שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 22, 2017 11:10 am

אין בבא בתרא (עד.) צווישן די סעריע הפלא'דיגע צייגענישן פונעם אראבער צו רבה בר בר חנה, איז:
א"ל תא אחוי לך הר סיני, אזלי חזאי דהדרא ליה עקרבא וקיימא כי חמרי חוורתי שמעתי בת קול שאומרת אוי לי שנשבעתי ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי, כי אתאי לקמיה דרבנן אמרו לי כל אבא חמרא כל בר בר חנה סיכסא, היה לך לומר מופר לך, והוא סבר דלמא שבועתא דמבול הוא ורבנן א"כ אוי לי למה.
ברענגט דארט תוס' (ד"ה ועכשיו) א ראי' פון די גמ' בנדרים בשיעור שבוע העבר (פא:) לא יחל דברו מכאן לתלמיד חכם שאין מפר נדרי עצמו, אלס ראי' צום "ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי", אז הקב"ה האט נישט געקענט מפר זיין נדרי עצמו, און לויט סברת רב בר בר חנא אז ס'איז געווען שבועתא דמבול, האט עס א שטארקע שייכות לשיעור השבוע העבר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 1:32 pm

לא לנו האט געשריבן:אין בבא בתרא (עד.) צווישן די סעריע הפלא'דיגע צייגענישן פונעם אראבער צו רבה בר בר חנה, איז:
א"ל תא אחוי לך הר סיני, אזלי חזאי דהדרא ליה עקרבא וקיימא כי חמרי חוורתי שמעתי בת קול שאומרת אוי לי שנשבעתי ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי, כי אתאי לקמיה דרבנן אמרו לי כל אבא חמרא כל בר בר חנה סיכסא, היה לך לומר מופר לך, והוא סבר דלמא שבועתא דמבול הוא ורבנן א"כ אוי לי למה.
ברענגט דארט תוס' (ד"ה ועכשיו) א ראי' פון די גמ' בנדרים בשיעור שבוע העבר (פא:) לא יחל דברו מכאן לתלמיד חכם שאין מפר נדרי עצמו, אלס ראי' צום "ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי", אז הקב"ה האט נישט געקענט מפר זיין נדרי עצמו, און לויט סברת רב בר בר חנא אז ס'איז געווען שבועתא דמבול, האט עס א שטארקע שייכות לשיעור השבוע העבר.

זייער א שיינער צושטעל

בעצם די שבועת המבול ווערט דערמאנט בהפטורת נח - כי מי נח זאת לי אשר נשבעתי וגו', די ראשונים זענען פארנומען וואו אין די תורה ווערט דערמאנט די שבועה, רשיז"ל לערנט אז דאס איז מכפל דבריו של הקב"ה און כפילת דברים איז א שבועה כידוע, דער רמב"ן לערנט אז דער 'אות הברית' פונעם קשת דאס איז די שבועה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 7:08 am

ב"ה יום ה' לך תשע"ח לפ"ק

בחבורתינו תורתך שעשועי ממשיכים השבוע בלימוד הפרק האחרון ממסכת נדרים, דפים פג-פו מפרק ואלו נדרים, וימי השמחה של חגיגת סיום מסכתא נוספת במסגרת החבורה מתקרבת ובאה, אין שמחה כשמחת התורה! יחיינו ויקרבינו השי"ת ויזכנו ללמוד ולסיים , לחזור ולשנן, לשמור ולקיים את כל דברי תלמוד תורה באהבה.

לערנענדיג די משנה בדף פג: קונם כהנים לוים נהנים לי וואו די משנה - און שפעטער די גמרא בדף פד:-פה. איז דן איבער דיני נתינת תרומות ומעשרות והטובת הנאה שבהן, איז א דבר בעתו ווען מ'לערנט בפרשת השבוע דאס ערשטע מאל די ענין פון נתינת מעשר ומתנות כהונה, ווי די תורה הק' דערציילט נאך די מלחמת המלכים (בראשית יד, יח-כ') ומלכי צדק מלך שלם וגו' והוא כהן לקל עליון וגו' ויתן לו מעשר מכל. אברהם אבינו האט געגעבן מעשר "מכל אשר היה לו, לפי שהיה כהן" (רש"י)

און ווי דער הייליגער רמב"ן איז מוסיף, אז הגם אברהם האט נישט געוואלט נהנה זיין מחוט ועד שרוך נעל פון די ביזה "אבל חלק הגבוה הפריש לתתו לכהן", פונקט פארקערט פון וואס מיר לערנען בדף פד: אז די עמי הארץ נחשדו במעשרות עד כדי כך להפקיר נכסיהם כדי שיפטרו ממעשר עני, אויף דעם זאגט דער רמב"ן (עה"כ והוא כהן לקל עליון) "נתן לו המעשר לכבוד השם, והרמז לאברהם בזה כי שם יהי' בית אלקים, ושם יוציאו זרעו המעשר והתרומה ושם יברכו את השם".

ולהוספת ענין דרוש ואגדה המשמחת את הלב, די שיעור השבוע ענדיגט זיך בדף פו: מיט די באקאנטע מימרא פון רבא הקדש חמץ ושחרור מפקיע מידי שעבוד. די וואך אין די סדרה איז דאך די פרשת ברית בין הבתרים, ובתוך דברי השי"ת לאאע"ה (בראשית טו, יג) כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם, ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה. איז דאך באקאנט די סתירה אז למעשה איז כלל ישרא' נאר געווען בגלות מצרים רד"ו שנה.

איינע פון די באקאנטע תירוצים איז פון מרן החתם סופר בפרשת וארא עה"כ והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים, באזירט אויף די מימרא פון רבא, אז וויבאלד אידישע קינדער זענען קדושים האבן מיר א דין הקדש, הקב"ה האט מקדיש געווען כלל ישראל און מיט דעם מפקיע געווען שעבוד מצרים!

רביה"ק בדברי יואל פרשת בא (דף שיא) ברענגט אראפ דעם חתם סופר, ובדבריו המתוקים והנפלאים איז ער מוסיף צו דעם די פרשת דרכים אז ביי הקדש זאגט מען לוקה ומשלם און דערפאר האבן די מצריים געכאפט בכפליים, כדין קודש ישראל לה' וגו' כל אוכליו יאשמו רעה תבוא עליהם. און מיט דעם טייטשט דארט די רבי די באקאנטע מאמר חז"ל כדי שלא יאמר אותו צדיק, ועבדום וענו אותם קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם, ווייל אויב דאס ארויסגיין איז מטעם הקדש, דארפן זיי האבן דעם רכוש מצרים אויך, און דערפאר הים ראה וינוס אפי' פאר די צייט מפני שראה ישראל באים ורכוש מצרים בידם, איז דאס געווען א ראיה אויף זייער סטאטוס אלס הקדש!

ונאים הדברים לרבינו הקדוש זי"ע דפח"ח

יה"ר שנזכה להתקדש בקדושת התורה, וללמדה מתוך טהרה, טהרת הלב, טהרת המחשבה, קדושת הגוף וקדושת הדיבור, אמן נצס"ו

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 7:11 am

הערליך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 12:44 pm

בס"ד

עש"ק פרשת וירא תשע"ח לפ"ק

בלב מלא שמחה וחדוה טרעטן מיר בעזהי"ת אריין אינעם שבת קודש וואוסענדיג אז מיר שטייען ביים שוועל פון מסיים זיין נאך א הערליכע מסכתא, אינעם לאנגן קייט פון סיומי מסכתות גייען מיר ביום א' הבעל"ט ענדיגען איינס פון די בא'טעמ'טסטע און אייגנארטיגע מסכתתות בסיום מסכת נדרים בס"ד עם פירוש הר"ן המפורסם בנועם שיחו ושיגו, הנחמדים מזהב ומפז רב, אשרינו מה טוב חלקינו!

די וואך האבן מיר געלערנט פיר פון די לעצטע פינף בלאט ממסכת נדרים דפים פז-צ, כולל די לעצטע משנה אויף דף פ"ט: פון בראשונה היו אומרים שלש נשים יוצאת ונוטלות כתובה און איינס דערפון איז א פרוי וואס טענה'ט 'השמים ביני ובינך'.
כמעט איין יאר צוריק אזא צייט, פרשת לך לך תשע"ז האבן מיר געלערנט די משנה אראפגעברענגט במסכת יבמות דף קיב. און דעמאלס האבן מיר דערמאנט די ר"ן פון דא אין מסכת נדרים וואס ברענגט נאך א תוספתא אין סוטה, אז די טענה פון שרה אמנו צו אברהם אבינו יענע וואך ישפוט ה' ביני ובינך איז געווען די טענה פון השמים ביני ובינך - דארט האבן מיר צוגעלייגט דברי רבינו תם וואס ווערט אויך אראפגעברענגט דא אין מסכת נדרים אין תוספות אז 'יעשו דרך בקשה' פון משנה אחרונה, מיינט יבקשו רחמים ויתפללו צום הייליגען באשעפער.

די וואך פרשת וירא ליינען מיר 'וה' פקד את שרה כאשר אמר' וואס ווי באקאנט שרייבן די הייליגע ספרים אז פקידת שרה אמינו האט געעפנט א צינור פון 'הרבה עקרות נפקדו עמה' וואס מיינט נישט נאר לדורותיה - אדרבא - וועלכע עקרה אין יענע דור האט געהאט א זכות נפקד צו ווערן מיט שרה אמינו, נאר זאגן די ספרים אז דאס גייט ארויף אויף עקרות עד סוף כל הדורות, ווען א אידישע פארפאלק וועט זיך אויסוויינען זוכה צו זיין צו זש"ק און דאס ווייבל וועט זיך בעטן צו איר מאן 'השמים ביני ובינך' און זיי וועלן טאן וואס די משנה זאגט עפי דבריו הקדושים של רבינו תם זכרונו לברכה 'ויעשו דרך בקשה' לבעל הרחמים להיפקד, וועט דער אייבירשטער געדענקען דעם 'וה' פקד את שרה' וואס זי איז געווען די ערשטע צו בעטן 'השם ביני וביניך' און מיט דעם האט זיך געעפנט דעם צינור עד ביאת המשיח, אז 'צאצאיה כן פקוד לטוב' - און אוודאי זאל טאקע השי"ת זיך מרחם זיין בזכות לימוד וחזרת דברי תורתינו הקדושה, לכל חשובי בנים להיפקד ולהיזכר לפניך יתברך בדבר ישועה ורחמים ובזרע של קיימא ללמוד תורה לשמה אמן.

ואולי, קענען מיר בדרך אגדה מוסיף זיין אז די גמרא זאגט דאך לא יהי' בך עקר ועקרה, עקר מן התלמידים, מ'האמיר שוין דערמאנט בסיום מסכת כתובות די ווערטער פונעם בן איש חי אז אן עם הארץ איז נמשל צו אן אילן סרק שאינו עושה פירות, און פארקערט דער וואס איז זוכה צו לערנען זאגט די פסוק 'ובתורתו יהגה יומם ולילה, והיה כעץ שתול על פלגי מים - אשר פריו יתן בעתו', בעטן מיר יעצט אויך ביים רבוש"ע אויף דעם 'הרבה עקרות נפקדו עמה' מיר זאלן זוכה זיין נהנה צו זיין פון דעם צינור וואס די אבות הקדושים און די הייליגע אמהות האבן געעפנט, שלא נהי' עקר ועקרה מן התלמוד, מיר זאלן זוכה זיין צו קענען לערנען ווייטער, חזר'ן און עומד זיין על הנסיון, מתוך עונג וחדוה כל הימים אנצ"ו

Haklal
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש נובעמבער 04, 2017 8:52 pm

יישר כח הרב מיללער

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג נובעמבער 05, 2017 11:41 am

אין שיעור השבוע פארלאפענע וואך קען מען צושטעלן לפרשת השבוע וירא ביי דריי פלעצער אין דף צ:

ערשטנס איז דער ר"ן וואס דערמאנט דעם ענין פון אין ב"ד מתנין לעקור דבר מן התורה אלא וכו' בקום עשה ולהוראת שעה בלבד כאליהו בהר הכרמל וכו'. אייגנטליך איז דער היתר אלי' בהר הכרמל דער צווייטער ענין וואס ווערט דערמאנט אין סנהדרין פט: וואס דארט נוצט עס די גמ' אלס ראי' אז עפ"י נביא שהוחזק שאני, וז"ל הגמ' שם: היכא דמוחזק שאני, דאי לא תימא הכי אברהם בהר המוריה היכי שמע ליה יצחק אליהו בהר הכרמל היכי סמכי עליה ועבדי שחוטי חוץ אלא היכא דמוחזק שאני. (ועיי"ש ד"ה אליהו בביאור ב' הטעמים)

ביי טמאה אני לך, ברענגט רש"י די גמ' אין צא. אז מ'רעדט פון אונס באשת כהן "דבאונס נמי אסורה לו ולהכי נוטלת כתובתה דלא פשעה דאי באשת ישראל אינה יוצאה דאנוסה מותרת לו כדנפקא לן (כתובות דף נא:) מוהיא לא נתפשה וכו'". מיט'ן ענין פון אשת כהן שנאנסה אסורה, ואשת ישראל מותרת, פארענטפערט דער חתם סופר פרשת וירא פארוואס ביי אבימלך האט דער אויבערשטער געזאגט ועתה השת אשת האיש כי נביא הוא, ווייל אברהם אבינו איז שוין דעמאלטס געווען א כהן, איבערנעמענדיג כהונה פון שם וועלכער האט דאס פארלוירן ווען ער האט דערמאנט דעם אויבערשטן נאך אברהם, און אלס כהן האט מען געדארפט האבן א נביא וואס זאל וויסן בנביאות שלא נאנסה, ווייל אשת כהן שנאנסה אסורה לבעלה. משא"כ ביי פרעה איז זי נאך געווען א אשת ישראל, איז זי ממילא מותר, שרה איז נישט נחשד געווען שבא עליה ברצון.

לגבי דעם צושטעל פון הרב מיללער איבער השמים בני לבינך, איז ווידער דא א חתם סופר, פרשת וירא, וועלכער פארבינדט עס דירעקט אויך צו פרשת וירא, צו פארענטפערן פארוואס אברהם האט זיך געדינגען לא כי צחקת, פארוואס איז אים געגאנגען בנפשו אז שרה האט נישט געגלויבט? ווייל אייגנטליך וואלט מען געקענט זאגן מאבימלך נתעברה שרה, אבער דאס וואלט גוט געווען ווען די טענה איז אויף אברהם שאינו יורה כחץ, לאזט זיך זאגן אז ביי אבימלך איז שוין נישט געווען דער פראבלעם, אבער ווען דער פראבלעם שטעקט אין שרה, ווי חז"ל זאגן זי האט נישט געהאט איברי לידה, מוז מען דאך סיי ווי צוקומען צו א נס. אז מ'מוז שוין צוקומען צו א נס פארוואס זאל דאס דער אויבערשטער טאן בביאת איסור? ממילא פאלן אוועק די ליצני הדור שמאבימלך נתעברה שרה. האט אברהם דייקא געוואלט פארשטערקערן צחיקת שרה, וואס ווייזט ענדערש אויף דער פראבלעם אין איר אז זי האט בכלל נישט איברי לידה, ווי אין אברהם שאינו יורה כחץ.
אגב, יורה כחץ ווערט אויך דערמאנט אין רש"י ביי רובע קשת, עיי"ש מיט'ן צוברענגען מעשה באחד שהטיח באשתו וכו'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 05, 2017 1:47 pm

יישר כח הרב לא לנו, דבריו המתוקים של רבינו החתם סופר, יעדעס ווארט א מיליאן.

אגב, אינעם לעצטן בלאט בסיום המסכתא רעדט מען טאקע בנוגע איסור אשה שנבעלה בזנות לבעלה און די היתרים באזירט אויף סברות, זאגט דער ר"ן אז דא רעדט מען נישט פונעם איסור דאורייתא פון ונטמאה ווייל דאן וואלט נישט געהאלפן א סברא, נאר מה"ת אין אשה נאסרת אלא בקינוי וסתירה, נאר א בעל נפש דארף מחמיר זיין מספק שנבעלה און אויף דעם העלפן די סברות.

לפי"ז האב איך פארשטאנען דעם השב אשת האיש כי נביא הוא וכדברי רש"י שיודע בנביאות שלא נבעלה, לכאורה תורה לא בשמים הוא ווי מעג ער זיך פארלאזן אויף נביאות להתיר איסור דאורייתא (אמת שיש לדון עפ"י גדולי הפוסקים דענין של מציאות יכולין לסמוך על נביאות וכדו'), אבער מיט דעם ר"ן שטימט עס גאר גוט, ווייל בעצם איז דאך נישט געווען קיין קינוי וסתירה, נאר א בעל נפש דארף מחמיר זיין מספק, און אויף דעם העלפט נבואה ודו"ק

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג נובעמבער 05, 2017 11:03 pm

יישר כח, זייער שיינע ענינים.

מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב לא לנו, דבריו המתוקים של רבינו החתם סופר, יעדעס ווארט א מיליאן.

אגב, אינעם לעצטן בלאט בסיום המסכתא רעדט מען טאקע בנוגע איסור אשה שנבעלה בזנות לבעלה און די היתרים באזירט אויף סברות, זאגט דער ר"ן אז דא רעדט מען נישט פונעם איסור דאורייתא פון ונטמאה ווייל דאן וואלט נישט געהאלפן א סברא, נאר מה"ת אין אשה נאסרת אלא בקינוי וסתירה, נאר א בעל נפש דארף מחמיר זיין מספק שנבעלה און אויף דעם העלפן די סברות.

לפי"ז האב איך פארשטאנען דעם השב אשת האיש כי נביא הוא וכדברי רש"י שיודע בנביאות שלא נבעלה, לכאורה תורה לא בשמים הוא ווי מעג ער זיך פארלאזן אויף נביאות להתיר איסור דאורייתא (אמת שיש לדון עפ"י גדולי הפוסקים דענין של מציאות יכולין לסמוך על נביאות וכדו'), אבער מיט דעם ר"ן שטימט עס גאר גוט, ווייל בעצם איז דאך נישט געווען קיין קינוי וסתירה, נאר א בעל נפש דארף מחמיר זיין מספק, און אויף דעם העלפט נבואה ודו"ק

זייער שיין, אבער באמת, אפילו אין אשה נאסרת אלא בקינוי וסתירה, דאס איז זיכער אז עס איז דא אן איסור שבויה - מדרבנן - פאר א כהן, פארוואס טאקע, ראה בשו"ת מהרי"ק שורש ק"ס דמחמת מעלת יוחסין דכהונה תיקנו כן, הביאו הבית שמואל אה"ע סי' ז' וראה שם דיש חולקים וסוברים דאין אשה נאסרת איירי דווקא עם ישראל אבל עם גוי חמור טפי, עכ"פ דאס וואס דער ר"ן ברענגט עס דא, איז וויבאלד מען רעדט פון סתם יחוד, משא"כ ביי אבימלך, ובעיקר עניין זה ראה בגור ארי' פר' ויגש, ובכלי חמדה שם בשם שו"ת יד אליהו מר"א ראגולר סי' מ"ג וכן בפרד"י כאן, וראה בהמצורף מהחקל יצחק.
צוגעלייגטע
חקל יצחק _עה_ת_ - א ווייס, יצחק אייזיק בן יוסף מאיר עמוד 44.pdf
(118.69 KiB) דאונלאודעד 11 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:14 pm

תודה רבה הרב פייערמאן, נפלאים מעשיך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 6:44 am

בס"ד באשמורת הבוקר יום ערב שבת קודש פרשת חיי תשע"ח לפ"ק

בקול גילה ורנן סיימנו בשבוע הזו מסכת נדרים בעזהשי"ת, וזכינו להתחיל מסכת נזיר עם פירושו של רבינו אשר זכרונו לברכה, השי"ת יסעדנו ויסייענו לסיימה מתוך שפע רב והרחבת הדעת.

שיעור השבוע לפרשת חיי דף צא ממס' נדרים ודפים ב-ד ממסכת נזיר, בדף ד. פרעגט די גמרא אז קבלת נזירות קען נישט אסרן 'יין מצוה כיין רשות' ווייל 'הרי מושבע ועומד עליו מהר סיני' (אדער איז מען גורס 'וכי מושבע ועומד וכו')

אויף דער כלל פון מושבע ועומד מהר סיני וואס דערפאר איז א שבועה נישט חל לבטל או לקיים את המצוה, האריכו האחרונים הרבה, איזה שבועה היתה בהר סיני והתוקף שיש לה, און איינע פון די קשיות איז לכאורה מה יתן ומה יוסיף שנשבעו לקיים את התורה, אם לא יאבו לשמוע לדברי התורה בכלליות, למה יועיל שנשבעו ומשום השבועה ישמעו, הלה גם קיום שבועה הוא מצוה מדיני התורה, ומאי עדיף האי מצוה מהאי מצוה?

נאר די אחרונים זענען מסביר אז דער ענין פון שבועה איז געווען א דבר מוסכם אפי' ביי בני נח, ווי מ'זעהט נאך פאר מתן תורה פארשידענע שבועות וואס אינם בני ברית האבן מקבל געווען צווישן זיך, איינס פון די שבועות פאר מתן תורה געפונען מיר בפרשת השבוע, ווען אברהם אבינו האט משביע געווען אליעזר עבדו, ואשביעך בה' אלקי הארץ לא תקח אשה לבני מבנות כנען, און ער האט געשוואורן, זעהט מען אז חומר שבועות האט יעדער איינגעהאלטן, וממילא איז מובן אז אויסער די מצוות התורה האט הקב"ה צוגעלייגט א שבועה כללית לקיום התורה והמצוה.

אנדערע שבועות געפונען מיר, שבועת אבימלך בפר' לך, שבועת יוסף ליעקב, שבועת משה רבינו ליתרו ועוד.

בדרך צחות, אנהייב נזיר בדף ב: זאגט די גמ' אז נזירות דארף זיין פיו ולבו שוין (עפי' פירושם של התוס' והרא"ש), דער הייליגער רמב"ן די וואך ביי די פארהאנדלונגען צווישן אברהם אבינו און עפרון החתי אויפן מערת המכפלה (בראשית כג, יג) אם אתה לו שמעני, זאגט ער אז עפרון האט געזאגט 'אם אתה כאשר אמרת, כלומר שפיך ולבך שוים בענין' אז דו ווילסט טאקע באצאלן, דאן שמיר אהער ארבע מאות שקל כסף, ד.ה. אויף זיך האט ער געוואוסט אז עס איז נישט 'פיו ולבו שוין' אז ער מיינט גארנישט ערנסט זיין גוטהארציגקייט, וכל הפוסל במומו פוסל, קלערט ער צו אברהם מיינט יא ערנסט זיין ברייטהארציגקייט, ודו"ק

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:47 pm

כ'קען נישט גלויבן הרב מיללער זאל דאס האבן פארזען, מסתם פאררעכנט ער עס לשיעור השבוע תולדות, אבער ס'הייבט זיך פארט אן אין ד: די גמ', ומגלח אחד לשנים עשר חדש שנא' (שמואל ב יד, כו) ויהי מקץ ימים לימים ויליף (ויקרא כה, כט) ימים ימים מבתי ערי חומה מה התם י"ב חדש אף כאן י"ב חדש. פון זעלבן פסוק ברענגט רש"י אויפ'ן פסוק תשב אתנו ימים וכו' , יָמִים – שָׁנָה, כְּמוֹ (ויקרא כה,כט): "יָמִים תִּהְיֶה גְאֻלָּתוֹ". שֶׁכָּךְ נוֹתְנִין לִבְתוּלָה זְמַן שְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ לְפַרְנֵס אֶת עַצְמָהּ בְּתַכְשִׁיטִים וכו',

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:01 pm

לא לנו האט געשריבן:כ'קען נישט גלויבן הרב מיללער זאל דאס האבן פארזען, מסתם פאררעכנט ער עס לשיעור השבוע תולדות, אבער ס'הייבט זיך פארט אן אין ד: די גמ', ומגלח אחד לשנים עשר חדש שנא' (שמואל ב יד, כו) ויהי מקץ ימים לימים ויליף (ויקרא כה, כט) ימים ימים מבתי ערי חומה מה התם י"ב חדש אף כאן י"ב חדש. פון זעלבן פסוק ברענגט רש"י אויפ'ן פסוק תשב אתנו ימים וכו' , יָמִים – שָׁנָה, כְּמוֹ (ויקרא כה,כט): "יָמִים תִּהְיֶה גְאֻלָּתוֹ". שֶׁכָּךְ נוֹתְנִין לִבְתוּלָה זְמַן שְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ לְפַרְנֵס אֶת עַצְמָהּ בְּתַכְשִׁיטִים וכו',

אוודאי געוויס (זיך געגעסן ס'געזונט, פארוואס דף ה' איז נישט משיעור השבוע....)

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:14 pm

מיללער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:כ'קען נישט גלויבן הרב מיללער זאל דאס האבן פארזען, מסתם פאררעכנט ער עס לשיעור השבוע תולדות, אבער ס'הייבט זיך פארט אן אין ד: די גמ', ומגלח אחד לשנים עשר חדש שנא' (שמואל ב יד, כו) ויהי מקץ ימים לימים ויליף (ויקרא כה, כט) ימים ימים מבתי ערי חומה מה התם י"ב חדש אף כאן י"ב חדש. פון זעלבן פסוק ברענגט רש"י אויפ'ן פסוק תשב אתנו ימים וכו' , יָמִים – שָׁנָה, כְּמוֹ (ויקרא כה,כט): "יָמִים תִּהְיֶה גְאֻלָּתוֹ". שֶׁכָּךְ נוֹתְנִין לִבְתוּלָה זְמַן שְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ לְפַרְנֵס אֶת עַצְמָהּ בְּתַכְשִׁיטִים וכו',

אוודאי געוויס (זיך געגעסן ס'געזונט, פארוואס דף ה' איז נישט משיעור השבוע....)

זאלן די אלמנה ואחים ראם רוען אין לעכטיגן גן עדן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 11:26 am

ב"ה יום ד' תולדות תשע"ח לפ"ק

ממשיכים בעהשי"ת פרק ראשון ממס' נזיר בשובע הזה מדף ה' עד סיום הפרק דף ט' מן המסכתא בדרך להכנה לבחינה החדשי ביום א' ויצא הבעל"ט שתכלול הדפים האחרים ממסכת נדרים מדף פג עד סיום המסכתא, ופרק ראשון ממסכת נזיר.

די וואך שבת הבעל"ט וועט מען בענטשן ראש חודש כסלו וואס געפאלט אויס ביום הבחינה - יום א' ויצא, און עס וועט נאר זיין איין טאג ראש חודש כסלו, ד.ה. אז היי יאר חשון איז חסר כ"ט יום (וידוע שבשבנה כזו יש חילוקי דעות מתי מונין יום היארצייט של הרה"ק מהרצ"ה מרימינוב זצוק"ל שנפטר ביום ל' חשון) - און ווי יעדער ווייסט זענען די צוויי חדשים חשון און כסלו די איינציגע חדשים וועלכע קענען זיך טוישן משנה לנשה פון חסר צו מלא און פארקערט, טייל יארן זענען שניהם חסרים, אנדערע יארן שניהם מלאים אדער איז עס 'כסדרן' חשון מלא און כסלו חסר, די חילוק אין א שנה פשוטה פון די דריי סארט אויסשטעלן איז צו דאס יאר האט צום סוף שנ"ג ימים (כששניהם חסרים) שנ"ד ימים (כשהן כסדרן) אדער שנ"ה ימים (כששניהם מלאים), און דורך דעם אויסשטעל קאנטראלירט מען דעם לוח אויף די ד' דיחוים פון קביעות השנה כידוע.

דבר בעתו מה טוב, בשיעור השבוע במסכת נזיר בדף ו: ז. רעדט די גמרא איבער חדשים חסרים ומלאים און איבער די סדר השנים, ווי די גמרא פרעגט "ואימא שנה" וואס דאס דארף מען אויך צומאל ממלא זיין, וכלשון המפרש: ואימא שנה - שצריכה למלאות דפעמים יהיה שנ"ג ופעמים שנ"ד ופעמים שנ"ה, וכן הוא ברא"ש שכ' ואימא שנה: שפעמים צריכים למלאות חסרון השנה בימים, יש פעמים השנה היא שנ"ג ימים, ופעמים שנ"ד ופעמים שנ"ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:29 pm

לא לנו האט געשריבן:כ'קען נישט גלויבן הרב מיללער זאל דאס האבן פארזען, מסתם פאררעכנט ער עס לשיעור השבוע תולדות, אבער ס'הייבט זיך פארט אן אין ד: די גמ', ומגלח אחד לשנים עשר חדש שנא' (שמואל ב יד, כו) ויהי מקץ ימים לימים ויליף (ויקרא כה, כט) ימים ימים מבתי ערי חומה מה התם י"ב חדש אף כאן י"ב חדש. פון זעלבן פסוק ברענגט רש"י אויפ'ן פסוק תשב אתנו ימים וכו' , יָמִים – שָׁנָה, כְּמוֹ (ויקרא כה,כט): "יָמִים תִּהְיֶה גְאֻלָּתוֹ". שֶׁכָּךְ נוֹתְנִין לִבְתוּלָה זְמַן שְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ לְפַרְנֵס אֶת עַצְמָהּ בְּתַכְשִׁיטִים וכו',

דער אייבירשטער האט אונז נישט פארלאזט, די וואך פר' תולדות ברענגט דער אב"ע צו דעם פסוק פון ימים תהי' גאולתו אויפן פסוק (בראשית כז, מד) וישבת עמו ימים אחדים, כמו ימים תהי' גאולתו - שנים מועטות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 8:42 pm

בס"ד

אור ליום ד' ויצא תשע"ח לפ"ק

חברי חבורת תורתך שעשועי, זענען די וואך הוגה בתורה אין שווערע בלעטער פון מסכת נזיר עם פירושו של רבינו אשר הרא"ש זצ"ל, די שיעור די וואך אויף די פיר בלאט דפים ט-יב ממסכת נזיר.

בדף י. לערנען מיר א קאמפליצירטע משנה, אדער ווי דער תפארת ישראל אויף משניות רופט עס 'משנה חמורה', די משנה רעדט פון א פרה רבוצה וואס דער עומד על גבה איז מקבל נזירות זעענדיג אז די פרה איז אויף צרות, און ער זאגט 'אמרה פרה זו הריני נזירה אם עומדת' וואס דערויף איז א מחלוקת בין ב"ש וב"ה צו ער ווערט א נזיר.

דער רא"ש ברענגט עטליכע פירושים בביאור דברי הגמרא, על דברי רמי בר חמא בדף י. ובתוך דבריו ברענגט ער א פשט פון רבינו יוסף מקלצון - איש ירושלים מבעלי התוספות, ובלשונו: כסבורה פרה זו שאינה יכולה לעמוד ותאיבה היא לעמוד, וברצון תדור נזיר אם תעמוד, בלשון משל אדם הנודר בעת צרה.

ווער איז געווען דער ערשטער נודר בעת צרה? יעקב אבינו ע"ה בפרשת השבוע פרשת ויצא (בראשית כח, ב) וידר יעקב נדר לאמר, און ווי דער מדרש זאגט: אמר רבי יצחק הבבלי, מהו לאמר, לאמר לדורות כדי שיהיו נודרים בעת צרתן. יעקב נדר פתח בנדר תחלה, לפיכך כל מי שהוא נודר לא יהי' תולה את הנדר אלא בו, אר"א כתיב נדר לאביר יעקב, לאביר אברהם ולאביר יצחק אין כתיב כאן אלא נדר לאביר יעקב, תלה את הנדר במי שפתח תחלה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 3:09 pm

עוד מעניני פרשת השבוע בשיעור השבוע, בגמרא נזיר יב. אר"י האומר לשלוחו צא וקדש לי אשה סתם אסור בכל הנשים שבעולם דחיישינן שמא יקדש ערות אשתו.

וידוע קושית העולם איך הותר לאברהם לשלוח את אליעזר עבדו לקדש אשה סתם, חוץ מבנות כנען, לבנו ליצחק ולא חשש מזה שמא ימות אליעזר ויאסר יצחק בכל נשות העולם (עי' בחת"ס חיי עה"כ ואבוא היום אל העין) - וראיתי מי (ארזי הלבנון כאן) שרצה לתרץ את הקושיא עפ"י דבריו המפורסמיםשל הרמב"ן הק' בפרשת תולדות ליישב מה דמצינו "בפרשת השבוע" שיעקב אבינו קידש ב' אחיות והא קיימו האבות את התורה, ותירץ דרק באר"י קיימו את התורה אבל בחו"ל לא, ועפי"ז רוצה לומר דכאן כיון דהקידושין היו בחו"ל לא חש אברהם לחשש הזה (לכאורה קשה ע"ז שהרי יצחק היה באר"י ומנליה דדנין כאן על האשה המתקדשת ולא על המקדש, אולם אין משיבין על הדרוש).

ובגוף הקושיא, לכאורה אע"פ שהחמירו האבות ע"ע וקיימו את התורה, אבל כל העולם כולו בוודאי היו להם דין בן נח שאין דין תפיסת קידושין בהן, וצריכים לומר שאמותינו נתגיירו טרם שנתקדשו לאבותינו, וא"כ לא קשה כלל כי אפי' ימות אליעזר ויגייר ויקדש יצחק אשה חדשה שהיא קרובה להאשה שקידש אליעזר בשבילו, הלה לא יהי' לה דין קרובה וערוה שהרי אין יחוס ומשפחה לגרים (ועל אף שלא הסתפקו בזה ליישב איך קידש יעקב ב' אחיות, משום דמדרבנן יש איסור לקדש קרובות גרים כמו שלמדנו ביבמות, אבל הכא כבר כ' התוס' דאין זה אלא חששא רחוקה, ובמקום כזה שכל האיסור קרובות אינו אלא מדרבנן ודאי שאין לגזור).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 10:42 am

בעזהי"ת עש"ק וישלח תשע"ח לפ"ק

שיעור השבוע בחבורתינו הק' תורתך שעשועי, בהמסכתא הנדירה והקשה מסכת נזיר, דפים יג-טז - סוגיות עמוקות וטמירות, פארוויקלט און קאמפליצירט, כדרכה של תורה.

רש"י הק' על התורה על הגתוב גמלים מיניקות ובניהם שלשים, מביא את דברי המדרש דדרשו בניהם בנאיהם מלשון בנין, אלו הזכרים, ורש"י לא פירש למה נקראו הזכרים כן.ובפירוש מתנות כהונה על המדרש כ' וז"ל: ובנאיהם אלו הזכרים הבונים אותם (את הנקיבות) שמי שאין לו בנים נקרא הרוס ומי שיש לו בנים נקרא בנוי שנאמר אולי אבנה. עכ"ל, והוא לשון המדרש הובא ברש"י פרשת לך (טז,ב) אולי אבנה ממנה, לימד על מי שאין לו בנים שאינו בנוי אלא הרוס. והראב"ע שם עה"כ אולי אבנה כ' בדרך פשט שהיא מגזירת בן ולא מגזירת בנין, ואח"כ הוסיף שבן גופא הוא דמות הבנין והאב כמו היסוד.

בשיעור השבוע במסכת נזיר על המשנה (יב:) הריני נזיר לכשיהיה לי בן ונולד לו בן הרי זה נזיר בת טומטום ואנדרוגינוס אינו נזיר, הקשו בגמ' (שם יג.) פשיטא מאי למימרא (הרי קיבל רק אם יהי' לו בן) מהו דתימא לכשאבנה הוא דקאמר קמ"ל דלא ע"כ וכ' המפרש ותוס' לכשאבנה הוא דקאמר, ולא בן ממש קאמר אלא לשון בנין כמו ואבנה גם אנכי (לפלא שהביאו דברי רחל אמינו שהיא מאוחרת ולא הביאו דברי שרה המוקדמת) ובכה"ג בנוי עכ"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 9:59 pm

לה"ו
אור ליום ה' וישב תשע"ח לפ"ק

בסיעתא דשמיא ממשיכים הלימוד במסכת נזיר, השבוע לומדים ומסיימים פרק שלישי, בשיעור השבוע דפים יז-כ, בדרך לחזרה ולעמוד על הנסיון ביום א' הבעל"ט, דאסמאל נאר צוועלף בלאט לרגל יומי דחנוכה הממשמשים ובאים עלינו לטובה.

די לעצטע פאר וואכן ויצא און וישלח, האט אונז,די תורה עטליכע מאל דערציילט איבער די מלאכים וואס האבן באגלייט יעקב אבינו עליו השלום, בצאתו לחרן ובשובו לארץ ישראל, און יעדעס מאל דערמאנט רשיה"ק אז ער האט געהאט צוויי פאר מלאכים, מלאכי חוץ לארץ און מלאכי ארץ ישראל, ווייל די מלאכים פון ארץ ישראל האבן נישט געמעגט פארלאזן אר"י אריינצוגיין לטומאת ארץ העמים.

די וואך פירט די תורה אויס, נאך די לאנג פארצויגענע צייט פון ווען ער איז אנטלאפן פון עשו, דורכאויס די שווערע יארן בבית לבן, האט ער ענדליך געגרייכט ארץ ישראל, און היצט 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' זאגט די מדרש, אימתי היתה לו ישיבה (מנוחה) בארץ מגורי אביו. זענען די מפרשים מסביר אז די מעלת ישיבת ארץ ישראל נאר דאס איז נחשב געווען ביי יעקב אבינו מנוחה וישיבה.

מה יפה ומה נעמה אהבה בתענוגים, ווען אט די וואך לערנען מיר די משנה מסכת נזיר דף יט: אז חז"ל האבן גוזר געווען אז א נזיר מוז האלטן זיין נזירות דוקא אין ארץ הקודש, ונזירות חוץ לארץ אינה מן המנין משום הגזירה פון טומאת ארץ העמים, יה"ר שבזכות לימוד התורה נזכה כולנו לראות בישועתן של ישראל ובנין ציון וירושלים, ותחזנה עינינו בשוב ה' לציון ברחמים במהרה.

ולהוסיף מענין שיעור השבוע, וועט אוודאי זיין דבר בעתו ווען מיר גייען די וואך זאגן די הפטורה אינעם נביא עמוס (ב, ו) כה אמר ה' על ג' פשעי ישראל וגו' ווי דער נביא מוסר'ט כלל ישראל ובתוך הדברים שרייט עמוס הנביא (שם יב) ותשקו את הנזירים יין וגו' וואס טייל מפרשים טייטשן דאס אויף נזירים ממש (אנדערש ווי רשיה"ק ודעימיה וואס זאגן אז דאס גייט ארויף אויף פרושים ועוסקי התורה) אז כלל ישראל האט נישט געוואלט אז עס זאל זיין ערליכע אידן פרושים ונוזרי נזירות בישראל עיי"ש

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:22 pm

מיללער האט געשריבן:לה"ו

בעצם ענין הנזירות מצינו בתוך הפרשה, עפ"י הגמרא (שבת קלט.) מיום שפירש יוסף מאחיו לא טעם טעם יין דכתיב (בראשית מט, כו) ולקדקד נזיר אחיו ר' יוסי בר' חנינא אמר אף הן לא טעמו טעם יין דכתיב (בראשית מג, לד) וישתו וישכרו עמו מכלל דעד האידנא לא
(וידוע ע"ז קושית המהרש"א האיך שתו השבטים בסעדם עם יוסף, הלוא הם לא ידעו שזה יוסף, ותי' משום אימת מלכות. ויש שתרצו שבחו"ל לא שמרו השבטים תורה. ובשו"ת בית אפרים תי' דהסעודה התחיל בע"ש ונכנס לשבת ופרסו מפה וקידשו, והיה זה יין של קידוש, ייעיי"ש או"ח סי' ס"ג.
ובעניי חשבתי לתרץ ד'וישתו וישכרו עמו' מצי קאי רק על שמעון ובנימין ששתו, שמעון דהתוודע אליו יוסף והותר הנזירות, ובנימין לא הונזר מעולם דהא לא הי' בשעת פרישה מאחיו, ודו"ק)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 8:42 am

זייער שיין הרב לנו, לכאורה לא היה להם דין 'נזיר' שהרי נזיר צריך תגלחת וקרבנות, אלא שנזרו עצמם מן היין כמו נדר ופרישות.

א גרויסן יישר כח, ברכה והצלחה וכל טוב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 4:30 pm

בס"ד

יום ה' מקץ - ב' דחנוכה - תשע"ח לפ"ק

ממשיכים בעזהשי"ת בשיעורים כסדרן בלימוד גמרא עפ"י רבינו אשר מסכת נזיר, שיעור השבוע דפים כ"א-כ"ד מן המסכת, ווען אינצווישן די שיינע נזיר-סטיל סוגיות האט מען אונז מזכה געווען מיט א הערליכען בלאט מילי דאגדתא בדף כ"ג, וואס מיר האבן זוכה געווען צו לערנען אין די הייליגע חנוכה טעג, ווען דער אור התורה איז מאיר ביתר שאת, וכדבריו הק' פונעם הייליגען פרי מגדים אנהייב הלכות חנוכה כדרכו בקוצר אמרותיו דטובא גניז בגויהו, לזכר פון דעם "וזדים ביד עוסקי תורתיך" איז מען מרבה חנוכה בלימוד ועסק התורה, יה"ר שנזכה לקבל מהשפע הגדול ותרעין דחוכמתא מחמת התורה, די מנורה איז און שמן אלעס איז מרמז אויף חכמת התורה כידוע.

די גמרא בדף כג. ברענגט די באקאנטע ברייתא וויאזוי דער הייליגער תנא אלוקי רבי עקיבא, כשהגיע להכ' של אישה הפרם וה' יסלח לה, האט ער געוויינט און געמאכט א חשבון הנפש מיט א קל וחומר בגודל הפגם שנעשה בעוונות האדם, אפי' ווען למשעה איז מען ניטאמאל נכשל געווארן אבער די משחבה אליינס דארף שוין אויך א סליחה וכפרה, און פון דעם האט ער געלערנט א מוסר השכל כמה יש להאדם להתבונן בכל דרכיו ומעשיו.

עס איז דא א מורא'דיגע ווארט אינעם ספר בית שמואל אחרון אויף פרשת פנחס וואס ער ברעגנט אראפ פונעם נזר הקודש, דער גאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל בגליונותיו איז עס דא מציין, דער נזה"ק זאגט פארוואס פונקט דער תנא רבי עקיבא האט געוויינט ביי דעם פסוק, זאגט ער אז ביי די עוון פון מכירת יוסף שבה אנו עסוקים בפרשת השבוע האבן די שבטי קה געהאט אזא פרשה ווי די פרוי וואס הפר לה בעלה והיא לא ידעה ועברה על נדרה, ווייל יוסף הצדיק האט דאך זיי שפעטער געזאגט, אתם חשבתם עלי לרעה אבער אלקים חשבה לטובה, הייסט דאס אז למעשה איז נישט געווען דערין קיין עבירה אבער די מחשבה איז יא געווען א פגם.
כידוע זענען די עשרה הרוגי מלכות געווען לכפר על עוון מכירת יוסף, און דער תנא רבי עקיבא איז דאך געווען פון די קדושים מושלכים באש רח"ל שסרק בשרו במסרקות של ברזל, קומט אויס אז רבי עקיבא מזליה חזי ווי שטארק הקב"ה איז מעניש אויף די מחשבה אפי' אויב למעשה איז נישט געווען דערינען קיין חטא, משום זה בכה בהגיעו לפסוק זה, הפלא ופלא דפח"ח, עס איז כדאי צו לערנען דבריהם הקדושים בפנים שכל דבריהם כגחלי אש, מיט נאך הוספות דארט.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=136
(בדרך אגב, מעניין שבנזה"ק שם כ' שרבי עקיבא היה גלגול של שמעון ולכן היה מעשרה הרוגי מלכות תחתיו, וידועים דבריו הנוראים של הרה"ק מהר"ש מאוסטרופאליא זצוק"ל על הכ' וכל מעשר בקר וצאן וכו' והעשירי יהי' קודש לה' שרבי עקיבא היה כביכול תחת הצטרפות השכינה הקדושה במכירת יוסף בהיותו בן גרים, וע' פנים לתורה)

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט