חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' יומא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
חידות וידיעות על דפי השיעור - מס' יומא
דף ט. א"ר יוחנן בן תורתא, שטייט אין ריטב"א "אמרו בירושלמי שנקרא כן ע"ש שמכר פרתו לגוי ולא רצתה לחרוש בשבת עד שהלך ולחש לה באזנה", און דאס איז די באקאנטע מעשה פון די שמע בני טעיפס "שטיי שוין אויף די פוילע קי" בפארשטאפטע נאז הידוע.
דא אין תוס' ישנים ברענגט ער עס פון פסיקתא און אז ער איז געווען די גוי פארוועם מ'האט עס פארקויפט און ער האט זיך מגייר געווען.
דא אין תוס' ישנים ברענגט ער עס פון פסיקתא און אז ער איז געווען די גוי פארוועם מ'האט עס פארקויפט און ער האט זיך מגייר געווען.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
א פלא שטייט אין ספר גלגולי נשמות פון רמ"ע מפאנו אות ו', אז די פרה איז געווען א גלגול פון ושתי און דער גר פון אחשורוש.
וזל"ק: ושתי נתגלגלה בההיא פרה שמכר אותו חסיד, ולא היתה רוצה לחרוש בשבת, היא ושתי כי היא היתה רוצה שיעשו בנות ישראל מלאכה בשבת, ואותו חסיד היה מכירה כדי שלא להנאותה גם כן מכרה, ולחש באזנה כמו שלחש אליהו לב' פרים, ואותו גוי המתגייר על זה הוא אחשורוש, ואז היה תיקונה:
וזל"ק: ושתי נתגלגלה בההיא פרה שמכר אותו חסיד, ולא היתה רוצה לחרוש בשבת, היא ושתי כי היא היתה רוצה שיעשו בנות ישראל מלאכה בשבת, ואותו חסיד היה מכירה כדי שלא להנאותה גם כן מכרה, ולחש באזנה כמו שלחש אליהו לב' פרים, ואותו גוי המתגייר על זה הוא אחשורוש, ואז היה תיקונה:
וויפיל מיני לימודים/טעמים אויף פרישה איז דא אויף יוהכ"פ (כולל הוא אמינא'ס) און וויפיל אויף פרישה לכהן השורף את הפרה?
יוהכ"פ:
1. כאשר עשה וכו' לכפר אלו מעשה יוהכ"פ
2. כאשר עשה וכו' לעשות לכפר אלו מעשה יוהכ"פ
3. מסיני
4. בזאת יבא אהרן וכו' במה שאמור בענין דמילואים
כהן השורף את הפרה
1. כאשר עשה וכו' לעשות אלו מעשה פרה (עם הילפותא דצוה צוה)
2. מעלה בעלמא
עפעס פארפאסט?
יוהכ"פ:
1. כאשר עשה וכו' לכפר אלו מעשה יוהכ"פ
2. כאשר עשה וכו' לעשות לכפר אלו מעשה יוהכ"פ
3. מסיני
4. בזאת יבא אהרן וכו' במה שאמור בענין דמילואים
כהן השורף את הפרה
1. כאשר עשה וכו' לעשות אלו מעשה פרה (עם הילפותא דצוה צוה)
2. מעלה בעלמא
עפעס פארפאסט?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
מיללער האט געשריבן:חידה מר"ה ויומא
ווער איז געווען די רבי פון די אמורא רבי יוחנן? (2)
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:רבי ישמאעל!
דאס איז ריכטיג, דאס איז דאס צווייטע תירוץ.
דער ענין פון "הא דידיה הא דרביה" האבן מיר אין די לעצטע חזרה געהאט איינמאל אין ר"ה לגבי שהה כדי לגמור את כולה, דארט זאגט רבי יוחנן משמיה דרבי רבי שמעון בר יהוצדק אז שהה כדי לגמור את כולה חוזר לראש אבער ער פאר זיך האלט נישט אזוי, און דאס זעלבע האבן מיר אין יומא לגבי די לימוד פון מילואים צו לעשות לכפר איז איין לימוד אויף יוהכ"פ, אזוי האלט רבי יוחנן, אבער משמיה דרביה רבי ישמעאל זאגט ער אז לעשות אלו מעשה פרה ולכפר אלו מעשה יוהכ"פ.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
מיללער האט געשריבן:חידה: ווען די משנה דף י"ד ע"א זאגט ומקטיר את הקטורת ומטיב את הנרות, רעדט ער הטבת חמש נרות, הטבת שתי נרות אדער הטבות כל הנרות?
לאביי - הוה אמינא/מסקנא
לרב פפא
אויב איך כאפ די קשיא כאפ איך דעם תירוץ אויך.
לויט רב פפא רעדט מען פון כל הנרות און ס'איז אליבא דרבנן אז מ'איז מפסיק מיט קטורת
לויט אביי אין די הו"א רעדט מען פון די שתי נרות און לויט אבא שאול
לויט אביי אין די מסקנא רעדט מען נאר פון די עבודה פון די זיבן טאג בעפאר יו"כ לאוריי בעלמא
שמעלקא טויב האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חידה: ווען די משנה דף י"ד ע"א זאגט ומקטיר את הקטורת ומטיב את הנרות, רעדט ער הטבת חמש נרות, הטבת שתי נרות אדער הטבות כל הנרות?
לאביי - הוה אמינא/מסקנא
לרב פפא
אויב איך כאפ די קשיא כאפ איך דעם תירוץ אויך.
לויט רב פפא רעדט מען פון כל הנרות און ס'איז אליבא דרבנן אז מ'איז מפסיק מיט קטורת
לויט אביי אין די הו"א רעדט מען פון די שתי נרות און לויט אבא שאול
לויט אביי אין די מסקנא רעדט מען נאר פון די עבודה פון די זיבן טאג בעפאר יו"כ לאוריי בעלמא
זייער גוט, אבער דו האסט נישט מסביר געווען דיין לעצטע שורה, און דא שטעקט באמת די שאלה
וואס טוט זיך לאביי במסקנא "אוריי בעלמא הוא דקא מורי" רעדט למעשה די משנה פון די שתי נרות אדער פון די חמש נרות?
yahoo האט געשריבן:לפי המסקנא לאביי בפשטות מדובר בהטבת שתי נרות, כן משמע ברש"י ד"ה ואביי אמר לך בא"ד 'וסדרא דיומא הדר תני לה'.
פארוואס זאגט איר אזוי?
די שאלה איז וואס האט דער כהן גדול טאקע געטאן די זיבן טאג, האט ער מטיב געווען אלע זיבן נרות, נאר די משנה רעדט נאר פון די צוויי שלאחר הקרבת הקטורת, אדער ווען איך זאג אז די משנה רעדט נאר פון צוויי נרות שלאחר הטבה איז דאס ווייל נאר די צוויי האט דער "כג מטיב געווען (כן הוא שיטת התוס')
במושכל ראשון ווען מ'לערנט רש"י זעהט אויס אז בפועל האט ער מטיב געווען אלע זיבן נרות, און פון דעם רעדט די משנה, נאר די משנה זאגט עס נאך הקטרת הקטורת כאטש עס איז געווען צוטיילט, פינף איידער די קטורת און צוויי נאכדעם, איז די משנה דא נישט אויסן צו דערציילן סדרן של דברים נאר "אוריי הוא דקא מורי" די משנה לערנט מיט אונז וועלכע עבודות דער כ"ג האט געטאן בכלליות, און שפעטער גייט די משנה אריין אינעם סדר היום.
אויב בלייבט מען אין די מסקנא אויך אז די משנה רעדט פון די צוויי נרות דוקא, בלייבט דאך שווער פארוואס לאזט ער אויס די פינף נרות און ער לויפט צו די צוויי? און אויף דעם איז "אוריי הוא דקא מורי" נישט קיין תירוץ
בין איך נישט גערעכט?
איר זענט גערעכט מיט אייער הנחה אז רש"י האלט אז ער האט מטיב געווען אלע זיבן נרות (און קען זיין אז איר זענט גערעכט מיט די איבריגע חלק אויך) נאר וויאזוי איך האב אפגעלערנט די תירוץ פון די גמרא אורויי הוא דקא מורי, איז אז מיר רעדן יעצט בכלל נישט פון קיין סדר און איהכ"נ ער האט אויך מטיב געווען די חמש נרות נאר די משנה איז נישט נחית דא צו רעדן פונעם סדר וואס איז געווען קודם און וואס איז געווען נאכדעם און ווען די משנה זאגט דא ומטיב את הנרות רעדט מען פון די שתי נרות.
פארוואס זאגט איר אז אורויי הוא דקא מורי איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס די משנה רעדט נישט פון די חמש נרות?
פארוואס זאגט איר אז אורויי הוא דקא מורי איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס די משנה רעדט נישט פון די חמש נרות?
yahoo האט געשריבן:איר זענט גערעכט מיט אייער הנחה אז רש"י האלט אז ער האט מטיב געווען אלע זיבן נרות (און קען זיין אז איר זענט גערעכט מיט די איבריגע חלק אויך) נאר וויאזוי איך האב אפגעלערנט די תירוץ פון די גמרא אורויי הוא דקא מורי, איז אז מיר רעדן יעצט בכלל נישט פון קיין סדר און איהכ"נ ער האט אויך מטיב געווען די חמש נרות נאר די משנה איז נישט נחית דא צו רעדן פונעם סדר וואס איז געווען קודם און וואס איז געווען נאכדעם און ווען די משנה זאגט דא ומטיב את הנרות רעדט מען פון די שתי נרות.
פארוואס זאגט איר אז אורויי הוא דקא מורי איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס די משנה רעדט נישט פון די חמש נרות?
אז ער רעדט נישט פונעם סדר אפשר רעדט ער פון די חמש? די גאנצע הכרח אז די משנה רעדט פון די צוויי איז ווייל עס שטייט נאך די קטורת, איינמאל איך זאג אז "אוריי הוא דקא מורי" מיינט אז די משנה גייט שלא על הסדר, פאלט דאך אוועק די החה, און אפשר רעדט ער פון די פינף, ודו"ק.
אבער באמת איז עס אסאך מער, איינמאל ער רעדט נישט מיט א סדר רעדט ער טאקע פון אלע זיבן, פארוואס נאר פינף אדער נאר צוויי, דאס איז א דוחק אוקימתא ווען איך וויל עס שטעלן על הסדר, ווי נאר איך זאגט "אוריי הוא דקא מורי" האב איך נישט דעם הכרח
נאטרוליסט האט געשריבן:אין יומא כ' ע"ב: ביי רב מיט רבי שילא. רב האט געזאגט קרא גברא, און רבי שילא קרא תרנגולא.
איז מערקווירדיג אז אין שקלים י"ד. איז די ווערטער אויסטויש צווישן רב און רבי שילא אנדערש, די ראי' אנדערש, און דארט שטייט נישט פון דעם משל מיט רבי חייא.
ריכטיגער צאמשטעל, ובכלל איז די מעשה דארט בקיצור נמרץ כדרך הירושלמי.
דער חידוש וואס,שטייט דארט און נישט דא איז דער 'בן גבר' וואס ווערט דערמאנט אלס איינער פון די ממונים.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32539
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
מיללער האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:הרב מיללער; הא לך לשון הריטב"א "דלא נחית תנא הכא אלא לומר דברים שהי' עוסק כה"ג כל שבעת הימים, ונקיט אגב אורחי' דקטורת קודם לשתי נרות אבל סידרא דענינא לקמן תני לה".
יישר כח, ר' יאה"ו
די שאלה איז צו דאס איז אויך שיטת רש"י
מיללער, אויבן אויף רש"י האבעך געלערענט ווי דיר... אזוי געדענקעך אויסעווייניג, כעלל מארגן איבערלערנען העמער זעהן...