פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
ס'איז ידוע אז ר' אברהם לייטנער ז"ל פלעגט זאגן, אז מען קען כמעט נישט ברענגען קיין קלארע ראיה פון ירושלמי - און מען זאל זיך רעכענען דערמיט אזוי ווי א שטיקל גמ', בסך הכל איז עס אדער א שטיקל פני משה אדער קרבן העדה, און לגבי שקלים א שטיקל "תקלין חדתין", וואס זיי האבן אזוי געלערנט פשט אינעם ירושלמי. ווייל אזוי איז און גאנץ ירושלמי, זה אומר בכה וזה אומר בכה, זייער אסאך מאל איז נישט דא קיין קלארע קאנצענזעס צווישן די מפרשים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
מיין בליק אויף די מסכת שקלים: מען קומט אריין אין ביהמ"ד ביינאכט נאך א טאג פון דילן מיט א וועלט מיט משוגעים, מיט אלע מינע עגמת נפש'ן, מען זעצט זיך צו צו די גמרא, און נאך אפאר מינוט איז עס משונה'דיג געשמאק, מען לעבט מיט די חברותא, און אפי' ווען די חבר איז נישטא מען לעבט מיט די גמרא אויף אלע באקן, מען גייט אהיים נאך מעריב אן אויפגעלייגטער. די זעלבע זאך איז מיטן פארטאגס מען שטייט אויף, ס'איז נישט גרינג [ניין?? גארנישט געוואוסט...] מ'זעצט זיך צו די גמרא און די חיות קומט אריין אינעם מענטש.
דאס איז געווען מיט מסכת פסחים, שבת.
מסכת שקלים, דארט איז מקויים געווארן: בזיעת אפך תאכל לחם [אין לחם אלא תורה כדכתיב לכו לחמי בלחמי, וואטעווער] ס'איז "ביטער שווער געווען" דאס צו לערנען, און די קייט איז געלאפן ווייטער, ס'איז אזוי שווער געווען נאכדעם צו קומען אין ביהמ"ד לערנען ווען מען האט שווערליך געקענט ארויסנעמען סיפוק דערפון. סארי, איך בין א בשר ודם וואס האט ליב לעבעדיגע עקשאן.
בקיצור: איך האב מיך איבערגעצייגט אז איך האלט נאך ווייט פון תורה לשמה.. קיין ר' חיים קניבסקי וועל איך שוין נישט אויסוואקסן..

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
איך קען נישט זאגן קיין שטעלונג איבער לערנען שקלים, כ'האב זיך ליידער פונקט ביי די מס' עטוואס געפוילעטצ'ט, כ'בין נאכנישט פארטיג דערווייל, פאר מיר וואלט דריי בלאט א וואך נישט געהאלפן, ס'איז געווען מיין אייגענע שולד, כ'וואלט ווען געקענט לערנען די פיר בלאט און עס קענען, נאר שאור שבעיסה וכו'.
אזוי איז עס געווען א שיינע זאך זיך צו באקענען מיט א מס' אין ירושלמי, צו לערנען די תקלין מיט'ן גר"א איז אויך געווען זיס ווי האניג, מ'דארף עס נאר יעצט ענדיגן, ממש די לעצטע פאר בלאט און גיין ווייטער.
ר"ה פארשטייט זיך פארט פיין ב"ה.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2942
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
היות דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אז מ'שטיי מיר בשערי המסכת, וואס וואלטן די חשובע לומדים דא גע' עצה'ט, מיט וועלכן מפרש עס צו לערנען?
געווענליך נוץ איך ארסטקרול נאר אלץ א בעקאפ, נאכן פרובירן אויפן בלאט מיט רש"י אהער און אהין, איז דאס בכלל מעגליך ביי שקלים, אדער זאל איך גראד גיין צום ארטסקרול?
עני עצה און הילף איז אפרישיעטעד.
געווענליך נוץ איך ארסטקרול נאר אלץ א בעקאפ, נאכן פרובירן אויפן בלאט מיט רש"י אהער און אהין, איז דאס בכלל מעגליך ביי שקלים, אדער זאל איך גראד גיין צום ארטסקרול?
עני עצה און הילף איז אפרישיעטעד.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:היות דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אז מ'שטיי מיר בשערי המסכת, וואס וואלטן די חשובע לומדים דא גע' עצה'ט, מיט וועלכן מפרש עס צו לערנען?
געווענליך נוץ איך ארסטקרול נאר אלץ א בעקאפ, נאכן פרובירן אויפן בלאט מיט רש"י אהער און אהין, איז דאס בכלל מעגליך ביי שקלים, אדער זאל איך גראד גיין צום ארטסקרול?
עני עצה און הילף איז אפרישיעטעד.
זיכער לערנען קודם אליינס, איך וואלט געראטען צו לערנען קודם מיטן פירוש "פני משה" וואס איז א קלאסישע פירוש, מערסט דומה מיט די צורת הפירוש צו רש"י. אבער... מ'מוז האלטן פאר די אויגן, אז דער פני משה גייט אלס לויטן רמב"ם, און צומאל קען ער אפלערנען א גאנצע סוגיא אנדערש פון אנדערע מפרשים, צוליב ער וויל נוצן די סוגיא אלס מקור לדברי הרמב"ם בענין זה.
היינט האט עוז והדר שוין געדרוקט דער מהר"א פולדא אויפן דף, ער איז די טאטע פון אלע מפרשים אויף ירושלמי, ממילא ברויך מען דארט אויך בליקן.
בכלל, איז גוט צו וויסן אז ארטסקרול אויף ירושלמי איז אנדערש פון בבלי (מעגליך שקלים נישט), ס'איז סאך מער באריכות, און זיי האבן נישט קיין סטעיבעל מפרש אזוי ווי זיי נוצן רש"י אין בבלי. זיי קענען מפרש זיין יעדע סוגיא לויט א אנדערע מפרש, וויאזוי ס'קומט אויס געשמאקער און רואיגער בעיני כותב הפירוש. אסאך האבן עס בעסער ליב, וויבאלד דארט שרייבן זיי מיט א פרייהייט און ברייטקייט, משא"כ בבלי האלטן זיי זיך צו רש"י, און עפ"י רוב ברענגן זיי נאר איין מהלך.
אויך איז דא א גרינגע פירוש אויף ירושלמי, פון מכון המאור.
הצלחה רבה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2942
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
א ריזיגן דאנק, כ'וועל מוזן טרעפן עפעס א וועג וואס ארבעט פאר מיר בס"ד.
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7315
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
נא_שכל האט געשריבן:זיכער לערנען קודם אליינס, איך וואלט געראטען צו לערנען קודם מיטן פירוש "פני משה" וואס איז א קלאסישע פירוש, מערסט דומה מיט די צורת הפירוש צו רש"י. אבער... מ'מוז האלטן פאר די אויגן, אז דער פני משה גייט אלס לויטן רמב"ם, און צומאל קען ער אפלערנען א גאנצע סוגיא אנדערש פון אנדערע מפרשים, צוליב ער וויל נוצן די סוגיא אלס מקור לדברי הרמב"ם בענין זה.
היינט האט עוז והדר שוין געדרוקט דער מהר"א פולדא אויפן דף, ער איז די טאטע פון אלע מפרשים אויף ירושלמי, ממילא ברויך מען דארט אויך בליקן.
בכלל, איז גוט צו וויסן אז ארטסקרול אויף ירושלמי איז אנדערש פון בבלי (מעגליך שקלים נישט), ס'איז סאך מער באריכות, און זיי האבן נישט קיין סטעיבעל מפרש אזוי ווי זיי נוצן רש"י אין בבלי. זיי קענען מפרש זיין יעדע סוגיא לויט א אנדערע מפרש, וויאזוי ס'קומט אויס געשמאקער און רואיגער בעיני כותב הפירוש. אסאך האבן עס בעסער ליב, וויבאלד דארט שרייבן זיי מיט א פרייהייט און ברייטקייט, משא"כ בבלי האלטן זיי זיך צו רש"י, און עפ"י רוב ברענגן זיי נאר איין מהלך.
אויך איז דא א גרינגע פירוש אויף ירושלמי, פון מכון המאור.
הצלחה רבה.
די ארטסקול האט צוויי שקלים גמרות, ס'איז דא די גרינע וואס אויף דעם ביסטו גערעכט אז ס'לויפט אויף א אנדערע סגנון, און מער בארוכות, משא"כ די בלויע שקלים האבן זיי יא געמאכט אויף א מהלך (עכ"פ בערך) פון אנדערע בבלי מסכתות, און זיי לויפן בעיקר מיט די פי' פון תקלין חדתין....
און בכלל איז איינער וואס איז צוגעוואונט צו בבלי איז תקלין חדתין זייער א גוטע פי' אדער קרבן העדה וואס איז מער באריכות.
די עיקר שוועריקייט פון שקלים איז טייטש סא איז ארטסקול א שטארקע הילף..
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:היות דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אז מ'שטיי מיר בשערי המסכת, וואס וואלטן די חשובע לומדים דא גע' עצה'ט, מיט וועלכן מפרש עס צו לערנען?
געווענליך נוץ איך ארסטקרול נאר אלץ א בעקאפ, נאכן פרובירן אויפן בלאט מיט רש"י אהער און אהין, איז דאס בכלל מעגליך ביי שקלים, אדער זאל איך גראד גיין צום ארטסקרול?
עני עצה און הילף איז אפרישיעטעד.
אויב איר נעמט אן די פארשלאג פוו ידידינו הרב בעל השכל הי"ו ברויכט איר אין קענטעניס נעמען אז איר דארפט לערנען אינעם שקלים פון די 'ירושלמי' סעט, און נישט די שקלים וואס איז געדרוקט בתלמוד בבלי.
מיר האבן געלערנט שקלים עם פי' התקלין חדתין, עס איז א הערליכער פירוש אבער היבש פרעמד, קומט נישט נאנט צו רש"י'ס מהלך פון פשט בעומק הפשט אן פארקריכען.
עס איז דא פי' תרומת הלשכה אויף מס' שקלים להגרא"צ קולודצקי (נדפס בשנת תשע"ד) עס איז געדרוקט כצורת הגמרא און דער פירוש ווי רש"י, עס איז זייער גוט, דער ספר האט נאך עטליכע חיבורום על הדף פונעם מחבר, מיט א גוטע היקף אויף ענינים הנלמדים בהמסכתא.
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
איך האב געלערנט מיט תקלין חדתין. ס'איז געווען שווער אבער ס'האט זיך עפעס געשפירט א מורא'דיגע מתיקות ביים לערנען. כ'געדענק נישט די אלע יארן נאך א מסכתא וואס כ'זאל האבן אזא געשמאק. אפשר נדרים מיט ר'"ן.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2942
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!
יישר כחכם ענק אלע!