשה איז אויף טרעק 15:
https://www.dropbox.com/sh/dtva7a65saz9 ... 5.mp3?dl=0

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אפריל 12, 2016 4:32 pm

א פאוערפול דרשה פון רב וואקסמאן שליט״א, עז יוזשעל.

לוינט זיך צי הערן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך אפריל 13, 2016 5:35 pm

דרשת הרב וואקסמאן שליט"א ראוי לחזור ולשמוע ולהתרענן מפעם לפעם.

בקוטב דבריו ממש [ואולי אף ציטוטים ממשיים] דרש רבי שמשון פינקוס ז"ל, במאמריו לחנוכה, מאמר "תורתך שעשועי".
לרגל היארצייט בשבוע הבא, י"ב ניסן, הנני מביא המאמר בשלימות, וישמע חכם ויוסיף לקח.
ראה מעמ' קנ"ה והלאה.
צוגעלייגטע
נפש שמשון - תורתך שעשועי.pdf
וואקסמאן-פינקוס
(241.94 KiB) דאונלאודעד 289 מאל
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט