חידות וידיעות על דפי השיעור - מסכת פסחים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:09 pm

מיללער האט געשריבן:ייש"כ הרב ט"ב

וצ"ע על דבריו שהרי אם הנפש אינו נאבד היינו שנשאר עם הנפש יתירה על כל השנה?

ומה קשה בזה לרומע"כ אז עס איז נישט דא פלאץ ביים קימענדיגען יו"ט פאר דעם נייעם נשמה יתירה, אי משום הא לא קשיא, מען גיבט א נייע נשמה יתירה און עס ווערט פלאץ, דער נפש ווערט דאך גרעסער.
באמת לא הבנתי מה קשה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:20 am

מיללער האט געשריבן:יום טוב איז אויך דא א נשמה יתירה? עי' ברשב"ם ותוס' קב: ד"ה רב אמר

אויסגעכאפט! עניוועי, איז עס א מחלוקה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:04 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ייש"כ הרב ט"ב

וצ"ע על דבריו שהרי אם הנפש אינו נאבד היינו שנשאר עם הנפש יתירה על כל השנה?

ומה קשה בזה לרומע"כ אז עס איז נישט דא פלאץ ביים קימענדיגען יו"ט פאר דעם נייעם נשמה יתירה, אי משום הא לא קשיא, מען גיבט א נייע נשמה יתירה און עס ווערט פלאץ, דער נפש ווערט דאך גרעסער.
באמת לא הבנתי מה קשה

אויב קומט אריין א נשמה יתירה אום יום טוב, און ער בלייבט דארט, וואס געשעט דעם קומענדיגע שבת, קומט נאך א נשמה יתירה? (נישט אז איך בין משיג וואס "נשמה יתירה" איז בכלל, נאר דאס גאנצע וי אבדה נפש, מ'באגלייט וכו' הייסט דאס אז מ'איז זיך מתייחס דערצתו ווי א דבר גשמי כביכול, וע"ז תמהתי)

אגב, דאס אז מ'שמעקט בשמים וועעגן די נשמה יתירה גייט אוועק, די גמרא זאגט אז ריח איז א דבר וואס נאר די נשמה האט הנאה, וכידוע איז דער ריח א שטארק רוחניות'דיגע הנאה, והריחו ביראת ה' ואכמ"ל, ולפי"ז איז אביסל שווער אויף תוס' דא אז אנשטאט די בשמים האטו מען יו"ט מאכלים טובים אלץ ערזאץ, אבער דער ענין פון דבר שהנשמה נהנה ממנו האט מען נישט, סיידן אז מ'וועט זאגט אז יו"ט'דיגע מאכלים האבן איך זיך א ענין רוחני וואס די נשמה האט דערפון אויך הנאה ודו"ק.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:31 pm

מיללער האט געשריבן:ברענגט דער מגן אברהם אויפן רמ"א פונעם מהרי"ל אז די צוויי נרות שבת "ב' פעמים נ"ר בגימטריא ת"ק והיא רפואה לפסיעה גסה" ד.ה. אז דאס קוקן אין די ליכט איז גאר די רפואה למאור עיניו. דארט ברענגט טאקע דער מג"א אז די ראשונים רעדן וועגן שמירן אדער טרינקען די וויין לרפאות מאור עיניו ובעיקר אינעם טור ובית יוסף בסי' רס"ט.
און פון וואו איז אונזער מקור צו שמירן הבדלה וויין אויף די אויגן, און אויף וואס איז דאס א סגולה?
נאר דער רבינו יונה איז שטארק קעגן רב נטרונאי גאון לגבי שמירן די וויין אום שבת ווייל שבת איז דרך רפואה אסור, ומשום זה איז דער רבינו יונה מפרש אז די רפואה איז צו טרינקען. זאגט אויף דעם די פרישה דארט אין רס"ט "ונראה לי דמשום הכי לא נותנים ע"ג העינים אלא במוצאי שבת דליכא לחוש משום איסור רפואה"


כן כתב גם בפרי מגדים, א"א סי' ש"א סק"א.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:39 pm

מיללער האט געשריבן:יום טוב איז אויך דא א נשמה יתירה? עי' ברשב"ם ותוס' קב: ד"ה רב אמר


דבר נפלא מתאמרי בענין זה משמיה דהגאון בעל אבני נזר ז"ל, וגם לפרש מה שאמרו חז"ל (יומא כח:) קיים אברהם אבינו כל התורה עד שלא ניתנה אפילו עירובי תבשילין. ונודע התמיהה למה נקט מצוה זו יותר משאר מצוות דרבנן.

דהנה לכאורה תיקשי אמאי אסור לבשל מיו"ט לשבת, הרי יו"ט הוי קדושה קלה יותר מקדושת שבת כנודע. אלא שבתוס' במס' פסחים (קב: ד"ה רב) הקשו אמאי במוצאי יו"ט לא תיקנו בשמים, ואי נימא דביו"ט ליכא נשמה יתירה א"כ ביו"ט שחל להיות במוצאי שבת אמאי לא מברכין בשמים, (ובתוס' תירצו דביו"ט ליכא נשמה יתירה, והכא אין מזכיר בשמים משום דשמחת יו"ט ואכילה ושתיה מועיל כמו בשמים).

והרמב"ן (אמונה ובטחון פרק כ"א) תירץ, דבעצם גם ביו"ט איכא נשמה יתירה, רק במוצאי שבת, כיון דשבת קביעא וקיימא, וכיון ששבת ווי אבדה נפש, ע"כ במוצאי שבת נעלם הנשמה יתירה וצריכין לבשמים, והטעם כי קדושה שה' נותן על זמן אז ככלות הזמן נעלם הקדושה, משא"כ יו"ט שבי"ד מקדשין אותו, לכן במוצאי יו"ט נשאר הקדושה והנשמה יתירה אינה נעלמת ונשארת חקוק בנשמת האדם לעולמים, ולכן לא תיקנו בו בשמים, כי אין הנפש יתירה נאבדה. ובמוצאי שבת שחל בו יו"ט ג"כ אין מברכין על בשמים, כי גם ביו"ט יש נשמה יתירה.

והנה במס' נזיר (פ"ז מ"א) נחלקו התנאים בכהן ונזיר שמצאו מת מצוה, מי יטמא לו, חכמים אומרים יטמא הנזיר שאין קדושתו קדושת עולם (שקדושתו רק לשלשים יום), ואל יטמא הכהן שקדושתו קדושת עולם. ואף שקדושת הנזיר חמורה יותר מקדושת הכהן, שמביא קרבן על טומאתו, אעפי"כ כיון דכהן קדושתו קדושת עולם לא יטמא כי חמיר טפי.
מעתה - אומר האבני נזר - אתי שפיר אמאי אין יו"ט מכין לשבת, דאף שיו"ט קיל קדושתו משבת, מכל מקום כיון דלפי דברי הרמב"ן שאין הנשמה יתירה נאבדת, הרי יו"ט קדושתו קדושת עולם, משא"כ בשבת שהנשמה יתירה מסתלקת במוצ"ש, וקדושה קלה שקדושתה קדושת עולם חמיר מקדושה חמורה שאין קדושתה עולמית, וכיון שחמיר טפי אין יו"ט מכין לשבת.

אמנם התינח לדידן שהשבת הקב"ה מקדשו ויו"ט מתקדש עפ"י בית דין, אבל לאברהם אבינו שעוד לא הי' מצווה על השבת, והוא קיבל קדושת שבת על עצמו, נמצא דלפי סברת הרמב"ן גם קדושת שבת הי' קדושה עולמית אצלו, וא"כ לגבי אברהם הדרא קושיא לדוכתי' אמאי אין יו"ט מכין לשבת, ואי אפשר לתרץ שיו"ט קדושתו קדושת עולם ושבת לא, דהרי אצלו גם השבת הי' קדושת עולם, וא"כ הי' מותר לו להכין מיו"ט לשבת ולא הוצרך לעירוב תבשילין, וזו הרבותא שאעפ"כ כיון שתיקנוה חכמים קיים גם מצוה זו, עכדפח"ח.

אגב, התירוץ שמביא בשם הרמב"ן בספרו אמונה ובטחון הנ"ל, אות באות ממש כתב בספה"ק קדושת לוי (דרוש לפסח) וזל"ק: מה שמקשים התוספות למה אין מברכין במוצאי יו"ט על הבשמים. הנה אמרו חכמינו ז"ל (פסחים קיז:) שבת קביעא וקיימא, ר"ח ויו"ט ישראל מקדשי להו, כי שבת הוא התעוררות העליון, אבל יו"ט ור"ח הוא התעוררות התחתון כשישראל יש להם התעוררות התחתון לקדש החודש הן ביום הכ"ט הן ביום הל', בו ביום מקדשין החודש והיו"ט, וכפי מה שיראו לחכמי הדור לפי הבחינה לקדש היום באותו בחינה כדי לקדש יו"ט באותו יום הראוי לאותו בחינה המכוונת עליו.

ובאמת התעוררות התחתון יכול האדם לקשר עצמו בזה הבחינה לעולם אפילו לאחר יו"ט, אבל שבת הוא התעוררות העליון ואינו יכול לקשר עצמו בו. וזהו הרמז שלאחר יו"ט הוא אסרו חג ואחר שבת אין עושין שום אסרו שבת, כי ביו"ט יכול האדם להתקשר עצמו בזה הבחינה מחמת שיו"ט הוא התעוררות התחתון, וזה שאחר יו"ט הוא אסרו חג להתקשר עצמו בזה הבחינה.

ובזה מתורץ קושית תוס' שאין מברכין אחר יו"ט ואין מברכין במוצאי שבת החל ביו"ט על הבשמים, כי ביו"ט יש נשמה יתירה ולכך אין מברכין במוצ"ש החל ביו"ט, ומה שאין מברכין במוציו"ט עצמו על הבשמים משום שהבחינה שיש לאדם ביו"ט שהוא ע"י התעוררות התחתון, יכול אדם לקשר עצמו בו, ולכך אין צריך לברך על הבשמים במוציו"ט, אבל שבת הוא התעוררות העליון, וכיון שיצא שבת מסתלק התעוררות העליון, וא"א לאדם לקשר עצמו בו אם לא בשבת הבא שמגיע התעוררות עליון מחדש. ונמצא בין כך ובין כך יש לאדם נשמה יתירה ביו"ט לכך אין מברכין במוצ"ש שחל ביו"ט על הבשמים, ואין מברכין במוציו"ט, עכלה"ק.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:29 pm

אן אינטערסאנטע נקודה האבעך מדייק געווען אין די גמרא.

רב יהודה האט געזאגט פאר זיין זוהן רב יצחק ער זאל גיין קוקן וואס עולא וועט טוהן מיט הבדלה, צום סוף איז ער נישט געגאנגען, האט ער רב יהודה כועס געווען אויף איהם, איז די רשב"ם מסביר, ווייל ער האט פארפאסט די געלעגנהייט אז עס וואלט געווען שפתותיו דובבות. איז משמע פון די גמרא אז אפילו די מימרא איז נישט אייגענס נאר מען זאגט עס נאך אז 'ער האט עס געזאגט בשם א צווייטען' איז אויך שפתותיו דובבות
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:31 pm

די רשב"ם קה. בד"ה הא נמי, זאגט ערא צווישן די ווערטער, וברכת יוצר אור שיש בה הפסק "תחנה" כגון ברחמיך הרבים רחם עליונ, וברכת אבות יש בה דברי "רצוי".

וואס איז די חילוק פון תחנה ורצוי?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:34 pm

מתוק כדבש רב קושר כתרים

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:34 am

מיללער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ייש"כ הרב ט"ב

וצ"ע על דבריו שהרי אם הנפש אינו נאבד היינו שנשאר עם הנפש יתירה על כל השנה?

ומה קשה בזה לרומע"כ אז עס איז נישט דא פלאץ ביים קימענדיגען יו"ט פאר דעם נייעם נשמה יתירה, אי משום הא לא קשיא, מען גיבט א נייע נשמה יתירה און עס ווערט פלאץ, דער נפש ווערט דאך גרעסער.
באמת לא הבנתי מה קשה


אגב, דאס אז מ'שמעקט בשמים וועעגן די נשמה יתירה גייט אוועק, די גמרא זאגט אז ריח איז א דבר וואס נאר די נשמה האט הנאה, וכידוע איז דער ריח א שטארק רוחניות'דיגע הנאה, והריחו ביראת ה' ואכמ"ל, ולפי"ז איז אביסל שווער אויף תוס' דא אז אנשטאט די בשמים האטו מען יו"ט מאכלים טובים אלץ ערזאץ, אבער דער ענין פון דבר שהנשמה נהנה ממנו האט מען נישט, סיידן אז מ'וועט זאגט אז יו"ט'דיגע מאכלים האבן איך זיך א ענין רוחני וואס די נשמה האט דערפון אויך הנאה ודו"ק.

בתורת משה פ' ראה שרייבט דער חתם סופר א געוואלדיגע געדאנק פארוואס די נשמה באקומט שמחה פון אכילה ושתי' של מצוה פארן גוף, ואלו דבריו :
ושמחתם לפני ה"א וכו' - כי א"א להגוף העכור הזה בשמחה כ"א מתוך אכילה ושתי' של מצוה ויהי' כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה', והנשמה תשמח לזה בראותה רב מעלתה כי היא לא תצטרך לזה והיא כולה לה', והנה היא מתואר לוי ע"ד מער איש ולויות, וז"ש ושמחתם לפני ה"א וכו' אמנם גם הלוי היא הנשמה תשמח גם היא במה שאין לה חלק ונחלה עמך שלא נפל חלקה כחלקי הגוף לשמח בדברים עבות וגסים הללו. עכדה"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:41 am

צושויער! ביסט געוואלדיג, ראוים הדברים למי שאמרם.

דער הייליגער חתם סופר האט דא משיג געווען אן השגה נפלאה בענין אכילה ושתיה והנאת הנשמה.

די שאלה איז צו דער געדאנק איז אויך דא בספרי חסידות, אדער פארקערט אויב ביים עסן איז מען מעלה ניצוצות דעמאלס איז דאס די הנאת הנשמה? רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף כידוע מהריב"ש טוב זצ"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 10:30 pm

"ראוי רשב"ם לסמוך עליו בשעת הדחק" (תוס' קו. ד"ה קפיד אכסא)

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:21 am

מיללער האט געשריבן:צושויער! ביסט געוואלדיג, ראוים הדברים למי שאמרם.

דער הייליגער חתם סופר האט דא משיג געווען אן השגה נפלאה בענין אכילה ושתיה והנאת הנשמה.

די שאלה איז צו דער געדאנק איז אויך דא בספרי חסידות, אדער פארקערט אויב ביים עסן איז מען מעלה ניצוצות דעמאלס איז דאס די הנאת הנשמה? רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף כידוע מהריב"ש טוב זצ"ל

יישר
הענין המבואר בספרי חסידות נראה שמדובר בהנאת הגוף דייקא כשמרגישים טעם המאכל שהיא הניצוץ.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:13 am

תודלדות יעקב יוסף פר' שלח.

על פי מה ששמעתי ממורי בענין שבת שיש מצוה באכילה ושתיה, ע"פ משל לבן מלך שהיה בשביה, והגיעו כת"י אביו המלך ורצה לשמוח, ולכך הרבה להמוניי' מיני משקה שישמחו הם, ואז יוכל הוא לשמוח בשמחתו. והנמשל מבואר, כי הנשמה א"א לשמוח ברוחני, עד שישמח החומר בגשמי וכו' ודפח"ח.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:42 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:תודלדות יעקב יוסף פר' שלח.

על פי מה ששמעתי ממורי בענין שבת שיש מצוה באכילה ושתיה, ע"פ משל לבן מלך שהיה בשביה, והגיעו כת"י אביו המלך ורצה לשמוח, ולכך הרבה להמוניי' מיני משקה שישמחו הם, ואז יוכל הוא לשמוח בשמחתו. והנמשל מבואר, כי הנשמה א"א לשמוח ברוחני, עד שישמח החומר בגשמי וכו' ודפח"ח.

תודה רבה

אמת זייער נאנט אבער נישט ממש די בחינה פונעם חת"ס שנאמר עפ"י דרכי חסידי אשכנז זי"ע חסידות של פרישות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:05 am

בנוגע די קפידא פון "זוגות" וואס מיר לערנען אין דיזע טעג אינעם לעצטן פרק פון פסחים, וואס זענען די התיחסות דערצו אבימינו אלה, איז דער עולם מקפיד דערויף?

איך בין געוואונט פונדערהיים אויס אז אייער קאכט מען נישט צוויי נאר דריי אויפאיינמאל וועגן זוגות, מ'זעהט טאקע אין די גמרא איז ביצים איז פון די זאכן וואס איז מער שעדליך, איז דאס א באקאנטע אנגענומענע זאך איבעראל?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:17 am

במקום אחר האט מען געשמועסט אז די קאכן דריי אייער האט צוטוען מיט ביטול ברוב וכו'
viewtopic.php?t=21720
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:35 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:במקום אחר האט מען געשמועסט אז די קאכן דריי אייער האט צוטוען מיט ביטול ברוב וכו'
viewtopic.php?t=21720

אהא, אבער אה"נ משום זוגות איז מען היינט בכלל נישט מקפיד?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:44 am

סאיז דא עפעס א מעשה פון דעם ריזשונער און ר' מאיר מפרעמישלאן בענין זה, איך געדענק עס נישט בדיוק
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:54 pm

מיינסט די מעשה מיט די קרעפלעך, אז ער האט א פראבלעם וויפיל צו עסן, איינס איז צו ווינציג, צוויי איז זוגות, און דריי איז שוין צופיל. והשיב השני ער זאל עסן איינס אזוי גרויס ווי צוויי. ומי יבא בסוד קדושים.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:20 pm

מיר ליגט אין זכרון אז ס'דא א תוס' אין יומא וואס זאגט אז היינט איז מער נישט דא די קפידא פון זוגות, אפשר קענען עס די תלמידי חכמים דא אפירזוכען.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:13 pm

פארוואס הייסט תפלת מנחה מנחה? (ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען די קשיא)

די תירוץ איז אין תוס' דף קז. ד"ה סמוך למנחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:09 pm

yahoo האט געשריבן:פארוואס הייסט תפלת מנחה מנחה? (ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען די קשיא)

די תירוץ איז אין תוס' דף קז. ד"ה סמוך למנחה.

יא, אויך באמערקט, און אגב איז דא דארט אן הערה פונעם אבודרהם דערוועגן, ער זאגט אז דאס האט צוטאן מיטן חטא פון עץ הדעת פון אדה"ר עיי"ש דברים נפלאים (אגב, האבן מיר דאס געלערנט אין די טעג פון ראש השנה - זה היום תחלת מעשיך - דער טאג ווען אדה"ר איז באשאפן געווארן און בו ביום היה החטא של עץ הדעת והתשובה שנתקבלה והורה בזה תשובה לכל באי עולם)

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:59 pm

וואס איז די חילוק צווישען א תנא און אן אמורא?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:41 pm

yahoo האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען א תנא און אן אמורא?

א חילוק אין תקופה.
דער אפטייטש פון תנא איז שונה, ער איז שונה משניות וברייתות. דער אפטייטש פון אמורא איז א מפרש (אין אונזער פאל דברי התנא) .
א אמורא קען נישט קריגן מיט א תנא.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:46 pm

yahoo האט געשריבן:פארוואס הייסט תפלת מנחה מנחה? (ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען די קשיא)

די תירוץ איז אין תוס' דף קז. ד"ה סמוך למנחה.

וכבר נידון בתוס' בברכות עיי"ש בההגהות על הדף.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט