yahoo האט געשריבן:---
דף יח. די גמרא רעדט דארט פון די זאכן וואס איז מביאין לידי טומאה און די גמרא ברענגט אראפ נאכדעם נאך זאכן וואס א זב זאל נישט עסן און בפשטות גייט עס נישט ארויף אויפ'ן כה"ג (כן משמע ברש"י ד"ה אין מאכילין אותו, וכן בתוספות ישנים) און איינע פון די זאכן וואס שטייט ביי א זב איז 'חלגלוגות', איז אינטערסאנט אז אין ר"ה דף כו: זאגט רש"י בד"ה מאי חלגלוגות 'ששנינו בפ"ק דיומא כל שבעת הימים לא הי' אוכל השום והחלגלוגות' און ווען איך האב געלערנט די רש"י האב איך פארשטאנען אז מ'רעדט פונעם כה"ג און יעצט ווער איך געוואר אז ס'גייט גאר ארויף אויף א זב.
איך האב איבערגעלערנט די גמ' דא אין יומא און נאכאמאל די רש"י אין ראש השנה, ולא הבנתי מה קשה ליה למר, וכן לכל אלו שהקשו על רש"י ז"ל.
דער תו"י דא, און אזוי אויך דער תוס' הרא"ש זאגן ביידע אז מ'רעדט דא פון א זב בעל ב' או ג' ראיות וואס דארף האבן ז' נקיים, טאמער בימי הנקיים האט ער א ראיה אפי' באונס איז עס סותר די טעג און ער דארף נאכאמאל אנהייבן ציילן.
דערפאר איז מען מונע אז ער זאל נישט עסן די אלע מאכלים כדי שלא יסתור ימי ספירתו.
פון די שבעת הימים רעדט רש"י דארט אין ראש השנה, רש"י זאגט נישט קיין ווארט איבער דעם כה"ג. (און אפי' דא זאגט רש"י נאר 'בימי בדיקתו' וואס קען שטארק מיינען אז מ'רעדט פון ימי הספירה).
איך האב געזען אז רבי הערשל זשארקאווסקי אויפן תוס' הרא"ש שטעלט זיך אויך אויף רש"י אין ראש השנה וז"ל: אולם ברש"י ר"ה כ"ו ע"ב מבואר דאף בכה"ג הדין כן עכ"ל
ואני תמה, וואו אין רש"י איז,דאס 'מבואר'?