חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' יומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג אפריל 12, 2015 7:23 pm

yahoo האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגן בשם ר' מאיר צוויבל אז ערגעץ אין די יעצטיגע צוואנציג בלאט איז דא א ראי' פון תוספות אז מ'זאל נישט ליינען די גליונות בשעת'ן דאווענען, עפעס א לאנגע תוספות.
איינער ווייסט וואו?


דף נד. ד"ה כרובים
געהערט פין אים דעם יו"ט

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:04 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
קושר כתרים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועלכע ווערטער אין די גמרא מס' יומא זענען איבערטייטשן פון די לשה"ק'דיגער ווארט "צף"?


א. צפופים (כ"א ע"א). פירש"י לשון צף, מרוב העם היו נדחקים איש באחיו ואין לו מקום לנטות על צדו לכאן ולכאן וזקוף כקורה, אף רגליו ניטלים מעל הארץ.
ב. טפופות (מ"ח ע"א). פירש"י טפופות לשון דבר צף בגובה מעט, כמו על דאטפת אטפוך.
ג. בקופיא (נ' ע"ב). פירש"י כלומר אין כפרתן קבועה בו, אלא צפה על גב כפרת כהן גדול כדבר הצף על פני המים. ויצף הברזל מתרגמא וקפא פרזלא.

אגב, במס' פסחים (דף נ' ע"א) למדנו על אור יקרת וקפאון, שם פירש"י שכל דבר קל קרי קפוי צף על המים.

וכן הוא בזבחים כמ"פ ועוד, וואס איז טאקע פשט פון דעם אינטערעסאנטן אויסדרוק פאר א טיילווייזע כפרה?

לכאורה ווייל א זאך וואס שווימט, איז האלבוועגס אין וואסער און האלבוועגס אינדרויסן פון וואסער, אזוי אויך אויב די כפרה איז נישט ממש געהעריג, איז דאס א שווימעדיגע כפרה.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:09 pm

די משנה אנהייב פרק שני שעירי, דף סב. זאגט אז די צוויי שעירים דארף זיין אייניג, במראה בקומה ובדמים.

די ראשונים ( עי' תו"י ותוס' הרא"ש) מוטשען זיך וויאזוי דאס איז מעגליך אמער אין פרק בן סורר ומורה זעהט מען אז עס איז נישט במציאות אז אב ובן זאלן זיין שוה במראה ובקומה.

זאגט דער הייליגער שפת אמת א פשוט'ע חילוק, אב ובן זענען נישט מבטן אחד ממילא איז אוממעגליך זיי זאלן זיין ממש אייניג, משא"כ דא קען מען דאך רעדן פון צווילינג-שעירים, און ער פירט אויס בפשטות אז דאס מיינט טאקע די משנה, מ'זאל נעמען למצוה שעירים תאומים.

ודפח"ח

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:46 pm

לויט רש"י און ברטנורה איז דאס נישט שווער, ווייל זיי טייטשן שווה ב"מראה" מיינט נאר די קאליר, דא הייסט איינער שווארץ און איינער ווייס. און דאן איז שוין פיין מעגליך.
אבער לויט תו"י און תוס' הרא"ש איז דא א הארבערע קו' פארוואס דארף די משנה זאגן "בדמים", אוודאי אז זיי זענען דומה במראה ובקומה איז די פרייז פאר ביידע די זעלבע.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 7:48 pm

נא_שכל האט געשריבן:לויט רש"י און ברטנורה איז דאס נישט שווער, ווייל זיי טייטשן שווה ב"מראה" מיינט נאר די קאליר, דא הייסט איינער שווארץ און איינער ווייס. און דאן איז שוין פיין מעגליך.
אבער לויט תו"י און תוס' הרא"ש איז דא א הארבערע קו' פארוואס דארף די משנה זאגן "בדמים", אוודאי אז זיי זענען דומה במראה ובקומה איז די פרייז פאר ביידע די זעלבע.

דאס פרעגט אויך דער שפ"א און ער ענטפערט אז עס קען זיין למשל אז איין שעיר איז א עגלא תילתא - שלישי לבטן וואס אין מראה וקומה איז עס אייניג. אבער בדמים נישט עיי"ש.

(כעזאגט פאר מיין חברותא היינט אז בימינו קען מען דאס פארשטיין אז איין שעיר איז 'ארגעניק')

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 11:04 am

וואו האבן מיר ערגעץ אין די יעצטיגע בלעטער א שטיקל רמז אז כא כסליו איז א יו"ט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 11:47 am

yahoo האט געשריבן:וואו האבן מיר ערגעץ אין די יעצטיגע בלעטער א שטיקל רמז אז כא כסליו איז א יו"ט?

לויט די גירסא אז די מעשה מיט שמעון הצדיק און די כותיים איז געווען כ"א כסלו

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 11:50 am

ווי האבן מיר אין די בלעטער אז מ'דארף חזר'ן, בעסער געזאגט אז ס'איז נישט גוט צו פארגעסן וואס מ'האט געלערנט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:04 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ווי האבן מיר אין די בלעטער אז מ'דארף חזר'ן, בעסער געזאגט אז ס'איז נישט גוט צו פארגעסן וואס מ'האט געלערנט?



די מיינסט די גמרא אויף עב: ?
מבית ומחוץ תצפנו אמר רבא כל תלמיד חכם שאין תוכו כברו אינו תלמיד חכם (אמר) אביי ואיתימא רבה בר עולא נקרא נתעב שנאמר (איוב טו, טז) אף כי נתעב ונאלח איש שותה כמים עולה אמר רבי שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן מאי דכתיב (משלי יז, טז) למה זה מחיר ביד כסיל לקנות חכמה ולב אין אוי להם לשונאיהן של תלמידי חכמים שעוסקין בתורה ואין בהן יראת שמים מכריז ר' ינאי חבל על דלית ליה דרתא ותרעא לדרתיה עביד אמר להו רבא לרבנן במטותא מינייכו לא תירתון תרתי גיהנם אמר רבי יהושע בן לוי מאי דכתיב (דברים ד, מד) וזאת התורה אשר שם משה זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה והיינו דאמר רבא דאומן לה סמא דחייא דלא אומן לה סמא דמותא אמר רבי שמואל בר נחמני רבי יונתן רמי כתיב (תהלים יט, ט) פקודי ה' ישרים משמחי לב וכתיב (תהלים יח, לא) אמרת ה' צרופה זכה משמחתו לא זכה צורפתו ריש לקיש אמר מגופיה דקרא נפקא זכה צורפתו לחיים לא זכה צורפתו למיתה (תהלים יט, י) יראת ה' טהורה עומדת לעד


איך זעה נישט וואס דאס האט מיט פארגעסן וואס מ'לערנט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:11 pm

אביסל פריער לערן מיט רש"י
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:12 pm

רבי יוחנן רמי כתיב זר וקרינן זיר זכה נעשית לו זיר לא זכה זרה הימנו. זאגט רש"י, זרה, משתכחת ממנו! זעהט מען אז שכחת התורה ח"ו איז א קללה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:15 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:רבי יוחנן רמי כתיב זר וקרינן זיר זכה נעשית לו זיר לא זכה זרה הימנו. זאגט רש"י, זרה, משתכחת ממנו! זעהט מען אז שכחת התורה ח"ו איז א קללה!

גערעכט

השם ישמרנו

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » פרייטאג מאי 01, 2015 9:35 am

ס'איז א דרש.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט