בלאט 1 פון 1

קושיות והערות על שיעור היום - פרק מי שהיה

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:07 pm
דורך מחותן
עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 3:48 pm
דורך מיללער
דף צג: מחלוקת עולא ורב יהודה צו כל שאינו יכול ליכנס בשעת שחיטה אדער בשעת אכילה. הייסט דאס אז זיי זענען מחולק במציאות הדברים ווי ווייט מודיעין איז פון ירושלים?

לויט עולא די פופצן מיל איז ביז חומת ירושלים אדער ביז צ די עזרה?

אויבן בדף צא. רעדט רב חסדא אז דעא בית האסורין איז אינדרויסן פון בית פאגי, דאס איז די גרעניץ פון ירושלים, למעשה איז דער חבוש יוצא מיטן קרב"פ מיינט דאס אז רב חסדא פסקנט ווי רב נחמן הורצה אדער אפי' לויט רב ששת וויבאלד סאיז נישט ווייטער פון מודיעין איז ער בכלל נישט בדרך רחוקה.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:40 am
דורך מיללער
מחותן האט געשריבן:עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

איך ווייס נישט פונקטליך אויף וואס גענוי איר זוכט הסברים, אבער אויב נאר צו פארשטיין די גאנצע גמרא עפ"י המציאות ודרך הטבע, איז גענוג מעתיק צו זיין דברי הרש"ש פה וז"ל: ומאמרי הש"ס אשר לכאורה מורים נגד זה (לפי מה שהתבאר במופת ובנסיון) יש להם כוונה אחרת פנימית עכ"ל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:12 am
דורך עפל-בוים
אויך דער רמח״ל האט א שיינע ביאור אויף דעם ענין. מקען עס זעהן אנהייב מדרש רבה. מהאט עס דארט אריינגעדרוקט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:18 am
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

אויב דו פרעגסט עפעס ספעציפיש קענען מיר פרובירן צו ענטפערן

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:26 pm
דורך yahoo
מיללער האט געשריבן:דף צג: מחלוקת עולא ורב יהודה צו כל שאינו יכול ליכנס בשעת שחיטה אדער בשעת אכילה. הייסט דאס אז זיי זענען מחולק במציאות הדברים ווי ווייט מודיעין איז פון ירושלים?

לויט עולא די פופצן מיל איז ביז חומת ירושלים אדער ביז צ די עזרה?

אויבן בדף צא. רעדט רב חסדא אז דעא בית האסורין איז אינדרויסן פון בית פאגי, דאס איז די גרעניץ פון ירושלים, למעשה איז דער חבוש יוצא מיטן קרב"פ מיינט דאס אז רב חסדא פסקנט ווי רב נחמן הורצה אדער אפי' לויט רב ששת וויבאלד סאיז נישט ווייטער פון מודיעין איז ער בכלל נישט בדרך רחוקה.


מחלוקת עולא ורב יהודה, עיין בתוספות ד"ה רב יהודה.

בפשטות איז רב ששת אויך מודה דערצו, אזויווי דו זאגסט ער איז נישט בדרך רחוקה.