די געפילן פון די משתתפי החבורה, און פערזענליכע סיפורים

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

די געפילן פון די משתתפי החבורה, און פערזענליכע סיפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

עס וואלט פאסיג געווען אז עס זאל ווערן אוויסגעדריקט און ארויסגעברענגט אויף א מקום מיוחד די געפילען און הרגשים, פערזענליכע איבערלעבענישען, פינעם ציבור המשתתפים בחבורת תורתך שעשועי איבער די רושם וואס עס לאזט איבער אויף זיי די חבורת תורתך שעשועי ללימוד תוה''ק.

מיינע דאנק און לויב ווערטער צו די מייסדי השיעור זענען ווערטערלאז, עס איז אוממעגליך צו ארויסברענגען אויף פאפיר וואס עס האט אלס פועל געווען אויף מיין טאג טעגליכען לעבן, געבענדיג א שטארקער שעבוד אין די היינטיגע פאריאגטע וועלט, צו אונזער איינציגסטער טרייסט, און גאר גרויסער און באליבטע מצוה וואס באגלייט אונז יעדע רגע און מינוט פון טאג, די תורה הק'.

ספעציעל איז דא מיין דאנק צו אינזער חשובער הרב מיללער מ'סקרענטאן הבירה, וואס האט בארייכערט שטארק די פלאץ מיט זיינע ברייטע ידיעות בתוה''ק, אזוי אויך צו אלע אנדערע חברים החשובים וואס זענען מאיר עינים בסוגיות הש''ס, וואס ערמעגליכט מיר אלס, אויפען וועג גייענדיג און קומענדיג פון די ארבעט זיצענדיג בין אומה''ע אויפען באן ספעציעל אין די איצטיגע זימער טעג, צו פארנעמען די מח מיט זייערע רייכע תורה געדאנקען.
לעצט פארראכטן דורך חסיד נלהב אום דאנערשטאג מאי 15, 2014 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס נישט פארוואס פונקט מיין נאמען קומט דא אריין, אבער אויב האט איינער געלערנט איין מינוט מער וועגן מיינע תגובות דא, יהא בזה שכרי.

-
א גרויסן יישר כח לכבוד הרב החסיד הנלהב, פאר די ווערטער געצילט אין מיין ריכטונג, אבער נאך מער פארן רעיון פון דעם אשכול, צו געבן א געלעגנהייט צו באדאנקען די ראשי ומנהלי חבורת תורתך שעשועי, ווי אויך פאר די מנהלים ואחראים פון אונזער וועלטל דא וואס האבן צוגעשטעלט אזא בכבוד'דיגען פלאץ אויסצושמועסן און אויסקנעטן די ענינים הנלמדים מידי יום ביומו.

די שכר פון די מזכי את הרבים איז דאך עד אין קץ ואין שיעור, אבער פון א גשמיות'דיגען קוק ווינקל, זענט איר מיינע העראוען! בעת וואס יעדער פרובירט אויף אלע אופנים לפאר ולרומם קרן התורה וישראל, האט איר געטאן צו דער זאך, און געשאפן א מהפיכה ממש אין דעם געביט פון לימוד התורה ביי בעלי בתים.

און וויפיל אנדערע ווילן פרובירן אונטערצומינעוון די גרויסקייט דערפון אדער דאס איזאלירן אז "לימוד התורה" איז נישט קיין ראיה אדער גענוג א וויכטיגע זאך בימינו אלו מיט אונזערע נסיונות, איז אבער דער טרוקענער פאקט אזוי ווי חז"ל זאגן גדול תלמוד שמביא לידי מעשה, א אינגערמאן וואס האט א שיעבוד צו א שיעור און נאכדעם צו א בחינה סוף חודש קען זיך אסאך גרינגער ספראווען מיט א נסיון אויפן טעלעפאון ווי דער אינגערמאן וואס לערנט נאר יוצא צו זיין, אין ההרהור מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה, און פארקערט אז די קאפ לויפט צו טראכטן צו חלב איז אסור בהנאה און פארוואס, לויט חזקיה און לויט ר' אבהו, לויט ר' יהודה און לויט ר' מאיר, אא"וו, טראכט ער פון ווייניגער שטותים והבלים, והדברים ברורים וחזקים.

טייערע מייסדי החבורה ובראשם הרב ר' יצחק שווארץ הי"ו, חזקו ואמצו! איר האט געמאכט א רעוואלוציע בעיקבתא דמשיחא, איר גרייט צו טויזנטער אינגעלייט מיט זייער שטובער צו גיין קעגן משיח מיט בלעטער גמרא און שעות לימוד התורה, נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן רבוש"ע ווי דעם.

ועזבה"ח פה סקרענטאן יצ"ו
ידידכם מוקירכם כערככם, אסיר תודה בלו"נ
הק' יעקב דובער המכונה מיללער
רב ואב"ד לכל מקהלות האשכנזים פה סקרענטאן, ונשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מיללער האט געשריבן:
טייערע מייסדי החבורה ובראשם הרב ר' יצחק שווארץ הי"ו, חזקו ואמצו! איר האט געמאכט א רעוואלוציע בעיקבתא דמשיחא, איר גרייט צו טויזנטער אינגעלייט מיט זייער שטובער צו גיין קעגן משיח מיט בלעטער גמרא און שעות לימוד התורה, נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן רבוש"ע ווי דעם.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

מיללער האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס פונקט מיין נאמען קומט דא אריין, אבער אויב האט איינער געלערנט איין מינוט מער וועגן מיינע תגובות דא, יהא בזה שכרי.

-
א גרויסן יישר כח לכבוד הרב החסיד הנלהב, פאר די ווערטער געצילט אין מיין ריכטונג, אבער נאך מער פארן רעיון פון דעם אשכול, צו געבן א געלעגנהייט צו באדאנקען די ראשי ומנהלי חבורת תורתך שעשועי, ווי אויך פאר די מנהלים ואחראים פון אונזער וועלטל דא וואס האבן צוגעשטעלט אזא בכבוד'דיגען פלאץ אויסצושמועסן און אויסקנעטן די ענינים הנלמדים מידי יום ביומו.

די שכר פון די מזכי את הרבים איז דאך עד אין קץ ואין שיעור, אבער פון א גשמיות'דיגען קוק ווינקל, זענט איר מיינע העראוען! בעת וואס יעדער פרובירט אויף אלע אופנים לפאר ולרומם קרן התורה וישראל, האט איר געטאן צו דער זאך, און געשאפן א מהפיכה ממש אין דעם געביט פון לימוד התורה ביי בעלי בתים.

און וויפיל אנדערע ווילן פרובירן אונטערצומינעוון די גרויסקייט דערפון אדער דאס איזאלירן אז "לימוד התורה" איז נישט קיין ראיה אדער גענוג א וויכטיגע זאך בימינו אלו מיט אונזערע נסיונות, איז אבער דער טרוקענער פאקט אזוי ווי חז"ל זאגן גדול תלמוד שמביא לידי מעשה, א אינגערמאן וואס האט א שיעבוד צו א שיעור און נאכדעם צו א בחינה סוף חודש קען זיך אסאך גרינגער ספראווען מיט א נסיון אויפן טעלעפאון ווי דער אינגערמאן וואס לערנט נאר יוצא צו זיין, אין ההרהור מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה, און פארקערט אז די קאפ לויפט צו טראכטן צו חלב איז אסור בהנאה און פארוואס, לויט חזקיה און לויט ר' אבהו, לויט ר' יהודה און לויט ר' מאיר, אא"וו, טראכט ער פון ווייניגער שטותים והבלים, והדברים ברורים וחזקים.

טייערע מייסדי החבורה ובראשם הרב ר' יצחק שווארץ הי"ו, חזקו ואמצו! איר האט געמאכט א רעוואלוציע בעיקבתא דמשיחא, איר גרייט צו טויזנטער אינגעלייט מיט זייער שטובער צו גיין קעגן משיח מיט בלעטער גמרא און שעות לימוד התורה, נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן רבוש"ע ווי דעם.

ועזבה"ח פה סקרענטאן יצ"ו
ידידכם מוקירכם כערככם, אסיר תודה בלו"נ
הק' יעקב דובער המכונה מיללער
רב ואב"ד לכל מקהלות האשכנזים פה סקרענטאן, ונשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא

דברים הנ''ל ממוהר''ר יעקב דובער אינם צריכין חיזוק,
וכחסיד ועוד לאבד''ק סקערענטאן באתי בזה לעודד הני בעלי מסי''נ בדורינו העומדים בשער להשיב מלחמה השערה נגד הני כוחות הטומאה שהתפשטו בדורנו השפל, שנתגלו כל הנ' שערי טומאה ר''ל באופן שלא היתה מאז היתה ישראל לגוי
תחזקנה ידיכם ! חזקו ואמצו !
וע''ז באתי עה''ח יום ט''ו אייר ה' לסדר אם בחוקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה
פייערדיגער חסיד [חסיד נלהב]
פה אייוועלט גלאבאל רבתי.

נ.ב. לגבי די אי הבנה פינעם סקערענטאר רב פ''וו איך האב פורש בשמו געוועזען, איז פשוט אלס אות הכרה פון זיין באגלייטען ממש טעגליך די למודים מיט טיפזיניגע געדאנקען און פרובירט ווי ס'נאר שייך לפי מיטב ידיעתו צו מאיר זיין עיניהם של החברים החשובים.
נאכאמאל ייש''כ מקירות לבי.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א גוטע רעיון הרב החסיד הנלהב, ישר כח.

-

אוודאי און אוודאי דארף מען באדאנקן פאר אלע ראשים און איבער אלעם דער מייסד החבורה ר' יצחק זאל זיין געזונט, זאלן זיי ווייטער זעהן אסאך נחת פון די חבורה און אירע חברים געזונטערהייט!

כ'שפיר אבער אז כ'דארף אויך ארויסברענגן מיינע געפילן פארן מייסד דמייסד, דאס איז כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, וואס איז צו יעדע צייט עומד ודורש לאנשי שלומו איבערן חיוב פון לימוד התורה אויף א פארנעם וואס מ'הערט כמעט נישט ערגעץ אנדערש. דער רבי שליט"א האט אלע זיינע יארן אין די דרשות ממש פארפירט אז מ'דארף זיך זעצן לערנען, און איבערגעזאגט פון טאטן וואס ער פלעגט אסאך זאגן, אין לנו שיור רק התורה הזאת.

כ'מיין אז ס'איז נישטא א רבי אויף אזא פארנעם, ס'הייסט פון די גרויסע רבי'ס, וואס האט מקדיש געווען אזויפיל מערכות פאר לימוד התורה. מ'האט געבויעט אין קרית יואל א פראכטפולע היכל התורה וואס האט ארויפגעשאסן די ניווא פון תורה דארט. מ'האט א דאטע פון אלע חסידים ווער ס'לערנט און ס'איז נאכנישט מסודר מיט א חבר וכו', דער רבי אליין האט שוין אסאך מאל געבעטן און געזעהן אזאליכע ליסטעס.

ועל כולם, דער רבי האט געגעבן א מוראדיגע מעסעדזש פאר די אינגעלייט און בחורים, און נישט איינמאל חזר'ט ער עס: אין כבוד אלא תורה, איר ווילט מיר מכבד זיין? לערנט תורה!

פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום מיט בחינות און טראץ דער מייסד איז געווען דער מחולל הרעיון התורני ר' יצחק זז"ג, איז פארשטייט זיך אלעס געווען מיט'ן רבי'ן.

און מ'דארף ארויסברענגן א פונקט וואס הר"ר שלמה רובין שליט"א (א חבר אין תורתך שעושועי) האט געזאגט פאר מיינס א באקאנטן, אז אין אנדערע פלעצער ווען מ'עפענעט ווען א חבורה "אויסער דעם רבינ'ס חבורה" (יסודי התורה איז דער אפיציעלער חבורה וואס דער רבי האלט מיט דערמיט און לערנט יעדע נאכט דעם עמוד), וואלט מען עס זיכער נישט געשטיצט אדער אפי' עס נישט צוגעלאזט, אין סאטמאר איז אבער אנדערש, דער רבי אליין איז מעודד צו מאכן נאך און נאך חבורת פאר לימוד התורה (דאס איז אלעס בזכותו פון רביה"ק זי"ע וואס האט אונז אויסגעלערנט אז די תורה איז העכער אלעם, העכער העכער אלעם, ומינה לא תזיע).

דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!

כ'בין שוין לאנג שולדיג א הכרת הטוב פאר די שיעורים און חבורת וואס זענען דא אין קרית יואל לרוב, נאר יעצט האב איך א געלעגנהייט ברבים זיך צו באדאנקן פאר די אלע וואס געבן אונז דאס לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו, ובראשם דער רבי שליט"א, עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים, דער רבי זאל ווייטער קענען משפיע זיין אויף אידישע קינדער מאורו הגדול תורה ויראת שמים, און האבן נחת דקדושה פון בני קהלתינו עד ביאת הגואל במהרה.

א"ד תלמידו המתאבק בעפר רגלו,

המסתתר בשם,

שמעלקא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אנטשולדיגט הרב שמעלקא,
אבער ישראל ואורייתא, איז נתייסד געווארן נאך אסאך פריער, פאר תורתך שעשועי......
נאר וודזשע דען? כדי דער עולם זאל זיך וועלן זעצן לערנען דארף מען מאכן פאמפע, און אויף דעם איז א פארטיי מיט א רבי, די בעסטע קאנדידאט...
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דאנערשטאג מאי 15, 2014 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

שמעלקא, פליז..
אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטיצעך »

סטאפטס דא, דאס איז דער קעפל פונעם אשכול
די געפילן פון די משתתפי החבורה, און פערזענליכע סיפורים
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פערזענדליכע סיפור:
בערך אינמיטן עירובין טרעף איך אין ביהמ"ד ר' משה פאלקאוויטש, פרעגט ער מיר וואסי נייעס? זאג איך אים כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, געווענדליך ווען איך פלעג לערנען א גמ' איז אזוי געוועהן אז פונעם צומאכן די גמ' ביזן נעקסטן שיעור פלעג איך נישט טראכטן פון די גמ', אבער לעצטנס זייט איך לערן עירובין האב איך מחשבות זרות אינמיטן דאווענען, ס'קומט מיר ארויף אויף די מחשבה א לחי, א קורה, מבוי,....

ער טרעפט מיר אפאר טעג שפעטער זאגט ער מיר, ווייסט, ממש א האלבע שעה נאך דיין שמועס האט מיר דיין טאטע זז"ג אריין גערופן וועגן א צווייטע זאך, זאג איך אים אז איך האב א גריס פון איירע זון, אה יא, וואס זאגט ער?, זאגט ר' משה אייער זון רעדט זיך אפ ער ליידט פון מחשבות זרות ביים דאווענען....
מיין טאטע ווערט אביסל דערשראקן, וואס?!....
נע! זאגט ר' משה, ער זאגט אז ער טראכט פון עירובין ביים דאווענען....

הלואי אויף אזעלכע צרות
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
camp shalva
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך camp shalva »

די געפילן זענען מורא'דיג. אבער ווער קען מיר העלפן זיי זאלן מיר אויך צאלן?
(א מארק האב איך באקומען א גוטע, אבער ווילן מיר נישט צאלן ווייל כ'וואוין נישט אין ב"פ/וו./מ./ק"י)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'קען געבן אנע שיער דוגמאות, נאר כ'וועל זאגן איבער דעם אליין, אז מ'האט געעפענט א אפטיילונג פאר די שיעורי הקהלות זאגט שוין אסאך, אינגעלייט האבן זיך מדבק געווען אין די תורה.

-

כ'קען א אינגערמאן וואס זיין גאנצע לייב און לעבן איז געווארן זיין בלאט גמרא, ער האט זונטאג פארן בחינה געלערנט 10 שעה, כמעט ברציפות!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

דאנקען. - קען מען דען?

לויבן. - דארף מען דען?

"פערזענליכע סיפורים" האט דער חסיד נלהב מכבד געווען דעם עולם צו שרייבן.

דער עצם פערזענליכער סיפור אז פרייטאג-שבת-זונטאג איז אין כמעט יעדן ביהמ"ד פון וויליאמסבורג-קרית יואל-מאנסי-וכו' (און יא, אויך אין לעיקוואוד) ליידיג די שעלווס פון פסחים גמרות, פון בראשוב ביז שאץ, פון באלחוב ביז זשעירעש, פון היכל ראזענבערג ביז היכל חי', איז דער שענסטער "פערזענליכער סיפור" פון תורתך שעשועי, און צייגט אויף די געוואלדיגע הצלחה.

ר' יצחק שווארץ, איין זאך קען איך אייך זאגן:
דו מאכסט פאר אונז אלע דעם גן עדן אויף די וועלט, ממש מעין עולם הבא, מדי יום ביומו, מדי שבת בשבתו, ומדי חודש בחודשו.

זאל דער רבוש"ע דיר באצאלן בכל טוב, עושר, גליק, נחת און שמחה.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קומעך אין שול לערענען, באט כ'לערן אן אנדערע מסכתא....., שעמעך מעך, יעדער לערנט פסחים און נאר איך לערן....
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

רבי שמעלקא גערעכט דעם רבי'ן קומט א גרויסען דאנק.
נאר איין נקודה וואס האסט פארגעסן אז במסגרת תורתך שעשועי זענען אנגעבינדען פילע דרויסענדע מחצר סאטמאר (מהר''א) וואס דאס איז צו פארדאנקען דעם געדאנק וואס המשפיע הרה''צ רבי שלמה זאגט אז אין אנדערע פלעצער וואלט געווען אחת דתו אז מען רירט דעם 'רבין'ס' חבורה, וואס אין סאטמאר איז דער מושג נישטא ב''ה.
וואס אט דאס זעלבסט האט צוגעצויגען פילע אינדרויסענדע חובשי ביהמ''ד זיך צוזעצן מיט א קביעות צו די תוה''ק.
וואויל פאר אייך סאטמארע מסדרי השיעור, וואס נישט נאר חסד בגוף ובממון טוט איר מיט יעדן אפגעזעהן וואס יענער טראגט אויפען קאפ און אין הארץ, נאר חסד ברוחניות טוט איר אויך מיט יעדן איד וואס איז מחליט צו אפלאזען די הוויות העולם און איז זיך מדבק אין די תוה"ק.
[פערזענליכע סיפור]
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

שמעלקא טויב האט געשריבן:א גוטע רעיון הרב החסיד הנלהב, ישר כח.

-


כ'שפיר אבער אז כ'דארף אויך ארויסברענגן מיינע געפילן פארן מייסד דמייסד, דאס איז כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א,


זייער גערעכט מיסטער שמעלקע.
ולראי' האלט דא איינער צי אזא תורתך חבורה וואלט געהאט א שאנס צי סוקסידען און די נו"ן אדער סמ"ך יארן???
(ווי אויך קומט קרעדיט פאר די מתיבתא/שוטנשטיין ש"ס'ן)
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

די פארגאנגענער יו''ט זענען מיינע געפילען ביים אקדמות זאגען און ביים קבלת התורה געווען גאר שטורעמיש, שפירענדיג מער א נענטערע שייכות צו די תוה''ק זייענדיג א חבר אין די חבורת תורתך שעשועי, איך שטעל מיר פאר אז אלע בני החבורות ועוסקים ושוקדים על התורה האבען זיך געשפירט עפעס גאר דערהויבען.
א ספעציעלער דאנק פאר די מייסדי החבורות פאר'ן דאס צושטעלן פאר'ן כלל ישראל.

נ.ב. איך האב געהערט פון א אנוועזענדער אין ביהמ''ד יאוואזשנא בעיר וומ''ס אז שבועות בי די כבודים צו די תורה, און צושיקען צום עמוד דאווענען, האט מען ספעציעל מכבד געווען די מייסד חבורת תורתך שעשועי רבי יצחק שווארץ שליט''א צוליב זיינע פילע לייסטונגען אריינצוברענגען א חביבות ושקידת התורה ביי צענדליגער טויזענטער אידען, פילע מתפללים האבען זיך באדאנקט פאר דעם מייסד החבורה פאר זיינע פעלים לתורה ולהרמת התמדת התורה בקרב אנ''ש.
-פנימי- בלתי מוגה כלל
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

שמעלקא טויב האט געשריבן:א גוטע רעיון הרב החסיד הנלהב, ישר כח.

-

אוודאי און אוודאי דארף מען באדאנקן פאר אלע ראשים און איבער אלעם דער מייסד החבורה ר' יצחק זאל זיין געזונט, זאלן זיי ווייטער זעהן אסאך נחת פון די חבורה און אירע חברים געזונטערהייט!

כ'שפיר אבער אז כ'דארף אויך ארויסברענגן מיינע געפילן פארן מייסד דמייסד, דאס איז כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, וואס איז צו יעדע צייט עומד ודורש לאנשי שלומו איבערן חיוב פון לימוד התורה אויף א פארנעם וואס מ'הערט כמעט נישט ערגעץ אנדערש. דער רבי שליט"א האט אלע זיינע יארן אין די דרשות ממש פארפירט אז מ'דארף זיך זעצן לערנען, און איבערגעזאגט פון טאטן וואס ער פלעגט אסאך זאגן, אין לנו שיור רק התורה הזאת.

כ'מיין אז ס'איז נישטא א רבי אויף אזא פארנעם, ס'הייסט פון די גרויסע רבי'ס, וואס האט מקדיש געווען אזויפיל מערכות פאר לימוד התורה. מ'האט געבויעט אין קרית יואל א פראכטפולע היכל התורה וואס האט ארויפגעשאסן די ניווא פון תורה דארט. מ'האט א דאטע פון אלע חסידים ווער ס'לערנט און ס'איז נאכנישט מסודר מיט א חבר וכו', דער רבי אליין האט שוין אסאך מאל געבעטן און געזעהן אזאליכע ליסטעס.

ועל כולם, דער רבי האט געגעבן א מוראדיגע מעסעדזש פאר די אינגעלייט און בחורים, און נישט איינמאל חזר'ט ער עס: אין כבוד אלא תורה, איר ווילט מיר מכבד זיין? לערנט תורה!

פאר 8 יאר צוריק האט דער רבי מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה עמוד ליום, און נאך אפאר יאר מיט א שיינע הצלחה האט מען מייסד געווען די חבורה פון תורתך שעשועי על סדר הש"ס דף ליום מיט בחינות און טראץ דער מייסד איז געווען דער מחולל הרעיון התורני ר' יצחק זז"ג, איז פארשטייט זיך אלעס געווען מיט'ן רבי'ן.

און מ'דארף ארויסברענגן א פונקט וואס הר"ר שלמה רובין שליט"א (א חבר אין תורתך שעושועי) האט געזאגט פאר מיינס א באקאנטן, אז אין אנדערע פלעצער ווען מ'עפענעט ווען א חבורה "אויסער דעם רבינ'ס חבורה" (יסודי התורה איז דער אפיציעלער חבורה וואס דער רבי האלט מיט דערמיט און לערנט יעדע נאכט דעם עמוד), וואלט מען עס זיכער נישט געשטיצט אדער אפי' עס נישט צוגעלאזט, אין סאטמאר איז אבער אנדערש, דער רבי אליין איז מעודד צו מאכן נאך און נאך חבורת פאר לימוד התורה (דאס איז אלעס בזכותו פון רביה"ק זי"ע וואס האט אונז אויסגעלערנט אז די תורה איז העכער אלעם, העכער העכער אלעם, ומינה לא תזיע).

דער פאקט ווייזט: זינט יסודי התורה האט זיך געגרינדעט איז געווארן א מהפכה ברוחניות בתוככי קהילות סאטמאר, קהילות תרתי משמע, ישראל ואוריתא, זכרו, ועל כולם תורתך שעושועי. ס'האט געמאכט א מהפכה אין די וועלט ב"ה!

כ'בין שוין לאנג שולדיג א הכרת הטוב פאר די שיעורים און חבורת וואס זענען דא אין קרית יואל לרוב, נאר יעצט האב איך א געלעגנהייט ברבים זיך צו באדאנקן פאר די אלע וואס געבן אונז דאס לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו, ובראשם דער רבי שליט"א, עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים, דער רבי זאל ווייטער קענען משפיע זיין אויף אידישע קינדער מאורו הגדול תורה ויראת שמים, און האבן נחת דקדושה פון בני קהלתינו עד ביאת הגואל במהרה.

א"ד תלמידו המתאבק בעפר רגלו,

המסתתר בשם,

שמעלקא


נעכטן ביים באגלייטן האט טאקע אדמו"ר שליט"א נאכאמאל געמאנט און געפאדערט יעדן חסיד זיך צו אנשלוסן אין איינס אדער ביידע פון די חבורות, ווי אויך האט ער אויפגעפאדערט די נשים צדקניות צו שטופן די מענער צו האבן א שיעור חק ולא יעבור, בייגעלייגט האט איר די דברות קודש
אטעטשמענטס
20140606_095115.png
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

שטייענדיג ביים סיום מס' פסחים איז די הרגשים און געפילן למסדרי החבורה אויף הויכע שטאפלען.
אשריכם מזכי הרבים
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

שיינע נוי סוכה פאר די משתתפים פונעם חבורה
אטעטשמענטס
blurred_image(7-10-2014 7-26-11).jpg
איפה פייוויש?
דא בין איך
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

דער יצחק שווארץ איז אנבליבעבל ער לויפט נישט אויס פון איידיעס עס לאזט זיך מיינען אז ער איז א מענטש וואס זיכט אנצופילן זיין טאג,

דרך אגב פייבישעל זעה די קומענדיגע מחזור אנצופילן שבת עירובין...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יא מיר האבן עס ערהאלטן

יסודי התורה האט געשיקט הערליכע גמרות אין כמו אנטיק לעדער פאר אלע וואס האבן זיך פארהערט גאנץ מס' ברכות.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א געוואלדיגע געדאנק! הערליכע נוי סוכה פאר זעך און די משפחה און בעיקר פאר די בני בית.

גיימער עס אויפהענגען אין די סוכה, און דערנאך פראמינעטנט אין דיינינג רום (די אלטע זייגער ווארף איך נאכנישט אוועק, ווייל עס קוקט נישט אויס אויף אריכת ימים..)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער געדאנק איז מורא'דיג און די בריוו צו דער זייט איז זייער גוט געשריבן, און נאך דער רעפארט פון די אלע בחינות, מ'קען זאגן א דבר השלם בתכלית השלימות! אשרי הדור שזכה לכך, מקנא צו זיין דעם ר' יצחק שזכות הרבים תלוי בו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל טוב פאר אלע מסיימי מסכת פסחים במסגרת תורתך שעשועי, מיט הצלחה אויף ווייטער אויף מסכת שקלים מתלמוד הירושלמי, אוירא דארץ ישראל מחכים!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בשבח והודאה און עקסטערע דאנק צום טאטן אין הימל האבן מיר היינט צוגעענדיגט די לעצטע צוויי בלאט פון מיין ערשטע ירושלמי מסכתא אין לעבן, אין שמחה כשמחת התורה! ווי שוווערע אלס גרעסער די שמחה!

זונטאג וועט מען אי"ה פראווען א פרייליכע סיום
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”