חידות וידיעות על דפי השיעור - מסכת פסחים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נסיעה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 05, 2014 1:03 pm

תגובהדורך נסיעה » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 10:05 am

האט איינער באמערקט אז רשב"ם דא אין פסחים האט א אנדערע גירסא און די מעשה פון רב פפא איבער לא ישב על מטה ארמית, אנדערש פון די גמרא און ברכות?

פון ווי קומט טאקע די גירסא פון רשב"ם דא ?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 2:04 pm

צושויער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען א תנא און אן אמורא?

א חילוק אין תקופה.
דער אפטייטש פון תנא איז שונה, ער איז שונה משניות וברייתות. דער אפטייטש פון אמורא איז א מפרש (אין אונזער פאל דברי התנא) .
א אמורא קען נישט קריגן מיט א תנא.


דאס איז געווען א חידה על דפי השיעור...

די ענטפער איז אין רשב"ם דף קא: ד"ה לקיבעי' קמא הדר, שהאמורא יש לו לפרש דבריו יותר מן הברייתא

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:05 pm

:oops:

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 4:13 pm

yahoo האט געשריבן:מיר ליגט אין זכרון אז ס'דא א תוס' אין יומא וואס זאגט אז היינט איז מער נישט דא די קפידא פון זוגות, אפשר קענען עס די תלמידי חכמים דא אפירזוכען.


http://download.swdaf.com/DafDocs/pesachim/pesachim110_Zugot_Shedim.pdf

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

דער כבש התמיד גרעסער פונעם פר החטאת

תגובהדורך ישמחו » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:21 pm

דעם יום כיפור לערנענדיג אביסל איבער דעם סדר העבודה, האט זיך עס געשפירט גאנץ היימיש (אביסל עכ"פ), נאכן לערנען דעם זומער איבער דער סדר הקרבת התמיד אין פרק תמיד נשחט.

ווען כ'האב גערעדט מיט א עלטערן ת"ח וואס איז געזיצן נעבן מיר איבער דעם שחיטת התמיד און שחיטת פר החטאת, וואס אויבנאויף איז דער פר געווען אסאך גרעסער פונעם תמיד, זאגט ער מיר אז ס'ליגט אים אין זכרון אז דער תמיד איז געווען עפעס מורא'דיג גרויס, ממש א גוזמא, אזוי אז באמת איז דער תמיד געווען אסאך גרעסער פונעם פר.

ווייסט איינער פון אזא מקור איבער דעם שמועס??
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » זונטאג אוקטובער 05, 2014 1:54 pm

ישמחו האט געשריבן:...ס'ליגט אים אין זכרון אז דער תמיד איז געווען עפעס מורא'דיג גרויס, ממש א גוזמא, אזוי אז באמת איז דער תמיד געווען אסאך גרעסער פונעם פר.

ווייסט איינער פון אזא מקור איבער דעם שמועס??


נכון, ויפה אשר דיבר.
כן הוא בתוספות מס' מנחות דף פ"ז ע"א ד"ה שגובהן רחבים, בשם המדרש בבראשית רבה, דכבשים של תמיד דהיו כל כך גבוהים שאוכלים על גבי ארזים, וכשהיו מרכיבין אותן על הגמלים רגלי הכבשים נגררין לארץ.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » זונטאג אוקטובער 05, 2014 2:41 pm

יישר כח!! הפלא ופלא!!!

ארץ אייוועלט הרה וגם גידלה שעשועיה!
א געשמאק צו האבן אזא חבר ווי "קושר כתרים" צווישן אונז.
איזהו ת"ח ששואלין אותו בכל מקום ואומר (מקור?...)
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » זונטאג אוקטובער 05, 2014 3:38 pm

ישמחו האט געשריבן:איזהו ת"ח ששואלין אותו בכל מקום ואומר (מקור?...)


שבת קי"ד ע"א: איזהו ת"ח שממנין אותו פרנס על הציבור זה ששואלין אותו דבר הלכה בכל מקום ואומר.

[אך אין שום מקור לקשו"ר כת"ר מאמר חז"ל זה לקושר כתרים...]
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט