קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

nemtudom
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך nemtudom » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:41 am

Haklal האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:סימן מן השמים, עס איז אויסגעקומען צי לערנען די גמרות פון זכר לחורבן סוף חזקת הבתים, און די דריי וואכן ממש אריין און די 9טעג

יאפ

איז די גמרא טאקע די מקור פון נישט עסן פלייש און טרינקען וויין אין די 9 טעג?
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:18 pm

סג: בענין המח' רב זביד ורב פפא בדיוטא עליונה.

קודם סימנא מילתא רב ז'ביד האלט הוצאת ז'יזין.

רשב"ם סוד"ה רב פפא אמר: ולרב זביד אהני תנאה להוצאת זיזין "ולא להדר בני לה" וכו' עסו"ד.
הרי דרב זביד אינו מודה לדינו של רב פפא.
ולפי"ז הי' קשה לי מה שכתב הרשב"ם בתחלת דבריו, רב פפא אמר כולי האי לא אהני תנאי וכו'. והרי גם לרב פפא מהני לדבר שלרב זביד אינו מהני.

----
סיכום:
למסקנת הגמ' סד. נמצא דהמוכר בית סתם, שייך דיוטא עליונה ועד רום רקיע להמוכר.
אמר עומקא ורומא, שייך דיוטא עליונה להמוכר, ולמעלה הימנו שייך להלוקח, ואם נפלה הדיוטא אין המוכר רשאי לחזור ולבנותו.
אמר ע"מ שדיוטא עליונה שלי, אז אף אם נפל, רשאי המוכר לחזור ולבנותו. אבל למעלה הימנו ודאי שייך ללוקח.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:04 am

דף פא. רשב"ם ד"ה מביא וקורא, ור"מ לטעמיה דס"ל קנה קרקע אבל באילן אחד מודה ע"כ.
כוונתו דמודה ר"מ שאין לו קרקע, אבל אינו מודה שאינו קורא, כמ"ש רשב"ם מיד אח"ז בד"ה מחייב בסו"ד - דאילו ר"מ אפי' באילן אחד שאין לו קרקע מביא וקורא ע"כ. ופשוט הוא.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 10:31 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:דף פא. רשב"ם ד"ה מביא וקורא, ור"מ לטעמיה דס"ל קנה קרקע אבל באילן אחד מודה ע"כ.
כוונתו דמודה ר"מ שאין לו קרקע, אבל אינו מודה שאינו קורא, כמ"ש רשב"ם מיד אח"ז בד"ה מחייב בסו"ד - דאילו ר"מ אפי' באילן אחד שאין לו קרקע מביא וקורא ע"כ. ופשוט הוא.

זה דוקא להמ"ד שמחייב היה ר"מ אף בלוקח פירות מן השוק, אבל מאחר שאיתותב איו קורא לר"מ באילן אחד

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:58 pm

דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?

יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך  פיש כאפער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 7:28 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?

יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.


די גמרא זאגט דאך שפעטער "אמר רב אשי טעמא דאחרים לא ידעינן הלכתא עבדינן כוותייהו - בתמיה"

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:04 am

 פיש כאפער האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:דף קז: אחרים אומרים עושין שומא ביניהם ומשלשין.
צו קען איינער מסביר זיין פארוואס צו נעמען די דריטל, רעכנט מען אלע דריי צוזאמען, דהיינו פון אכציג ביז 120, אבער מ'לייגט נאר צו איין דריטל צווישן די 2 נידריגסטע?

יתר ביאור, די אנדערע תנאים רעכענען זיך בכלל נישט מיט די העכסטע, נאר מיט די 2 נידריגע, למשל ר' אליעזר ב"ר צדוק, פון אכציג ביז הונדערט איז 20, לייגט מען צו 10. משא"כ אחרים רעכנט אלע 3 כדי צו באקומען די דריטל פון 40 וואס איז 13.3, און דערנאך רעכנט מען נאר צווישן די 2 נידריגע.


די גמרא זאגט דאך שפעטער "אמר רב אשי טעמא דאחרים לא ידעינן הלכתא עבדינן כוותייהו - בתמיה"

אויך אזוי געקלערט, אבער רבינו גרשום זאגט: משום דאיכא לאקשויי עלייהו כדמקשי' אדרבה האי ארעא כו' ועוד ובדין הוא דלימא טפי ולא פסקי למילתייהו.
היינו דאס וואס דער צווייטער שטעלט זיך אפ ביי הונדערט, ווייל ער וויל נישט זאגן צופיל מער פונעם ערשטן.

שוב התבוננתי אז ס'איז לכאורה פשוט.
אונז האבן דא 3 מענטשן זאגן אנדערע שויות אויף די זאך. מוז זיין אז די אמת'ע שויות איז ערגעץ אינצווישן, נאר יעדער איז זיך טועה. אויף דעם זאג איך, צוטייל די חילוק פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן אויף 3, קומט אויס אז יעדער איז זיך טועה אויף א דריטל, (און ווי די גמ' זאגט בדין הוא דלימא טפי וכו'), נאר למעשה נעמען אונז נאר אן די 2 נידריגסטע, פונקט ווי די אנדערע מאן דאמרי אז אונז קוקן נאר אויף די 2.
ממילא כדי צוצוקומען צום אמת'ן שויות מוזן אונז קוקן אויפן העכסטן, ווייל זעסט דאך איינער איז זיך טועה ביז אהין, אבער אויף למעשה זאגן מיר תפשת מועט תפשת.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך ציגאנער » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 7:40 am

זאג א גוטס האט געשריבן:שוב התבוננתי אז ס'איז לכאורה פשוט.
אונז האבן דא 3 מענטשן זאגן אנדערע שויות אויף די זאך. מוז זיין אז די אמת'ע שויות איז ערגעץ אינצווישן, נאר יעדער איז זיך טועה. אויף דעם זאג איך, צוטייל די חילוק פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן אויף 3, קומט אויס אז יעדער איז זיך טועה אויף א דריטל, (און ווי די גמ' זאגט בדין הוא דלימא טפי וכו'), נאר למעשה נעמען אונז נאר אן די 2 נידריגסטע, פונקט ווי די אנדערע מאן דאמרי אז אונז קוקן נאר אויף די 2.
ממילא כדי צוצוקומען צום אמת'ן שויות מוזן אונז קוקן אויפן העכסטן, ווייל זעסט דאך איינער איז זיך טועה ביז אהין, אבער אויף למעשה זאגן מיר תפשת מועט תפשת.

;l;p-
און כ'מיין אז ס'שטימט נאך די בעסטע פון אלע דריי שיטות.
די תנא קמא מאכט טאקע א פיינע פשרה, אבער וואס איז מיט תפסת מרובה. ר"א בן צדוק איגנארירט אינגאנצן דעם דריטער. אחרים אבער רעכנט זיך מיט יעדנס מיינונג און אויף דעם מאכט מען א פשרה באזירט אויף תפסת מרובה. זייער שיין.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 2:33 pm

זייער אינטערעסאנט געווען וואס די רשב"ם שרייבט (קיג. ד"ה נחלה הראויה לו וירשה בנו):
שמשמע שבאו לדין אלעזר ופנחס על עסק ירושה זו לפי שהיתה ראויה לאלעזר ונתנה בבית דין לפנחס בנו.

לכאורה איז זייער דין תורה געווען פאר די זעלבע סיבה ווי פארוואס משה רבינו האט אזוי געגארט אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, ווי די גמרא זאגט (סוטה יד.), דרש רבי שמלאי מפני מה נתאוה משה רבינו ליכנס לארץ ישראל, וכי לאכול מפריה הוא צריך או לשבוע מטובה הוא צריך. אלא כך אמר משה הרבה מצות נצטוו ישראל ואין מתקיימין אלא בארץ ישראל, אכנס אני לארץ כדי שיתקיימו כולן על ידי.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך פרא-חסיד » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:25 pm

מנא ליה להרשב״ם לפרש דרבי יליף בין סיבת הבעל ובין סיבת הבן מן ״והעברתם״ , לכאורה יש לומר דלא איירי אלא בסיבת הבן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:28 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:מנא ליה להרשב״ם לפרש דרבי יליף בין סיבת הבעל ובין סיבת הבן מן ״והעברתם״ , לכאורה יש לומר דלא איירי אלא בסיבת הבן?

למדתי שכוונתו הוא לומר שלכה"פ אחד מן הדברים נלמד מוהעברתם - או משום דשקולין הן ויבואו שניהם

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך ציגאנער » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:13 pm

ויפלו חבלי מנשה עשרה. ווי קומט מען אן צו 10?
חפר'ס חלק - וועלכע איז כולל פיר חלקים - איז דאך איינס פון די זעקס, ניין?
(ס'דא פינעף ברודערס, מיט א דאפלטע חלק פון חפר, צלפחד'ס, און א פעטער = 9)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 11:28 am

ציגאנער האט געשריבן:ויפלו חבלי מנשה עשרה. ווי קומט מען אן צו 10?
חפר'ס חלק - וועלכע איז כולל פיר חלקים - איז דאך איינס פון די זעקס, ניין?
(ס'דא פינעף ברודערס, מיט א דאפלטע חלק פון חפר, צלפחד'ס, און א פעטער = 9)

בערך דאס פרעגט די גמרא (נישט ממש דאס, אבער ענליך) והאי תנא מאי קא חשיב

ווי עס שיינט, לערנט די גמרא אז די עשרה חבלים איז א קאמבינאציע פון צוויי באזונדערע חשבונות, די זעקס בתי אבות און די פיר חלקים פון חפר - הגם עס טוט באמת אווערלעפ"ן

 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך  פיש כאפער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 8:17 am

דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 11:30 am

 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!


ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 9:17 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!


ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

אינטערעסאנטע חידוש, ווער איז דער זאגער?

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת בבא בתרא

תגובהדורך היסטאריקער » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:56 am

לא לנו האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:דף קלב: ברענגט די רשב"ם "ומצאתי בתשובות רבינו שלמה זקני זצ"ל" - וואס איז זיין זיידע רש"י הקדוש. ס'איז אינטערעסאנט אז רש"י האט יא געשריבן עפעס א חיבור אויף בבא בתרא?!


ער שרייבט דאך "בתשובות" נישט בפירוש הגמרא

פערצופאל ברענגט שוין דער רשב"ם אפאר מאל אין די מסכתא פון "זקיני רבינו שלמה"

זיי זאגן אז ווי באקאנט האט רש"י צוויי מאל איבערגעשריבן זיין פירוש אויף ש"ס, און די מסכת'ס וואס עס איז נישט דא מיינט אז ער האט נישט איבערגעשריבן

אינטערעסאנטע חידוש, ווער איז דער זאגער?


געדענק נישט, עיין בתולדות רש"י


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט