פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 3:46 pm

אנפאנג מס' יומא אין מהרש"א (חידושי אגדות) אויף דעם וואס די משנה פאנגט אן מיט די ווארט 'שבעת' רעכנט ער אויס געוויסע זאכען וואס זענען קדוש בקדושת שבעה, זאגט מיר א איד אז אויף דעם סדר וויאזוי די חבורה תורתך שעשועי לערנט, דאס הייסט מ'לערנט יא שקלים און מ'לערנט קודם ראש השנה און דערנאך יומא, קומט אויס אז דאס איז די זיבעטע מסכתא, האמיר נאך עפעס וואס צוצולייגען צום ליסטע פון שבעה.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

מס' יומא דף ט' ע"ב

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 7:08 pm

די גמרא זאגט אז בעוון שנאת חינם איז חרוב געווארן דער צווייטער ביהמ"ק.

פרעגט די גמרא אז אין בית ראשון טרעפט מען אויך שנאת חינם?

ענטפערט די גמרא: ההיא בנשיאי ישראל!

פשט דערין איז אז ווילאנג די שנאת חנם גייט אן נאר ביי די נשיאים איז נישט געפערליך, די פראבלעם איז ווען דער המום עם דריידט זיך אריין דערין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:22 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמרא זאגט אז בעוון שנאת חינם איז חרוב געווארן דער צווייטער ביהמ"ק.

בשעת'ן לערנען האב איך אזוי געטראכט, וואס איז טאקע 'שנאת חינם'? און וואס איז די חילוק צווישן איר און 'קנאה'?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג ינואר 23, 2015 9:13 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמרא זאגט אז בעוון שנאת חינם איז חרוב געווארן דער צווייטער ביהמ"ק.

בשעת'ן לערנען האב איך אזוי געטראכט, וואס איז טאקע 'שנאת חינם'? און וואס איז די חילוק צווישן איר און 'קנאה'?


רבי אלימלך בידערמאן האט אמאל נאכגעזאגט אז ס'איז שנאת חינם ווייל דו רעדסט דיך איין אז "יענער" האט עס געטוען און האסט אים א סיבה פיינט צו האבן ווען באמת איז יענער נאר א שליח!

קנאה און שנאה זענען צוויי באזונדערע זאכן, קנאה מיינט מ'איז יענעם מקנא, מ'מוז אים נישט פיינט האבן פאר דעם, דאס ברענגט שנאה פאר זיכער אבער ס'איז א באזונדערע זאך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג פאברואר 15, 2015 12:25 pm

אויף דף כב: זאגט די גמרא כמה לא חלי ולא מרגיש גברא דמרי' סייעי', האב איך געהערט נאכזאגן א ווארט בשם ר' אלימלך בידערמאן (שמעלקא וואו ביסטו?..) אז ווי לאנג א מענטש איז נישט קראנק איז ער נישט מרגיש וויפיל סייעתא דשמיא ער האט אויף טריט און שריט.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג פאברואר 15, 2015 5:18 pm

yahoo האט געשריבן:אויף דף כב: זאגט די גמרא כמה לא חלי ולא מרגיש גברא דמרי' סייעי', האב איך געהערט נאכזאגן א ווארט בשם ר' אלימלך בידערמאן (שמעלקא וואו ביסטו?..) אז ווי לאנג א מענטש איז נישט קראנק איז ער נישט מרגיש וויפיל סייעתא דשמיא ער האט אויף טריט און שריט.


איך בין דא איך בין דא, זייער פיין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג יוני 11, 2015 12:08 pm

די וואכעדיכע פרשה (פרשת שלח) קאפיטעל יג פסוק כג שטייט ויבאו עד נחל אשכל ויכרתו משם זמורה... און די נעקסטע פסוק כד שטייט למקום ההוא קרא נחל אשכול על אודות האשכול אשר כרתו משם..

פרעגט די גרא וויאזוי שטייט אז זיי זענען געקומען קיין נחל אשכול נאך איידער מ'האט עס אזוי גערופן, ס'האט דאך באקומען דעם נאמען שפעטער ווען זיי האבן אראפגעשניטען די געהענגל? נאר זאגט די גרא אז אין אמת'ן אריין האט די פלאץ אייביג געהייסען אשכל על שם פון א מענטש מיט דעם נאמען אזויוי ענר אשכל וממרא, נאר אשכל די נאמען שרייבט מען אן א ואו און נאכדעם וואס מ'האט אראפגענישטען די אשכול האט מען עס גערופען אשכול מיט א ואו, וואס די תוספת ו' ווייזט אויף א לשון רבים, אזויווי מ'זעט אין די גמרא אין מס' סוכה בסכת בסכת בסכות אז די ווארט מלא ווייזט אויף צוויי.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

פנינים

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:08 am

נב. האי הספידא מאי עבידתיה וכו'.
האב איך געזען אין גר"א א שיין פשט וז"ל.

בגמ' דמגילה ג. ביום ההיא יגדל המספד בירושלים כמספד הדדרימון בבקעת מגידו, ואמר רב יוסף אלמלא תרגומא דהאי קרא לא ידענא מאי קאמר, ביומא ההיא יסגי מספדא בירושלים כמספדא אחאב בר עמרי דקטל יתיה הדדרימון וכו' ברמות גלעד, וכמספדא דיאשיהו בר אמון דקטל יתיה פרעה חגירא בבקעת מגידו.

יש להקשות לענין מאי קאמר ביום וכו' יגדל המספד כשני הספדים, לענין מה תלי ההספד בירושלים בשני הספדים הללו והוא תמוה.

ונראה דהא איתא במסכת סוכה פ' החליל האי הספידא מאי עבידתיה, וכו' חד אמר על משיח וכו' וחד אמר על יצה"ר שנהרג, כדדריש ר"י לעתיד לבא מביא הקב"ה היצה"ר ושחטו בפני הצדיקים ובפני הרשעים, צדיקים נדמה להם כהר, ורשעים נדמה כחוט השערה, הללו בוכין והללו בוכין וכו'.
ואיתא בסנהדרין ותעבור הרינה במחנה אמר רב אחא בר חנינא באבוד רשעים רינה, באבוד אחאב בן עמרי רינה, ולא בכו על אחאב רק הרשעים, ויאשיהו המלך שהיה צדיק לא בכו עליו רק הצדיקים, לכך אמר הכתוב ביום ההוא יגדל המספד שלעתיד לבא יבכו שניהם הצדיקים והרשעים, כשני הספדים הללו יחד, שביאשיהו בכו הצדיקים, ובאחאב בכו הרשעים, ולעתיד לבא יבכו שניהם, הצדיקים, והרשעים:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:25 am

הערליך! יישר כח הרב הבוחר בטוב - אין טוב אלא תורה

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 12:40 pm

די גמרא דף ה: מאי דכתיב ויהי כאשר זקן שמואל ומי סיב שמואל כולי האי והא בר נ"ב הוה

בספר בנין דוד אויף די וואכעדיגע סדרה שרייבט ער א ווארט בדרך צחות, אז די מדרש זאגט אויף ואברהם זקן בא בימים וד' ברך את אברהם בכל הה"ד עטרת תפארת שיבה.

די פסוק זאגט ויהי כאשר זקן שמואל וכו' ולא הלכו בניו בדרכיו, די גמרא פרעגט דא אז שמואל איז נישט געווען אלט, נאר ס'דא אמאל איינער ווערט אלט ווייל ער האט אריכות ימים אבער ס'דא אמאל וואס ער ווערט אלט אויב די קינדער פירן זיך נישט אויף ערליך און ווען מ'פרעגט זיי פארוואס גייען ענק נישט בדרכי האבות ענטפערן זיי די טאטע איז פון די אלטע דור, ס'היינט נייע צייטן. און דעס זאגט דא די פסוק ויהי כאשר זקן שמואל, איי איז דאך שווער די גמרא'ס קשיא אז ער איז נישט געווען אלט, אויף דעם זאגט די נעקסטע פסוק ולא הלכו בניו בדרכיו און זיי האבן געזאגט אויף אים אז ער איז פון די אלטע דור.

עכ"פ זעט מען אז מ'קען זיין אלט אפי' מ'האט נישט קיין אריכות ימים אבער אזא אלטקייט איז נישט קיין כבוד ותפארת, און די פסוק זאגט ואברהם זקן בא בימים ער איז שוין געווען אלט און וד' ברך את אברהם בכל וברש"י בבן ובמדרש בבת ובכל שמה, און אעפ"כ איז ער נישט געווארן אלט ווייל די קינדער האבן געזאגט אויף אים אז ער פון די דור הישן ווייל זיי זענען געגאנגען בדרכי האבות, נאר ער איז געווארן אלט ווייל ס'געווען בא בימים און אויף דעם זאגט די מדרש הה"ד עטרת תפארת שיבה.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט