די געפילן פון די משתתפי החבורה, און פערזענליכע סיפורים

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

מיללער האט געשריבן:אט גרייט מען זיך האסטיג צו די צווייטע בחינה על מסכת יבמות קומענדיגע זונטאג במדבר הבעל"ט, בימי הכנה לקבלת התורה בעזהשי"ת.

די זעכצן בלאט וואס גייען פארהערט ווערן אינאיינעם מיט די ערשטע פערצן חזרה בלעטער, זענען די יסודות פון יבום און פון מסכת יבמות, יעדן טאג ווערן מיר באקאנט מיט נייע קאמפליצירטע טערמינען און 'סינעריוס' (היכי תמצא), עס האט זיך א קלוגער איד אויסגעדרוקט אז אויב אויף די פארשידענע פרשיות וסוגיות וואס זענען בדרך כלל נישט אקטועל איז געזאגט געווארן די מימרא "דרוש וקבל שכר", זענען די בלעטער פון יבמות אויפן אויבנאן פון די ליסטע.

אידישע קינדער פלאגן זיך שעות ע"ג שעות צו 'קאפטשויען' גאר שווערע מושגים, די בתי מדרשות זענען פיל אין די שפעטע נאכט שעות און פריע פארטאגס שעות מיט בעה"ב וואס גייען אויס צו פארשטיין די דריי-פאכיגע מחלקות צווישן רב, ר' יוחנן ור' אלעזר (התנא) איבער די ענין פון יבמה שהותרה ונאסרה חזרה להיתרה הראשון, אנדערע פלאגן זיך אוועקצושטעלן די יסודות פון יש זיקה ואין זיקה און וואו עס קלאפט אויס, ווידער אויב איז דא דארט אויך אן איסור ערוה וויאזוי טוישט עס דעם דין, משא"כ נאר א איסור מצוה ווירקט אנדערש, אליבא דרבנן אדער אליבא דר' שמעון, וויפיל מאל האבן מיר שוין די בית שמאי לקולא דא אין יבמות און איז דאס לכו"ע.

די לופט איז פולווער! א ריתחא דאורייתא, מען גרופירט זיך בענעזאם עטליכע חברותות צו הערן דברי אלקים חיים, און פארשטיין וויאזוי די הייליגע תנאים ואמוראים האבן בעומק השגתם פארטייטשט די פסוקי התורה און געבויעט תילי תילי של הלכות אויף יעדע מין היכי תמצא, און וויאזוי די הייליגע ראשונים ווי רבינו התייר הגדול רבינו שלמה יצחקי און די הייליגע בעלי התוס' מוטשען זיך מסביר צו זיין יעדן קוצו של יו"ד, פארוואס איז דאס א חליצה פסולה, און פארוואס איז דאס פארבינדן מיט זיקה, ווען זאגט מען יא א גזירה אז די יבמין וועלן פארטוישן דעם סדר און ווען נישט, און מיר קליינע מענטשליך שטייען משתומם מן המראה, ווי גרויס און טיעף איז דער ים התלמוד, מים שאין להם סוף, מקולות מים רבים אדירים!

דער ים התלמוד רוישט, ער פליסט ויורד לחדרי בטן, ער הייליגט די נשמה און ער לייטערט דעם גוף, נישטא קיין צייט פאר שטיות, פאר פאליטיק, זאלן טראמפ מיט קלינטאן ביידע געווינען אדער פארלירן, אדער אפי' גיין אין דר'ערד אריין, וועם גייט עס אן? ווער איז נייגעריג אויף נייע 'עפפס' און 'געדגעטס', רצונינו להבין ולהשכיל ללמוד וללמד, וחננו דעה בינה והשכל, טאטע אין הימל, האר עינינו בתורתך, פתח לבנו בתורתך, מאך ליכטיג אונזערע אויגן, מיר ווילן פארשטיין פארוואס שמואל גייט לדברי האומר אין זיקה און רב גייט לדברי האומר יש זיקה, פארוואס האלטן די ב"ש/ב"ה אם קדמו וכנסו יקיימו, מיר ווילן הארכן וואס רש"י פארטייטשט אן דארפן קוקען אין די דרך קצרה וארוכות פון די מלקטים און קאלירפולע גמרות, מיר דארפן א 'דירעקט-ליין' צו אונזערע ראשונים, גיב אונז דעם שליסל, עפן אונז די טויערן, שפאר אויף אונזערע הערצער און האלט עס אפן כאולם, מיר מאכן דעם פתחו של מחט מיטן אויפגעבן שלאף, לרצון שינת עינינו נדדה.

לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין, אויסנוצן די קומענדיגע פאר טאג לחזור ולשנן, נאך א בלאט, נאך איין מאל און ווידעראמאל, נישט מיד ווערן, און בעזרת השם וועלן מיר אנקומען זונטאג נאכט אין די פארהער-צענטערן מיט דרייסיג פון די שווערסטע בלעטער פון ש"ס אין די הענט, וקובץ על יד ירבה! גירא בעינא דשטנא, דער קידוש השם איז איום ונורא, אין יארע צוויי טויזנט און זעכצן למספרם, ווען די ערלי לב פירן די וועלט לדיוטא התחתונה, אויף טריפה'נע ערד מקום זמה נארישקייט, זיצט א הייפעלע אידן און ווארעמען זיך און זענען זיך זעלבסט מתנסה מיט 'טשעלענזשעס' בלימוד התורה, משיח! הערסט מיך? דו האסט צו וועם צו קומען! קום אריין אין בית המדרש, ס'לעבט!

צבי וחמיד ורגיג דילעון בלעותא! צבי ואיתרעי בן ומסר לן אורייתא!


שקויעך הרב מיללער אונז קען מיר ניצן חיזוק, ס'איז כמים קרים על נפש עייפה....
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינער זאגט מיר היצט אז די שטאט איז אויף מיט א פאל פון ניו זשערזי ווי א קינד איז ל"ע געבוירן געווארן אפעקטירט דורך די שעדליכע 'זיקא' וויירוס, ווערטלט זיך יענער אז לומדי תורתך שעשועי זענען פארנומען מיט 'יש זיקה' אדער 'אין זיקה' ובזכות זה זאל כלל ישראל ניצול ווערן מכל פגעין ומרעין בישין

וידועין דברי הרה"ק מבעלזא זצ"ל על הכ' אשרי הגבר אשר תיסרנו קה - ומתורתך תלמדנו
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיללער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היצט אז די שטאט איז אויף מיט א פאל פון ניו זשערזי ווי א קינד איז ל"ע געבוירן געווארן אפעקטירט דורך די שעדליכע 'זיקא' וויירוס, ווערטלט זיך יענער אז לומדי תורתך שעשועי זענען פארנומען מיט 'יש זיקה' אדער 'אין זיקה' ובזכות זה זאל כלל ישראל ניצול ווערן מכל פגעין ומרעין בישין

וידועין דברי הרה"ק מבעלזא זצ"ל על הכ' אשרי הגבר אשר תיסרנו קה - ומתורתך תלמדנו

כ'מיין ער האט עס טאקע געזאגט אויף די וואכדיגע תוכחה.
זאל טאקע דער אויבערשטער שומר ומציל זיין אלע אידישע קינדער מכל צרה ו[צ](ז)וקה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיללער איך קענדער ערלעדיגן דעם מייק ביי די נעקסטע סיום? דיינע ווערטער דארפן ווערן ארומגעשיקט צו אלע חברי הקבוצה... די יעצטיגע בלעטער זענען גאר שווער אבער גאר געשמאק! און ווען מ'ליינט נאך אזעלעכע דיבורים גיבט עס חשק אויף ווייטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

מיללער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היצט אז די שטאט איז אויף מיט א פאל פון ניו זשערזי ווי א קינד איז ל"ע געבוירן געווארן אפעקטירט דורך די שעדליכע 'זיקא' וויירוס, ווערטלט זיך יענער אז לומדי תורתך שעשועי זענען פארנומען מיט 'יש זיקה' אדער 'אין זיקה' ובזכות זה זאל כלל ישראל ניצול ווערן מכל פגעין ומרעין בישין

וידועין דברי הרה"ק מבעלזא זצ"ל על הכ' אשרי הגבר אשר תיסרנו קה - ומתורתך תלמדנו

דאס ווארט פון בעלזער רב שטימט טאקע זייער צו די מסכתות ווי יבמות וואס יבום וחליצה דארף מען האבן נאכדעם וואס איינער שטארבט, און דורך לערנען פון דעם פטר'ט מען זיך אליין פון מיתות רח"ל אין די בחינה פון מתורתך תלמדנו.

איך קום אריין אין ביהמ"ד, חברותות אין יעדן ווינקל, ס'טוט זיך א קול תורה, ראובן איז געשטארבן און שמעון דארף מייבם זיין אבער ס'איז אחות אשתו ממילא פטר'ט ער, אדער ניין נאר לוי אדער יהודה דארפן מייבם זיין, וכדומה, ווי זאגט יענער, יחי ראובן ואל יבמות, אז ראובן וועט לעבן וועט נישט זיין די גאנצע מס' יבמות...

השי"ת זאל העלפן ווי די מסכתא הייבט זיך אן פוטרות צרותיהן וצרות צרותיהן עד סוף כל הדורות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין סקרענטאן הבירה הענגט דער שמש ר' פישל יעצט די צעטליך אז,דער היי יעריגער 'קרעפל פשעטל' וועט זיין אין די סוגיא פון איסור חל על איסור.

לכאורה ביים בארג סיני האט כלל ישראל באקומען א דין ישראל און אלע תרי"ג מצות האבן חל געווען בבת אחת, ממילא לויט די שיטה אז בבת אחת זאגט מען איסור חע"א וכו'

שמעו ותחו נפשכם
שקלא וטריא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקלא וטריא »

דאס איז א אמת'ע מעשה וואס איינער א חבר אין תורתך שעשועי האט גענומען די מוט און אבגעשריבן,


בס"ד
וואס ליגט אינטער מיין לעדערנע ש"ס.
ביי די זיבעצען יאר זימער זמן האב איך געטוישט ישיבה, געט מיר מיין חבר א פרעג ווער איז געווען דיין מגיד שיעור נאכמיטאג לעצטע זמן, און איך האב נישט געוויסט צי ענטפערען, ווייל די איינציגסטע סיבה פארוואס ווער עס איז געווען פארמיטאג האב איך יא געוויסט איז געווען ווייל א וואך פאר סוף זמן הערענדיג אז איך גיי טוישן ישיבה האט מיר מיין מגיד שיעור געריפן לערנען מיט אים פאר צוואנציג מיניט, ווייל ער האט נישט געקענט אויסהאלטען אז א בחור האט זיך געדרייט ביי אים א גאנצע זמן, און ער איז נישט זיי תלמוד.
און די נייע ישיבה האט מען נישט געקענט אראפגיין און לאנטשרום נאר אויב מען האט געהאט א קארטעל אז מען האט זיך געשטעלט צים פארהער, איז מען יעדע וואך געגאנגען צים מגיד שיעור אפנעמען די קארטעל, ויהי היום און איין וואך האט די ראש ישיבה פארהערט, איך גיי צי בעטן מיין קארטעל, ער פרעגט מיר א שאלה, און איך קיק אים אזוי אן, און ער מיך, ביז ער רופט זיך אן "עס זעט אויס ווי די האסט געלערנט די סוגיא פון פועל בטל די וואך" מער בין איך צים פארהער נישט געגאנגען.
מהאט ב"ה חתונה געהאט מען פארט וויקעשאן און די אשת חיל פרעגט ווען גייסטו לערנען, און די ענטפער איז געווען דעס האב איך שוין געניג געהערט פון מיין מגיד שיעור, מער האט זי שוין קיינמאל נישט געבעטען.
גייט דורך אפאר יאר מען נעמט דא א חברותא פאר א שטיק צייט און דארט א חברותא, יעדע שטיק צייט טוישט מען פריש און בין גברא לגברא גייט דורך יארן.
איין טאג קימט צי מיר מיין חבר און ריפט מיר צי זיין סיום הש"ס, און מיין מוח פאנגט אן ארבעטען... אפאר טעג שפעטער שמיעסענדיג מיט א אנדערע חבר זאג איך אים אז ידידי מאכט א סיום הש"ס און איך קען אפילו נישט טרעפן א נארמאלע חברותא, זאגט ער מיר די בעסטע עצה איז נעם א חברותא פאר געלט און אלעס וועט גיין, ער האט שוין אזוי א חבר פאר אפאר יאר און זיי האבן שוין גענדיגט אפאר מסכת'ס. די אנדערע טאג גיי איך צי צום מסדר החברותא'ס און מפארציילט אים דברים כהווייתן און מפרעגט צי ער קען מיר עפעס צישטעלען, נאך א טאג קימט ער צי מיט א נאמען, וויסענדיג אז איך ווייס נישט ווער עס איז זאגט ער מיר ווי איך קען מיר נאכפרעגען, און די חברותא האט זיך אנגעפאנגען.
יעדען טאג געקעמען צים שיעור, די חברותא א איד א בן תורה, האט גאנץ שנעל געזען מיט וועם ער האט צי טיען, האט ער זיך באמת ציגעשטעלט די בעסטע וואס מעגליך, מיט די מערסטע הארץ געטרייט צי מאכן פילן באקוועם ביי די גמרא, פראבירט צי מאכן דעם שיעור די מערסטע בעטעמט, יעדן טאג געפרעגט ווי אזוי עס גייט, אויסגעהערט און נאכדעם האט מען געלערנט אמאל מער און אמאל ווייניגער.
גייט דורך אפאר יאר און תורתך שעשועי האט געפענט אירע טויערן, מיין חברותא פרעגט מיר ווילסט טרייען, און איך ענטפער יא, לאמיר ווייזען פאר מיין ראש ישיבה אז איך קען יא קענען א פארהער, ב"ה באקימען א 100 אויף די ערשטע בחינה פון מסכת ברכות אבער דארט האט זיך עס גענדיגט, איך האב מסביר געווען פאר מיין חברותא אז די דשואק איז געלונגען אבער דעס איז נישט פאר מיר, און מען האט פראבירט מיט צי האלטען דעם שיעור, ברכות, שבת, און ווען מען האט אנגעפאנגען עירובין האט מען זיך נאכאמאל געשטעלט צי די ערשטע צוויי פארהערס, און און מיטן פסחים האט עס געפלאצט, מען האט געטוישט צי יסודי, מיט א קלארע הסבר אז דארט ווייל עס איז ווייניגער בלעטער וועט מען זיך קענען שטעלן צים פארהער ממילא לוינט עס אפילו עס איז נאר א עמוד א טאג, די ערשטע פארהער האט מען טאקע גענימען, און מיט דעם איז עס געבליבן, סך הכל האט מען געטוישט פון א בלאט א טאג צי א עמוד אן א פארהער, ווען תורתך האט גענדיגט שקלים זאגט מיר מיין חברותא מען גייט ציריק צי תורתך, די פארהערסט זיך ממילא נישט זאל מען כאטשיג לערנען א בלאט, און מהאט אנגעפאנגען ראש השנה.
ר"ה, יומא, סוכה, ביצה, די אשת חיל האט געכאפט די געלעגענהייט יעדע מסכת וואס מען האט גענדיגט האט מען ציגעשטעלט א סיום וואס איז געווען איינס שענער ווי די צווייטע, די קינדער אנגעטין בבגדי שבת, די הויז איז געפארן אויף רעדער, און איך האב מיך געפילט גיט אבי איך לערן.
איין טאג הערט מען פון תורתך אז מען גייט מאכן "ימי התמדת התורה" מיין חבר אויך א בעה"ב פרעגט מיר צי איך וויל קימען, מיין ענטפער איז געווען ביזט פארריקט, לאנג סטארי שארט מאיז געגאנגען מהאט געלערנט, אפאר מאל אינמיטען לערנען איז מען ארויס געלאפן פון שול ארויף און שטוב פאר א מענטעל ברעיק אבער מהאט עס געבראכן מהאט געלערנט צוויי טעג און נאכדעם הערט מען איינעם רעדן אז א איד דארף וויסען אז זיין ציל דארף זיין פאר די בעסטע, און איך האב אפגעמאכט אז די בעסט איז יעט טא קאם.
מקימט אהיים מזאגט פאר די חברותא אז פון היינט און ווייטער פארהערט מען זיך אן קיין מעשיות, ער קענענדיג מיך פון יארן האט געמיינט אז עס וועט גיין אזוי ווי עס איז געקימען, אבער נישט נאך די "ימי התמדת התורה" מגילה, מועד קטן, חגיגה, געלערט איבער געלערנט און נאכאמאל געלערנט, און זיך פארהערט. שבת און מירון, וויקעשאן גארנישט מאכט נישט אויס, לערנען איבערלערנען ביז עס ווערט זיס אין א מחי, נאכדעם.
אריין געדייווט און יבמות און די גאנצע דיינעמיקס האט זיך געטוישט, יעצט קען מען נישט אריין כאפען די לעצטע מיניט, איטס אידער יוא אר אין אר יוא אר אייט, מיטעל וועג איז נישט פארהאן, די קינדער קיקען א נייע טאטע במלוא מובן המילה, וויפיל שעה תורה יוי איז דעס זיס, פרייטאג פארטאגס, פרייטאג פארמיטאג, שבת פארן דאווענען, די וואך שבת במדבר איז מען שוין אפילו געגאנגען לערנען שבת נאכמיטאג פאר דריי שעה וואס דעס איז אייביג געווען א זמן וואס דעמאלטס נישט. נאך פסח איז ציגעקימען א פרישע רינגעלע מען האט גענימען א חברותא אויף חזרת החודש א חבר וואס האלט דארט ווי איך האב געהאלטען ווען מען חבר האט מיר געריפען צי זיין סיום הש"ס.
אנצינדענדיג מיין טעלעפאן נאך די בחינה דעם זינטאג, הער איך דארט א מעסעדש פון מיין פיפצען יעריגע בחור ווי ער ווינטשט מיר א מזל טוב צי מיין זיך שטעלן צים פארהער אויף די שווערסטע בלעטער און ש"ס, אוי ווי זיי קיקען.
די וואך מאנטאג נאך די צוויטע בחינה פון יבמות האט מען גענימען די געלט פון די פארהערס און געקויפט א לעדערנע ש"ס פון עוז והדר, און די אשת חיל שטייט און די זייט און וויינט פון גליק...


נ.ב. די קינדער ווארטען נאר אז די טאטע זאל ענדיגען פסחים ווייל דעמאלט קימט א סיום אויף סדר מועד, וואס די מאמע זאגט אז זיי האבן נאך אזא סיום נישט געזען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קוקט אויס א בן ארץ ישראל, פון וואס ער שרייבט "דעם שבת במדבר"
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

פיין אפגעלערנט לכאורה
איפה פייוויש?
דא בין איך
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ימי התמדת התורה איז געווען אין קאנעטיקוט
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אזא התעורורות שױן לאנג נישט געהאט,
דארף מען נאר געװאר װערן אױב עס איז אמת
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרוביר אויך האט געשריבן:אזא התעורורות שױן לאנג נישט געהאט,
דארף מען נאר געװאר װערן אױב עס איז אמת


אז ס'האט געברענגן אן התעוררות, וואס מאכט שוין אויס צו עס איז אמת?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מיללער האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:אזא התעורורות שױן לאנג נישט געהאט,
דארף מען נאר געװאר װערן אױב עס איז אמת


אז ס'האט געברענגן אן התעוררות, וואס מאכט שוין אויס צו עס איז אמת?

װײל עס זעהט מיר שױן אױס באלד װי די אנטי סמארטפאון ליפלעטן,
והא ראיה ער האט ארײגעמישט שבת מירון.....
עניװעי זײער גוט געשריבן
אז יענער קען קענסטו אויך
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

לבית פלוני אני הולך למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבהמ״ד
דוד המלך האט געלערנט און א חבורה, און יעדן טאג האט ער געטראכט עס איז צי שווער די חבורה לאמיר טוישן צי א גרינגערע, דעס איז נישט פאר מיר, אבער ורגלי מוליכות אותי לבהמ״ד.
מדברי רבינו נעכטען ביי די שבע ברכות לחבורת תורתך שעשיעי - קרית יואל
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

מיללער האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:אזא התעורורות שױן לאנג נישט געהאט,
דארף מען נאר געװאר װערן אױב עס איז אמת


אז ס'האט געברענגן אן התעוררות, וואס מאכט שוין אויס צו עס איז אמת?

אנטשולדיג פארן זיך אריינמישן. אבער דער קאצקער זאגט:
צדק צדק תרדוף. צדק דארף מען נאכיאגען מיט צדק.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

באקימען פון א חבר הנהלת תורתך, א שמיעס צווישן די הנהלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

בס"ד

לכ' ידידי העוז והנכבד מוה"ר ........................... הי"ו.


איך וועל מיך ציטירן אויף דיין אימעיל,
דו שרייבסט,
און אנדערע ווערטער, מהאט געפענט א ישיבה למצינים, און מ׳פראבירט אריין צי שלעפען יעדען איינעם, און מאיז מיר אפילו גרייט ציצישטלען די בעסטע חבר פון ישיבה, און אזוי וועל איך קענען ביים פארהער. מיין קשיא איז ווער זאגט אז איך בלאנג בכלל און די ישיבה, איך פארשטיי אז די משנה זאגט הוי זנב לאריות, אבער ווער זאגט אז דעס איז די מהלך?

נ.ב. די קשיא איז נישט סתם געפרעגט, ס׳איז מיר באמת שווער, פארוואס מפראבירט אריין צי שלעפן סתם בעלי בתים וואס לערנען די שיעור און זיי האבן בכלל נישט קיין טשענס צי באקימען די בעסטע מארק, נאר אויב זיי גייען נישט לערנען גארנישט עפעס אנדערש, און אריין לייגען שעות אריכות וואס זיי האבן נישט. ווער זאגט אז דעס איז א גיטע זאך? ע"כ דברי השואל.

איך וואונדער מיך אויף דעם אימעיל וואס דו האסט מיר געשיקט, אמת, אז די אלע אידן וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די חבורה מיט א "ערנסטקייט" זענען געווארענע מצויינים, אבער, זענען זיי געווען אייביג מצויינים? אוודאי נישט! מען האט געעפענט די ישיבה פאר יעדן וואס האט דעם ריכטיגן רצון! און אוודאי אז אסאך פארשטייען נאך נישט, דארף מען זיי עפענען און ווייזן דעם וועג, ווי אזוי מען קען באקומען דעם רצון.
פרייטאג בעפאר'ן גרויסן סיום, האב איך באקומען דעם פאלגענדיגן אימעיל, פון איינע פון די בני חבורה אין קרית יואל,
איך גיי נאר שרייבן קטעים וואס איז נוגע צו אונזער שמועס.


לכבוד ר׳ ..............
די האסט נישט קיין השגה וואס די האסט געטין מיט מיר, די שעות תורה וואס מען לייגט אריין איז שוין עקסטער קרעדיט, איך רעד פשוט פון מיר געבן די טעם און תורה. און אלעס געב איך צי פארדאנקען יענע צוויי טעג און קאנעטיקעט, ווען מיין חבר האט מיר געבעטען די ערשטע מאל אז איך זאל פארן אויף קאנעטיקעט לערנען האב איך אים אנגעקיקט פון די לבנה (מילד גערעט) און למעשה האט יענע צוויי טאג געטוישט מיין לעבן. בעפאר קאנעטיקעט האב איך געהאט א שיעור יעדען טאג, ווייל א איד ״מיז״ לערנען, היינט האב איך ב״ה אפאר שיעורים יעדן טאג, ווייל ״איך וויל״ לערנען.

ע"כ צו אונזער שמועס.

קענסט אפשר מסביר זיין, וואס דער אינגערמאן – וואס האט געשריבן דעם אימעיל - האט געשפירט בעפאר זיין אין קאנעדיקעט צו נאכדעם,
1) וויפיל צייט האט דער אינגערמאן געלערנט בעפאר, און נאכדעם ?
2) וואס איז געווען זיין לעבן בעפאר, און נאכדעם?
3) וויאזוי איז געווען זיין לערנען ווען ער האט גע"מוז"ט לערנען, צו דער חילוק פון ווען ער "וויל" לערנען?
4) באטראכסט דעם חבר (וואס יענער האט אים אנגעקוקט פון די לבנה – מילד גערעדט- ) וואס האט אים געשלעפט אויף קאנעדיקעט, אזוי ווי איינער וואס וויל אריינשלעפן צו א חבורה אדער איינער וואס מיינט נאר זיין גוטס, ער וויל אים עפענען זיין פארמאכטן אויגן און ער רעדט אים פשוט צו צום ובחרת בחיים? נישט וויסענדיג וואס א גינגאלד ער קען אלס ערייכן אין זיין לעבנסטעג אויף דער עולם הגשמי.
5) האט מען אים אריינגעשלעפט, אדער דער אינגערמאן וואס האט דאס אליינס מיט די אייגענע בלוט און פלייש בייגעוואוינט, אנגעהויבן אליינ'ס צו שפירן דעם "טוב לי תורת פיך".

האט דער אינגערמאן זייט קאנדיקעט נאר געשפירט א טעם אין תורה – אזוי שרייבט ער – נאר צוליב דעם מארק וואס ער גייט באקומען ביים קומעדיגן פארהערן? אדער ער האט פשוט באקומען א חיות אין לערנען, ווייל ער האט געזעצן און געלערנט שעות רצופות און געשפירט דעם עול התורה פאר א בחינה וואס דאס אליין איז א מתיקות התורה, וטעמו וראו כי טוב ה'.
וואס איז בעסער צו עצה'נען פאר אזא אינגערמאן, ווי צו לערנען אין אזא חבורה וואס לעבט מיט א פלאן, און א ציל וואס צו עררייכן אין זיינע יארן גאנג, ווי איידער דער אינגערמאן וואס האט זיך איידער זיך אנשליסן זיך אין די חבורה –נאר "געמוזט" לערנען – אין די מינוט וואס ער האט צוגעמאכט די גמרא, האט ער נישט געהאט די מידנסטע שייכות מיט די תורה,
ער האט בכלל נישט געהאט געהאט די דאגות פון באקומען א מארק....
נישט גע'דאגה'ט צו קענען א שווערע גמרא.
נישט גע'דאגה'ט צו ענדיגן א שיעור.
נישט גע'דאגה'ט אויב מען דארף איין טאג פארפאסן פון לערנען, ווען ער וועט דאס משלים זיין...
נישט גע'דאגה'ט צו געדענקן א גמרא.
נישט גע'דאגה'ט צו עררייכן זיין ציל צו ענדיגן ש"ס אין בימי חייו.

נאר אסאך פון די אינגעלייט האבן געהאט די וועלטס צייט, ערב שבת מיט זונטאגס, חגאות, און ווען נישט, נאר געטראגן די וועלטס דאגה'ס ווער עס איז פרעזידענט.... אדער די היימישע פאליטיק.....
אדרבה!!!! זאג מיר ר' ...................., זאג מיר וועלכע שיעור זאל מען יא צורעדן די אינגעלייט צו גיין!!.
אויב איר קענט עפענען די אויגן פאר נאך צעהן בעלי בתים אזוי ווי דער אינגערמאן איז געעפענט געווארן דורך זיין חבר און געטוישט דאס לעבן – זענט איר באטראכט פאר א ריכטיגע מזכה את הרבים לעולמי עולמים, לדורי דורות!!!

אדרבה ! מעגליך אז איך קען דיר – מיט אלע חברי הנהלה - צוזאמשטעלן מיט דעם אינגערמאן וועלכע גיט זיך ארויס זיינע געפילן אין דעם דאזיגן אימעיל. וואס דאס וועט מאכן א שטארקע רושם, און העלפן דיך און די חברה הנהלה אנגיין מיט גאר א שטארקען אייפער נישט ארויסצולאזן קיין איין אינגערמאן זאל האבן די מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם ציל!!!.

הצלחה רבה אויף ווייטער, דיין געטרייער ידיד
......................
תורתך שעשועי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 1:23 am

התרגשותדיגע געפילן צום סיום מס' יבמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתך שעשועי »

ע"ס קען זיך נישט גלייבן אז נישט לאנג צוריק האט מען אנגעהויבן דף ב' און אין ווייניגער ווי 7 וואכן ארום וועט מען בעזהשי"ת מסיים זיין די מסכתא. 121 פעסטע בלעטער, די געפילו זענען מוראדיג די שפראך איז צו ארעם ע"ס ארויסצוברענגען, כ'העל ע"ס לאזן פאר הרב מסקרענטאן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געפילן פון ימי התמדת התורה:
viewtopic.php?f=3&t=35805
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

פיינע נייעס ! יום טוב אינדערוואכן !
נאר וואס באקומען א פריש בלעכל

כה לחי!
אטעטשמענטס
מ׳רוקט זיך נענטער ב״ה
מ׳רוקט זיך נענטער ב״ה
16A75B2B-4582-4446-8645-C88F9C5BA9F9.jpeg (217.64 KiB) געזען 9534 מאל
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מען גייט שוין באלד מיטן הילף פינעם בוכ"ע צילייגען נאך א בלעכל

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער ארויסציברענגן מיינע געפילן עד הנה עזרונו רחמיך אז מען האט געהאט די זכי' אדורכצילערנען מס' נזיר, זאל דער אייבערשטער העלפן אונז זאלמיר קענען ממשיך זיין אויף ווייטער בבריות גופא ונהורא מעליא מיט אלע השפעות טובות וואס די תורה ברענגט מיט זיך אמן
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

לכבוד דעם סיום חצי ש״ס.
א רוחניות׳דיגע סיפוק הנפש פון העכסטן קאליבער.

השי״ת יעזור אויף אזא סארט נחת פון די בנים ובני בנים ביי אלע אידן, פון אלע קהילות, שיכטן און קרייזן בכל מקומות מושבותיהם.

אמן.

לכבוד סיום חצי ש״ב
לכבוד סיום חצי ש״ב
FC530CE5-A072-4A4F-804A-A4923A1242F5.jpeg (233.86 KiB) געזען 7306 מאל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

too.jpg
too.jpg (175.88 KiB) געזען 7270 מאל
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מצלמה האט געשריבן:לכבוד דעם סיום חצי ש״ס.
א רוחניות׳דיגע סיפוק הנפש פון העכסטן קאליבער.

השי״ת יעזור אויף אזא סארט נחת פון די בנים ובני בנים ביי אלע אידן, פון אלע קהילות, שיכטן און קרייזן בכל מקומות מושבותיהם.

אמן.

FC530CE5-A072-4A4F-804A-A4923A1242F5.jpeg

מזל טוב!
דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד פאר אלע יודן
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”