קושיות והערות על שיעור היום - מסכת יומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 19, 2015 3:53 pm

מיללער האט געשריבן:בדף סב: בלייבט מען ביי פיר פלעצער וואס לכה"פ למצוה דארפן זיין 'שניהם שוין'.

1. שעירי יוהכ"פ
2. כבשי מצורע
3. ציפורי מצורע
4. מוספי שבת

ביי שעירי יוהכ"פ איז דא א לימוד אז עס דארף זיין שוין: במראה, בקומה ובדמים. וואס טוט זיך ביי די אנדערע דריי, דארף אויך זיין שוין מיט אלע זאכן? פון וואו ווייסט מען?

אזוי ווי די וואך גייט דא ביינוז פר' תזריע מצורע האמיר אפירגענומען דעם "סייעתא דשמיא" אויף מס' נגעים און מהאלט מיר עס אויפן טיש, זעה איך אז ער שרייבט דארט (בפי"ד הערה ק"ח) בשם (התוי"ט שם ושיח יצחק ביומא) אז נאכדעם ווי די תורה האט מגלה געווען ביי שעירי יוה"כ א ייתור אויף אלע דריי זאכן איז דאס א גילוי מילתא אויף די אנדערע זאכן וואס עס איז דא א לימוד ביי זיי אז זיי דארפן זיין שוין, אז זיי דארפן זיין בכל הג' דברים שוין.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 19, 2015 3:56 pm

ברוך שכוונתי, געזאגט פאר מיין חברותא דעם זעלבן תירוץ.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך אפריל 22, 2015 3:32 pm

עטליכע הערות

דף סד: אין רש"י ד"ה כדרבי אבא ברענגט אראפ די גמרא אין תמורה וחכמים אומרים אין חטאת שכפרו בעליה מתה אלא שנמצאת לאחר שכפרו הבעלים אבל נמצא קודם כפרה ולאחר הפרשה רועה, און לויט וויאזוי ר' אבא איז מסביר אז אפי' מ'האט עס געטראפן לפני כפרה איז אייביג אבודה מתה, שטעלט זיך די פראגע פארוואס זאגן די חכמים א לשון פון מתה נאר טאמער ס'איז נמצא לאחר כפרה, ס'האט דאך נישט מיט דעם?

תוספת דף סה. עטנפערט אז ער האט געוואלט אנכאפן א לשון וואס ס'איז פסיקא לי' און דאס איז אויב האט מען עס געטראפן לאחר כפרה איז עס אייביג למיתה, משא"כ אויב טרעפט מען עס לפני כפרה ווענדט זיך שוין וועלכע מ'איז מקריב.

--

דף סה. ברש"י ד"ה להיות חי "והכל מודין בשחוטין שנדחו" עס דארף באמערקט ווערן אז די הכל מודים גייט ארויף אויף ר' יודא מיט די חכמים וואס זענען מחולק אין די משנה לגבי בעלי חיים, אבער מיר האבן שוין געהאט א שיטה פון חנן המצרי אויף דף סג: וואס האלט אז מ'זאגט נישט דחוי אויף קיין שחוטין.

--

דף סו. די פערדע שורה פון אויבן

דאמר ריש לקיש חטאת שעברה שנתה רואין אותה כאילו היא עומדת בבית הקברות ורועה, ס'ווערט תיכף שווער מיר ווייסן דאך אז דאס איז פון די חמש חטאות המתות, און וויאזוי זאגט דא ריש לקיש אז ס'גייט לרעי'?
רש"י אין מס' פסחים דף צז. ברענגט אראפ די גמרא אין תמורה וואו די גמרא פרעגט די שאלה און די גמרא ענטפערט דארט אז ס'גייט נאר למיתה אויב ס'איז געווען עברה שנתה און אבדה אדער אויב ס'האט אויך באקומען א מום, אבער אויב ס'נאר עברה שנתה דאן גייט עס לרעי'.

דרך אגב איז דא א סימן אויף די חמש חטאות המתות 'ותמנע' איז די ראשי תיבות ולד חטאת, תמורת חטאת, מתו בעליה, נתכפרו באחר, עברה שנתה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:57 am

בדף עא. זאגט די גמ' פון רבי ברכיה, אם רואה אדם שתורה פוסקת מזרעו ישא בת תלמוד חכם שנא' אם יזקין בארץ שרשו וכו'

בפשטות לערנט מען אז אויב ער זעהט אז זיינע קינדער וואקסן נישט אויף קיינע ת"ח זאל ער נעמען נאך א ווייב א בת ת"ח וממילא וועט ער האבן קינדער ת"ח.

דער מהרש"א זאגט אבער אין ח"א אז אויב אזוי דארף עס ווען די גמ' ברענגען אין אלו עוברין אין פסחים צווישן די אנדערע אגדות בנוגע חתונה האבן מיט א בת ת"ח. נאר דער מהרש"א לערנט אז דא מיינט מען אז ער זאל חתונה 'מאכן' זיין זון מיט א בת ת"ח אזוי אז זיינע קינדער זאלן זיין ת"ח.

ודפח"ח

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 11:02 am

מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:דף מג: זאגט די משנה בכל יום כהן גדול מקדש ידיו ורגליו מן הכיור והיום מן הקיתון של זהב

וויאזוי שטימט די רש"י אויף דף לא: וקידש ידיו ורגליו מן הכיור און אזוי אויך אויף דף יט. ד"ה ועשרה קידושין: ידיו ורגליו מן הכיור?

דאס וואסער איז געקומען פונעם כיור, מ'האט דאס אריינגעגאסן אין א קיתון של זהב

אזוי שטייט טאקע אין חזקונו די וואכעדיגע סדרה אויף דעם וואס רש"י (על התורה) שרייבט וקידש ידיו ורגליו מן הכיור זאגט דער חזקונו רצונו לומר מן המים שהי' בכיור.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

בסוגיא דחצי שיעור

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 04, 2015 10:40 am

ס'איז מיר שווער געוווען היינט ביים דף איבער כוי, די גמרא זאגט אז ביי כוי איז נישטא קיין עונש ווייל ס'איז א ספק. לכאו' דער עונש איז דאך כרת, א עונש בידי שמים, און כלפי שמים איז דאך נישטא קיין ספק, איז יא דא א עונש אדער נישט?

קען זיין ס'איז א נפק"מ לגבי א כפרה אויפ'ן עונש, אבער בעצם די זאך פון א כוי איז נישט די זעלבע ווי חצי שיעור, חצי שיעור איז א וודאי איסור נאר ס'פעלט די שיעור עס משלים צו זיין, מילא איז נישטא קיין עונש, א כוי איז אדער אסור אדער מותר, אויב ס'איז אסור פארוואס זאל נישט זיין קיין עונש? וכלפי שמיא אידאך דאס קיין ספק נישט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 05, 2015 7:07 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:ס'איז מיר שווער געוווען היינט ביים דף איבער כוי, די גמרא זאגט אז ביי כוי איז נישטא קיין עונש ווייל ס'איז א ספק. לכאו' דער עונש איז דאך כרת, א עונש בידי שמים, און כלפי שמים איז דאך נישטא קיין ספק, איז יא דא א עונש אדער נישט?

קען זיין ס'איז א נפק"מ לגבי א כפרה אויפ'ן עונש, אבער בעצם די זאך פון א כוי איז נישט די זעלבע ווי חצי שיעור, חצי שיעור איז א וודאי איסור נאר ס'פעלט די שיעור עס משלים צו זיין, מילא איז נישטא קיין עונש, א כוי איז אדער אסור אדער מותר, אויב ס'איז אסור פארוואס זאל נישט זיין קיין עונש? וכלפי שמיא אידאך דאס קיין ספק נישט.

עי' בתויו"ט מס' ביכורים פ"ב משנה י' מש"כ בזה, ותוכן דבריו איז אז כדי נחשב צו ווערן א 'מזיד' שיתחייב כרת על מעשיו, מוז ער 'וויסן' אז מיט זיין אקט גייט ער זיך פארזינדיגן און חייב זיין כרת, וממילא וויבאלד בעיני הבשר שלנו איז דער כוי א ספק, נעמט דאס אוועק דעם 'מזיד' וממילא איז שוין נישטא קיין כרת ודו"ק.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 05, 2015 12:03 pm

ישר כח מיללער,

אגב, אין תוס' ד"ה כוי בדיה כפני עצמו הוא, זאגט תוס' בלש"ק: האי בריה בפני עצמו דהכא היינו שאינו ספק חיה או בהמה עכל"ק

משמע אז ס'איז א בריה פאר זיך ממש, און אויף דעם בריה אידאך לכאו' נישטא אין ערגעץ קיין איסור כרת.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 05, 2015 12:15 pm

אנהייבנדיג דעם לעצטן פרק אין מס' יומא האט עס געגעבן א טרייסל, אט אט גיימיר שוין מאכן דעם גרויסן סיום, בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך וועל מיר טאקע זוכה זיין דערצו בקרוב ביום קבלת התורה הבעל"ט, בשמחה ובאנפין נהירין.

דער נייער פרק האט אונז ארויסגענומען פונעם גליקליכען אמאל, פון די גאלדענע עבודה אין בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, און אונז אריינגעווארפן אין אונזער "יום הכיפורים" וואס מיר קענען פון יאר-יערליך, די חמשה עינוים און די הלכות המסתעפות, די סוגיות פון חצי שיעור און אנדערע אקטועלע און פאפולערע הלכות למעשה, בריך רחמנא דיהב לן אורייתא, לולי תורתך שעשועי אז אבדנו בעניינו.

ר' שמעלקא האט אנגערירט די נקודות פון חצי שיעור, נעכטן האט מיין חברותא היקר הי"ו מיר מעורר געווען על דברי רש"י הק' אנהייב פון די סוגיא, ווי עס איז משמע אז לויט ריש לקיש אז דער דין פון שבועה איז נאר חל אויף חצי שיעור, איז דאס נאר ווען למעשה האט ער געגעסן טאקע נאר א חצי שיעור, די רגע אבער ער עסט א גאנצע כזית נו"ט רח"ל איז ער פטור פון קרבן שבועה משום מושבע ועומד מהר סיני, האמיר זיך געווינדערט פארוואס דאס איז טאקע אזוי, אמער, אין יעדן כזית איז זאך דא אויך א חצי כזית, און אויב די שבועה האט חל געווען אויפן חצי שיעור פארוואס זאל ער נישט ברענגען א קרבן אויף דעם ערשטן חצי שיעור?

למעשה האב איך געזען אז דער שפת אמת שטעלט זיך דערויף און ער בלייבט בצריך עיון.

לחומר הנושא קען מען זאגן אז באמת האט דאך ר' יוחנן א טענה פון "חצי לאצטרופי" וואס לויט טייל מפרשים איז פשט אז ווי קען זיין חצי שיעור מותר און די רגע ער עסט נאך א חצי שיעור ווערט עס אסור, לכאורה צוויי מאל גארנישט איז גארנישט, ממילא האלט רש"י אז אוודאי איז ריש לקיש מודה אז איינמאל דער מענטש עסט א שיעור שלם איז דער גאנצער שיעור אסור, א בחינה פון חוזר וניעור, און יעדע כלשהוא דערפון איז אסור, נאר אויב ער שטעלט זיך אפ ביי א חצי שיעור וויבאלד עס הייסט נישט קיין אכילה איז עס מותר מה"ת, און אויף דעם איז דער שבועה חל ודו"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 05, 2015 12:17 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח מיללער,

אגב, אין תוס' ד"ה כוי בדיה כפני עצמו הוא, זאגט תוס' בלש"ק: האי בריה בפני עצמו דהכא היינו שאינו ספק חיה או בהמה עכל"ק

משמע אז ס'איז א בריה פאר זיך ממש, און אויף דעם בריה אידאך לכאו' נישטא אין ערגעץ קיין איסור כרת.

דאס איז דאך דער תירוץ פון די גמרא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 05, 2015 12:36 pm

מיללער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח מיללער,

אגב, אין תוס' ד"ה כוי בדיה כפני עצמו הוא, זאגט תוס' בלש"ק: האי בריה בפני עצמו דהכא היינו שאינו ספק חיה או בהמה עכל"ק

משמע אז ס'איז א בריה פאר זיך ממש, און אויף דעם בריה אידאך לכאו' נישטא אין ערגעץ קיין איסור כרת.

דאס איז דאך דער תירוץ פון די גמרא

דער תירוץ פון די גמרא איז אז די תורה איז נישט מרבה קיין ספק נאר ס'איז מרבה א בריה בפ"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 05, 2015 12:40 pm

מיללער האט געשריבן:אנהייבנדיג דעם לעצטן פרק אין מס' יומא האט עס געגעבן א טרייסל, אט אט גיימיר שוין מאכן דעם גרויסן סיום, בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך וועל מיר טאקע זוכה זיין דערצו בקרוב ביום קבלת התורה הבעל"ט, בשמחה ובאנפין נהירין.

דער נייער פרק האט אונז ארויסגענומען פונעם גליקליכען אמאל, פון די גאלדענע עבודה אין בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, און אונז אריינגעווארפן אין אונזער "יום הכיפורים" וואס מיר קענען פון יאר-יערליך, די חמשה עינוים און די הלכות המסתעפות, די סוגיות פון חצי שיעור און אנדערע אקטועלע און פאפולערע הלכות למעשה, בריך רחמנא דיהב לן אורייתא, לולי תורתך שעשועי אז אבדנו בעניינו.

ר' שמעלקא האט אנגערירט די נקודות פון חצי שיעור, נעכטן האט מיין חברותא היקר הי"ו מיר מעורר געווען על דברי רש"י הק' אנהייב פון די סוגיא, ווי עס איז משמע אז לויט ריש לקיש אז דער דין פון שבועה איז נאר חל אויף חצי שיעור, איז דאס נאר ווען למעשה האט ער געגעסן טאקע נאר א חצי שיעור, די רגע אבער ער עסט א גאנצע כזית נו"ט רח"ל איז ער פטור פון קרבן שבועה משום מושבע ועומד מהר סיני, האמיר זיך געווינדערט פארוואס דאס איז טאקע אזוי, אמער, אין יעדן כזית איז זאך דא אויך א חצי כזית, און אויב די שבועה האט חל געווען אויפן חצי שיעור פארוואס זאל ער נישט ברענגען א קרבן אויף דעם ערשטן חצי שיעור?

למעשה האב איך געזען אז דער שפת אמת שטעלט זיך דערויף און ער בלייבט בצריך עיון.

לחומר הנושא קען מען זאגן אז באמת האט דאך ר' יוחנן א טענה פון "חצי לאצטרופי" וואס לויט טייל מפרשים איז פשט אז ווי קען זיין חצי שיעור מותר און די רגע ער עסט נאך א חצי שיעור ווערט עס אסור, לכאורה צוויי מאל גארנישט איז גארנישט, ממילא האלט רש"י אז אוודאי איז ריש לקיש מודה אז איינמאל דער מענטש עסט א שיעור שלם איז דער גאנצער שיעור אסור, א בחינה פון חוזר וניעור, און יעדע כלשהוא דערפון איז אסור, נאר אויב ער שטעלט זיך אפ ביי א חצי שיעור וויבאלד עס הייסט נישט קיין אכילה איז עס מותר מה"ת, און אויף דעם איז דער שבועה חל ודו"ק.

קודם לשנה הבאה ביים שבת שובה דרשה וועל איך שוין קענען בעסער מיטהאלטן די סוגיא פון חצי שיעור...

-

פארדעם דארף דאך עס זיין בכדי אכילת פרס, אנישט איז דאס טאקע צוויי מאל גארנישט.

ס'איז דא די באקאנטע קשיא וואס מרן מהר"א זאגט אסאך נאך פון חידושי הרי"ם, די ירושלמי זאגט אז אידן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל אין ערב פסח און האבן געגעסן מצה מן החדש ווייל די עשה פון מצה איז דוחה די ל"ת פון חדש. פרעגט אויף דעם תוס' אז לכאו' 'קען מען נישט מצמצם זיין די אכילה אז ס'זאל זיין ממש נאר א כזית, קומט דאך אויס נאך יעדע כזית איז ער עובר אויפ'ן איסור חדש און ס'איז נישטא די מצוה פון אכילת מצה?

פרעגט דער רי"ם, אויב איך זאג אז חצי שיעור איז אסור מן התורה, ווען ער הייבט אן עסן די כזית מצה, ער עסט די ערשטע משהו האט ער נאכנישט מקיים געווען די מצוה פון בערב תאכלו מצות אבער ער איז שוין עובר אויפ'ן איסור חדש?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 05, 2015 12:51 pm

1. כדי אכילת פרס איז נישט מכח "צוויי מאל גארנישט" נאר אז נישט איז עס צוויי באזונדערע פעולות ואינם מצטרפים, אבער לר' יוחנן האט ער צוויי מאל עובר געווען אויף "חצי שיעור" ודו"ק.

2. די קשיא פון חי' הרי"ם איז נאר שווער אויב איך לערן אז חצי שיעור פון א מצוה איז נישט קיין מצוה, אין דעם אליינס איז דא א ספק פונעם משל"מ, והדברים עתיקים.

3. אן ענליכע קשיא איז פונעם צמח צדק פון ליובאוויטש, יוה"כ שחל בשבת זאל מען זיין מחויב צו עסן א כזית פת מדין עונג שבת, לשיטת ריש לקיש אז חצי שיעור איז מותר מה"ת, ווייל דער שיעור ביי יהו"כ איז דאך ככותבת ממילא קען ער מקיים זייןעונק שבת און נישט עובר זיין אויף איסור יוה"כ.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 05, 2015 1:01 pm

לגבי די קשיא פון תוס' קומט אויך אריין בענין היתר מצטרף לאיסור, אויב די ערשטע חלק פון די אכילה איז געווען א איסור נאר בצירוץ מיט'ן צווייטן חלק איז עס א מצוה וואס איז דוחה דעם איסור, דארף איך אויך צוקומען צו היתר מצטרף לאיסור לגבי כזית, אזוי קלער איך יעצט, קען זיין ס'איז א סברה כרסיות...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג מאי 11, 2015 12:04 pm

דף עג:

די גמרא ברענגט אראפ די מחלוקה צו די אורים ותומים איז געווען אותיות בולטות אדער מצטרפות.

איך האב אמאל געזען / געהערט אז די גר"א זאגט אז ווען חנה האט געדאווענט און ויחשבה עלי לשכורה, זאגט די גר"א אז ס'איז ארויפגעקומען אויפ'ן אורים ותומים די אותיות ה' ש' כ' ר' און עלי האט דאס אויסגעליינט שכרה אבער דערווייל איז דאס געווען כשרה, אזויווי שרה אמנו וואס איז אויך געווען אן עקרה, און דאס זאגט די גמרא אין מס' ברכות דף לא: אמרה לי' לא אדון אתה בדבר זה ולא רוח הקודש שורה עליך שאתה חושדני בדבר זה, אז דו האסט נישט קיין רוח הקודש אז דו האסט נישט ריכטיג אויסגעליינט די תשובה פון די אורים ותומים. )(איך ווייס נישט וואו די גר"א געפינט זיך, אבער כמעט זעכער אז כ'האב עס געהערט פון א מגיד שיעור)

יעצט לויט ריש לקיש אז ס'געווען אותיות מצטרפות שטימט עס לכאורה נישט, ווייל דער כהן האט דאך עס נישט געדארפט מצרף זיין, און אפי' לויט ר' יוחנן שטייט אין מהרש"א אז די אותיות זענען ארויסגעקומען לויט די סדר פון תשובה. יתכן אז די גר"א האט נישט אזוי געהאלטן. (וכן משמע ברש"ש כאן.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג מאי 11, 2015 1:34 pm

yahoo האט געשריבן:דף עג:

די גמרא ברענגט אראפ די מחלוקה צו די אורים ותומים איז געווען אותיות בולטות אדער מצטרפות.

איך האב אמאל געזען / געהערט אז די גר"א זאגט אז ווען חנה האט געדאווענט און ויחשבה עלי לשכורה, זאגט די גר"א אז ס'איז ארויפגעקומען אויפ'ן אורים ותומים די אותיות ה' ש' כ' ר' און עלי האט דאס אויסגעליינט שכרה אבער דערווייל איז דאס געווען כשרה, אזויווי שרה אמנו וואס איז אויך געווען אן עקרה, און דאס זאגט די גמרא אין מס' ברכות דף לא: אמרה לי' לא אדון אתה בדבר זה ולא רוח הקודש שורה עליך שאתה חושדני בדבר זה, אז דו האסט נישט קיין רוח הקודש אז דו האסט נישט ריכטיג אויסגעליינט די תשובה פון די אורים ותומים. )(איך ווייס נישט וואו די גר"א געפינט זיך, אבער כמעט זעכער אז כ'האב עס געהערט פון א מגיד שיעור)

יעצט לויט ריש לקיש אז ס'געווען אותיות מצטרפות שטימט עס לכאורה נישט, ווייל דער כהן האט דאך עס נישט געדארפט מצרף זיין, און אפי' לויט ר' יוחנן שטייט אין מהרש"א אז די אותיות זענען ארויסגעקומען לויט די סדר פון תשובה. יתכן אז די גר"א האט נישט אזוי געהאלטן. (וכן משמע ברש"ש כאן.

וויאזוי קענען "בולטות" יא אנטשיידן דעם ריכטיגן אויסלייגן פון די ווערטער ה ש כ ר? (עס מוז האבן נומערן) אדער מוז ער האבן רוח הקודש כדאיתא שם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 11, 2015 2:06 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:

יעדער אות האט בולט געווען באזונדער, אין א רייע

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג מאי 12, 2015 1:24 pm

איך האב געפונען די גר"א www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14227&st=&pgnum=57

און ער ברענגט אראפ פונעם רמב"ן פרשת תצוה אז די אותיות זענען געווען מאירים או בולטים און די כהן האט מיט רוח הקודש געדארפט מצרף זיין די ריכטיגע כוונה, אבער ווי ס'משמע ביי אונז אין גמרא קוקט אויס אז רש"י האט געלערנט אז אפי' ס'געווען בולטים איז עס געווען על הסדר און מ'האט נישט געדארפט אליינס מצרף זיין די אותיות.

דרך אגב, דער רמב"ן שרייבט מאירים או בולטים, פון וואו נעמט זיך די מאירים?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 13, 2015 6:48 am

בדף פ. אמר ר"א האוכל חלב בזמן הזה צריך שיכתוב לו שיעור וכו'

רש"י זאגט אז וועגן דעם דארף ער אראפשרייבן "שמא יבנה בית המקדש 'בימיו' ויתחדש בי"ד ותתחדש הלכה".

דער הייליגער שפ"א איז מדייק פון די גמ' און פן די גמ' אין שבת יב: אז ר' ישמעאל קרא והטה וכתב על פנקסו וכו', אז ווען משיח וועט קומען במהרה וועלן מיר מוזן מקריב זיין די קרבנות אויף אונזערע שגגות וואס מיר טוען יעצט בעוה"ר, ממילא דארף מען זיך פארצייכענען די שגגות.

עס איז לפי"ז אינטערעסאנט מדייק צו זיין בדברי רש"י אז נאר דער וואס וועט זוכה זיין צו זעהן בנין ביהמ"ק 'בימיו' דער וועט דארפן מקריב זיין חטאות, משא"כ די שוכני עפר וואס ועלן אויפשטיין תחיית המתים במהרה, האלטן שוין נאך כפרת עוונות שמיתתן זהו כפרתן, ממילא וועלן זיי שוין נישט דארפן מקריב זיין חטאות אויף שגגות שעברו בחיים חיותן בעוה"ז.

(בדרך אפשר)

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך מאי 13, 2015 7:43 am

אם הוצרך לכתוב לזכרון על כרחך שמדובר בימיו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 13, 2015 8:21 am

צושויער האט געשריבן:אם הוצרך לכתוב לזכרון על כרחך שמדובר בימיו.

כוונת מע"כ שלאחר התחייה אף אם נצרך להקריב הקרבנות שחסרו, לא יועיל מה שנכתוב בעוה"ז. חשבתי גם לכיוון הזה, אבל כ"ז בדרך פלפול שהרי נוכל לשאול את אליהו לגלות לנו כמה קרבנות מחויבים אנו, ולמה נצטרך להעלות כ"ז על הכתב?

ויש לפרש הענין של כתיבת החטאות בדרך אגדה, שזה מעורר את כוונת הלב לשוב על חטאינו בהעלותם על לוח לבנו וכעין ונשלמה פרים, וכתיבה כדיבור וכו'

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך מאי 13, 2015 9:53 am

למתי יכתוב הקרבנות, לכשיבוא משיח, לאחר מיתתו ולאחר תחיה"מ? איזה כתב יהי' לו אז.

אלא בודאי יכתוב לכשיבוא משיח "בימיו" דווקא, אז יהי' לו הכתב מוכן להביא קרבנותיו.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מאי 13, 2015 1:53 pm

מיללער האט געשריבן:בדף פ. אמר ר"א האוכל חלב בזמן הזה צריך שיכתוב לו שיעור וכו'

רש"י זאגט אז וועגן דעם דארף ער אראפשרייבן "שמא יבנה בית המקדש 'בימיו' ויתחדש בי"ד ותתחדש הלכה".

דער הייליגער שפ"א איז מדייק פון די גמ' און פן די גמ' אין שבת יב: אז ר' ישמעאל קרא והטה וכתב על פנקסו וכו', אז ווען משיח וועט קומען במהרה וועלן מיר מוזן מקריב זיין די קרבנות אויף אונזערע שגגות וואס מיר טוען יעצט בעוה"ר, ממילא דארף מען זיך פארצייכענען די שגגות.

עס איז לפי"ז אינטערעסאנט מדייק צו זיין בדברי רש"י אז נאר דער וואס וועט זוכה זיין צו זעהן בנין ביהמ"ק 'בימיו' דער וועט דארפן מקריב זיין חטאות, משא"כ די שוכני עפר וואס ועלן אויפשטיין תחיית המתים במהרה, האלטן שוין נאך כפרת עוונות שמיתתן זהו כפרתן, ממילא וועלן זיי שוין נישט דארפן מקריב זיין חטאות אויף שגגות שעברו בחיים חיותן בעוה"ז.

(בדרך אפשר)

זייער שיין

ס'דא א שיינע רש"ש דא, איינער האט געפרעגט אז לויט דעם ר' אלעזר זאל מען דארפן עסן מצה וויפיל ער האט נאר ווייל אויב מ'וועט העכערן דעם שיעור כזית העט ער נישט האבן יוצא געווען די מצוה. זאגט דער רש"ש אז אויב אזוי אפי' בזמן הבית וואלט מען נישט געקענט ברענגן קיין קרבן, ווייל אפשר וועט בי"ד גרעסער מאכן דעם כזית און ס'וועט זיין חולין בעזרה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 13, 2015 2:00 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ס'דא א שיינע רש"ש דא, איינער האט געפרעגט אז לויט דעם ר' אלעזר זאל מען דארפן עסן מצה וויפיל ער האט נאר ווייל אויב מ'וועט העכערן דעם שיעור כזית העט ער נישט האבן יוצא געווען די מצוה. זאגט דער רש"ש אז אויב אזוי אפי' בזמן הבית וואלט מען נישט געקענט ברענגן קיין קרבן, ווייל אפשר וועט בי"ד גרעסער מאכן דעם כזית און ס'וועט זיין חולין בעזרה!

דער רש"ש איז וועלט באקאנט, דער אויספיר איז דער באקאנטער דין פון "אין לך אלא שופט שבימיך" און אלעס וואס איז נוגע אויפ "היינט" דארפן מיר פסק'ענען לויט די היינטיגע בית דין, און לויט די שיעורים וואס מיר האבן אנגענומען, און ווען משיח וועט קומען במהרה, וועט מען פסקענען ווי בי"ד הגדול שבירושלים אבער נישט אויף למפרע, נאר אויף וואס וועט זיין נוגע דעמאלס.

די זעלבע זאך זאגט דא דער הייליגער שפת אמת, און אזוי זאגט אויך דער משנה למלך אין הל' שגגות, והדברים עתיקים.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מאי 13, 2015 2:00 pm

אויב אזוי וואס זאגט ר' אלעזר?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט