קושיות והערות על שיעור היום - מסכת שקלים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

תגובהדורך לולי תורתך שעשועי » זונטאג נובעמבער 02, 2014 5:46 pm

מיללער האט געשריבן:הרב לולי, עי' מס' מנחות פג: ברענגט דארט די גמרא 'דריי' לימודים אז א פסח קען נשתנה ווערן לשלמים, און די גמרא אזוי ווי רש"י ברענגט דארט אין פסחים אז יעדער לימוד איז מרבה אן אנדערע דוגמא עיי"ש.


יישר כח פאר'ן מראה מקום. עמער נאכקוקן אי"ה היינט נאכט נאכ'ן בחינה

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:33 pm

אויף דף ט' זאגט די גמרא אז מהאט גערעדט מיט דעם תורם הלשכה א גאנצע צייט, כדי ער זאל נישט גנבנען אין מויל אריין עטליכע שקלים.
פרעגט די גמרא זאל מען אים אנפילן דאס מויל מיט וואסער, ענטפערט די גמרא מפני ברכה.

זאגט מיר מיין חבר א טייטש, ווייל ער האט דאך נישט געמאכט א ברכה אויף די וואסער, האבעך מורא אז ער וועט שלינגען פון די וואסער און וויאזוי קען ער טרינקען אן א ברכה...

האט נאך איינער אזוי געלערנט?
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:44 pm

ישמחו האט געשריבן:אויף דף ט' זאגט די גמרא אז מהאט גערעדט מיט דעם תורם הלשכה א גאנצע צייט, כדי ער זאל נישט גנבנען אין מויל אריין עטליכע שקלים.
פרעגט די גמרא זאל מען אים אנפילן דאס מויל מיט וואסער, ענטפערט די גמרא מפני ברכה.

זאגט מיר מיין חבר א טייטש, ווייל ער האט דאך נישט געמאכט א ברכה אויף די וואסער, האבעך מורא אז ער וועט שלינגען פון די וואסער און וויאזוי קען ער טרינקען אן א ברכה...

האט נאך איינער אזוי געלערנט?


נישט בייגעפאלן, גוט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:46 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:אויף דף ט' זאגט די גמרא אז מהאט גערעדט מיט דעם תורם הלשכה א גאנצע צייט, כדי ער זאל נישט גנבנען אין מויל אריין עטליכע שקלים.
פרעגט די גמרא זאל מען אים אנפילן דאס מויל מיט וואסער, ענטפערט די גמרא מפני ברכה.
זאגט מיר מיין חבר א טייטש, ווייל ער האט דאך נישט געמאכט א ברכה אויף די וואסער, האבעך מורא אז ער וועט שלינגען פון די וואסער און וויאזוי קען ער טרינקען אן א ברכה...
האט נאך איינער אזוי געלערנט?

נישט בייגעפאלן, גוט!


אף שהפירוש נראה קצת מוזר...
אך כבר קדמו א' מגדולי האחרונים, כפי שמביא בשו"ת חכם צבי (סי' קכ"א) שביפה מראה פירש תירוץ הגמרא "וימלא פומיה מוי, אמר רבי תנחומא מפני הברכה", שחוששים שמא יבלע מהמים ונמצא שנהנה בלא ברכה.

והחכם צבי הקשה עליו שיכול לברך בתחילה על דבר אחר ולכוין גם על המים שיבלע. ועוד שמי ששותה מים לאונסו כגון שחנקתו אומצא פטור מברכה, וכמבואר בברכות (מ"ה ע"א), וכל שכן כאן שאינו מתכוון כלל לבלוע את המים שהוא פטור מן הברכה, וכל שכן שאין למנוע מלמלאות פיו מים על הספק משום חשש בליעה בלא ברכה.

ועל כן כתב בחכם צבי, שנראה לו ברור שכוונת הירושלמי היא, שאי אפשר לו למלאות פיו מים מפני שצריך לברך התורם את הלשכה בשעה שהוא תורם, וצריך לברך "אשר קדשנו וכו' להפריש תרומה מן הלשכה". שכן אפילו אם נאמר שתרומה זו שהוא תורם היא מדרבנן ולא מדאורייתא, עם כל זאת לא יגרע מחלת חוץ לארץ שמברך עליה בשעת הפרשה, וכן כל שאר מצות דרבנן.
לעצט פאראכטן דורך קושר כתרים אום מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:49 pm

כל הנהנה מעולם הזה בלא ברכה עובר על גניבה, ואם חושדים את התורה בגניבת שקלים אין חושדים אותו בשתיית מים בלא ברכה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:57 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:כל הנהנה מעולם הזה בלא ברכה עובר על גניבה, ואם חושדים את התורה בגניבת שקלים אין חושדים אותו בשתיית מים בלא ברכה?


אדם בהול על ממונו.

[ובדרך צחות, אדם דואג על איבוד דמי"ו, ואינו דואג על איבוד מימי"ו...]
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 1:06 pm

מיללער האט געשריבן:דף ו. סוף פונם עמוד איז פארהאן א צעטל פון טעמים אויפן מחצית השקל, ובתוכם דברי רבי יוחנן בן זכאי 'לפי שעברו על עשרת הדברות' (דער מחצה"ש אנטהאלט עשרה גרה לויטן חשבון פון עשרים גרה השקל).

איז שווער פארוואס מיטן חטא העגל האבן זיי עובר געווען אויף אלע עשרת הדברות?

האב איך געזען אין 'פירות תאנה' ער ברענגט א הסבר עפ"י דברי חזל כל העובד עבודה זרה כאילו כפר בכה"ת כולה און ער פרעגט דערויף אז דעמאלס איז עס נישט דוקא די עשרת הדברות.

למעשה דער 'פני משה' זאגט פשוט, דער עגל האבן איגן געמאכט באלד נאך מתן תורה (עד שהמלך במסבו נרדי נתן ריחו) איז אז זיי האבן כופר געווען אינעם אנכי ה' אלקיך איז פשט אז זיי האבן נישט ציית געווען דעם גאנצן מעמד הר סיני און אלע עשאת הדברות צוגלייך.


איך טראכט יעצט, די דברות זענען דאך געווען צעטיילט אין צווייען, אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו, אינעם רבוש"ע האבן זיי כופר געווען האבן זיי געלייקענט אין די צוויי, און אויב זיי האבן כופר געווען אין משה רבינו, וירא העם כי בושש משה (אויב ס'הייסט כופר געווען), האבן זיי פארלייקענט אויך די אכט דיבורים וואס זיי האבן געהערט פון משה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 05, 2014 11:47 pm

דף י.

זאגט די גמרא אז רבי ישמעאל וואס טייטשט בחריש ובקציר תשבות להיתר קצירת העומר בשבת איז לשיטתחה אז די עומר טאר נישט קומען נאר פון ארץ ישראל.

איך פארשטיי נישט וויאזוי די צוויי זאכן האבן א שייכות, און נאך שווערער איז וואס דער תק"ח ברענגט ארויס אז דערפאר לערנט נישט רבי ישמעאל די אנדערע פשט לענין קציר של מוצאי שביעית, ווייל לדידיה פונקט ווי מען מעג שנחידן שבת מעג מען אויך שמיטה.

וואס?

דער פני משה זאגט עפעס אז אויב פאר רבי ישמעאל איז דער עומר אזא חשיבות אז ממעג עס שניידן שבת, האט עס זיכער אויך די חשיבות אז עס דארף קומען פון אר"י.

קוקט אויס מודחק

דער קרבן העדה זאגט אויב איז עס דוחה שבת איז עס דוחה שביעית.

שניידן די עומר אום שמיטה דארף א היתר? פארוואס זאל מען נישט טארן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:52 am

יעצט זעה איך אז דער מתיבתא גמרא אין די הגהות, זאגט א פשט עפ"י הגהות הגר"א, אז אויב האלט ר"י אז קצירת העומר איז דוחה שבת האלט ער בהכרח אז אויב האט מען געשניטן דעם עומר פאר ט"ז בניסן איז עס פסול, אנדעקש וואלט מען דאך געקענט שניידן פאר שבת וממילא איז מוכרח אז לויט אים קען מען נישט ברענגען פון סוריא, ווייל מוועט דאך עס מוזן שניידן אסאך פריער, עס איז אוממעגליך אז בו ביום זאל קענען אנקומען פון סוריא ביז ירושלים, עכת"ד.

איך וואלט געוואלט וויסן א מקור צו דעם פשט, קודם שטימט דאס נישט בדברי התק"ח בד"ה דתנן, סיידען איך וועל גורס זיין צום סוף 'דאי מותר להביא מסוריא למה התיר לקצור בשבת' (נישט בשביעית - וואס אגב איז דאס לכאורה מוכרח צו טוישן ולא ראיתי מי שהעיר לזה).

אבער מער איז שווער אויף דעם פשט אז דאס איז דאך נאר א טעכנישע פראבלעם, און לאמיר זאגן אז מיט א פליגער קען מען יא ברענגען פון סוריא בו ביום, וועט עס זיין כשר לויט רבי ישמעאל? וצ"ע

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

דף י''ג

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:56 pm

מען איז אסאך געוואוינט צו הערן וועגן די חמורו של פנחס בן יאיר איבער זיין גרויסקייט
די גמרא אין דף י''ג רעדט מוראדיג ארום וועגן זיין גרויסקייט,
ווי נעמט מען די אמאליגע גרויסע צדיקים וואס אפילו זייערע אייזלען זענען אזוי גרויס געווען

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 4:33 pm

מיללער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז דער מתיבתא גמרא אין די הגהות, זאגט א פשט עפ"י הגהות הגר"א, אז אויב האלט ר"י אז קצירת העומר איז דוחה שבת האלט ער בהכרח אז אויב האט מען געשניטן דעם עומר פאר ט"ז בניסן איז עס פסול, אנדעקש וואלט מען דאך געקענט שניידן פאר שבת וממילא איז מוכרח אז לויט אים קען מען נישט ברענגען פון סוריא, ווייל מוועט דאך עס מוזן שניידן אסאך פריער, עס איז אוממעגליך אז בו ביום זאל קענען אנקומען פון סוריא ביז ירושלים, עכת"ד.

איך וואלט געוואלט וויסן א מקור צו דעם פשט, קודם שטימט דאס נישט בדברי התק"ח בד"ה דתנן, סיידען איך וועל גורס זיין צום סוף 'דאי מותר להביא מסוריא למה התיר לקצור בשבת' (נישט בשביעית - וואס אגב איז דאס לכאורה מוכרח צו טוישן ולא ראיתי מי שהעיר לזה).

אבער מער איז שווער אויף דעם פשט אז דאס איז דאך נאר א טעכנישע פראבלעם, און לאמיר זאגן אז מיט א פליגער קען מען יא ברענגען פון סוריא בו ביום, וועט עס זיין כשר לויט רבי ישמעאל? וצ"ע


אין די זעלבע מתיבתא גמרא די נעקסטע הערה ברענגט ער די תשובות אויף דיינע קשיות, קודם איינס איז דא אן איסור צו שניידען תבואה אין שמיטה אזויווי ס'שטייט 'את ספיח קצירך לא תקצור' און מ'האט נאר מתיר געווען מעט וסמוך לאכילה, משא"כ פארן עומר האט מען געשניטען הרבה ולא סמוך לאכילה. (ס'דא פוסקים וואס זאגן פשט אין פסוק אביסעל אנדערש, אבער ווי ס'קוקט אויס האט די תק"ח אזוי געלערנט).

איידי דאתית להכי, קען מען זאגען אז די צאמשטעל פון די צוויי זאכען סוריא און שבת זענען מער פשוט, פונקט אזויווי דו זעסט אז ער האט מתיר געווען צו שניידען אין שמיטה ווי ער זאגט אז מ'ברענגט נאר פון א"י און ער זאגט אז ס'גייט נישט אן די איסור פון קצירה אין שמיטה ביים עומר אזוי אויך האט ער מתיר געווען צו שניידען אין שבת. (אדער פארקערט, פונקט ווי ס'גייט נישט אן די איסור שבת ביים עומר, אזוי איז אויך נישט דא די איסור פון שמיטה בייים עומר)

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 4:54 pm

עטליכע הערות אויף דף יא

1) זיזין וכתלים היו יוצאין כדי שלא יציצו הכהנים זאגט די תקלין זיי זאלען נישט זעהן זאכען המביאין אותן לידי טומאה ע"י ראיה עכ"ד. וואס פאר טומאה איז מטמא ע"י ראיה?

2) ר' חייה בר יוסף איז זיך מחולק מיט ר' יוחנן אין די טייטש פון מותר נסכים לפי ר' חייה איז עס סאה רביעית און לויט ר"י איז עס בירוצין, פרעגט די גמרא ולית לי' לר' חייה בירוצין וכו'. לכאורה קען מען פרעגן די זעלבע קשיא אויף ר' יוחנן לגבי זייער מחלוקה אויף די טייטש פון מותר פירות, איז דען ר' יוחנן נישט מודה אז ר' ישמעאל האלט אז מ'האט געמאכט ביזנעס מיט די שיירי הלשכה

3) און בכלל די גאנצע סאה רביעית פארשטיי איך נאך נישט אינגאנצען, וואס פאר א מותר איז דא געווען? מ'האט איינגעקויפט וויפיל מ'האט געברויכט, די איינציגע ריוח איז געווען אז מ'האט געצאלט ביליגער פארדעם.
און אויך ביי די בירוצין זאגט דער תק"ח בירוצי הגודשין שניתן להקדש וההקדש 'מוכר' בלא גודש, מעג דען הקדש פארקויפען? אין די משנה זאגט ר"ע אז אין משתכרין בשל הקדש.

4) אויבן אויף דף ד. דערמאנט די גמרא די ווארט מותר נסכים, און דארט האט מעו געטייטשט אז מותר מיינט אויב האט איינער נאכגעשיקט זיינע נסכים נאכדעם וואס מ'האט שוין מקריב געווען זיינע קרבנות באקומט עס א דין פון מותר נסכים. פארוואס מוז מען דא זוכען נייע פשטים אויף מותר נסכים?

אקעי, גענוג פאר דערווייל)

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 5:03 pm

דף י.

די גמרא באענגט אראפ די ברייתא ווי די חכמים זענען זיך מחולק מיט ר' יוסי צו די יו"ט פון די קרבן עצים איז אנגעגאנגען נאר בזמן הבית אדער אויך בזמן החורבן און מ'ענדיגט צו די ברייתא מיט די מימרא פון ר' אליעזר בר צדוק אז זיי האבן זיך נוהג געווען אזוי אויך לאחר החורבן, וואס איז די גאנצע אריכות דא מיט די מימרא פון ראב"צ און אויך אינעם תקלין, אין די רישא פון די ברייתא שטייט אויך די זעלבע זאך אז די חכמים האלטען אז ס'איז נוהג בין בשעת קרבן ושלא בשעת קרבן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 11:29 am

yahoo האט געשריבן:איידי דאתית להכי, קען מען זאגען אז די צאמשטעל פון די צוויי זאכען סוריא און שבת זענען מער פשוט, פונקט אזויווי דו זעסט אז ער האט מתיר געווען צו שניידען אין שמיטה ווי ער זאגט אז מ'ברענגט נאר פון א"י און ער זאגט אז ס'גייט נישט אן די איסור פון קצירה אין שמיטה ביים עומר אזוי אויך האט ער מתיר געווען צו שניידען אין שבת. (אדער פארקערט, פונקט ווי ס'גייט נישט אן די איסור שבת ביים עומר, אזוי איז אויך נישט דא די איסור פון שמיטה בייים עומר)


די קשיא אויף דעם פשט איז בולט:
1. דאס אז קצירת העומר איז דוחה שבת לערנט ר' ישמעאל ארויס פון א פסוק "בחריש ובקציר תשבות" און ער קריגט אויף די ת"ק פון די ברייתא (=רבי עקיבא) וואס לערנט דעם פסוק אויף תוס' שביעית. די גמרא אין מנחות איז מסביר שיטת ר"י אז ער האלט אז עומר שנקצר שלא כמצוותה (דהיינו קודם ליל ט"ז) איז פסול, ממילא איז מוכרח אז עס איז דוחה שבת (און מ'דארף פארענטפערן אויב אזוי פארוואס איז נישט ווי יעדע קרבן וואס איז דוחה שבת פון די אלגעמיינע לימודים וואס מיר האבן געלערנט אין פסחים ואכמ"ל).

2. אויב איז דער עומר נישט כשר צו ברענגען פון סוריא, מוז מען בשנת השביעית אדער ברענגען פון די ספיחים און עובר זיין אויפן (לשיטת הרמב"ם שהבאת שזה נכלל ב) איסור את ספיח קצירך לא תקצור, אדער קען מען היי יאר נישט ברענגען קיין עומר (די גמרא אין מנחות זאגט דעם הכרח אויף אן אנדערע קשיא, דער חלק וואס גייט אויפן מזבח איז דאך כליל, און ביי פירות שביעית איז דא אן איסור "לאכלה ולא לשריפה" נאר וויבאלד די תורה האט געגעבן די מצות העומר און נישט אויסגעלאזט שנת השמיטה, איז בע"כ אז דער איסור ווערט מותר לגבי דעם עומר, וה"ה לגבי האיסור של קצירה לאוצר בשביעית וזה פשוט וברור)

קומט אויס אז דער איסור שבת און דער איסור שביעית ווערן מותר לויט ר' ישמעאל, אבער פון צוויי באזונדערע סיבות און מקורות, ואין לזה שייכות לזה וצ"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 11:46 am

yahoo האט געשריבן:עטליכע הערות אויף דף יא

1) זיזין וכתלים היו יוצאין כדי שלא יציצו הכהנים זאגט די תקלין זיי זאלען נישט זעהן זאכען המביאין אותן לידי טומאה ע"י ראיה עכ"ד. וואס פאר טומאה איז מטמא ע"י ראיה?


אין די גמרא אנהייב פסחים דף ט דערציילט די גמרא איבער א כהן וואס האט געדארפט גיין קוקן אין א בור ווי א שפחה איז אריינגעפאלן ובא כהן ועמד על שפת הבור והציץ בו לידע אם זכר הוא אם נקבה היא, און בשעת מעשה האט ער מאהיל געווען. איז דא וואס לערנען אז דאס איז פשט דא, אז דורכן מציץ זיין וועט ער קומען מאהיל זיין.

(אבער בשפטות הב איך גערלענט, שאם ח"ו יסתכל על דברים האסורים יוכל לבא לידי טומאת ק')

yahoo האט געשריבן:

3) און בכלל די גאנצע סאה רביעית פארשטיי איך נאך נישט אינגאנצען, וואס פאר א מותר איז דא געווען? מ'האט איינגעקויפט וויפיל מ'האט געברויכט, די איינציגע ריוח איז געווען אז מ'האט געצאלט ביליגער פארדעם.
און אויך ביי די בירוצין זאגט דער תק"ח בירוצי הגודשין שניתן להקדש וההקדש 'מוכר' בלא גודש, מעג דען הקדש פארקויפען? אין די משנה זאגט ר"ע אז אין משתכרין בשל הקדש.


די סאה רביעית איז פשט, אז די הלכה זאגט אז הקדש האט געגעבן פאראויס געלט פארן סיטון (האלסעללע"ר) און אפגעשמועסט א פרייז פארן גאנצן יאר, אויב איז דער פרייז געפאלן, האט הקדש נישט דערלייגט נאר דער מוכר האט געדארפט געבן פאר די פרייז וואס הקדש האט באצאלט אנהייב יאר, האט ער געדארפט געבן אסאך מער תבואה (למשל: הקדש האט איינגעצאלט הונדערט דאללאר פאר דיי הונדערט סאה ווייץ ג' סאין בסלע, די פרייז איז געפאלן צו ד' סאין בסלע, דארף דער סיוטן צושטעלן פאר הקדש יעצט פיר הונדערט סאה ווייץ) די איבריגע תבואה פארקויפט הקדש אפילו לויט רבי עקיבא און די געלט איז די מותר נסכים אדער מותר פירות למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה און די גמרא רופט דאס די "סאה רביעית" (לשון הק"ע בזה ואחריו התק"ח שהעתיק את דבריו [C/P] מגומגם, ונקטו הצד של כשהמחיר עלה מד' סאין בסלע לג' סאין בסלע, ופשוט שזה טעות הדפוס, עי' בתפא"י על המשניות וזה פשוט)

ר"ע האלט אין משתכרין בשל הקדש אלס אן אפיציעלער געשעפט, אז הקדש זאל ווערן א ביזנעס פון פארקויפן יינות שמנים וסלתות, אבער אויב איז הקדש פונקט געבליבן מיט די סאה רביעית אדער מיט די בירוצין איז כו"ע מודה אז מפארקויפט דאס.

yahoo האט געשריבן:4) אויבן אויף דף ד. דערמאנט די גמרא די ווארט מותר נסכים, און דארט האט מעו געטייטשט אז מותר מיינט אויב האט איינער נאכגעשיקט זיינע נסכים נאכדעם וואס מ'האט שוין מקריב געווען זיינע קרבנות באקומט עס א דין פון מותר נסכים. פארוואס מוז מען דא זוכען נייע פשטים אויף מותר נסכים?

דארט זאגט די גמרא מיט א פשטות אז דאס גייט צו כלי שרת, אז דו נוצט די ארטסקרול/מתיבתא גמרות, מיש דארט אויף, זיי שמועסן אויס דארט דער חילוק פון יענע מותר נסכים ביז אהער.

yahoo האט געשריבן:אקעי, גענוג פאר דערווייל

קענסט שוין ברענגען נאך, דיבוק חברים איז איינע פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, סבריך הם קילורין לעינים.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 4:51 pm

מיללער האט געשריבן:
אין די גמרא אנהייב פסחים דף ט דערציילט די גמרא איבער א כהן וואס האט געדארפט גיין קוקן אין א בור ווי א שפחה איז אריינגעפאלן ובא כהן ועמד על שפת הבור והציץ בו לידע אם זכר הוא אם נקבה היא, און בשעת מעשה האט ער מאהיל געווען. איז דא וואס לערנען אז דאס איז פשט דא, אז דורכן מציץ זיין וועט ער קומען מאהיל זיין.

(אבער בשפטות הב איך גערלענט, שאם ח"ו יסתכל על דברים האסורים יוכל לבא לידי טומאת ק')


נאכען איבער חזר'ן האב איך אויך אזוי געקלערט, אבער מיין חברותא האט געלאכט פון מיר, נו שוין יעצט האב איך איינעם אויף מיין זייט
מיללער האט געשריבן:די סאה רביעית איז פשט, אז די הלכה זאגט אז הקדש האט געגעבן פאראויס געלט פארן סיטון (האלסעללע"ר) און אפגעשמועסט א פרייז פארן גאנצן יאר, אויב איז דער פרייז געפאלן, האט הקדש נישט דערלייגט נאר דער מוכר האט געדארפט געבן פאר די פרייז וואס הקדש האט באצאלט אנהייב יאר, האט ער געדארפט געבן אסאך מער תבואה (למשל: הקדש האט איינגעצאלט הונדערט דאללאר פאר דיי הונדערט סאה ווייץ ג' סאין בסלע, די פרייז איז געפאלן צו ד' סאין בסלע, דארף דער סיוטן צושטעלן פאר הקדש יעצט פיר הונדערט סאה ווייץ) די איבריגע תבואה פארקויפט הקדש אפילו לויט רבי עקיבא און די געלט איז די מותר נסכים אדער מותר פירות למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה און די גמרא רופט דאס די "סאה רביעית" (לשון הק"ע בזה ואחריו התק"ח שהעתיק את דבריו [C/P] מגומגם, ונקטו הצד של כשהמחיר עלה מד' סאין בסלע לג' סאין בסלע, ופשוט שזה טעות הדפוס, עי' בתפא"י על המשניות וזה פשוט)

ר"ע האלט אין משתכרין בשל הקדש אלס אן אפיציעלער געשעפט, אז הקדש זאל ווערן א ביזנעס פון פארקויפן יינות שמנים וסלתות, אבער אויב איז הקדש פונקט געבליבן מיט די סאה רביעית אדער מיט די בירוצין איז כו"ע מודה אז מפארקויפט דאס.


עס שטייט ערגעץ אז דער תקלין האט עס אראפגעברענגט מגומגם, אדער דו זאגסט עס מדעתי דנפשיך? אזוי צו אזוי זאגסטו זייער גוט...
מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:אקעי, גענוג פאר דערווייל

קענסט שוין ברענגען נאך, דיבוק חברים איז איינע פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, סבריך הם קילורין לעינים.


א ייש"כ פאר די קאמפלמענט...

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 5:06 pm

לאמיר גיין ווייטער מיט דף יא

די משנה זאגט ואם בא חדש בזמנו לוקחין אותה מתרומה חדשה ואם לאו מן הישנה, וואס האט דעס דוקא מיט די קטורת? וואס געשעט אויב ס'נישט אנגעקומען די נייע תרומה צו קויפן קרבנות?
איך קלער אז אפשר ווייל ס'איז אייביג אנגעקומען עפעס נייע תרומה גענוג צו קויפען קרבנות? שטייט ערגעץ א בעסערע הסבר?

און בכלל אויב מ'האט נישט קיין נייע שקלים צו וואס פעלט אויס די גאנצע מחללין אותה, ס'קומט דאך ממילא פון די תרומה ישנה?

אויף ע"ב לפי גירסת ופשט התקלין הא דפשיטא ליה בכלי שרת והא דצריכא ליה בכלי חול, אז נאר דא האט ער א שאלה וואס מ'טוט מיט די מעות וויבאלד ס'איז נתפטם געווארען בכלי חול און ס'דא א דיעה אז ס'איז פסול, איך פארשטיי נישט די תירוץ אויב האלט איך אז ס'איז פסול איז דאך עס קיינמאל נישט געווען קיין מותר הקטורת, ס'דאך פסול?

---

אגב, האב איך געהערט נאכזאגען בשם ר' מאיר צוויבעל אז ער האט א נייע פשט אויף דעם נתקשה משה במחצית השקל, אז ווען מ'האלט ביי האלב פון מסכתא שקלים איז עס נתקשה, גאר שווער..

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 10:39 pm

yahoo האט געשריבן:דף י.

די גמרא באענגט אראפ די ברייתא ווי די חכמים זענען זיך מחולק מיט ר' יוסי צו די יו"ט פון די קרבן עצים איז אנגעגאנגען נאר בזמן הבית אדער אויך בזמן החורבן און מ'ענדיגט צו די ברייתא מיט די מימרא פון ר' אליעזר בר צדוק אז זיי האבן זיך נוהג געווען אזוי אויך לאחר החורבן, וואס איז די גאנצע אריכות דא מיט די מימרא פון ראב"צ און אויך אינעם תקלין, אין די רישא פון די ברייתא שטייט אויך די זעלבע זאך אז די חכמים האלטען אז ס'איז נוהג בין בשעת קרבן ושלא בשעת קרבן.



אין מתיבתא ברעגט ער אז אפשר איז דעס אן אנדערע רבנן וועגן דעם ברעגט מען א ראיה פין א מעשה וואס איז נישט מסתבר די רבנן פין די משנה זאל קריגעט אויף א מעשה רב

עס איז דא מפרשים וואס זאגען עס איז צוויי ראיות
לעצט פאראכטן דורך להתחדד אום מאנטאג נובעמבער 10, 2014 10:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 10:44 pm

מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:עטליכע הערות אויף דף יא

1) זיזין וכתלים היו יוצאין כדי שלא יציצו הכהנים זאגט די תקלין זיי זאלען נישט זעהן זאכען המביאין אותן לידי טומאה ע"י ראיה עכ"ד. וואס פאר טומאה איז מטמא ע"י ראיה?


אין די גמרא אנהייב פסחים דף ט דערציילט די גמרא איבער א כהן וואס האט געדארפט גיין קוקן אין א בור ווי א שפחה איז אריינגעפאלן ובא כהן ועמד על שפת הבור והציץ בו לידע אם זכר הוא אם נקבה היא, און בשעת מעשה האט ער מאהיל געווען. איז דא וואס לערנען אז דאס איז פשט דא, אז דורכן מציץ זיין וועט ער קומען מאהיל זיין.

(אבער בשפטות הב איך גערלענט, שאם ח"ו יסתכל על דברים האסורים יוכל לבא לידי טומאת ק')

[quote="yahoo"]

א חסדישע פשט

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 11:10 pm

yahoo האט געשריבן:לאמיר גיין ווייטער מיט דף יא

די משנה זאגט ואם בא חדש בזמנו לוקחין אותה מתרומה חדשה ואם לאו מן הישנה, וואס האט דעס דוקא מיט די קטורת? וואס געשעט אויב ס'נישט אנגעקומען די נייע תרומה צו קויפן קרבנות?
איך קלער אז אפשר ווייל ס'איז אייביג אנגעקומען עפעס נייע תרומה גענוג צו קויפען קרבנות? שטייט ערגעץ א בעסערע הסבר?

און בכלל אויב מ'האט נישט קיין נייע שקלים צו וואס פעלט אויס די גאנצע מחללין אותה, ס'קומט דאך ממילא פון די תרומה ישנה?

די זעלבע איז טאקע ביי קרבנות
עיין במתיבתא פשט אחר מן ירושלמי ראש השנה

אויף ע"ב לפי גירסת ופשט התקלין הא דפשיטא ליה בכלי שרת והא דצריכא ליה בכלי חול, אז נאר דא האט ער א שאלה וואס מ'טוט מיט די מעות וויבאלד ס'איז נתפטם געווארען בכלי חול און ס'דא א דיעה אז ס'איז פסול, איך פארשטיי נישט די תירוץ אויב האלט איך אז ס'איז פסול איז דאך עס קיינמאל נישט געווען קיין מותר הקטורת, ס'דאך פסול?

דעס איז די ספק צי עס איז פסול ווייל מען פסקט אז חול איז פסול צי עס איז כשר ווייל חול איז מותר
---

אגב, האב איך געהערט נאכזאגען בשם ר' מאיר צוויבעל אז ער האט א נייע פשט אויף דעם נתקשה משה במחצית השקל, אז ווען מ'האלט ביי האלב פון מסכתא שקלים איז עס נתקשה, גאר שווער..


דע וואך ביי שלש סועדת האט ר׳ מאיר הערליך אויס געטיישט ווי אזוי יצחק האט געקענט זיין אן עולה אין ווי אזוי אחז חל געווען די תמורה מיט די איל מיט די גמרא דא אים חל א עולה ביי א שאינה ראויה לו
הפלדיג ארום גערעדט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 11:05 am

הפריש נקבה לעולה, פסח, אשם, ס'איז מיר נישט קלאר וואס פאסירט מיט די ערשטע בהמה ווען מ'מאכט די תמורה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:01 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:הפריש נקבה לעולה, פסח, אשם, ס'איז מיר נישט קלאר וואס פאסירט מיט די ערשטע בהמה ווען מ'מאכט די תמורה.


מקרא מלא דיבר הכתוב סוף פר' בחקותי (פרק כז, י) ...ולא ימיר אותו טוב ברע או רע בטוב (תמים בבעל מום או בעל מום בתמים) "ואם המר ימיר בהמה בבהמה והיה הוא ותמורתו יהיה קודש".

כך שנינו במשנה ריש מס' תמורה, (פ"א משנה א) "הכל ממירים... לא שאדם רשאי להמיר, אלא, שאם המיר, מומר, וסופג את הארבעים". (וכל לאו שאין בו מעשה אין לוקין עליו, חוץ מנשבע ומימר ומקלל את חברו בשם, עי' גמ' מס' תמורה שם ורמב"ם ריש הל' תמורה).

והכוונה כאן "עושה תמורה", היינו שנתפסת עליה קדושה הפסח, העולה והאשם, ושתיהן קדושות באותה קדושה, ואסורים כקדשים עצמם.

וכך פסק הרמב"ם (הל' תמורה פרק א הל' כא) "המפריש נקבה לפסחו או לעולתו או לאשמו "עושה תמורה", אע"פ שאינן ראויין ליקרב, הואיל וירדו לקדושת דמים והרי הם תמימים ירדו לקדושת הגוף".
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

טעם התמורה - וסיום הרמב"ם

תגובהדורך קושר כתרים » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 1:03 pm

אגב, ידוע שהרמב"ם ז"ל סיים כל ספר מספרי היד החזקה באגדתא המושכת את הלב ומוסר השכל. (עצה טובה: נכון ליקח זמן מועט ולעיין בהם)

גם כאן בסוף הלכות תמורה סיים בנתינת טעם דין תמורה שנתפסת הקדושה בשתי הבהמות, וראוי להעתיק לשונו הנחמד:
"אע"פ שכל חוקי התורה גזירות הם, ראוי להתבונן בהן, וכל מה שאתה יכול ליתן לו טעם תן לו טעם, הרי אמרו חכמים הראשונים שהמלך שלמה הבין רוב הטעמים של כל חוקי התורה, יראה לי שזה שאמר הכתוב והיה הוא ותמורתו יהיה קודש, כענין שאמר ואם המקדיש יגאל את ביתו ויסף חמישית כסף ערכך עליו, ירדה תורה לסוף מחשבת האדם וקצת יצרו הרע, שטבע של אדם נוטה להרבות קניינו ולחוס על ממונו, ואע"פ שנדר והקדיש אפשר שחזר בו וניחם ויפדה בפחות משוויו, [לכן] אמרה תורה אם פדה לעצמו יוסיף חומש, וכן אם הקדיש בהמה קדושת הגוף שמא יחזור בו, וכיון שאינו יכול לפדותה יחליפנה בפחותה ממנה, ואם תתן לו רשות להחליף הרע ביפה יחליף היפה ברע ויאמר טוב הוא, לפיכך סתם הכתוב בפניו שלא יחליף, וקנסו אם החליף ואמר "והיה הוא ותמורתו יהיה קודש", וכל אלו הדברים כדי לכוף את יצרו ולתקן דעותיו, ורוב דיני התורה אינן אלא עצות מרחוק מגדול העצה לתקן הדעות וליישר כל המעשים, וכן הוא אומר הלא כתבתי לך שלישים במועצות ודעת להודיעך קושט אמרי אמת להשיב אמרים אמת לשולחך".
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 2:19 pm

קושר כתרים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:הפריש נקבה לעולה, פסח, אשם, ס'איז מיר נישט קלאר וואס פאסירט מיט די ערשטע בהמה ווען מ'מאכט די תמורה.


מקרא מלא דיבר הכתוב סוף פר' בחקותי (פרק כז, י) ...ולא ימיר אותו טוב ברע או רע בטוב (תמים בבעל מום או בעל מום בתמים) "ואם המר ימיר בהמה בבהמה והיה הוא ותמורתו יהיה קודש".

כך שנינו במשנה ריש מס' תמורה, (פ"א משנה א) "הכל ממירים... לא שאדם רשאי להמיר, אלא, שאם המיר, מומר, וסופג את הארבעים". (וכל לאו שאין בו מעשה אין לוקין עליו, חוץ מנשבע ומימר ומקלל את חברו בשם, עי' גמ' מס' תמורה שם ורמב"ם ריש הל' תמורה).

והכוונה כאן "עושה תמורה", היינו שנתפסת עליה קדושה הפסח, העולה והאשם, ושתיהן קדושות באותה קדושה, ואסורים כקדשים עצמם.

וכך פסק הרמב"ם (הל' תמורה פרק א הל' כא) "המפריש נקבה לפסחו או לעולתו או לאשמו "עושה תמורה", אע"פ שאינן ראויין ליקרב, הואיל וירדו לקדושת דמים והרי הם תמימים ירדו לקדושת הגוף".


ישר כח

ס'הייסט אז דער ערשטער בהמה ווערט למשל א עולה? א נקבה קאן דאך נישט ווערן אן עולה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 5:07 pm

די ערשטע בהמה אויב זאג איך אז ס'מאכט תמורה איז טייטש אז ס'חל דערויף א קדושת הגוף און מ'קען עס נישט מקריב זיין איז די הלכה אז ירעו.

אויסער אויב מ'גייט לויט דעם צווייטען פשט אינעם תקלין אז תנא קמא האלט אז אפי' ס'איז נאר קדושת דמים באקומט עס א דין פון קדושת הגוף אויף אזויפיל אז ס'עושה תמורה, דאן קען מען עס תיכף פארקויפען


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט