בלאט 1 פון 8

חידות וידיעות על דפי השיעור - מסכת פסחים

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 3:01 pm
דורך מיללער
איך עפן דעם אשכול מיוחד ווי חברי השיעור זאלן אריינשרייבן אינטעראסנטע ידיעות וואס מ'טרעפט אין די דפים וואס ווערן געלערנט במסגרת תורתך שעשועי, דאס זעלבע אויף צו שטעלן חידות להגדיל תורה ולהאדירה, כידוע האט דער ענין פון מחדד זיין חידות א כח אז איידי דתמיהי מידכרא.

איך וועל גיין פתיחה מיט א חידה וואס א א איד א תלמיד חכם האט מיר געפרעגט וואס דער תירוץ געפונט זיך אין איינע פון די ערשטע פופצן בלאט פון מס' פסחים.

וזו צורתה: היכי תימצי אז כלל ישראל זאל מקריב זיין א "קרבן ציבור" און דער קרבן זאל זיין א "שלמי נדבה"?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:39 pm
דורך נאטרוליסט
כבשי עצרת ששחטן שלא לשמן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:58 pm
דורך מיללער
נאטרוליסט האט געשריבן:כבשי עצרת ששחטן שלא לשמן.


גערעכט! ובלשון רש"י ז"ל דף י"ג ע"ב:
ואינו קדוש. ואינו ניתר באכילה ואף על פי שהכבשים עצמן מותרין דקיימא לן כל הזבחים שנזבחו שלא לשמן כשירין אלא שלא עלו לבעלים לשם חובה ותניא בפרק שני דביצה (ד' כ:) כבשי עצרת ששחטן שלא לשמן הדם יזרק והבשר יאכל אינהו הוא דמתאכלי כשלמים בעלמא אבל לחם כיון דכבשים אין שמן עליהן דהא לא עלו לשם חובה אלא לשם שלמי נדבה עליהן מי יתירנו:


עס קומט אויס א געוואלדיגע חידוש אז בעצם איז נאר דא איין סארט שלמי ציבור און דאס זענען די כבשי עצרת אבער דאס זענען שלמי חובה וקדשי קדשים, דא אויפאיינמאל קען ווערן א שלמי נדבה בציבור, איז די שאלה צו עס בלייבט א דין קדשי קדשים אדער עס ווערט קדשים קלים? דאכציך אז עס איז נישט דא קיין קרבן ציבור קדשים קלים (קרבן פסח איז נאר בא בכנופיא אבער האט נישט קיין שם קרבן ציבור און תמידין ומוספין זענען אדער עולות אדער חטאות).

בעצם איז דער דין פון רש"י נישט מוסכם לויט אלע ראשונים, דער רמב"ם אין פי' המשניות תחילת מס' זבחים האלט אז ביי קרבנות ציבור שנשחטו שלא לשמן איז עס עלו לשם חובה, ויש בזה אריכות.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:11 pm
דורך נאטרוליסט
חידה ב':

במשנה, הוסיף ר"ע ואמר מימיהם של כהנים לא נמנעו מלהדליק את השמן שנפסל בטבול יום בנר שנטמא בטמא מת.
מה יהי' הדין של השמן לגבי הדלקתו בנר (של מתכת) שנטמא במת עצמו?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:13 pm
דורך שמעלקא טויב
נאטרוליסט האט געשריבן:חידה ב':

במשנה, הוסיף ר"ע ואמר מימיהם של כהנים לא נמנעו מלהדליק את השמן שנפסל בטבול יום בנר שנטמא בטמא מת.
מה יהי' הדין של השמן לגבי הדלקתו בנר (של מתכת) שנטמא במת עצמו?


לכאו' ראשון לטומאה, וכי משקין נעשו אב הטומאה?!

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:49 pm
דורך מיללער
שמעלקא טויב האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:חידה ב':

במשנה, הוסיף ר"ע ואמר מימיהם של כהנים לא נמנעו מלהדליק את השמן שנפסל בטבול יום בנר שנטמא בטמא מת.
מה יהי' הדין של השמן לגבי הדלקתו בנר (של מתכת) שנטמא במת עצמו?


לכאו' ראשון לטומאה, וכי משקין נעשו אב הטומאה?!

עי' בתוס' דף י"ז ד"ה רביעי בקודש שאוכלין ומשקין המוגעין במת עצמו (ולכאורה כן הדין במתכת שנגע במת) נעשים אב הטומאה רק לטמאות אוכלין ומשקין ולעשותן ראשון לטומאה אבל לא לטמא אדם וכלים. ולפי"ז יש לחקור אם לפי עדותו של רבי עקיבא אם נמנעו להדליק השמן בנר שנגע בהמת עצמו, אם גם בזה הקילו לעשות מפסול אב הטומאה או שרק לענין לעשות ראשון לטומאה הקילו.

וועט מען ווארט אויף כבוד הרב נאטרוליסט זאל אנטשיידן זיין שאלה וחידה

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:59 pm
דורך להתחדד
ווער איז געווען די דור אחרון?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2014 11:43 pm
דורך siechel hausher
אויב דענק איך גיט האב איך טאקע געזעהן איין גירסא. דור אחר אין נישט דור אחרון.

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 9:28 am
דורך מיללער
siechel hausher האט געשריבן:אויב דענק איך גיט האב איך טאקע געזעהן איין גירסא. דור אחר אין נישט דור אחרון.



דור אחר איז טאקע וויאזוי עס שטייט אין די משנה אין סוטה אבער וועלכע תנא איז טאקע דער וואס קריגט מיט רבי יוסי און ר' יוחנן און ער פרעגט אפ די ק"ו?

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:38 am
דורך שמעלקא טויב
וואס איז די סברא פון כל קבוע כמחצה על מחצה און כל דפריש מרובה פריש?

ס'איז טאקע דא א לימוד, מיין שאלה איז צו ס'איז אויך דא א סברה דערויף.

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:48 am
דורך מיללער
שמעלקא טויב האט געשריבן:וואס איז די סברא פון כל קבוע כמחצה על מחצה און כל דפריש מרובה פריש?

ס'איז טאקע דא א לימוד, מיין שאלה איז צו ס'איז אויך דא א סברה דערויף.

רוב אחרונים נעמען אן אז דאס איז א גזיה"כ אן א סברא, כאטש עס איז דא וואס פלאגן זיך צו זאגן סברות

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:49 am
דורך שמעלקא טויב
אינטערסאנט.

ישר כח מיללער

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:55 am
דורך מיללער
שמעלקא טויב האט געשריבן:אינטערסאנט.

ישר כח מיללער


זה דא לשון הערוה"ש (סעיף י'):
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=526

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 2:23 pm
דורך אויפריכטיג
מיללער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:כבשי עצרת ששחטן שלא לשמן.


גערעכט! ובלשון רש"י ז"ל דף י"ג ע"ב:
ואינו קדוש. ואינו ניתר באכילה ואף על פי שהכבשים עצמן מותרין דקיימא לן כל הזבחים שנזבחו שלא לשמן כשירין אלא שלא עלו לבעלים לשם חובה ותניא בפרק שני דביצה (ד' כ:) כבשי עצרת ששחטן שלא לשמן הדם יזרק והבשר יאכל אינהו הוא דמתאכלי כשלמים בעלמא אבל לחם כיון דכבשים אין שמן עליהן דהא לא עלו לשם חובה אלא לשם שלמי נדבה עליהן מי יתירנו:


עס קומט אויס א געוואלדיגע חידוש אז בעצם איז נאר דא איין סארט שלמי ציבור און דאס זענען די כבשי עצרת אבער דאס זענען שלמי חובה וקדשי קדשים, דא אויפאיינמאל קען ווערן א שלמי נדבה בציבור, איז די שאלה צו עס בלייבט א דין קדשי קדשים אדער עס ווערט קדשים קלים? דאכציך אז עס איז נישט דא קיין קרבן ציבור קדשים קלים (קרבן פסח איז נאר בא בכנופיא אבער האט נישט קיין שם קרבן ציבור און תמידין ומוספין זענען אדער עולות אדער חטאות).

בעצם איז דער דין פון רש"י נישט מוסכם לויט אלע ראשונים, דער רמב"ם אין פי' המשניות תחילת מס' זבחים האלט אז ביי קרבנות ציבור שנשחטו שלא לשמן איז עס עלו לשם חובה, ויש בזה אריכות.

דאס איז אן אלטער חידה וואס מיין זיידע ז"ל פלעגט פרעגן די אינגעלייט/בחורים, מען זאגט יעדן טאג "זבחי שלמי ציבור", וועלכער קרבן איז "שלמי ציבור"?

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 2:28 pm
דורך שמעלקא טויב
רש"י זאגט אויף דף ט"ו ע"ב ד"ה מחלוקת בשש אויף חמץ: אין לך טומאה גדולה מזו

מיט דעם איז מיר פארענטפערט געווארן וויאזוי גלייכט מען צו די עובדא פון ר' יהושע מיט'ן חביות בגת ווי דער הולך לאיבוד גייט צו טומאה צו תרומת חמץ וואס דער הולך לאיבוד איז לשריפה, פארט נישט טומאה.

נאר וויבאלד ס'וועט אריינקומען דער זמן איסור וועט דאך עס זיין חמץ בפסח וואס אין לך טומאה גדולה מזו, איז עס טאקע דער זעלבער הולך לאיבוד ווי דער חביות בגת.

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 2:57 pm
דורך מיללער
אויפריכטיג,
ווען נישט גילוי וואלט איך געקלערט פון עטליכע אידן וואס האבן געקענט זיין דיין זיידע, לדוגמא ר' מרדכי שווארץ ע"ה.

אבער דער אמת איז אז מיין חידה איז געווען א טריט ווייטער ווי דיין זיידנס ודו"ק

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 2:59 pm
דורך מיללער
שמעלקא טויב האט געשריבן:רש"י זאגט אויף דף ט"ו ע"ב ד"ה מחלוקת בשש אויף חמץ: אין לך טומאה גדולה מזו

מיט דעם איז מיר פארענטפערט געווארן וויאזוי גלייכט מען צו די עובדא פון ר' יהושע מיט'ן חביות בגת ווי דער הולך לאיבוד גייט צו טומאה צו תרומת חמץ וואס דער הולך לאיבוד איז לשריפה, פארט נישט טומאה.

נאר וויבאלד ס'וועט אריינקומען דער זמן איסור וועט דאך עס זיין חמץ בפסח וואס אין לך טומאה גדולה מזו, איז עס טאקע דער זעלבער הולך לאיבוד ווי דער חביות בגת.

יעצט פארשטייסטו די טובה פון איבערחזר'ן, זאכן וואס מבאמערקט נישט ביים ערשטן מאל ווערן פלוצים ליכטיג ביים קומענדיגן מאל ובפרט מיט פרישע ידיעות פון די קומענדיגע צוואנציג בלאט.

מי כעמך ישראל

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 3:00 pm
דורך שמעלקא טויב
ריכטיג, ס'האט מיר געבאדערט דער חילוק צווישן הולך לאיבוד כהנ"ל און רש"י האט מאיר עינים געווען.

מיללער, אפשר מאך מיר א שיעור שבת צופרי?.....

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 1:10 am
דורך פייווישעל
וועט עס כאטשיק זיין א שיעור פאר די פאבליק?

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 2:35 pm
דורך נאטרוליסט
קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 2:40 pm
דורך מיללער
נאטרוליסט האט געשריבן:קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)

ברוך שובך, איר זענט אונז נאך שולדיג אן אנטשיידונג לגבי הדלקת שמן בנר של מתכת שנגע במת.

בנוגע די נייע חידה רעדט איר באופן וואס די משקה איז נוגע באב הטומאה?

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 2:43 pm
דורך PDF
נאטרוליסט האט געשריבן:קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)


רביעית בקרקע?

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 2:56 pm
דורך נאטרוליסט
PDF האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)


רביעית בקרקע?


ריכטיג.

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 2:57 pm
דורך להתחדד
נאטרוליסט האט געשריבן:קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)


משקה סרוח

געשריבן: זונטאג מאי 11, 2014 3:00 pm
דורך נאטרוליסט
מיללער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:קשיא:
היכי תימצא לכו"ע דמדאורייתא משקין לא יקבלו טומאה. (אפי' לר"ע)

ברוך שובך, איר זענט אונז נאך שולדיג אן אנטשיידונג לגבי הדלקת שמן בנר של מתכת שנגע במת.

טעיתי. השאלה אכן משתייך כאן. אבל התשובה שאוכל/משקין לא ראויים להיות עליהם טומאת אב הטומאה, מכיון שאינם נטהרים במקוה, אינה מבורר בסוגיין בהדיא. - ואתכם הסליחה.

בנוגע די נייע חידה רעדט איר באופן וואס די משקה איז נוגע באב הטומאה?