קושיות והערות על שיעור היום - פרק האשה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

קושיות והערות על שיעור היום - פרק האשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

אין די גמ' בתחילת הפרק דף פ''ז איז מבואר אז די ביאור אין די משנה אז די אשה קען עסן מאיזה שהיא רוצה גייט נישט ארויף אויף רוצה בעת אכילה נאר מה שהיא רוצה בשעת שחיטה
איז לכאורה זייער שווער וואס איז די חידוש אויף מה שהיא רוצה ''בשעת שחיטה''? יעדער איינער קען דאך מחליט זיין בשעת שחיטה ווי ער וויל זיך מצרף זיין
תוד''ה מאי רוצה קוקט אויס אז ער וויל מבאר זיין די נקודה אבער איך פארשטיי עס נישט
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

אויף דף פ''ז ע''ב איז דא א גמרא ידועה איבער אוי לה לרבנות שמקברת את בעלי' ועי' בס' לקוטי מוהר''ן תורה נ''ו ביאור ארוך על דברי הגמרא
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

ביבער היט האט געשריבן:אין די גמ' בתחילת הפרק דף פ''ז איז מבואר אז די ביאור אין די משנה אז די אשה קען עסן מאיזה שהיא רוצה גייט נישט ארויף אויף רוצה בעת אכילה נאר מה שהיא רוצה בשעת שחיטה
איז לכאורה זייער שווער וואס איז די חידוש אויף מה שהיא רוצה ''בשעת שחיטה''? יעדער איינער קען דאך מחליט זיין בשעת שחיטה ווי ער וויל זיך מצרף זיין
תוד''ה מאי רוצה קוקט אויס אז ער וויל מבאר זיין די נקודה אבער איך פארשטיי עס נישט

עיין תוס׳ פח. ד״ה שמעת
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

פח: פט. די גמרא זיכעט וועגן פארוואס מען קען נישט ברעגען א קרבן פסח מיט א תנאי אז אויב מען שוין געברעגט זאל עס זיין א שלמים
פארוואס זאגט נישט די גמרא פשוט אויב עס איז א שלמים וועט אויס קימען אז מען האט מקריב געווען א שלמים נאכן תמיד של בין הערבים איז עס א פסול קען מען עס נישט עסן ?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

להתחדד האט געשריבן:פח: פט. די גמרא זיכעט וועגן פארוואס מען קען נישט ברעגען א קרבן פסח מיט א תנאי אז אויב מען שוין געברעגט זאל עס זיין א שלמים
פארוואס זאגט נישט די גמרא פשוט אויב עס איז א שלמים וועט אויס קימען אז מען האט מקריב געווען א שלמים נאכן תמיד של בין הערבים איז עס א פסול קען מען עס נישט עסן ?

מ'רעדט דאך פון פסח שני, ביי פסח שני דארף מען אויך ברענגען דעם קרב"פ נאכן תמיד?

באמת שטייט דאך ככל חוקת הפסח.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן:פח: פט. די גמרא זיכעט וועגן פארוואס מען קען נישט ברעגען א קרבן פסח מיט א תנאי אז אויב מען שוין געברעגט זאל עס זיין א שלמים
פארוואס זאגט נישט די גמרא פשוט אויב עס איז א שלמים וועט אויס קימען אז מען האט מקריב געווען א שלמים נאכן תמיד של בין הערבים איז עס א פסול קען מען עס נישט עסן ?

מ'רעדט דאך פון פסח שני, ביי פסח שני דארף מען אויך ברענגען דעם קרב"פ נאכן תמיד?

באמת שטייט דאך ככל חוקת הפסח.

פארוואס נישט ? די ברעגסט אליין די פסוק

אין רש״י פח: ד״ה בתקנתא דרביה ברעגט די זעלבע ביי א פסח ראשון פאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן:פח: פט. די גמרא זיכעט וועגן פארוואס מען קען נישט ברעגען א קרבן פסח מיט א תנאי אז אויב מען שוין געברעגט זאל עס זיין א שלמים
פארוואס זאגט נישט די גמרא פשוט אויב עס איז א שלמים וועט אויס קימען אז מען האט מקריב געווען א שלמים נאכן תמיד של בין הערבים איז עס א פסול קען מען עס נישט עסן ?

מבלי לעיין בפנים, אבער אויב איז דער עשה שיש בו כרת דוחה די עשה דהשלמה, פונקט ווי דער מחוסר כפרה קען ברענגען זיינע קרבנות נאכן תמיד של בעה"ב מטעם זה, קען מען דאך ברענגען א שלמים אויך נאכן תמיד אויב פעלט עס אויס צום קרבן פסח, ודו"ק.

בין איך נישט גערעכט?
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

געטראפען די צל״ח רעדט פין דעם ער צייכענט צי א תוס׳ אין מסכת יומא דף כ״ט וואס פרעגט די קשיא אין תוס׳ ענפערט טאקע אז ביי פסח שני האט מען מקריב געווען פאר די תמיד ווייל עס שטייט נישט ערב
הרב מילער זייער גיט געזאגעט אבער תוס׳ זאגעט דארט פאר וואס מען קען נישט ענפערן דע תירץ
עס איז זייער א לאנגע תוס׳

אין דעס וואס איז שווער וועגען רש׳י זעה איך די צל״ח פרעגט עס
וועלן מיר באלד לערנען די תירץ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן:געטראפען די צל״ח רעדט פין דעם ער צייכענט צי א תוס׳ אין מסכת יומא דף כ״ט וואס פרעגט די קשיא אין תוס׳ ענפערט טאקע אז ביי פסח שני האט מען מקריב געווען פאר די תמיד ווייל עס שטייט נישט ערב
הרב מילער זייער גיט געזאגעט אבער תוס׳ זאגעט דארט פאר וואס מען קען נישט ענפערן דע תירץ
עס איז זייער א לאנגע תוס׳

אין דעס וואס איז שווער וועגען רש׳י זעה איך די צל״ח פרעגט עס
וועלן מיר באלד לערנען די תירץ

ישר כח, יעצט נאכגעקוקט ביידען.

תוס' זאגט אז עס הייסט נישט קיין עשה שיש בו כרת ווייל ער ברענגט דאך א שלמים על הצד אז ער האט שוין יוצא געווען דעם פסח ודו"ק.
למעשה לםי"ז פארשטיי איך נישט דעם צל"ח'ס קשיא אויף רש"י ווייל ביי גדי וטלה ברענגט לויט רש"יס הוא אמינא דער זעלבער מענטש סיי א פסח און סיי א שלמים און ער וועט האבן א היתר מקריב צו זיין דים שלמים לאחר התמיד אזוי ווי דער מחוסר כיפורים.

ואגב קומט אויס אינעם צל"ח אז לויט בן תימא פון אויבן קען מען טאקע מאכן ט תנאי אין די משנה צווישן א פסח און א חגיגת יד ודוק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שונה הלכות האט איבערגענומען די פלאטפארמע?

אביסל הונטערשטעליג אויף דף פט: ת"ר הממנה אחרים על פסחו "ועל חגיגתו" זאגט רש"י "חגיגת י"ד שאף היא באה לכל המנוין".

אויבן אויף דף ע. איז קלאר מוכח אז א חגיגת י"ד דארף נאר מנוין לויט בן תימא, גייט דער ברייתא בשיטת בן תימא?

אדער מיינט נישט די ברייתא דוקא מנוין נאר ער פארקויפט א חלק פון זיין חגיגה פאר א צווייטן אזוי ווי המוכר עולתו ושלמיו?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווייטער בדף צ.

אביי זאגט אז ער פאר זיך וואלט נישט איינגעשטימט מיט ר' אושיעא בממנה זונה על פסחו ווייל בפסח לא משייר איניש.

און רש"י זאגט אז ער קען אבער פארט ממנה זיין מענטשן אויף זיין פסח "דמתנה בעלמא הוא דיהיב להו" זייט ווען קען מען טיילן מתנות פון א דבר שאינו שלו?

ווידער די רבנן החולקים על רבי פארוואס עצים לצליית הפסח אדער מצה ומרור קען מען יא פארקויפן חלקים פונעם פסח? דארט איז נישטא דער פראבלעם פון אינו שלו אדער זיי האלטן אויך פון א תנאי נאר עס ווענדט זיך ווי ווייט דער תנאי גייט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

במתני' צ. שומרת יום כנגד יום שוחטין עליה בשני. אינטערעסאנט אז די גמרא אויבן בדף פ: פא. ברענגט נישט אראפ די משנה לדון בטומאת התהום דזיבה.

ווייל תוס' דא אויף צ: בד"ה בשמיני פשיטא זאגט אז די חידוש אין די משנה ביי א שיכ"י איז אז לא חיישינן שמא תראה ותסתור, פארוואס טאקע נישט? מיר פסק'נען דאך למפרע מטמאה מה"ת (עי' לעיל פא. תוד"ה קסבר ר"י) אלא מאי ווייל די ציץ איז מרצה. אדער איך האב פשוט נישט מורא שמא תראה, בקיצור הדבר צריך תלמוד ומי שיש בידו לסייע תבא עליו ברכה.
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

מיללער האט געשריבן:במתני' צ. שומרת יום כנגד יום שוחטין עליה בשני. אינטערעסאנט אז די גמרא אויבן בדף פ: פא. ברענגט נישט אראפ די משנה לדון בטומאת התהום דזיבה.

דעס אז איך זאל זאגן אז די ציץ איז מרצה איז נאר טאמער זי האט טאקע געזען יענעם טאג, זאג איך אז די ציץ איז מרצה אויפן קרבן און זי איז נישט מחויב צו ברענגען א פסח שני, אבער דא רעדט מען דאך ווען די טאג איז אדורך בטהרה. (כנלענ"ד)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:

וועל איך מיך בעסער מסביר זיין.

מיין קשיא איז פארוואס טאקע קען א שומרת יום כנגד יום שחט'ען לכתחלה א קרבן פסח, אמער אפשר וועט זי האבן א ראיה ותסתור ולמפרע תהי' טמאה ונמצא הפסח נשחט לבטלה? קען מען דאס ענטפערן לפע"ד אויף דריי אופנים:
1. איך בין נישט חושש אויף קיין 'שמא' און דאס איז טאקע דער חידוש פון די משנה לויט תוס' - אויף דעם פרעג איך הא גופא מנלן פארוואס זאל איך טאקע נישט חושש זיין?
2. אפי אם תראה לא תהי' טמאה מפרע (רק מדרבנן) - דאס איז שיטת רבי יוסי, אבער פון אויבן איז משמע אז די רבנן האלטן נישט אזוי, איז די משנה גייט אויך נאר לויט רבי יוסי?
3. אפי' אם למעשה תראה ותהיה למפרע טמאה מדאורייתא איז אויך נישט געפערליך ווייל ווויבאלד בשעת עשיית הפסח איז דאס נאר געווען א טומאת התהום איז דער ציץ מרצה הלל"מ (כן משמע למעשה מדברי הצל"ח לעיל בדף פא. לבאר שיטת הרמב"ם) - וואס אויב אזוי דארף ווען די גמרא צוברענגען די משנה אלס א ראיה צו די הלכה אז טומאת התהום גייט אויך אן בטומאת זיבה

כאפסט, יאהו?
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

יעצט כאפ איך שוין...

איך וואלט לכאורה געזאגט אז די ריכטיגע איז נומבער איינס און איך בין נישט חושש אויף שמא תראה, פונקט ווי מ'זעט אז מ'קען שחט'ן אויף אן אונן ומפקח את הגל און איך בין נישט חושש אויף קיין שמא'ס. און 'אפשר' איז די הסבר אז וויבאלד דא האנדעלט זיך פון אן עשה שיש בו כרת האב איך געזאגט אז מ'זאל יא שחט'ן ווי איידער חושש צו זיין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:יעצט כאפ איך שוין...

איך בין מסכים אבער אם כנים הדברים זאגט דאס עפעס איבער די עצם מצב פון א שומרת יום, אז איך באטראכט איר נישט ווי א ספק טמאה, כאטש זי איז דאך "שומר" דעם יום, בקיצור, איך וואלט געקענט באשטיין איינער זאל רעדן דערוועגן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:יעצט כאפ איך שוין...

איך וואלט לכאורה געזאגט אז די ריכטיגע איז נומבער איינס און איך בין נישט חושש אויף שמא תראה, פונקט ווי מ'זעט אז מ'קען שחט'ן אויף אן אונן ומפקח את הגל און איך בין נישט חושש אויף קיין שמא'ס. און 'אפשר' איז די הסבר אז וויבאלד דא האנדעלט זיך פון אן עשה שיש בו כרת האב איך געזאגט אז מ'זאל יא שחט'ן ווי איידער חושש צו זיין.

גראדע לערנענדיג די קומענדיגע משנה בדף צא.טאקע פונעם אונן ומפקח הגל איז גאר שווערער מיינע קשיות, ווי פאלגענד;

1. רש"י זאגט אז די סיבה דארט ששוחטין עליהם ולא חיישינן "דמכל מקום עודנו בחזקת טהרה" אויב אזוי א שומרת יום האט דאך נישט קיין חזקת טהרה פארוואס שחט מען אויף אירט וועגן?
2. אפי' דארט זאגט די משנה "אין שוחטין עליהן בפני עצמן" פארוואס ביי שומרת יום זאגט עס נישט די משנה?
פון די צוויי ראיות ווערט מיר קלארער אז די סיבה ביי שומרת יום איז אדער וועגן מכאן ולהבא טמאה אדער איז די ציץ מרצה

ובדרך אגב; פארוואס ביים מפקח הגל שנמצא מת איז דער ציץ נישט מרצה משום טומאת התהום? בשעת שחיטת הפסח איז דאך די טומאה געווען פארהוילן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לגבי הקושיא למה במפקח את הגל לא מיפטר משום טומאת התהום עי, בשו"ת דברי חיים - צאנז או"ח ח"א סכ"ח שבספק העומד להתברר לא מיקרי טומאת התהום. ועיי"ש עוד באריכות
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:יעצט כאפ איך שוין...

איך וואלט לכאורה געזאגט אז די ריכטיגע איז נומבער איינס און איך בין נישט חושש אויף שמא תראה, פונקט ווי מ'זעט אז מ'קען שחט'ן אויף אן אונן ומפקח את הגל און איך בין נישט חושש אויף קיין שמא'ס. און 'אפשר' איז די הסבר אז וויבאלד דא האנדעלט זיך פון אן עשה שיש בו כרת האב איך געזאגט אז מ'זאל יא שחט'ן ווי איידער חושש צו זיין.

גראדע לערנענדיג די קומענדיגע משנה בדף צא.טאקע פונעם אונן ומפקח הגל איז גאר שווערער מיינע קשיות, ווי פאלגענד;

1. רש"י זאגט אז די סיבה דארט ששוחטין עליהם ולא חיישינן "דמכל מקום עודנו בחזקת טהרה" אויב אזוי א שומרת יום האט דאך נישט קיין חזקת טהרה פארוואס שחט מען אויף אירט וועגן?
2. אפי' דארט זאגט די משנה "אין שוחטין עליהן בפני עצמן" פארוואס ביי שומרת יום זאגט עס נישט די משנה?
פון די צוויי ראיות ווערט מיר קלארער אז די סיבה ביי שומרת יום איז אדער וועגן מכאן ולהבא טמאה אדער איז די ציץ מרצה

איך ווידערהויל וואס איך האב שוין אויבן דערמאנט, ריצוי ציץ איז נאר שייך צו זאגן אויב איך האב ג'שחט'ן די קרבן און ס'שטעלט זיך ארויס אז זי זעט יענעם טאג דארף איך צוקומען צו ריצוי אז זי איז נישט מחויב צו ברענגען א פסח שני, אויב אבער גייט אדורך די טאג בטהרה דארף איך נישט צוקומען צו קיין ריצוי.

און א שומרת יום וואס טובל'ט זיך דעם צווייטען טאג צופרי קען מען שחט'ן פאר איר ווייל זי איז א טבולת יום, די שאלה צו למפרע מטמא אדער נאר מכאן ולהבא איז נאר נוגע אויב נאכדעם וואס מ'האט ג'שחט'ן זעט זי נאכאמאל, איז אויב זאג איך אז למפרע מטמא ווערט דאך נתברר אז בשעת שחיטה איז זי געווען טמא, אויב זאג אז זי איז נאר מטמא מכאן ולהבא דאן איז זי געווען טהורה בשעת שחיטה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:איך ווידערהויל וואס איך האב שוין אויבן דערמאנט, ריצוי ציץ איז נאר שייך צו זאגן אויב איך האב ג'שחט'ן די קרבן און ס'שטעלט זיך ארויס אז זי זעט יענעם טאג דארף איך צוקומען צו ריצוי אז זי איז נישט מחויב צו ברענגען א פסח שני, אויב אבער גייט אדורך די טאג בטהרה דארף איך נישט צוקומען צו קיין ריצוי.

און א שומרת יום וואס טובל'ט זיך דעם צווייטען טאג צופרי קען מען שחט'ן פאר איר ווייל זי איז א טבולת יום, די שאלה צו למפרע מטמא אדער נאר מכאן ולהבא איז נאר נוגע אויב נאכדעם וואס מ'האט ג'שחט'ן זעט זי נאכאמאל, איז אויב זאג איך אז למפרע מטמא ווערט דאך נתברר אז בשעת שחיטה איז זי געווען טמא, אויב זאג אז זי איז נאר מטמא מכאן ולהבא דאן איז זי געווען טהורה בשעת שחיטה.

איר זענט גערעכט ולית מאן דפליג והוא פשוט, מיין שאלה איז געווען אז די משנה לאזט א שומרת יום מאכן א קרבן פסח און איך האב נישט מורא פון א ראיה, איז די שאלה להלכה ולמעשה וואס פסק'נט די משנה אויב למעשה האט זיך יא געהאט א ראיה נאך שחיטת הפסח פאר די אכילה? אויבן האבן מיר געהאט אז ר' יוסי זאגט "פטורה מלעשות פסח שני" וואס האלט די משנה דא?
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

מיללער האט געשריבן:
איר זענט גערעכט ולית מאן דפליג והוא פשוט, מיין שאלה איז געווען אז די משנה לאזט א שומרת יום מאכן א קרבן פסח און איך האב נישט מורא פון א ראיה, איז די שאלה להלכה ולמעשה וואס פסק'נט די משנה אויב למעשה האט זיך יא געהאט א ראיה נאך שחיטת הפסח פאר די אכילה? אויבן האבן מיר געהאט אז ר' יוסי זאגט "פטורה מלעשות פסח שני" וואס האלט די משנה דא?

די משנה רעדט נישט פון דעם, אבער מ'קען זאגן אז טאמער די הלכה איז אז זי איז מטמא לפרע מה"ת אזויווי איר האט דערמאנט דא פריער אין דעם אשכול, דאן האלט די משנה אויך אז אויב ס'געווען נאך א ראי' דארף מען ברענגען א פסח שני.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
איר זענט גערעכט ולית מאן דפליג והוא פשוט, מיין שאלה איז געווען אז די משנה לאזט א שומרת יום מאכן א קרבן פסח און איך האב נישט מורא פון א ראיה, איז די שאלה להלכה ולמעשה וואס פסק'נט די משנה אויב למעשה האט זיך יא געהאט א ראיה נאך שחיטת הפסח פאר די אכילה? אויבן האבן מיר געהאט אז ר' יוסי זאגט "פטורה מלעשות פסח שני" וואס האלט די משנה דא?

די משנה רעדט נישט פון דעם, אבער מ'קען זאגן אז טאמער די הלכה איז אז זי איז מטמא לפרע מה"ת אזויווי איר האט דערמאנט דא פריער אין דעם אשכול, דאן האלט די משנה אויך אז אויב ס'געווען נאך א ראי' דארף מען ברענגען א פסח שני.

שלעפסט ווערטער, אויב אזוי פארוואס האב איך נישט מורא אז דאס וועט געשען?

עי' לעיל וחוזר חזרה

איך קען מיך נישט איינהאלטען, נאך איין מאל...

פארוואס ביי מפקח את הגל (עגול) פארשטייסטו אז מ'מעג שחט'ן פאר אים די קרבן אפי' ס'קען זיין אז ער איז שוין יעצט טמא?

נאר איין זאך וואס דן ביסט יא גערעכט איז פארוואס מעג מען שחט'ן פאר א שומרת יום בפני עצמה, וואס דאס איז נאך צריך עיון און אדרבה אויב איינער קען ארויסהעלפן וואלט געווען א גוטע זאך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:
פארוואס ביי מפקח את הגל (עגול) פארשטייסטו אז מ'מעג שחט'ן פאר אים די קרבן אפי' ס'קען זיין אז ער איז שוין יעצט טמא?

נאר איין זאך וואס דן ביסט יא גערעכט איז פארוואס מעג מען שחט'ן פאר א שומרת יום בפני עצמה, וואס דאס איז נאך צריך עיון און אדרבה אויב איינער קען ארויסהעלפן וואלט געווען א גוטע זאך.

הוא מותיב והוא מפרק
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

וואס איז די קשיא?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”