קושר כתרים האט געשריבן:ספר "ע' פנים לתורה" - א קשיא מיט זיבעציג תירוצים
אויף די סוגיא פון "היתר מצטרף לאיסור" איז פארהאן א ספר פונעם גרויסען גאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל מיטען נאמען קונטרס "ע' פנים לתורה", ווי ער פארענטפערט א קשיא אויף די סוגיא מיט זיבעציג תירוצים, די ספר האט ער געשריבען ווען ער איז אלט געווען פינף און צוואנציג יאר דאס איז געווען זיין ערשטע ספר וואס ער האט געדרוקט, פארוואס ער האט געשריבען זיבעציג תירוצים אויף די סוגיא היתר מצטרף לאיסור שרייבט ער אין זיין הקדמה "מטעמים הכמוסים עמדי, חתומים באוצרות לבבי", און ער שרייבט ווייטער כמו כן לא לקח הסכמות משום שגם פה לא עשיתי מאומה לא להלכה ולא למעשה, כי אם פלפלתי כלשהו, ואין זה כדאי לבוא בהסכמה.
זיין עניוות איז געווען אין לשער פינף און צוואנציג יאר נאך ער האט געדריקט ע' פנים לתורה אין שנת תרע"ב איז געקומען צו עם א תלמיד חכם פון ווארשא ער האט געהייסען רבי יצחק בצלאל מארגנשטערן מיט א בקשה אזוי ווי ער וויל איצטע דרוקען זיין ספר מאה שערים, וואס האט הונדרעט תירוצים אויף די זעלבע קשיא וואס די רבי האט פארענטפערט אויף זיבעציג אופנים וויל ער אז די רבי זאל עם געבען אן הסכמה, האט עם רבי יוסף ענגיל געשריבען אין הסכמה אזוי: "אשר ביקש כ"ת הסכמתי על ספרו מאה שערים... הקשה לשאול, כי אני מונע את עצמי מתת הסכמות ככל האפשרי, אך האמת ניתן לכתוב, כי מכיר אני את כבוד תורתו זה שנים רבות למחודד ומפולפל... ראיתי שם פלפולים נחמדים ומשוננים..." און ער דערמאנט ניט קיין איין ווערט ניט אפי' ברמז אז ער אליין האט עוסק געווען צופארענטפערען די קשיא וכדו', ניט בחינם האבען גדלוי הדור זיך אויסגעדרוקט אויף עם אז ער איז א בקי כרב יוסף ברכות (ס"ד ע"א) וענוותן כרב יוסף סוטה (מ"ט ע"א)
זייער שיין, אפשר קענען מיר כאטש וויסען וואס איז דאס די קשיא פון רבי יוסף ענגיל?
הספר "ע' פנים לתורה":
http://www.hebrewbooks.org/22535
איבער דעם גאון ובנש"ק רבי יצחק בצלאל מארגנשטערן זצ"ל בעמח"ס מאה שערים האבן מיר דא געשריבן:
viewtopic.php?p=852258#p852258
הספר מאה שערים:
http://www.hebrewbooks.org/6785