חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' ביצה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' ביצה

תגובהדורך yahoo » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:01 am

וואו זעט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז מ'טאר נישט זיין טרויעריג אין ראש השנה?

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:14 pm

yahoo האט געשריבן:וואו זעט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז מ'טאר נישט זיין טרויעריג אין ראש השנה?

דער פסוק וואס די גמ' ברענגט לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים כו' כי קדוש היום לאדנינו "ואל תעצבו" כי חדות ה' היא מעזכם, איז געווען ראש השנה.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:31 pm

ישמחו האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:וואו זעט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז מ'טאר נישט זיין טרויעריג אין ראש השנה?

דער פסוק וואס די גמ' ברענגט לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים כו' כי קדוש היום לאדנינו "ואל תעצבו" כי חדות ה' היא מעזכם, איז געווען ראש השנה.


גאנץ גוט.. ניטאמאל געטראכט דערפון. איך האב געמיינט די גמרא אויף דף טז: מיט די בלינדער וואס האט פארגעסן צו מאכן אן עירוב תבשילין ראש השנה האט אים שמואל געפרעגט אמאי עציבת זעט מען דאך אז סתם אזוי האט נישט קיין פשט צו זיין טרויעריג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:49 am

וואו זעהט מען אין די בלעטער במס' ביצה דער ענין אז א זון איז ממלא מקום אביו ברבנות?

און אז מ'רעדט שוין וואו האבן מיר דאס געהאט במס' סוכה?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:25 am

מיללער האט געשריבן:וואו זעהט מען אין די בלעטער במס' ביצה דער ענין אז א זון איז ממלא מקום אביו ברבנות?

און אז מ'רעדט שוין וואו האבן מיר דאס געהאט במס' סוכה?


אין מס' סוכה געדענק איך ביי די גמרא פון מחיצה תלוי' אז מ'האט מתיר געווען א מחיצה תלוי' ביי שבת אין ציפורי נישט לויט ר' יוסי נאר דורך זיין זון (כ'דענק נישט קלאר די לשון הגמרא אויסענווייניג)

דא אין ביצה ווייס איך נישט. דארף מען נאך חזר'ן זעט אויס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:04 pm

yahoo האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וואו זעהט מען אין די בלעטער במס' ביצה דער ענין אז א זון איז ממלא מקום אביו ברבנות?

און אז מ'רעדט שוין וואו האבן מיר דאס געהאט במס' סוכה?


אין מס' סוכה געדענק איך ביי די גמרא פון מחיצה תלוי' אז מ'האט מתיר געווען א מחיצה תלוי' ביי שבת אין ציפורי נישט לויט ר' יוסי נאר דורך זיין זון (כ'דענק נישט קלאר די לשון הגמרא אויסענווייניג)

דא אין ביצה ווייס איך נישט. דארף מען נאך חזר'ן זעט אויס.


ריכטיג, ר' ישמעאל ברבי יוסי האט ממלא מקום געווען זיין פאטער רבי יוסי אלס מרא דאתרא אין די שטאט ציפורי, און בימיו האט פאסירט די מעשה מיט א ספר תורה וואס מ'האט געטראגן ע"י מחיצות תליות.

דא אין ביצה דף טז: דערציילט די גמרא אז "אבוה דשמואל" האט געמאכט אן עירוב תבשילין און אינזינען געהאט דערמיט מוציא צו זיין די גאנצע שטאט, און שפעטער דערציילט די גמ' די מעשה מיט ההוא סמיא וואס האט געהאט מיט "שמואל" לגיב זיך פארלאזן אויף זיין עירוב תבשילין. הייסט דאס אז שמואל האט ממלא מקום געווען זיין פאטער אבא בר אבא באקאנט אלס אבוה דשמואל אלס מרא דאתרא אין נהרדעא.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 11:07 am

אן אינטערסאנטע אויסדרוק איז דא אין קרבן נתנאל אויף די גמרא דף כב: מהו לעשן, אז מ'רעדט שוין פון לעשן שרייבט ער
ולא אוכל להתאפק מלהעלות על הספר מרבה המכשלה בישראל שתיית טובאק ביו"ט שמזלזלין באיסור מלקות הבערה שלא לצורך

און ער איז מאריך אביסעל אין די איסורים וואס איז פארבינדען דערמיט און ער פירט דארט אויס
וטוב להם עיני העדה שימנעו יום או יומים לכבוד השם ותורתו אף שיש להם קצת היתר ע"פ ש"ס היצר הרע


נו, טאמער וויל מען קען מען טרעפן היתרים אין די יצר הרע'ס ש"ס

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:23 pm

וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?


(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:35 pm

yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?

ראב״רש ורשב״א חולקים בנדרים ונדבות אי קרבים ביו״ט.
רבי יוסי ורבי יוסי ברבי יהודה פליגי במאי ב״ש וב״ה פליגי, אי בתיכף לסמיכה שליטה או בסמיכה עצמה.

(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)
לעצט פאראכטן דורך נאטרוליסט אום זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:37 pm

yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?


(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)

ראב"ש ורשב"א - דף יט ע"א וע"ב

דארט איז מער אינטערעסאנט שראב"ש חולק על אביו רשב"י

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:40 pm

לגבי וויפיל זאכן איז דא שאלה פון גורר זיין שמנונית מעל הסכין אין היצטיגע דפים ממס' ביצה?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:41 pm

מיללער האט געשריבן:לגבי וויפיל זאכן איז דא שאלה פון גורר זיין שמנונית מעל הסכין אין היצטיגע דפים ממס' ביצה?


לגבי השחזת סכין או להעבירה, או לגבי עירוב תבשילין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:43 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לגבי וויפיל זאכן איז דא שאלה פון גורר זיין שמנונית מעל הסכין אין היצטיגע דפים ממס' ביצה?


לגבי השחזת סכין או להעבירה, או לגבי עירוב תבשילין.

ריכטיג, דף טז ודף כח

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 18, 2015 3:43 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?

ראב״רש ורשב״א חולקים בנדרים ונדבות אי קרבים ביו״ט.
רבי יוסי ורבי יוסי ברבי יהודה פליגי במאי ב״ש וב״ה פליגי, אי בתיכף לסמיכה שליטה או בסמיכה עצמה.

(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)


ריכטיג מיט ביידע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 7:26 pm

מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?


(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)

ראב"ש ורשב"א - דף יט ע"א וע"ב

דארט איז מער אינטערעסאנט שראב"ש חולק על אביו רשב"י

ווי נאך האבן מיר אין די בלעטער אז ראב"ש איז חולק על אביו רבי שמעון?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 10:05 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין די יעצטיגע בלעטער אז ראב"ש איז זיך מחולק מיט רשב"א?

און ר' יוסי מיט ר' יוסי בר' יהודה?


(ס'מיר סתם געווען אינטערסאנט די נעמען)

ראב"ש ורשב"א - דף יט ע"א וע"ב

דארט איז מער אינטערעסאנט שראב"ש חולק על אביו רשב"י

ווי נאך האבן מיר אין די בלעטער אז ראב"ש איז חולק על אביו רבי שמעון?


דף לג. ביי ואין מנהיגין את הבהמה במקל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 10:08 am

ריכטיג


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט