קושיות והערות על שיעור היום - מסכת שקלים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קושיות והערות על שיעור היום - מסכת שקלים

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 5:03 pm

איך זעה אז מ'האמיר נאכנישט די רוטינע אשכול איבערצושמועסן דעם טעגליכן שיעור און וואס עס קען שווער ווערן, לאמיר גיין פתיחה אין דעם הייליגען מסכתא, מסכת שקלים מן תלמוד הירושלמי אשר בתוך הבבלי, וזה החלי.

דף ב

1. די משנה משמיעין על הכלאים, יוצאין אף על הכלאים און די נאכפאלגענדע משנה וואס די שלוחי בי"ד האבן געטאן אויב האבן זיי געטראפן כלאים.
עס איז מיר קודם שווער געווען אז אויב רעדט מען אז עס איז געוואקסן כלאים, וואס העלפט די הכרזות און עקירות, מקרא מלא דבר הכתוב, פן תוקדש המלאה און חז"ל דרש'נען פן תוקד אש אז כלאים איז אסור בהנאה, אז עס איז שוין כלאים איז דאך אלעס אסור?
ביז איך בין געקומען דערויף אז דער איסור הנאה איז נאר ביי כלאי הכרם, משא"כ כלאי זרעים כאטש עס איז אויך אסור מן התורה צו פלאנצן ווי די תוה"ק זאגט אין פר' קדושים שדך לא תזרע כלאים, איז עס נאר אן איסור זריעה (וקיום אסור ג"כ לויט טייל מא"ד אין מס' מו"ק) אבער דאס איז געוואקסן בכלאים איז נישט אסור באכילה והנאה, און דערפאר איז מען מכריז שימעטו ויעקרו כדי שלא לקיים, אבער נאך די עקירה איז דער אנדערער טייל מותר (רק מדרבנן לא רצו שיהנו בעלי עברה כמבואר במשנה ב' ובגמרא שאחריו)

2. פארוואס האט מען געמאכט דריי תרומות?
לויט דעם תקלין חדתין לערנט אונזער גמרא אז אין תורמין מן הגבוי ועל העתיד לגבות, אלע קשלים האבן געדארפט זיין אין די לשכה פאר ראש חודש ניסן, די צוויי שפעטערדיגע תרומות זענען געווען נאר כדי לעשות פומבי. איז קשה, וואס האט מען געטאן מיט די נאכפאלגענדע תרומות, האט מען עס גענוצט לצורך הקרבנות? די גמרא לרענט דאך ארויס אז לחדשי/לחדשי אז די תרומה דארף זיין דייקא אין חודש ניסן? (איך האב געזען צוברעגנען אז דער רמב"ם לערנט אז די שפעטערע תרומות זענען געווען מן הקופות אל קופות אבער נישט קיין נייע תרומות דירעקט פון די לשכה, ולפי"ז האט טאקע די ערשטע תרומה געדעקט דעם גאנצן יאר, איז דאס מוסכם לכל הדיעות?)

3. לטובה כל נדיב לב - לרעה ויתפרקו - אי אתה יכול לעמוד על אופיה של אומה זו
איז דער נתבעין ונותנין זיך מחולק אויף דעם לטובה/לרעה? לויט אים קומט אויס אז דאס איז פשוט אן איינגעבאקענער טבע פון כלל ישראל, כל הפושט יד נותנים לו, און נישט אז לרעה גיט מען שנעלער ווי לטובה - האט דער עולם אזוי געלערנט? אנדערש, וואס וויל ער ארויסברענגען מיט דעם אי אתה יכול לעמוד?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 5:18 pm

מיללער האט געשריבן:עס איז מיר קודם שווער געווען אז אויב רעדט מען אז עס איז געוואקסן כלאים, וואס העלפט די הכרזות און עקירות, מקרא מלא דבר הכתוב, פן תוקדש המלאה און חז"ל דרש'נען פן תוקד אש אז כלאים איז אסור בהנאה, אז עס איז שוין כלאים איז דאך אלעס אסור?

מען רעדט דאך פון רשעים וואס האבן געפלאנצן שלא ברשות ניין?

מיללער האט געשריבן:3. לטובה כל נדיב לב - לרעה ויתפרקו - אי אתה יכול לעמוד על אופיה של אומה זו
איז דער נתבעין ונותנין זיך מחולק אויף דעם לטובה/לרעה? לויט אים קומט אויס אז דאס איז פשוט אן איינגעבאקענער טבע פון כלל ישראל, כל הפושט יד נותנים לו, און נישט אז לרעה גיט מען שנעלער ווי לטובה - האט דער עולם אזוי געלערנט? אנדערש, וואס וויל ער ארויסברענגען מיט דעם אי אתה יכול לעמוד?

יא, מיר האבן געלערנט אז ער קריגט זיך. און די חילוק איז, צו זענען זיי א פאלק וואס ווייסט פונקטליך וואס טוט זיך מיט זיך נאר די געלט פארן משכן איז געווען כדי לכפר, אדער פשוט אן עמא פזיזא וואס דאס איז א מליצה ישרה אויפן עגל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 5:33 pm

3) ער ברענגט יא ארויס אז לרעה איז שנעלער. ביי די משכן איז נאר געווען כל "נדיב" לב, משא"כ ביי די עגל איז ויתפרקו, גאנץ כלל ישראל
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:33 pm

פארוואס דערמאנט דא די משנה קריאת המגילה ווען די זמן איז
לכ' איז די גראדסטע מהלך ווי די ירושלמי פארענטפערט די סתירה צווישען די משנה אין בין אדר א' לאדר ב' וואס דארט לכ' איז משמע אז לגבי די דין פון מכריזין על השקלים איז יא אייניג אדר ראשון און אדר שני,
דערפאר איז די משנה מוסיף אז דא רעדט זיך פון דעם חודש אדר אין וועלכע מען ליינט די מגילה

___

עי' רמב''ם פ''א ה''ט בשקלים, ותוס' קדושין נ''ד ע''א, עס איז צוויי מהלכים וויאזוי די ראשונים האבן אפגעלערנט די מכריזין על השקלים תוס' לערנט אז מען האט גלייך א' אדר אנגעהויבען גובה זיין די שקלים דער רמב''ם לערנט אז מען האט נאר מכריז געווען אז די עולם זאל זיך 'גרייטען' אבער בפועל האט מען ערשט בט''ו אנגעהויבען צאמנעמען די שקלים

בדרך אפשר קען זיין אז די רמב''ם וואס לערנט אז מען האט נאר געהייסען גרייטען די שקלים און בפועל האט מען ערשט שפעטער אנגעהויבען קלויבען די שקלים ער גייט בשיטת הירושלמי וואס לערנט די טעם בכדי שתתרם הלשכה כיום הקמתה וואס דעמאלטס האט מען אויך ביום בנין המשכן א' ניסן תורם געווען די לשכה
די ראשונים וואס לערנען אז מכריזין על השקלים מיינט אז בפועל האט מען שוין געקליבן די שקלים אנהייב אדר קען זיין זיי גייען בשיטת המס' סופרים פרק כ''א וואס דארט איז מבואר די טעם פון די הכרזה על השקלים להקדים שקלי ישראל לשקלי המן איז מעגליך אז בתחילת אדר נאך בעפאר די פור המן גייט קומען זאלען שוין די יודען בתחילת החודש האבן תורם געווען די שקלים

______
אויף ב' ע''ב איז דא די מימרא פון רבי אבא בר אחא שאין אתה יכול לעמוד על אופיא של אומה זו מיט דעם וואס ווי מען בעט זיי א נתינה זענען זיי דא צו געבן הן ביים עגל און הן ביים משכן
מעגליך אז די מימרא איז גאר א מליצה ישרה להמתיק נתינת זהב לעגל במדבר אז די יודן זענען א געבעדיג פאלק,

מיללער האט געשריבן:3. לטובה כל נדיב לב - לרעה ויתפרקו - אי אתה יכול לעמוד על אופיה של אומה זו
איז דער נתבעין ונותנין זיך מחולק אויף דעם לטובה/לרעה? לויט אים קומט אויס אז דאס איז פשוט אן איינגעבאקענער טבע פון כלל ישראל, כל הפושט יד נותנים לו, און נישט אז לרעה גיט מען שנעלער ווי לטובה - האט דער עולם אזוי געלערנט? אנדערש, וואס וויל ער ארויסברענגען מיט דעם אי אתה יכול לעמוד?

עס איז קלאר אז ס'א מחלוקה עי' במפרשי הירושלמי
הרב מ'סקערענטאן אין מיינע אויגען זעט דאס אויס ווי א מליצה ישרה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:54 pm

לגבי אות ב' פון מיללער, האב איך מיר זיער געפלאגט צו פארשטיין, וואס האלט די גמ' אין די הו"א, און וואס איז די מסכנה,
פארוואס פארשטייט מען אז אויב נעמט מען דריי תרומות אז דאס איז געוועהן פון די הכנסה פון אנדערע מקומות?,
עפעס איז מיר נישט קלאר דא

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 12:33 am

די הו"א איז ווי די פשטות המשנה פ'ג מ'ג, די מסקנא דארף א ביאור
למה זה תשאל לשמי...

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:19 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז מיר קודם שווער געווען אז אויב רעדט מען אז עס איז געוואקסן כלאים, וואס העלפט די הכרזות און עקירות, מקרא מלא דבר הכתוב, פן תוקדש המלאה און חז"ל דרש'נען פן תוקד אש אז כלאים איז אסור בהנאה, אז עס איז שוין כלאים איז דאך אלעס אסור?

די טבע איז אז ווען מען מאכט הכרזות און השמצות אויף א בעל עבירה האט ער מער מורא פארן חטא, דער רשע האט דאך נישט מורא פארן עצם האיסור, אז מען מאכט אים ללעג ולקלס וועט עס אביסעל אויפטון סיי אויף אים זעלבסט
אויכעט פארן ציבור איז עס א דבר טוב, וכל העם ישמעו ויראו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 11:10 am

איידער איך גיי ווייטער, איז אפשר אינטערעסאנט אנצודייטן אז עס איז פארהאן א קליין ספר'ל "פירות תאנה" אויף מסכת שקלים, עס איז א גוטע ליקוט פון הערות והארות על הדף, איך האב ב"ה דארט געטראפן עטליכע תירוצים און גוטע מראי מקומות אויף זאכן וואס האט מיך געארט.

-

איזה הערות אויף דף ג

1. "אצלו" - דער ציון נעבן די טומאה:
קודם לערנט די גמרא ארויס פונעם ווארט "אצלו" אז דער שטיין אלס ציון הקבר לייגט מען נישט אויף די מקום הקבורה נאר אפגעריקט אהינצוהר אז מ'זאל נישט בטעות מאהיל זיין און זיך כאפן צו שפעט, אבער באלד דערויף זאגט די גמרא אז למעשה אז איינער איז מאהיל אויפן שטיין איז ער טמא, טא מה הועילו בתקנתן?

2. הפקר בי"ד הפקר:
די גמרא ברענגט אז דאס וואס בי"ד האט מפקיר געווען די פעלדער פון מקיימי כלאים איז באזירט אויפן כח פון הפקר בי"ד הפקר וואס לערנט זיך פון יחרם כל רכושו (אגב, עי' בהערות "ציון ירושלים" מה שמביא שבכ"מ בש"ס בבלי יש ב' מא"ד על הלימוד של הפקר בי"ד הפקר וחידושו של הגאון המהרש"ל ביש"ש לחלק בין הלימודים) און דערויף פרעגט די גמרא וואס טוט זיך מיט פטור המעשרות, און עס טוט זיך איבער צוויי ראויות 1. פון אן עיבור יאר אום שמיטה בזמן שהשנים כתיקונן ואיסור הבאת ירק מחו"ל משום גוש ארצה"ע, און אנדערע ראיה פון מסכת פאה ביי א גדיש ע"ג לקט

היצטערט, אויב איז הפקר בי"ד הפקר פון א פסוק, און דער כלל איז אז הפקר איז פוט מן המעשר, פארוואס דארף מען צו דעם נאך א ראיה, ולאו ממילא הוא? קומט דער תק"ח און איז מסביר אז אולי האבן חז"ל נאר גע'קנס'ט דעם בעל השדה אבער נישט געוואלט שאדן מאכן פאר די לוים זייער חלק המעשר, אויב איז דאס דער ספק, וואס איז די ראיה פון דעם עיבור יאר אין שמיטה, דאס איז דאך נישט קיין קנס און אוודאי פועל'ט דאס אויך לגבי מעשר?
ווידער בעצם ביי עיבור השנה, דאס איז דאך א תורה'דיגער כח וואס בי"ד האט, עס נוצט לגבי די מועדים, מ'עסט חמץ י"ד אדר ב', דאס פארשטייט מען, אבער די הפקעה ממעשרות דאס איז די חידוש? וואס האט דאס מיט א פריוואטע הפקר וואס בי"ד איז מפקיר די פעלד פון אן עבריין?

3. הפקר לעניים לא הוי הפקר:
די צווייטע ראיה איז פון דאס וואס חז"ל האבן אוועקגענומען די תבואות פון יענעם וואס דעקט איבער לקט מיט א גדיש. אין די משנה אין פאה זעלבסט ווערט נשיט דערמאנט קיין ווארט איבער די פטור ממעשר, ווער זאגט בכלל אז די עניים וואס נעמען די תבואה דארפן טאקע נישט געבן מעשר?
ווידער קומט די גמרא מיט א מחלוקת צו די משנה איז דוקא בית שמאי וואס האלט אז הפקר לעניים הוי הפקר אדער משום קנסא איז ב"ה אויך מודה, איז כדאי אריינצוקוקען אין משניות וויאזוי רעק"א לערנט אפ די גמרא, ער זאגט אז אפי' בית הלל וואס האלט אז הפקר לעניים לא הוי הפקר וממילא איז עס מחויב במעשר, איז פשט ווייל דער הפקר ארבייט נישט און ווען דער עני נעמט עס איז ער עס מחויב מחזיר צו זיין להבעלים, משא"כ ווען בי"ד טוט דאס אלס קנס, האט עס יא א תוקף מדין הפקר בי"ד אפי' אויב עס איז דוקא לעניים וממילא איז עס שוין אויך פטור ממעשר ודו"ק ולפי"ז איז די ראיה צו אונזער משנה גאר גוט, להבנת התק"ח אז די שאלה צו דער קנס גייט אזוי ווייט לפטרו ממעשר

4. נשים עבדים וקטנים אין ממשכנין
דאס אז אן אשה איז פטור פון שקלים ברענגן די מפרשי המשנה והגמרא לערנט זיך פון א פסוק, ונתנו "איש" כופר נפשו - איש ולא אשה, זעהט אויס אז מדין מ"ע שהזמן גרמא וואלטן זיי נישט געווען פטור, לכאורה די אלע קרבנות וואס מען איז מקריב מיט די געלט איז דאך הזמן גרמא (בעצם קרבנות איז דאך ביום צוותו ולא בלילה) נו איז דאך דא דער אלגעמיינער פטור פון מ"ע שהזמן גרמא?

איבער קטנים האט מען שוין דערמאנט באשכול הסמוך אז עס איז א מחלוקה בגדר הקטן ביז ווען ער איז פטור, לויט דעם תק"ח זאגט די גמרא אז פון הביא ב"ש ביז בן כ' קען ער געבן אבער מען איז אים נישט ממשכן, לכאורה דארף ער מוסר זיין דעם שקל יפה יפה, זעה איך דאך שוין פון דא אז ווער עס גייט א מחצה"ש פרייוויליג איז מען נישט באזארגט שלא ימסרם יפה.

5. חיוב כהנים במחצה"ש
אויב איז די גמרא ירושלמי אין שקלים אביסל פרעמד, קוקט אויס אז אפי' די משניות זענען נישט אויפן אלגעמיינעם שטייגער, דאס האט מען געזען אין די פריערדיגע משנה וואס גייט בהדרגה פון עוקרין ומשליכים לפניהם, על הדרכים והפקירו השדות, אבער די משנה כאפט דאס אזוי צאם ביקצור ממש כנוסח הירושלמי , דאס זעלבע דא אין די משנה לגבי די מחלוקת פון בן בוכרי און ריב"ז איבער די כהנים, יא חוטא נישט חוטא, מנחת כהן כליל, בקיצור נמרץ.

למעשה, די סומאטאכע מיט די כהנים איז צווייפאכיג; אפי' אויב האבן זיי א חיוב איז מען זיי נישט ממשכן משום דרכי שלום/דרך הכבוד, דאס פארשטייט מען. די שאלה איז צו בעצם זענען זיי מחויב, ווייל א מנחת כהן איז דאך כליל, נו ווי קען ער האבן א חלק אין די "עומר, און שתי הלחם" (לשון המפרשים), ואני תמה, נאר דאס זענען מנחות פון קרבנות ציבור? מיט יעדן קרבן האט מען מקריב געווען א מנחה, ומנחתם ונסכיהם כמדובר, ג' עשרונים לפר וב' עשרונים לאיל וכו', דארט איז נישט דא דער פראבלעם פון מנחת כהן כליל? אדער אפשר יענס האט מען טאקע פארברענט און נאר דער עומר ושתי הלחם האט מען געגעסן?

דער קרבן העדה זאגט עפעס אז למעשה דער עומר וב' הלחם האט מען גענומען נאר פון שקלי ישראל, וואס איז פשט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 9:52 pm

דף ד'

די גמרא זאגט אז די משנה קען נישט רעדן פון נכרים ווייל מרעדט פון קיני זבין וזבות. איז דער תק"ח מסביר וז"ל "וקני זבים וזבות ליתא בנכרים שאינם יודעים וטורחים בזה לעולם שיביאו קיני זבין דליתני אין מקבלין"
איך פארשטיי נישט זיין גאנצע אריכות, עס איז אן אפענע גמרא אין נדה לד. בני ישראל מטמאין בזיבה ואין העכו"ם מטמאין בזיבה, איז דאך זיכער אז מנעמט נישט פון זיי קיין קני זבין?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:00 pm

מיללער האט געשריבן:דף ד'

די גמרא זאגט אז די משנה קען נישט רעדן פון נכרים ווייל מרעדט פון קיני זבין וזבות. איז דער תק"ח מסביר וז"ל "וקני זבים וזבות ליתא בנכרים שאינם יודעים וטורחים בזה לעולם שיביאו קיני זבין דליתני אין מקבלין"
איך פארשטיי נישט זיין גאנצע אריכות, עס איז אן אפענע גמרא אין נדה לד. בני ישראל מטמאין בזיבה ואין העכו"ם מטמאין בזיבה, איז דאך זיכער אז מנעמט נישט פון זיי קיין קני זבין?

אבער עכ"פ אויב איינער וויל יא? וואלט די משנה געדארפט זאגן אז מען נעמט נישט. משא"כ אז זיי טראכטן בכלל נישט אין דעם ריכטונג
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:12 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דף ד'

די גמרא זאגט אז די משנה קען נישט רעדן פון נכרים ווייל מרעדט פון קיני זבין וזבות. איז דער תק"ח מסביר וז"ל "וקני זבים וזבות ליתא בנכרים שאינם יודעים וטורחים בזה לעולם שיביאו קיני זבין דליתני אין מקבלין"
איך פארשטיי נישט זיין גאנצע אריכות, עס איז אן אפענע גמרא אין נדה לד. בני ישראל מטמאין בזיבה ואין העכו"ם מטמאין בזיבה, איז דאך זיכער אז מנעמט נישט פון זיי קיין קני זבין?

אבער עכ"פ אויב איינער וויל יא? וואלט די משנה געדארפט זאגן אז מען נעמט נישט. משא"כ אז זיי טראכטן בכלל נישט אין דעם ריכטונג

ער מעג וועלן עס איז חולין בעזרה, ניין?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:14 pm

מיללער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דף ד'

די גמרא זאגט אז די משנה קען נישט רעדן פון נכרים ווייל מרעדט פון קיני זבין וזבות. איז דער תק"ח מסביר וז"ל "וקני זבים וזבות ליתא בנכרים שאינם יודעים וטורחים בזה לעולם שיביאו קיני זבין דליתני אין מקבלין"
איך פארשטיי נישט זיין גאנצע אריכות, עס איז אן אפענע גמרא אין נדה לד. בני ישראל מטמאין בזיבה ואין העכו"ם מטמאין בזיבה, איז דאך זיכער אז מנעמט נישט פון זיי קיין קני זבין?

אבער עכ"פ אויב איינער וויל יא? וואלט די משנה געדארפט זאגן אז מען נעמט נישט. משא"כ אז זיי טראכטן בכלל נישט אין דעם ריכטונג

ער מעג וועלן עס איז חולין בעזרה, ניין?

דאס וואלט אבער די משנה געדארפט זאגן, אז עס איז חולין בעזרה. שווער צו פארשטיין?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:28 pm

די משנה דארף נישט צו זאגן אז מאיז נישט מקבל קיין קיני זבין פון עמיצן וואס איז טהור מטומאת זיבה

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 23, 2014 10:31 pm

מיללער האט געשריבן:די משנה דארף נישט צו זאגן אז מאיז נישט מקבל קיין קיני זבין פון עמיצן וואס איז טהור מטומאת זיבה

יעצט כאפ איך רעכט דיין קשיא
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » פרייטאג אוקטובער 24, 2014 12:46 pm

עי בדרישה חו''מ סי' רע''ג אות ט''ז א שיינע ביאור במחלוקת טור ובית יוסף, צו ווען חז''ל האבן שפעטער מחמת קלקול עוברי העבירה מתקן געווען צו 'מפקיר' זיין די שדות החוטאים, צו עס איז נאך געבליבען די חלק פון שלוחין יוצאין אויך אויף די נקודה פון מפקיר זיין די טור האלט אז עס איז א כלליותדיגער הפקר און די ב''י לערנט אז די שלוחים האבען בפרטיות מפקיר געווען יעדע בעל עבירה'ס פעלד בפני עצמו.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:14 am

מיללער האט געשריבן:
איזה הערות אויף דף ג

1. "אצלו" - דער ציון נעבן די טומאה:
קודם לערנט די גמרא ארויס פונעם ווארט "אצלו" אז דער שטיין אלס ציון הקבר לייגט מען נישט אויף די מקום הקבורה נאר אפגעריקט אהינצוהר אז מ'זאל נישט בטעות מאהיל זיין און זיך כאפן צו שפעט, אבער באלד דערויף זאגט די גמרא אז למעשה אז איינער איז מאהיל אויפן שטיין איז ער טמא, טא מה הועילו בתקנתן?

לויט וויאזוי איך פארשטיי עס ארבעט עס אזוי, אצלו לערנט מען ארויס אז מ'דארף עס לייגן נעבן די מקום טומאה, און געווענדליך האט מען געלייגט צוויי סימנים אויף ביידע זייטען פונעם מקום טומאה, איז אויב זעהט מען נאר איין ציון בין איך חושש אז מ'האט עס יא אנגעצייכענט אויף די מקום הטומאה.

--
איך וויל פארשטיין דארט די גמרא ווייטער ווען די גמרא זאגט אז אויף בשר אליינס מאכט מען נישט קיין ציון און די גמרא פרעגט "ולא נמצא מטמא טהרות למפרע", וואס איז די חשש אויב מאכט מען נישט קיין ציון? אז ער גייט אדורכגיין מיט טהרות און ער וועט קיינמאל נישט וויסען אז דא איז דא א טומאה, אדער אז ער גייט אדורכגיין מיט טהרות און ער וועס עס דארפען פארברענען?

פשטות פונעם ת"ח קוקט אויס אז ער גייט באמערקען די טומאה נאר צו שפעט און ער איז מפסיד טהרות, מיין חברותא טענה'ט אז די חשש איז ער גייט קיינמאל נישט וויסען אז דא איז דא א טומאה (ער זאגט אז אזוי שטייט אין די מתיבתא גמרא, פון ווי נעמן זיי עס?) ווער איז גערעכט?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:24 am

דף ד:

הנותן סלע ונוטל שקל חייב ב' קולבנות, לויט רב קומט דעס אויס אפי' לחכמים איינער קען מיר מסביר זיין אין אידיש פארוואס?

פארוואס ווען איך גיי אריין צו א שולחני אויפטוישען א סלע פאר צוויי האלבע באצאל איך נאר איין קלבון, און אויב בין איך אים שולדיג א שקל און איך באצאל מיט א סלע און נעם רעשט דארף איך באצאלען צוויי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 10:06 pm

כבוד ר' יאה"ו (יואל אהרן הלוי ווייס... נו גילוי)
1. דער פשט מחלק צו זיין פון צוויי ציונים צו איין ציון איז שיין, איך בין אבער נישט זיכער אז עס שטימט בפנים, בפשטות שטייט נישט אין ערגעץ אז מזאל לכתחלה מאכן צוויי ציונים.

2. בנוגע וואס איך בין חושש לגבי בשר שלא נתעכל, די גמרא זאגט 'מטמא טהרות' דאס מוז נישט דוקא מיינען שיפסיד וישרוף ווייל ער וועט דאך כלל נישט וויסן, אבער די ווארט 'למפרע' זעהט אויס אז מרעדט ווען ער כאפט זיך שוין, און אויף דעם לייגט דער תק"ח צו דער 'מפסיד טהרותיו' ודו"ק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 10:09 pm

איידער די סוגיא פונעם קלבון, לאמיר נאך א רגע רעדן פון די שקלים, למעשה נשים ועבדים איז מען נישט ממשכן אבער מקבלין מהן, וואס טוט זיך לגבי תובעין?

דער מכם להוציא את המומרים לויטן תק"ח דארף רחמי שמים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 10:25 pm

לגבי מיין קשיא אויבן פארוואס מרעדט דייקא פון עומר ושתי הלחם מהאט דאך מיט יעדן קרבן געברענגט א מנחה, איז טאקע דער תירוץ אז יענע מנחות זענען סייווי געווען כליל (רש"י זאגטנעס מפורש בפרשת שלח לך במדבר טו ד) ממילא איז נישטא דער פראבלעם דארט לגבי די כהנים.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 1:39 pm

מיללער האט געשריבן:איידער די סוגיא פונעם קלבון, לאמיר נאך א רגע רעדן פון די שקלים, למעשה נשים ועבדים איז מען נישט ממשכן אבער מקבלין מהן, וואס טוט זיך לגבי תובעין?

לכאורה מיינסטו דאס צו פרעגן, אז אויף קטנים האט די גמרא געפרעגט א סתירה "הכא את אמר תובעין והכא את אמר אין תובעין" און ביי נשים איז דאך אויך דא די זעלבע סתירה און די גמרא פרעגט נישט גארנישט.

האב איך געהערט פון א שטיקעל ת"ח אז לגבי נשים האט די גמרא געוויסט קלאר אז זיי מוזען נישט געבן אפי' מדרבנן ממילא איז זעכער אז מ'איז נישט תובע, און די משנה אויף דף ג: וואס האט געזאגט אז אין ממשכנין קוקט דאך אויס אז מ'איז יא תובע, דאס האט מען נאר געשריבען אגב די קטנים, ווייל אין גאנץ ש"ס גייט נשים ועבדים צוזאמען מיט קטנים, אבער אליבא דאמת איז מען נישט תובע, נאר אויב ווילען זיי געבן איז מען מקבל פון זיי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 3:09 pm

yahoo האט געשריבן:

דאס אז די נשים זענען אגב די קטנים האב איך טאקע געטראפן אין פני משה, איך האב אויך אינזינען געהאט צו פרעגן פארוואס זאל מען פון קנטים יא תובע זיין און פון נשים נישט? האב איך געזען אין 'פירות תאנה' ברענגט ער צו א טעם (שכחתי כעת שם אומרו) אז דער קטן (שהביא ב' שערות ולא הגיע לבן עשרים) גייט למעשה קומען לידי חיוב, דערפאר כעין חינוך איז מען תובע אז ער זאל שוין אינהייבן געבן א מצחה"ש פון בעפאר, משא"כ נשים ועבדים לא יבואו לכלל חיוב.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 3:45 pm

אודות דין נתינת קטנים, על אף שמסירתן לציבור הוא ע''י קנין דרבנן, עי' בקצוה''ח סי' רל''ה דמכאן משמע דקנין דרבנן מהני אדאורייתא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 4:29 pm

ביבער היט האט געשריבן:אודות דין נתינת קטנים, על אף שמסירתן לציבור הוא ע''י קנין דרבנן, עי' בקצוה''ח סי' רל''ה דמכאן משמע דקנין דרבנן מהני אדאורייתא.

הכוונה לדברי הגמרא בסוכה, קטן יכול לקנות אבל לא להקנות, אבל זו דוקא אם לומדים שקטנים היינו פחות מבן י"ג, אבל לשיטת הגר"א ואחריו התק"ח הרי מדובר בקטנים בני י"ג למטה מבן כ'

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 5:10 pm

מיללער האט געשריבן:
דף ב

2. פארוואס האט מען געמאכט דריי תרומות?
לויט דעם תקלין חדתין לערנט אונזער גמרא אז אין תורמין מן הגבוי ועל העתיד לגבות, אלע קשלים האבן געדארפט זיין אין די לשכה פאר ראש חודש ניסן, די צוויי שפעטערדיגע תרומות זענען געווען נאר כדי לעשות פומבי. איז קשה, וואס האט מען געטאן מיט די נאכפאלגענדע תרומות, האט מען עס גענוצט לצורך הקרבנות? די גמרא לרענט דאך ארויס אז לחדשי/לחדשי אז די תרומה דארף זיין דייקא אין חודש ניסן? (איך האב געזען צוברעגנען אז דער רמב"ם לערנט אז די שפעטערע תרומות זענען געווען מן הקופות אל קופות אבער נישט קיין נייע תרומות דירעקט פון די לשכה, ולפי"ז האט טאקע די ערשטע תרומה געדעקט דעם גאנצן יאר, איז דאס מוסכם לכל הדיעות?)

אינעם דף התמצית האט ער געשריבען אויף די גמרא, אז מדין תורה איז מען טאקע נאר תורם א' ניסן און די נאכפאלגענדע תרומות איז נאר מדרבנן כדי לעשות פומבי (און כ'פארשטיי אז מ'האט עס אויך גענוצט לצורך הקרבנוות, ואפי' לשיטת הרמב"ם)

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט