קשיות והערות על שיעור היום - פרק כל שעה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

כ''ה

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 8:11 am

די סוגיא פון יהרג ואל יעבור אויף די ג' עבירות איז א פארצווייגטע, און אדרבה אויב איינער קען אביסעל פארברייטערן די נושא, די קורצע פונקט וואס ך' האב געוואלט מעיר זיין אז דא איז מב' די מקור אויף רציחה איז א סברא אז מאי חזית וכו' איז בפשטות ביי די שאלה וואס איז יעצט שטארק נוגע אין אר''י די דין המב' ברמב''ם ושו'ע יו''ד אז עס איז אסור אריסצוגעבען יחידים פאר גויים וואס סטראשענען אז מיר וועלן ענק אלע אויסהארגענען אדער מטמא זיין אויב מען געט נישט ארויס א יחיד, איז לכ' הדבר צ''ב די סברת מאי חזית פאסט דאך נישט בגוונא ווי אויף נישט ''גורם'' זיין אז א 'איינצעלע' מענטש זאל נישט ווערן ''איבערגעגעבן בגרמא'' פאר רוצחים, אדרבה איינער האט עפעס א ביאור אין די נושא?

נאך א שטארקע סוגיא הייבט זיך אהן דא אויף דף כ''ה איז די סוגיא פון הנאה שבאה לאדם בע''כ בפשטות רעדט מען דא נישט ביי א פאל ווי מען צווינגט ממש אריין אינעם מענטש אן הנאה, און אויך נישט אין א פאל ווי ס'א פסיק רישי', די מח' אביי ורבא גייט אין א פאל ווי עס איז אים א טירחא צו גיין אויף אן אנדערע דרך איז די שאלה צו אזא סארט הנאה איז אסור פאר א מענטש, לפי ווי די שפעטעריגע צולייגען די דין איז'ס א גדר אז די תורה אסר'ט נאר הנאה אויף א אופן אז די ביסט'ך משתמש און די נעמסט די הנאה איינמאל עס פאלט ארויס פון דעם גדר ווערט עס שוין אריינגערעכנט ווי א הנאה וואס האט נישט צו דיר וואס לא זו אסרה תורה,
די פלא איז המתעסק בחלבים ועריות איז בלי ספק אז ס'אסור פארוואס דארט זאגט זיך נישט דעי הגדרה?

באמת זעה איך יעצט פרק י''ד ה' י''ב ברמב''ם מאכ''א איז מקשר די גמ' סנהדרין איבער מתעסק בחלבים מיט אונזער סוגיא
לפי השקפה ראשונה קוקט אויס אינטערסאנט פארוואס ביי אינז זאגט זיך נישט די זעלבע חומר ווי מתעסק בחלבים ועריות, וצ''ב.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:04 am

להתחדד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
והשלישית, א הויז וואו מ'גייט נישט זיין פסח איז דאך נישטא קיין חשש שמא יבא לאוכלו טיז מען לויט תוס' פטור מבדיקה? ומל' הגמ' דף ו. משמע שבתוך ל' יום קודם הפסח מחויב לבדוק אף באין דעתו לחזור.
דארט קען מען אפשר ענטפערן אז איך בין חושש אז אפשר וועט זיך טוישן דער פלאן במשך דעם יו"ט ושוב יש חשש שמא יבא לאוכלה.


עיין במהרש״ל ומהרש״א שם שנחלקו

תודה על המ"מ אבל שם המחלוקת הוא בדעתו לחזור ובדברי רש"י שדעתו לחזור ביום טוב.
שאלתי היה באין דעתו לחזור, לדברי התוס' למה חייב לבדוק, אבל שוב ראיתי שהגמ' חייבו 'לבער' שחל עליו חובת תשביתו ל'יום קודם הפסח, אבל אה"נ אם ביטלו בלבו אולי די בזה לדברי התוס' וצ"ע

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:31 am

אין סברא הערט זיך שווער אז ווען בעצם איז רובץ א חיוב ''מן התורה'' אויף בדיקה מחמת ווייל חז''ל האבען איינגעזעהן אז די וועג פון ביטול איז נישט קיין מהלך נאר דורך פארברענען, קומט לכ' נישט אריין דא די שמועס צו ווען חז''ל שטעלן אוועק גדרים צו זיי זאגען לא פלוג צו נישט, ווייל דא בעצם איז רובץ א חיוב מן התורה אויף דעם, נאר חז''ל האבען 'אוועקגענימען דעם עצה' פון ביטול, כנלענ''ד.
...

עניוועי כ'אף שפעטער נאכצוקוקען ווי עס ווערט מוזכר דאס אז מ'זאגט לא פלוג לגבי די חשש פון שמא יבוא לאכלו.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:42 am

דער חיוב "בדיקה" איז זיכער נאר מדרבנן, מן התורה איז "תשביתו" וואס אין בעסטן פאל הייסט דאס פארברענען אדער לכה"פ מבטל זיין און אויב נישט איז מען עובר בבל יראה.

די מחלוקת רש"י און תוס' איז נאר צו דער חובת הבדיקה איז ווי א גדר צו בל יראה אדער א גדר צו וכל מחמצת לא תאכלו.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:40 pm

די מ"ב סי' תל"ו בתחילת הסימן רעדט באין דעתו לחזור דלא שייך בי' שמא יבוא לאכלו, אז מען איז מחוייב בבדיקה.
____________________________________________________
דער שדי חמד סי' ח' אין די אנפאנג מ'מס ביי מערכת חמץ ומצה גייט אריבער איבער פילע דעטאלען לגבי לא פלוג ווי מען זאגט'ס יא און ווי נישט.
לעצט פאראכטן דורך חסיד נלהב אום דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:49 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:[b]די מ"ב סי' תל"ו בתחילת הסימן רעדט באין דעתו לחזור דלא שייך בי' שמא יבוא לאכלו, אז מען איז מחוייב בבדיקה.

דער שדה חמד סי' ח' אין די אנפאנג מ'מס ביי מערכת חמץ ומצה גייט אריבער איבער פילע דעטאלען לגבי לא פלוג ווי מען זאגט'ס יא און ווי נישט.


מסתם רעדט ער בתוך שלושים יום וואס ס'איז שוין חל דער חובת ביעור, נישט אזוי?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:54 pm

יא, אבער ער זאגט קלאר אפילו באין דעתו לחזור ווי עס איז נישטא די סברא פון שלא יבא לאוכלו, איז מען מחוייב בבדיקה ולא די בביטול,
וואס די פוסקים זענען מעתיק להלכה פארן טעם לחובת בדיקה.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:55 pm

וואלט איך געזאגט אויף הרב מיללער'ס שאלה: אויב ס'איז בתוך שלושים יום שטייט דאך קלאר ארויס אז מ'איז מחיוב בדיקה טאקע צוליב'ן חובת ביעור, אפי' ס'איז נישט דעתו לחזור, לכאו' איז פון דעם א ראיה צו רש"י אז בדיקה איז צוליב בל יראה, ווייל אויב נישט וואס א חילוק צו ער פארט בתוך שלושים יום אדער שפעטער?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:25 pm

שמעלקא ווען איך וואלט נישט געהאט רבי פרידא'ס געדולד כאפסטו איינס אין די ציין.

ליין איבער וועט דיר ליכטיג ווערן, אז אפי' לויט תוס' איז פארהאן א צד צו זאגן אז טראץ דעם וואס די תקנה פון בדיקה איז משום שלא יבא לאוכלו איז אבער משום לא פלוג האט מען שוין נישט געטוישט אפי' במקום ווי עס איז נישט פארהאנען דער חשש למשל באין דעתו לחזור.

אבער באמת שטייט נישט אין די גמ' קיין חיוב "בדיקה" באין דעתו לחזור, נאר א חיוב "ביעור" איז קען זיין לויט תוס' וועט אויף אזא פאל גענוג זיין ביעור על ידי ביטול.

אבער דער מחבר פסקנט קלאר אין תל"ו "זקוק לבדוק" און דער משנ"ב לייגט טאקע צו "ואפי'אין דעתו לחזור"

איז אדער ווייל מ'פסקנט ווי רש"י אדער משום לא פלוג

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:47 pm

הרב מיללער, מיין עיקר ראי' דארטען איז קודם ווי די זאגסט'ס און נאכמער קוק ווי ער מיטשעט זיך ארום אינעם ביאור הלכה איבער'ן בדיעבד, אויב זאל זיך נישט זאגען דא א לא פלוג וואלט דאך געברויכט דערמאנט ווערן, אז ס'נישט עק וועלט ווייל די גזירה אידאך נישטא, און לפי וואס ליגט מיר אין קאפ איז דר'עיקר טעם די שלא יבוא לאכלו אזוי געדענק'ך פון די פוסקים
שבת, כ'על האבען אביסעל מער צייט וועל איך דאס איבערקוקען.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » פרייטאג מאי 16, 2014 9:37 am

חסיד נלהב האט געשריבן:די סוגיא פון יהרג ואל יעבור אויף די ג' עבירות איז א פארצווייגטע, און אדרבה אויב איינער קען אביסעל פארברייטערן די נושא, די קורצע פונקט וואס ך' האב געוואלט מעיר זיין אז דא איז מב' די מקור אויף רציחה איז א סברא אז מאי חזית וכו' איז בפשטות ביי די שאלה וואס איז יעצט שטארק נוגע אין אר''י די דין המב' ברמב''ם ושו'ע יו''ד אז עס איז אסור אריסצוגעבען יחידים פאר גויים וואס סטראשענען אז מיר וועלן ענק אלע אויסהארגענען אדער מטמא זיין אויב מען געט נישט ארויס א יחיד, איז לכ' הדבר צ''ב די סברת מאי חזית פאסט דאך נישט בגוונא ווי אויף נישט ''גורם'' זיין אז א 'איינצעלע' מענטש זאל נישט ווערן ''איבערגעגעבן בגרמא'' פאר רוצחים, אדרבה איינער האט עפעס א ביאור אין די נושא?



בנוגע די נעכטיגער שמועס איבערן סברא פון מאי חזית דדמא דידך וכו' וואס לכ' בגוונא ווי מען פארלאנגט ארויסצוגעבן א יחיד און אויב נישט הרג'ט מען יעדן איז אביסעל שווער צו דערהערן אזא געדאנק פון מאי חזית.

האט מיר איינע פון די מגי''ש אין די חבורה געזאגט היינט אן אינעערסאנטער דערהער, לפי המב' בהרמב''ם איז די עיקר נקודה פארוואס די תוה''ק פאדערט נישט מסי''נ אויף אנדערע מצוות התורה איז נאר ''שהקפידה תורה על חיי נפש מישראל'' די תוה''ק האט חס געווען זייער שטארק אויפען אידישעןנפש און דערפאר איז ענדערש אז א איד זאל בלייבען לעבן ווי איידער עובר צו זיין על רצונו ית' אבער איינמאל עס קאסט שוין א אידיש נפש דאן איז שוין יא די קפידה פון די תורה ''אויף נישט טון קיין מעשה עבירה''' ממילא איז נישט קיין נפק''מ פון וויפיל נפשות די נידון איז איינמאל עס קאסט ''א נפש אחת מישראל'' און די מעלות וחשיבות איז כדאי צו מעיין זיין במס' סנהדריןסנהדרין פ''ד ווי עס איז מב' דאס גרויסע חשיבות פון אן איינצעלע נפש מישראל, און די הארבקייט פון חלילה הארגענען איין נפש וואס ווערט גערעכנט ווי א גאנצער וועלט (ס'כדאי דארט אריינצוקוקען די הארבקייט און גרויסקייט פון יעדער איד בפרטיות) איז לפי''ז קומט אויס אז איינמאל די תוה''ק איז מקפיד ''על איבוד נפש אחת מישראל'' און די קפידא איז כמב' בסנהדרין ממש שוה כעולם מלא אויב אזוי במקום ווי 'איין' איד ברויך רח''ל געהארגעט ווערן האסטו נישט קיין רעכט צו טון א מעשה עבירה אפילו בגרמא הגם אויף די אנדערע זייט קענסטו אפראטעווען דעם גאנצער שטאט.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 18, 2014 10:21 am

מיללער האט געשריבן:אין דף כ"ג. דערמאנט רש"י בד"ה וצריכי די גמ' אין ביצה אז שאור איז בעצם נישט ראוי לאכילה.

האב איך זיך געכאפט אז אנהייב מסכתא איז דא א מחלוקת רש"י ותוס' בטעם למה תיקנו חכמים בדיקת חמץ, רש"י זאגט שלא יעבור עליו בבל יראה און תוס' זאגט אז אי משום הא איז דאך גענוג ביטול, נאר וועגן שלא יבא לאוכלו.

איז מיין שאלה היכי תימצי אין א שטוב וואס איז א מקום שאין מכניסין בו חמץ, די איינציגע זאך וואס קומט דארט אריין איבערן יאר איז נאר שאור, איז מען לויט תוס' פטור דארט בודק צו זיין כיון שאין ראוי לאכילה איז נישטא דער חשש פון שמא יבא לאוכלו אדער איז אפשר משום לא פלוג דארף מען יא בודק זיין?

ואותה שאלה יכול לישאל גם במי שיודע בברור שלאחרונה לא נשתמש בהבית למשל א סומער דירה וואס מ'איז שוין נישט דארט געווען א לאנגע תקופה, און אפי' אויב עס איז פארבליבען דארט חמץ איז עס שוין נתעפש, זיין ספק איז נאר צו עס איז שוין נפסל מאכילת כלב אויך, וועט מען לויט תוס' דארפן בודק חמץ זיין אדער וויבאלד עס איז נישט דא דער חשש פון שמא יבא לאוכלו איז ער פטור?

והשלישית, א הויז וואו מ'גייט נישט זיין פסח איז דאך נישטא קיין חשש שמא יבא לאוכלו טיז מען לויט תוס' פטור מבדיקה? ומל' הגמ' דף ו. משמע שבתוך ל' יום קודם הפסח מחויב לבדוק אף באין דעתו לחזור.
דארט קען מען אפשר ענטפערן אז איך בין חושש אז אפשר וועט זיך טוישן דער פלאן במשך דעם יו"ט ושוב יש חשש שמא יבא לאוכלה.

כ'האף איך מעג דא אריין רעדן אפי' איך האלט נישט מיט די שיעור, און איך קום נאר ממה שלמדתי בשו"ע.

על ראשון ראשון, לגבי שאור/חמץ נוקשה די ריכטיגע ענטפער דערויף איז אז שאור איז 'מן התורה' מותר אפי' צו עסן, נאר חז"ל האבן געזאגט שיאור ישרף וויבאלד ס'איז ראוי לאכילה ע"י הדחק חששו שמא יבא לאוכלו (ופשוט דזהו לכו"ע ואינו תלוי במחלו' רש"י תוס' לגבי טעם הבדיקה), כמבואר במג"א סי' תמ"ב סק"א.

ממילא לגבי השאלה במקום שהשתמשו רק עם חמץ נוקשה, י"ל דאין חילוק בין רש"י לתוס', דלרש"י הרי חז"ל אסרו להשהותו בביתו ואיכא בל יראה מדרבנן, ואם לא יבדוק אחריו הרי יעבור מדרבנן, ולתוס' הרי ראוי לאכול ע"י הדחק ויש לחוש שמא יבא לאכלו כשימצאהו. די שאלה איז נאר צו חז"ל האבן ארויפגעלייגט דערויף אזא שטארקע איסור שיצטרך לבדוק ולחפש אחריו...

לגבי די שאלה פון א זוממער דירה וואס די שאלה איז באמת אז וויבאלד ס'איז דא כמה ספיקות צו פאלט אוועק די חיוב בדיקה, מבואר בשועה"ר סי' תל"ג סכ"ה ובקו"א סק"ו ובהגהה על הסעיף שם, אז די גאנצע בדיקת חמץ איז נתקן געווארן אויף ספיקות, ממילא די אלע ספיקות העלפן נישט אוועקצונעמען די חיוב בדיקה, נאר וואס יא, א ספק וואס איז קרוב לוודאי, ווי די משל וואס ער רעדט דארט אז עס קען זיין די תרנגולים האבן עס אויפגעגעסן דכך הוא דרכם, וגם מיירי קודם ל' יום שיש עוד ספק דלמא נתעפש או נמאס ונפסל מאכילת כלב דאס קען שוין יא העלפן שלא לחייבו בבדיקה עיי"ש.

שלישית, איז די תירוץ דערויף דכיון ששואלין ודורשין בהלכות פסח ל' יום קודם לחג, מאותו שעה חל עליו להזהר ולקיים כל מצות חכמים, ממילא וויבאלד די סיבת הדבר איז געווען שמא יבא לאכלו, און אויף די מציאות ווי ער איז יעצט (דהיינו כל זמן שהוא בביתו) איז דא די חשש, איז דא די חיוב בדיקה, נאר וואס דען דער מענטש איז אויפגעקומען מיט נאך א וועג זיך ארויסצודרייען פון די חשש דורך אוועקפארן, דאס העלפט אים נישט פטור צו ווערן פון די חיוב וואס ער איז נתחייב געווארן פון ל' יום קודם פסח.

----
לגבי שאלה ב', לאמיר קלארער זיין אין די דין פון יוצא לדרך, די שועה"ר איז מבאר אז די הלכה איז תלוי אין די מחלוקת צווישן רש"י און סמ"ק לגבי חמץ שנפלה עליו מפולת. דאן לאמיר קודם זען וואס דארט איז און נאכדעם צוריק קומען צו יוצא לדרך.

וודאי חמץ

    גל יותר מג' טפחים
שיטת רש"י איז אז וויבאלד אין הכלב יכול לחפש אחריו הרי הוא כמבואר מן העולם לגמרי, דאס איז א געוויסע סארט ביעור חמץ, און ער איז שוין נישט עובר בבל יראה ובבל ימצא דערויף אפי' ער איז עס בכלל נישט מבטל. פונדעסטוועגן איז נאך אלץ דא א חיוב מדרבנן צו 'מבטל' זיין מחשש אפשר וועט זיך אויפדעקן די חמץ אינמיטן פסח און אויב ער וועט עס נישט מבטל זיין פאר פסח וועט ער עובר זיין אויף ב"י וב"י, און אויב האט ער עס נישט מבטל געווען פאר פסח, י"א דלא קנסו אותו לפקח הגל ולהוציא החמץ ולבערו.

שיטת הסמ"ק איז, אז דאס איז נישט כאילו ער האט עס מבער געווען, און וויבאלד ס'איז זיכער פארהאן דארט חמץ אויב גייט ער עס נישט מבטל זיין איז ער עובר מה"ת אויף ב"י וב"י, אבער אויב ער איז עס מבטל, איז דאס גענוג אפילו מדרבנן, ווייל די גאנצע חשש פארוואס מען דארף בודק חמץ זיין איז שמא יבא לאוכלו, אבער דא גייט דאך עס בלייבן פארדעקט גאנץ פסח דארף איך נישט מורא האבן דערפאר. און וויבאלד מן התורה איז מען מחויב עס צו מבטל זיין, אויב האט ער עס נישט מבטל געווען פאר פסח איז ער מחויב מן התורה צו גיין אויפגראבן און נאכזיכן נאך די חמץ.

    גל פחות מג' טפחים
אויב אבער ס'איז פחות מג' טפחים, דארף איך שוין מורא האבן אז וויבאלד הכלב יכול לחפש אחריו, יכול להיות שישייר מעט כשיוציא החמץ משם, ויש לחוש דלמא יבא לאכלו, ממילא איז לכו"ע נישט גענוג וואס ער איז עס מבטל נאר מען דארף אויפזיכן די חמץ און מבער זיין מן העולם.

ספק חמץ

ביז דא האט מען גערעדט פון וודאי חמץ, אבער ספק חמץ, דאס הייסט מען האט זיך טאקע משתמש געווען מיט חמץ אין דעם מפולת, אבער עס קען זיין אז מען האט עס שוין לאנג אוועקגענומען פון דארט, איז כו"ע מודה אז מן התורה איז גענוג ביטול, און אויב ער איז עס מבטל האבן חז"ל נישט מחייב געווען ער זאל דארפן אויפגראבן און בודק זיין צו ס'איז דא דארט חמץ.

אויב אבער האט ער עס נישט מבטל געווען, ווענד זיך שוין צו ער האט זיך משתמש געווען דארט מיט חמץ תוך ל' צו קודם ל', אויב האט ער זיך משתמש געווען תוך ל', חייב לפקח ע"י מרא וקרדום ולבדוק אם יש שם חמץ, מכיון דהוי ספיקא דאורייתא.

ואם השתמש רק מקודם ל' אז יש כמה ספיקות, שמא ניטל, שמא נתעפש באורך הזמן, וא"כ מה"ת אי"צ לבערו, רק נשאר עליו חיוב מדרבנן שחייבו לבדוק חמץ אפי' בכמה ספיקות, ורבנן לא אטרחוהו להוציאו ע"י מרא וחצינא כיון שאין שם חמץ וודאי.

וכ"ז כשלא ביטלו ויש להסתפק שמא יש שם חמץ ואין עליו גל גבוה ג' טפחים, אבל אם יודע בוודאי דאם יש שם חמץ יש עליו בוודאי ג' טפחים אז תלוי במחלוקת רש"י והסמ"ק, דלרש"י מכיון דמה"ת הרי הוא כמבוער ע"כ לא הטריחוהו חז"ל בספק חמץ, אבל להסמ"ק עדיין הוא ספיקא דאורייתא וחייב לפקח ע"י מרא וקרדום.

(ועיי"ש בקו"א דבאמת נחלקו בזה הח"י והעו"ש, להח"י בספק חמץ אפי' לא ביטל, לא הטריחוהו לפקח הגל, ולהעו"ש גם בספק חמץ אם לא ביטל בכל אופן חייב לפקח הגל. ולמעשה מיקל הקו"א 'כטעם' הח"י דהיינו כשהוא גל של ג' טפחים מכיון דלשיטת רש"י טעם הביטול הוא רק משום גזירה ע"כ בספק לא גזרינן ואי"צ לפקח, ואיה"נ לשיטת הסמ"ק בכל אופן צריך לבטל מכיון שהוא ספיקא דאורייתא, ולא מטעם גזירה, ובפחות מג' חייב לפקח גם לרש"י).

דאס איז ביי מפולת, יעצט לגבי יוצא לדרך ואין דעתו לחזור וועט זיין די זעלבע מחלוקת, ווייל דאס אוועקפארן איז פונקט ווי עס פאלט ארויף דערויף א מפולת וגבוה ג' טפחים.

לשיטת הסמ"ק, א שטוב וואס מען האט זיך באניצט דארט כסדר מיט חמץ און ס'איז זיכער דא דארט א שטיקל חמץ אויף אזא פאל וואס ער איז מחויב מה"ת צו בודק זיין און מבער זיין דעם חמץ, וועט זיין די הלכה פונקט ווי ביי חמץ שנפל עליו מפולת, אז אפי' ער פארט אוועק איז ער מחויב מה"ת צו בודק זיין און מבער זיין, און וויבאלד די חיוב אי זמה"ת איז נישט קיין חילוק ווען ער פארט אוועק, ממילא אפי' פאר ל' יום וועט ער שוין אויך זיין מחויב לבדוק החמץ, ומכיון דמה"ת חייב בתשביתו חל עליו גזירת חכמים דלא די בביטול נאר מען דארף עס בפועל ארויסנעמען.

דאס איז וודאי חמץ, אבער אויב איז עס א ספק חמץ, דהיינו מען באניצט זיך נישט כסדר דארט מיט חמץ, דעמאלטס איז די חיוב בדיקה נאר מדרבנן, דא איז שוין א חילוק אויב ס'איז תוך ל' איז דאך שוין חל אויף אים די תקנת חז"ל ממילא דארף ער בודק זיין, אויב איז עס קודם ל' העמידו דבריהם על דין תורה ואי"צ לבדוק.

לשיטת רש"י, איז דא די הלכה פונקט ווי ביי מפולת שגבוה ג' טפחים, וואס מה"ת איז דאס כאילו מבוער מן העולם, און חז"ל האבן מצריך געווען ביטול, אבער דא איז אביסל אנדערש ווי ביי מפולת, ווייל דא אויב פארט ער אוועק תוך ל' וויבאלד ס'איז שוין חל אויף אים די תקנת חז"ל פון בדיקה, וועט ער יא דארפן בודק חמץ זיין, אבער פאר ל' אפי' ס'איז דא דארט וודאי חמץ דארף ער עס בכלל נישט מבער זיין, ווייל לשיטת רש"י איז דאס כמבוער.

דאס איז אלעס אויב עס איז אין דעתו לחזור בפסח, אבער אויב דעתו לחזור בפסח דארף ער בכל אופן בודק חמץ זיין אפי' ער פארט אוועק אנפאנג יאר, דיש לחוש שמא ישכח ויאכל החמץ.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו שאלה ב', לגבי א זוממער דירה וואס מען איז שוין לאנג נישט דארט געווען, איז אזוי, אויב וועט ער נישט דארט זיין פסח, וועט זיין א חילוק צו ס'איז וודאי חמץ צו נישט, אויב ס'איז וודאי חמץ איז עס תלוי במחלוקת רש"י וסמ"ק, ולהלכה יש לחוש להסמ"ק וצריך לילך ולבדוק החמץ, אויב איז עס ספק חמץ דארף ער לכו"ע נישט בודק זיין און ס'איז גענוג מיט ביטול מכיון שהוא קודם ל'.

אויב וועט ער יא דארט זיין פסח, דארף מען אוודאי יא בודק חמץ זיין און נישט קיין חילוק ווען מען גייט ארויס פון דארט, אויב טראכט מען צוריק צו גיין דארט פסח דארף מען בודק חמץ זיין.

--
נ.ב. די סוגיא איז פון די געשמאקסטע סוגיית אין שועה"ר אין הל' פסח...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 18, 2014 2:46 pm

כבוד הרב למעלה, שפתים ישק משיב דברים נכוחים, א גרויסן דאנק פאר די טירחא, וראוים הדברים למי שאמרם.

יעצט כדרך התורה, לאמיר אריינקלערן אביסל בדבריך, און איך רעד יעצט צום ערשטן חלק פון אייער תגובה.

דער חידוש פון ל' יום קודם הפסח איז געניאל, און פארוואס עס העלפט נישט דאס אוועקפארן, סברא מאד מתקבלת על הלב, איז דאס אייגנס אדער דאס האט א מקור?

ועל הראשון, די תורה הקדושה זאגט ולא יראה לך שאור און איר זאגט אז מה"ת איז מען נישט מחויב מבער צו זיין שאור?
חמץ נוקשה איז נישט בתערובת?
וואו שטייט אז שאור איז ראוי לאכילת אדם ע"י הדחק?

אינעם זוממער דירה האב איך גערעדט על הצד אז עס איז זיכער נתעפש נישט בתורת ספק, איז דאס א פוטר בבדיקת חמץ? אפילו לויט רש"י? פארוואס?

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג מאי 18, 2014 3:41 pm

הערליך ב'ארבעט הרב למעלה, יישר כוח.
______________
אינטערסאנט אז פונקט איצט ביומא דהילולא דרשב"י איז אויסגעקומען פאר די בני החבורה צו זיין באשעפטיגט אין די סוגיא פון הנאה שלא במתכוין וואס האט היבש מיט די מח' ר"י ור"ש בדבר שלא מתכוין צו עס איז אסור אדער מותר.

אזוי אויכעט האלט רבי שמעון ביי מלאכה שאצל"ג אז מען איז פטור, און בכלל איז ר"ש געווענליך דורש טעמא דקרא וועלנדיג דערגיין אינעם כוונת המצוה, און ציען דערפון מסקנות אויף למעשה אז אויב עס שטימט נישט מיט'ן מכוון הקרא זאל אנדערש זיין די הלכה.
און רבי שמעון האט דאך אנטפלעקט די רזין דאורייתא זיך פארטיפענדיג אינעם עומק פון די סתרי תוה"ק.
סימן יפה פאר די בני החבורה.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 18, 2014 5:13 pm

מיללער האט געשריבן:כבוד הרב למעלה, שפתים ישק משיב דברים נכוחים, א גרויסן דאנק פאר די טירחא, וראוים הדברים למי שאמרם.

יעצט כדרך התורה, לאמיר אריינקלערן אביסל בדבריך, און איך רעד יעצט צום ערשטן חלק פון אייער תגובה.

דער חידוש פון ל' יום קודם הפסח איז געניאל, און פארוואס עס העלפט נישט דאס אוועקפארן, סברא מאד מתקבלת על הלב, איז דאס אייגנס אדער דאס האט א מקור?

ועל הראשון, די תורה הקדושה זאגט ולא יראה לך שאור און איר זאגט אז מה"ת איז מען נישט מחויב מבער צו זיין שאור?
חמץ נוקשה איז נישט בתערובת?
וואו שטייט אז שאור איז ראוי לאכילת אדם ע"י הדחק?

אינעם זוממער דירה האב איך גערעדט על הצד אז עס איז זיכער נתעפש נישט בתורת ספק, איז דאס א פוטר בבדיקת חמץ? אפילו לויט רש"י? פארוואס?

א דאנק,

אודות הל' יום, אזוי האב איך פארשטאנען די ווערטער פונעם שועה"ר בכמה מקומות, והבנתי דזהו פשוט פשט בגמרא דף ו' ע"א, ווי די גמרא פרעגט הני שלשים יום מאי עבידתייהו, ומתרץ משואלין ודורשין, וכן הוא ברש"י שם ד"ה קודם שלשים יום.

לגבי שאור זענט איר גערעכט, ואני לא עיינתי בהמראי מקום שנתת, והבנתי דהמדובר הוא משיאור דהיינו חמץ נוקשה, וע"ז כתבתי מה שכתבתי. אבל על שאלתך אודות שאור שחימוצו קשה, דמבואר ברש"י דאינו ראוי לאכילה, והטעם שאסור הוא משום דראוי לחמע בו עיסה, איה"נ לא ראיתי מי שיאמר דהוא ראוי ע"י הדחק, ואדרבה נזכרתי דאיכא דעת הראב"ד דשאור אסור אפי' אחר שנפסל מאכילת כלב, והרמב"ם חולק עליו, וכמדומה שהפרמ"ג סוף סימן תמ"ב האריך במחלקות'ן, ולפי"ז שפיר שאל כבודו אם לפי התוס' יצטרך לבדוק אחר שאור.

חמץ נוקשה איז מן התורה מותר אפי' צו עסן, איני יודע סוגיית הגמ' אודות זה כמדומה שהוא בדף מ"ב, אבל כן הוא במג"א סי' תמ"ב סק"א ושועה"ר סעי' כ'.

אויב ס'איז זיכער נתעפש געווארן, דאס מיינט ס'איז נפסל מאכילת כלב מעג מען עס אפי' האלטן אין הויז פסח, עסן טאר מען נישט אלץ אחשבי', אבער האלטן מעג מען אפי' מדרבנן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 18, 2014 5:32 pm

הרב למעלה,

פשטות הסוגיא איז דאס נישט ווייל די גמ' רעדט לגבי חיוב "ביעור" בתוך ל' יום, איך רעדט לגבי החיוב "בדיקה" מדרבנן לפי שיטת התוס'

לגבי נתעפש האב איך גערעדט בציור שנתעפש מאכילת אדם ועדיין ראוי לאכילת כלב.

(אביסל גייט מען דא ארום אין צירקלען, אפשר לכבוד די מחולות בל"ג בעומר)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 18, 2014 6:27 pm

פשטות הסוגיא מיין איך צו זאגן אז די גמרא איז מחייב בביעור תוך ל' ווייל שואלים ודורשים, זע איך פון דעם שמאותו שעה חל עליו להזהר ולקיים כל מצות חכמים.

ומה שכתבת דהגמ' מיירי מביעור ולא מבדיקה, הן אמת אז לפי שיטת רש"י (לגבי מפולת/יוצא לדרך) רעדט מען נישט פון בדיקה, נאר מען רעדט אפי' פון א גרויסן שטיקל חמץ בעין און אויף דעם איז מען דן בין תוך ל' לקודם ל', ווייל מה"ת איז אוועקפארן א לכתחילה'דיגע ביעור, נאר מדרבנן וועט זיין א חילוק דבתוך ל' חל עליו חיובי חז"ל וממילא חייב לבערו. אבער לשיטת הסמ"ק דבחמץ וודאי, חייב מה"ת 'לבדוק' אחריו ולבערו כשמוצאו, ובזה אין חילוק בין קודם ל' לתוך ל', קומט אויס אז די גמ' וואס איז יא מחלק בין קודם ל' לתוך ל', רעדט דייקא בספק חמץ וואס איז נאר מדרבנן, און די שאלה איז צו ס'איז דא א חיוב 'בדיקה', מוז מען זאגן אז דאס וואס די גמ' כאפט אן די לשון 'ביעור' איז על שם סופו, אז ווען מען גייט עס טרעפן נאכן בדיקה, דארף מען עס מבער זיין (וכמדומני שהר"ן [שסובר כרש"י לגבי מפולת] מביא דמלשון הגמ' שנקט ביעור מבואר דמיירי מוודאי חמץ, אבל לפי הסמ"ק אי אפשר לומר כן).

לגבי שאלתך וועגן נתעפש וראוי לכלב, ולא לאדם, איך האב דאס פארגעסן צו שרייבן, אז רש"י לשיטתו (לגבי מפולת) האלט דאך אז דאס עצם אוועקפארן איז א ביעור גמור מה"ת, איז דאך שוין נישטא קיין בל יראה, און וויבאלד מען פארט אוועק קודם ל' אי"צ בדיקה גם מדרבנן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 19, 2014 10:58 am

הרב למעלה, קוקט אויס ווי מיר לעבן אין די דור הפלגה עפאכע, איר ענטפערט און איך פרעג אבער לא ראי זה כראי זה, לאמיר איבערלייגן מיין שאלה:

מי שיודע בברור שלאחרונה לא נשתמש בהבית למשל א זומער דירה וואס מ'איז שוין נישט דארט געווען א לאנגע תקופה, און אפי' אויב עס איז פארבליבען דארט חמץ איז עס שוין נתעפש, זיין ספק איז נאר צו עס איז שוין נפסל מאכילת כלב אויך, וועט מען לויט תוס' דארפן בודק חמץ זיין אדער וויבאלד עס איז נישט דא דער חשש פון שמא יבא לאוכלו איז ער פטור? ער גייט קלאר זיין דארט פסח


איר האט א תירוץ אויף די שאלה?

אוועטאר
PDF
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:12 pm

כו.

תגובהדורך PDF » דינסטאג מאי 20, 2014 9:43 am

הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?

אוועטאר
PDF
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:12 pm

כז.

תגובהדורך PDF » דינסטאג מאי 20, 2014 9:50 am

הגמורה מוקים דהתנא קמא בערלה הוא ר"א דעצי אשירה
הקושיא: אימר דשמעת ליה לר"א דזה וזה גורם אסור אבל יש שבח עצים בפת מנ"ל דבאשרה העפר ג"כ אסור כקושיית הגמרא לעיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 20, 2014 11:38 am

PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?


תרומת הדשן אינו איסור אכילה בכלל למילף מינה לכל איסורי אכילה שבתורה, כל עיקרה היא איסור הנאה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 20, 2014 11:40 am

ואי בסוגיא ההוא איירינן נתקשיתי לגבי דיונה של הגמ' אי מועלין לאחר שנעשה מצוותה , למה לא הביאה הגמ' מה שלמדנו לעיל שמועלין בדם קדשים לאחר שירדו לאמה, הרי שמועלין לאחר שנעשו מצוותן בזריקת הדם?

אוועטאר
PDF
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:12 pm

תגובהדורך PDF » דינסטאג מאי 20, 2014 12:15 pm

מיללער האט געשריבן:
PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן דאין מעילה לאחר שנעשה מצוותו מדאיצטריך קרא לאסור?


תרומת הדשן אינו איסור אכילה בכלל למילף מינה לכל איסורי אכילה שבתורה, כל עיקרה היא איסור הנאה


איך בין נישט געווען גענוג קלאר, לייען איבער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 20, 2014 12:23 pm

אה, דאס איז א גוטע קשיא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 20, 2014 12:40 pm

מיללער האט געשריבן:אה, דאס איז א גוטע קשיא


ביידע זענען גוטע קשיות!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט