מיללער האט געשריבן:פון די גמרא בדף פ' ע"א אז ביי מחצה על מחצה כדי שלא יהיה קרב"צ חלוק זאל מען מטמא זיין אחד בטומאת שרץ, אויב לערנט מען אין שוחטין וזורקין בטומאת שרץ, קומט לכאורה אויס לפי שיטה זה, אם רוב ציבור היו טמאי שרץ מאכט מען דעם קרב"פ בטומאה.
למעשה אין פסוק שטייטט שאך נאר "לנפש" און דערפאר איז מען מפיק זבין ומצורעין, נעמט זיך דער דין פון דעם וואס שרץ איז איתקש לטומאת מת פונעם ווארט "וכל" טמא לנפש כדלעיל? אפשר שטייט דאס ערגעץ בפירוש שפעטער.
פון דא איז נישט קיין ראי' אז אויב רוב ציבור איז טמא שרץ מאכט מען עס בטומאה, ווייל איך זאג דאך נאר מ'זאל מטמא זיין איינעם וואס איז טהור און אפילו ער ווערט נישט אריינערעכנט אין די חשבון פון עושי פסח איז דאך נאך אלץ דא א רוב וואס איז טמא.
אין די ארטסקרול גמרא האב איך געזען אז אויף דף ע"ט ווען מ'רעדט אויב די סכין איז טמא געווארען פון א שרץ אז דארטן איז משמע אז אויב רוב ציבור איז טמאי שרץ איז מען עס מקריב בטומאה און אזוי נעמן אן רוב ראשונים.
די גמרא זוכט א מקור אז פסולי קדשים קלים זענען בשריפה, זאגט רש"י אז פון טומאה קען מען עס נישט ארויסלערנען ווייל טומאה איז הארבער דפסלה אף בתרומה ומעשר, קומט די גמרא צו אז ס'איז אן הלכה למשה מסיני.
שפעטער פרעגט די גמרא אז אויב ס'איז הלכה למשה מסיני פארוואס דארף איך האבן א פסוק אז נטמא איז בשריפה, ענטפערט די גמרא אז סלקא דעתך אמינא דוקא שאר פסולין דליתניהו בחולין איז דינן בשריפה אבער נטמא דבחולין נמי מיפסיל אימא תיסגי לי' בקבורה קמ"ל אז אפי' נטמא איז אויך בשריפה.
פון די הו"א קוקט אויס אז טומאה איז הארבער און ביי די מסקנא קוקט אויס אז טומאה איז גרינגער? (שטרא מזכה לבי תרי...)
און אזוי יעצט שרייבענדיג טראכט איך, אז אויב ס'איז טאקע אזוי אז טומאה איז גרינגער ווי שאר פסולין -למסקנא- דאן פארוואס קען איך נישט ארויסלערנען פון טומאה אז ס'איז בשריפה פארוואס דארף איך האבן די הלכה למשה מסיני?

פה. די גמרא וויל ברענגען א ראיה אז יוצא איז נישט מטמא את הידים פון די משנה אבר שיצא מקצתו וכו' און איך זעה אז די שטיקל שלא יצא ווערט נישט טמא פונעם חלק שיצא.
מטמאין את הידים מיינט נישט נאר ידים? פיגול און נותר זענען מטמא אויך אנדערע שטיקלעך קדשים? מאן יימר
מאי הנפק״מ בין אביי דבי׳ד אינו נאכל לרב נחמן בר יצחק דמיירי בנא? חשבתי דאפשר דלאביי אינו מחוסר מעשה ונקרא ראוי לאכילה אבל לרנב״י דמיירי בנא הוי אינו ראוי שעוד מחוסר מעשה. אבל ק״ק למה תירץ דמיירי בנא? למה לא תירץ דמיירי בחי?
עפל-בוים האט געשריבן:מאי הנפק״מ בין אביי דבי׳ד אינו נאכל לרב נחמן בר יצחק דמיירי בנא? חשבתי דאפשר דלאביי אינו מחוסר מעשה ונקרא ראוי לאכילה אבל לרנב״י דמיירי בנא הוי אינו ראוי שעוד מחוסר מעשה. אבל ק״ק למה תירץ דמיירי בנא? למה לא תירץ דמיירי בחי?
זמן שאינו ראוי לאכילה ודבר שאינו ראוי לאכילה הם שני דברים נפרדים.
חי ונא איז טאקע די זעלבע, ער כאפט אן נא ווייל דאס שטייט ארויס אין די תורה.
מיללער האט געשריבן:פה. די גמרא וויל ברענגען א ראיה אז יוצא איז נישט מטמא את הידים פון די משנה אבר שיצא מקצתו וכו' און איך זעה אז די שטיקל שלא יצא ווערט נישט טמא פונעם חלק שיצא.
מטמאין את הידים מיינט נישט נאר ידים? פיגול און נותר זענען מטמא אויך אנדערע שטיקלעך קדשים? מאן יימר
מצאתי שהרמב"ם בהל' שאבה"ט פ"ח ה"ג פסק שנותר ופיגול גזרו חכמים שיהיו להם דין ראשון לטומאה. ובמקורות וציונים שם הביא מגמ' דילן שאכן זו הוא מקורו של הרמב"ם שגזירת חז"ל לא היתה רק שיטמאו את הידים אלא מטמאין הכל אפי' אוכלין ומשקין ג"כ ודו"ק.

גוט אז האסט געטראפן א רמב"ם דערפאר, אבער ווייסט דאך אז איך גלייך אביסל מיינע בויך סברות אויך.... אויב ס'איז איין שטיק פארוואס זאל איך זאגן אז א חלק איז טמא און א חלק טמא? איז דא אזא זאך אז נאר א חלק ווערט טמא (איין מינוט, מקום מגעו טמא).
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה [email protected]