שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג יוני 18, 2017 1:18 am

מיללער האט געשריבן:ליל שישי שלח תשע"ז לפ"ק

בסוף שיעור השבוע במשנה המתחלת הפרק השני ממסכת נדרים בין הנדרים המותרין נמנה גם 'חלת אהרן ותרומתו', ובאמת הובא זה כבר בדף יב. בהסוגיא של בעיקרו קא מתפיס או בהתירו קא מתפיס.

בפרשת השבוע בין היתר אנו לומדים (במדבר טו, יז-כא) גם פרשת ומצוות הפרשת חלה, והפסוק אומרת: ראשית עריסותיכם חלה תרימו תרומה, כתרומת גורן כן תרימו אותה. היינו 'חלת אהרן ותרומתו'.

ובהיותי בזה אביא כאן מה ששאלתי צורבא מדרבנן למה נקרא כאן החלה בשם 'חלת אהרן' - על תרומה מצינו למימר דרוצה לאפוקי מתרומת הלשכה דהוי דבר הנדור, אבל חלה לכאורה לא הוי אלא חלה אחד ואהרן מה הוא?

ותירץ לי בבקיאות ע"ד דרוש ע"פ הגמ' סנהדרין צ: עה"כ ונתתם ממנו את תרומת ה' לאהרן הכהן מכאן לתחיית המתים מן התורה שעתיד אהרן לחיות וישראל נותנין לו תרומה.
ואולי לזה התכוין המשנה לעורר לנו על תחיית המתים שאע"פ שאהרן הכהן לא נכנס לארץ, עדיין נקרא חלת אהרן ע"ש העתיד לרמז לנו תחיית המתים שתהי' בעת שתעלה רצון הבורא ית' ודפח"ח

שוב ראיתי במשך חכמה עה"כ הנ"ל דלזה כ' התורה ונתתם ממנו וכו' לאהרן הכהן דיתכן דכל מתנות כהונה הוא זכות דאהרן ואהרן זוכה בקבר ומתורת נחלה ממשמשת לבניו עד סוף כל הדורות עיי"ש המשך דבריו מה שיישב עפי"ז. ולפי"ד נוכל לומר לזה נקרא חלת אהרן ג"כ לומר שכל הכהנים זוכים לזה ע"י זכותיה דאהרן כהנא קדישא.

ועי' בפי' הרע"ב ואחריו התפאר"י שכ' על המשנה דכיון דאהרן היו ראשון שבכהנים נקרא על שמו, ולפי הנ"ל מדיוק יותר.

האם נמצא בענין מזה עוד במפרשי המשנה וגמ'?

ראה בשיטמ"ק שכתב וז"ל 'משום דאמר כחלת אהרן אמר נמי וכתרומתו והן הן חלה ותרומה ממש ובדין הוא דליתני כחלה וכתרומה אלא לישנא מעליא נקט'.

ובערוך השולחן סי' ר"ה ס"ז כתב 'שיש חלות תודה ותרומת הלשכה, לפיכך סתם חלה ותרומה נקראים חלת אהרן ותרומתו שניתנים לכהנים'.

וראה בהתעוררות תשובה, ומה שהביא ר' אלחנן היילפרין ז"ל מר' מאיר אריק, ומה שדן בזה בשו"ת משיב שלום סי' רל"ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 18, 2017 2:37 am

פייערמאן האט געשריבן: .

ובערוך השולחן סי' ר"ה ס"ז כתב 'שיש חלות תודה ותרומת הלשכה, לפיכך סתם חלה ותרומה נקראים חלת אהרן ותרומתו שניתנים לכהנים'.

וראה בהתעוררות תשובה, ומה שהביא ר' אלחנן היילפרין ז"ל מר' מאיר אריק, ומה שדן בזה בשו"ת משיב שלום סי' רל"ה.

תודה רבה

האם לדברי הערוך השלחן, מי שאמר על ככר, ככר זו יהא אסור עלי כחלה או כתרומה, יאסר הככר מדין סתם נדרים להחמיר, וכוונתו על חלת תודה ותרומת הלשכה?

אם אכן, נמצא שהמשנה דייקה בלשונה אליבא דהילכתא, וחידוש שאף אחד מהמפרשים והראשונים לא יביאו זה להלכה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 21, 2017 6:53 am

מיללער האט געשריבן:
האם לדברי הערוך השלחן, מי שאמר על ככר, ככר זו יהא אסור עלי כחלה או כתרומה, יאסר הככר מדין סתם נדרים להחמיר, וכוונתו על חלת תודה ותרומת הלשכה?
.

לגבי תרומה זו משנה מפורשת בדף יח: הרי עלי כתרומה אם כתרומת הלשכה אסור ואם כתרומת גורן מותר ואם סתם אסור.
וממילא מדויק למה נקטה המשנה תחלת הפרק הלשון 'כתרומתו' היינו תרומת גורן, דאם אמר תרומה סתם אסור מדין סתם נדרים להחמיר, וממילא נשמע גם על חלה וכדבריו של הערוך השלחן.

-
ושוב ראיתי שגם המשיב שלום שהביא מע"כ לעיל דן בזה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=242
צוגעלייגטע
משיב שלום.png
משיב שלום.png (72.82 KiB) געזעהן 1395 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 23, 2017 3:46 pm

בעזהשי"ת יום ערש"ק ויודע ה' את אשר לו - קרח תשע"ז לפ"ק

בסיעתא דשמיא ממשיכין וחוזרין ומכינים להשמחה הגדולה בבחינה הראשונה על מסכת נדרים ע"פ הר"ן, ביום א' הבעל"ט באנפין נהירין

די וואך איז דער שיעור אויף די פינף בלאט דפים יד-יח ממסכת נדרים, בהתחלת הפרק השני ואלו מותרין, און מעעדיגט מיט די משנה פון סתם נדרים להחמיר, וואס אין ביידע פון די משניות ווערט דערמאנט דאס ענין פון תרומת הגורן אז מ'קען אין דעם נישט מתפיס זיין קיין נדר, וכלשון המשנה - כחלת אהרן וכתרומתו מותר - וכן המשנה בדף יח: הרי עלי כתרומה אם כתרומת הלשכה אסור ואם של גורן מותר ואם סתם אסור דברי ר"מ.

די מצוה פון הפרשת תרומה גדולה לכהנים ווערט דערמאנט בפרשת השבוע בין הכ"ד מתנות כהונה, און ווי הקב"ה זאגט פאר אהרן הכהן (במדבר יח, יב) כל חלב יצהר וכל חלב תירוש ודגן, ראשיתם אשר יתנו לה' 'לך' נתתים. און פארדעם רופט די משנה אן די תרומה 'תרומתו' - דאס איז תרומת אהרן הכהן.

און באלד צוויי פסוקים דערויף זאגט די תורה: כל חרם בישראל לך יהי'. און טראץ דעם וואס דא איז רשיה"ק נישט מפרש דעם פסוק, ברענגט אבער רש"י אין בחוקותי (ויקרא כז, כח) דעם פסוק פון א גמ' אין ערכין כח: לגבי צו סתם חרמים מיינט חרמי כהנים אדער חרמי גבוה, וואס דאס איז דאך נאך א חלק אין די משנה בדף יח: הרי עלי כחרם אם כחרם שמים אסור ואם כחרם של כהנים מותר, ואם סתם אסור.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יוני 25, 2017 2:16 pm

דער ר"ן (יח: ד"ה כיצד) דערמאנט די מצוה פון על כל קרבנך תקריב מלח, און ברית מלח ווערט אויך דערמאנט אין פסוק די וואך, כל תרומת הקדשים אשר ירימו בני ישראל לה' נתתי לך ולבניך ולבנתיך אתך לחק עולם ברית מלח עולם הוא וכו'.
עס האט א שייכות לויט'ן רמב"ן אין פרשת ויקרא אויפ'ן פסוק על קרבנך תקריב מלח משם הראב"ע: "ובעבור שהוא ברית בקרבנות יעשה הכתוב זאת הברית אב לכל הבריתות ויאמר במתנות כהונה (במדבר יח יט) ובמלכות דוד (דהי"ב יג ה) ברית מלח כי הוא קיים כברית המלח בקרבנות".

והשנית. און בן פלת אשתו הצילתו. אין סנהדרין (קט:) ברענגט די גמ' אז זי האט אים צוערשט געזאגט וואס איז דיר א נפק"מ ווערט ס'איז בראש, ביי ביידע ביזטו סיי ווי א תלמיד. האט ער געענטפערט, מאי אעביד הואי בעצה ואשתבעי לי בהדייהו, אמרה ליה ידענא דכולה כנישתא קדישתא וכו'.
מ'קען אפשר אריינגיין ווי אזוי די שבועה האט געהאט א קראפט אלס אין נשבעין לעבור על המצוות, נאכדעם וואס ער האט איר געהאט גערעכט געגעבן, און האט אויך אנערקענט אז קרח מוז נישט זיין גערעכט, און ס'איז א מחלוקת שלא לשם שמים.
(אגב המהרש"א בח"א מביא פי' נפלא שונה מרש"י, ולפ"ד לק"מ יעיי"ש).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 25, 2017 2:36 pm

זייער שיין הרב משלנו, און א גרויסן יישר כח יעדע הוספה איז א מרגניתא טבא ומילתא אלבישייהו יקירא

דעם 'ברית מלח' האבן מיר אויך 'געשפירט' אז מען דארף עס קענען צאמשטעלן, אבער ליידער האבן מיר נישט געדענקט דעם רמב"ן הק' אין ויקרא וואס דאס איז די סגירת המעגל.

ואיידי דאיירינן בבשר מליח, דער ר"ן זאגט נאר אז קדשים ע"ג המזבח ווערן גערופען ע"ש כל קרבנך במלח תמלח, ער איז אבער נישט מסביר להבדיל פארוואס בשר עכו"ם קען אויך גערופן ווערן בשר מליח, אבער תוס' זאגט פשט 'דגם לעבודת כוכבים רגילות הוא למלוח' וחידוש היה בשבילי.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יוני 25, 2017 3:59 pm

מיללער האט געשריבן:זייער שיין הרב משלנו, און א גרויסן יישר כח יעדע הוספה איז א מרגניתא טבא ומילתא אלבישייהו יקירא

דעם 'ברית מלח' האבן מיר אויך 'געשפירט' אז מען דארף עס קענען צאמשטעלן, אבער ליידער האבן מיר נישט געדענקט דעם רמב"ן הק' אין ויקרא וואס דאס איז די סגירת המעגל.

ואיידי דאיירינן בבשר מליח, דער ר"ן זאגט נאר אז קדשים ע"ג המזבח ווערן גערופען ע"ש כל קרבנך במלח תמלח, ער איז אבער נישט מסביר להבדיל פארוואס בשר עכו"ם קען אויך גערופן ווערן בשר מליח, אבער תוס' זאגט פשט 'דגם לעבודת כוכבים רגילות הוא למלוח' וחידוש היה בשבילי.

אין עבו"ז (לב:) לגבי עורות לבובין שקרוע כנגד הלב כמין ארובה, איז א ראי' ס'איז גע'שחט'ן לעבו"ז ואסור משום זבחי מתים, זאגט די גמ', יש עליו קורט דם אסור, אין עליו קורט דם מותר, אמר רב הונא לא שנו אלא שלא מלחו אבל מלחו אסור אימא מלחו העברתו. זעט מען אן ענין פון מליחה ביי קרבנות לע"ז.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג יוני 26, 2017 4:14 pm

לא לנו האט געשריבן:מ'קען אפשר אריינגיין ווי אזוי די שבועה האט געהאט א קראפט אלס אין נשבעין לעבור על המצוות, נאכדעם וואס ער האט איר געהאט גערעכט געגעבן, און האט אויך אנערקענט אז קרח מוז נישט זיין גערעכט, און ס'איז א מחלוקת שלא לשם שמים.

ראה בעיון יעקב שם בסנהדרין שכתב וז"ל
ועי"ל כיון שהוא אמר שנשבע עמהם, וצ"ל דלא הוי כנשבע לבטל המצוה, לפי שחשדו למשה מאשת איש, וא"כ מצוה לחלוק עליו, על זה קאמר כי כל העדה כולם קדושים גדורים מן הערוה גם משה עמהם, ואסור לחלוק עליו וא"כ הוי כנשבע לבטל את המצוה ולא חלה שבועתך.

וראה מה שכתב החפץ חיים בשמירת הלשון שער הזכירה פט"ו בהג"ה.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 26, 2017 4:47 pm

פייערמאן האט געשריבן:

געוואלדיג, האמיר געוואסט אז הרב פייערמאן (אש דת למו) וועט עפעס טרעפן.
לייגט דאך דער עין יעקב אריין דעם אתפקתא אינעם דין ודברים צווישן און ואשתו, מתוק מדבש.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג יוני 26, 2017 4:49 pm

מיללער האט געשריבן:ואיידי דאיירינן בבשר מליח, דער ר"ן זאגט נאר אז קדשים ע"ג המזבח ווערן גערופען ע"ש כל קרבנך במלח תמלח, ער איז אבער נישט מסביר להבדיל פארוואס בשר עכו"ם קען אויך גערופן ווערן בשר מליח, אבער תוס' זאגט פשט 'דגם לעבודת כוכבים רגילות הוא למלוח' וחידוש היה בשבילי.

אינטערעסאנט אז דער רמב"ם אין מורה נבוכים איז מסביר די טעם פון על כל קרבנך תקריב מלח,
מפני שעובדי עבודה זרה לא היו מקריבים לחם, אלא שאור והיו בוחרים להקריב הענינים המתוקים ומלחלחים קרבניהם בדבש, כמו שהוא מפורסם בספרים אשר ספרתי לך, וכן לא תמצא בדבר מקרבנותם מלח, מפני זה הזהיר האלוה מהמקריב כל שעור וכל דבש וצוה בהתמדת המלח על כל קרבנך תקריב מלח.

און אזוי אויך דער רבינו בחיי, ברענגט פונעם רמב"ם אז מפני שהמלח בולע הדם והרחיקוהו כדי שלא ילך אפילו טפה מן הדם לאיבוד.

וכבר העיר בזה בתורה שלמה.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 26, 2017 4:52 pm

פייערמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ואיידי דאיירינן בבשר מליח, דער ר"ן זאגט נאר אז קדשים ע"ג המזבח ווערן גערופען ע"ש כל קרבנך במלח תמלח, ער איז אבער נישט מסביר להבדיל פארוואס בשר עכו"ם קען אויך גערופן ווערן בשר מליח, אבער תוס' זאגט פשט 'דגם לעבודת כוכבים רגילות הוא למלוח' וחידוש היה בשבילי.

אינטערעסאנט אז דער רמב"ם אין מורה נבוכים איז מסביר די טעם פון על כל קרבנך תקריב מלח,
מפני שעובדי עבודה זרה לא היו מקריבים לחם, אלא שאור והיו בוחרים להקריב הענינים המתוקים ומלחלחים קרבניהם בדבש,כמו שהוא מפורסם בספרים אשר ספרתי לך, וכן לא תמצא בדבר מקרבנותם מלח, מפני זה הזהיר האלוה מהמקריב כל שעור וכל דבש וצוה בהתמדת המלח על כל קרבנך תקריב מלח.

און אזוי אויך דער רבינו בחיי, ברענגט פונעם רמב"ם אז מפני שהמלח בולע הדם והרחיקוהו כדי שלא ילך אפילו טפה מן הדם לאיבוד.

וכבר העיר בזה בתורה שלמה.

ס'איז טאקע שווער אויפ'ן רמב"ם פון די גמ' עבו"ז (שציינתי).

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג יוני 26, 2017 5:23 pm

אולי דהרמב"ם דיבר מה שהי' מנהג עכו"ם בעת כתיבת התורה, כמו שאצלו ז"ל ביאור הרבה מצוות התורה לאפוקי מעכו"ם שלפניהם, ואיה"נ שאחר כך הרגילו העכו"ם לעשות כתורתינו הק'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 29, 2017 6:46 am

בעזהשי"ת יום ה' לס' זאת חקת התורה תשע"ז לפ"ק

די וואך האבן מיר ב"ה מסיים געווען פרק שני ממסכת נדרים המתוק און מען איז ממשיך בס"ד בפרק ארבעה נדרים, מחיל אל חיל, שיעור השבוע ד' דפים יט-כב מנדרים.

בשב"ק הבעל"ט וועט כלל ישראל לערנען פרק חמישי מפרקי אבות כמנהג ישראל תורה צו ארבייטן אויף די מדות טובות השי"ת יזכנו לטהר מדותינו לפניו יתברך, איז אינטערעסאנט צו באמערקן א דבר בעתו פון די וואכעדיגע שיעור בדף כב. וואס די גמרא זאגט בשם שמואל דאף מי שמקיים נדרו נקרא רשע ברענגט ר' אבהו דעם פסוק פון וכי תחדל לנדור מיט א גזירה שוה חדלה חדלה פון א פסוק אין איוב שם רשעים חדלו רוגז.

זאגט דער הייליגער מהרש"א בח"א פשט, אז דער פסוק זעלבסט רעדט מענין נדרים ווייל געווענליך קומען נדרים מענין רוגז וכעס שיש לו עם חבירו ורוב נדרים הוא בענין שמדיר את חבירו מנכסיו און דאס זאגט ער איז א מדת רשעים ומדת סדום "כמאמרם באבות (פרק ה, משנה י) האומר שלי שלי ושלך שלך זו מדת סדום, שלך שלי ושלי שלי רשע" עיי"ש המשך דברי קדשו ונועם שיחו. און באמת דער ברטנורא תוי"ט אויפן פלאץ זענעןנטאקע מסביר די משנה אז דא רעדט מען נישט פון נתינת צדקה, נאר טאקע פון 'הנאה בעלמא - איני רוצה להנותך' וכדברי המהרש"א ז"ל.

ולהמשך הפרק שם באבות, במשנה שלאחריה ארבע מדות בדעות וכו' נח לכעוס וקשה לרצות רשע, זהו הענין וגנות הכעס שלומדין בהמשך דף כב. וכדברי התוי"ט שם בשם הדרך חיים: כי הא דאמרי' בפ"ג דנדרים אר"נ כל מי שכועס בידוע שעוונתיו מרובין שנא' ובעל חימה רב פשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 29, 2017 7:04 am

מענין שיעור השבוע בפרשת השבוע פרשת חוקת, בדף כב. מביא הגמ' מעשה נורא מאחד שהרג את חבירו בדרכם לאר"י ועולא התלווה עמהם, ותמה ר' יוחנן מכדי כתיב ונתן לך שם לב רגז בבבל כתיב, ותירץ עולא 'ההוא שעתא לא עברינן ירדנא' ופי' הר"ן דעבר הירדן לא נתקדש בקדושת אר"י לגבי הבאת העומר ולמקצת קדושות (ועי' בגה"ש דתמה על זה).

והנה בפר' חוקת על הכ' (במדבר כא, כב) אעברה בארצך כ' הרמב"ן בענין קדושת עבר הירדן "שאין עבר הירדן ראוי לבית המקדש ולשכון השכינה וכן נראה בכ' שאמר ואך אם טמאה ארץ אחוזתכם" עיי"ש
וכן ציין הרש"ש כאן לדברי המדרש רבה פרשת נשא (פ"ז אות י"ח - ה, ג) ארץ כנען מקודשת מעבר הירדן שארץ כנען כשרה לבית שכינה ואין עבר הירדן כשר לבית שכינה. ועיי"ש בענף יוסף ובחי' הרש"ש.

ועי' כאן:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=224273#p224273

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

פרשת חוקת - מסכת נדרים

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 02, 2017 12:44 am

עס איז אינטערסאנט אז די וואך פ' חוקת געפינט מען אין קאפיטל כ"א פסוק ב' וידר ישראל איז דאס דאך מענינא דמסכתין, ווייטער שטייט אם נתן תתן את העם הזה דאס איז א לשון סתום נישט וויסענדיג צו מען רעדט פון כנענים צו עמלקים האבן זיי געזאגט א לשון סתום בצירוף א נדר..

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 02, 2017 11:15 am

רצון טוב האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט אז די וואך פ' חוקת געפינט מען אין קאפיטל כ"א פסוק ב' וידר ישראל איז דאס דאך מענינא דמסכתין, ווייטער שטייט אם נתן תתן את העם הזה דאס איז א לשון סתום נישט וויסענדיג צו מען רעדט פון כנענים צו עמלקים האבן זיי געזאגט א לשון סתום בצירוף א נדר..

ס'קען מעגליך אפי' האבן שייכות בפרשת השבוע, מיט'ן אריינגיין ווי אזוי מ'האט געקענט מאכן א נדר, די גמ' ברענגט די וואך (כב.) הנודר כאילו הקריב במה, ואע"פ שמקיימו נקרא חוטא וכו'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 02, 2017 12:00 pm

לא לנו האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט אז די וואך פ' חוקת געפינט מען אין קאפיטל כ"א פסוק ב' וידר ישראל איז דאס דאך מענינא דמסכתין, ווייטער שטייט אם נתן תתן את העם הזה דאס איז א לשון סתום נישט וויסענדיג צו מען רעדט פון כנענים צו עמלקים האבן זיי געזאגט א לשון סתום בצירוף א נדר..

ס'קען מעגליך אפי' האבן שייכות בפרשת השבוע, מיט'ן אריינגיין ווי אזוי מ'האט געקענט מאכן א נדר, די גמ' ברענגט די וואך (כב.) הנודר כאילו הקריב במה, ואע"פ שמקיימו נקרא חוטא וכו'

נודרין בעת צרה גייט אריין אין זאכן וואס כשרים זענען אויך נודר ונלמד מיעקב אבינו ע"ה

אן אנדערע קשיא איז דא משיעור השבוע אויף דעם נדר, עס איז משמע פון די גמ' אנהייב פרק ארבעה נדרים אז לויט רבי טרפון שלא ניתנא נזירות אלא בהפלאה ונלמד נדרים מנזירות, קען מען נישט מאכן קיין נדר על תנאי, לכאורה וויאזוי האט געארבייט די נדר פון יעקב אבינו, און דער נדר אין פר' חוקת וכן הנדר יפתח בהפטרת פרשת חוקת עי' בקרן אורה ושלמי נדרים מה שתירצו בזה.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 02, 2017 11:15 pm

שלמי נדרים וקרן אורה על אתר?

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 02, 2017 11:28 pm

פרשת השבוע העבר מיט'ן שיעור השבוע העבר קומט ערגעץ אין בארירונג.
די גמ' אין עירובין (סד.) ברענגט א געשיכטע פון רבי אבא בר שומני ורב מנשיא בר ירמי' מגיפתי וועלכע האבן זיך פונאנדערגעשיידט, יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, שטייענדיגן ביים טייך יופטי. ביידע האבן זיך אנגערופן, לאמיר זיך איבערגעבן א הילכתא וואס דער צווייטער ווייסט נישט, ווייל רבי מרי האט געזאגט, לא יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה שמתוך כך זוכרו. האט איינער געזאגט די הלכה פון, היכי דמי שתוי והיכי דמי שיכור? שתוי כל שיכול לדבר לפני המלך שיכור כל שאינו יכול לדבר לפני המלך, און דער צווייטער האט געזאגט די הלכה פון, המחזיק בנכסי הגר מה יעשה ויתקיימו בידו יקח בהן ספר תורה.
אויף די ערשטע הלכה פרעגט די גמ' א קשיא פון דער מעשה בר"ג שהיה רוכב על החמור, וואס איז דערמאנט געווארן אינעם שיעור ביי אונז אין נדרים (כב.) לגבי וואס מ'לערנט ארויס פון דער עובדא שפותחין בחרטה (עיי"ש בתוס' להיפך שנלמד מזה שאין פותחין בחרטה).
אויף דער צווייטער הלכה פירט דער גמ' אויס מאי קראה דכתיב (במדבר כא, ב) וידר ישראל נדר וגו'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 03, 2017 12:54 am

לא לנו האט געשריבן:שלמי נדרים וקרן אורה על אתר?

יא

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג יולי 11, 2017 1:47 pm

בשיעור השבוע פרשת העבר, בלק, (דף כז.) איז די גמרא נדר מן הכלכלה והיו בה בנות שוח ואמר אילו הייתי יודע שבנות שוח בתוכה לא הייתי נודר וכו'.
מ'קען דאס עפעס צושטעלן צו אן ענין בעניני דיומא. פארלאפענע שבת בלק איז דאך געווען ערב די ימי בין המצרים (מ'האט ער"ש געזען ליניעס ביים שערער...), איז דער פרי "בנות שוח" וואס האט עפעס שייכות בחורבן הבית.
לויט ווי תוס' זאגט אין כמה מקומות, איז פארהאן עטליכע סארטן תאנים, איינס דערפון "בנות שוח", וואס איז דער מובחר שבתאנים, און דאס האט געגעסן אדם הראשון, און טאקע דערפאר האט עס באקומען אט דעם טיטול, כלשון התוס' (ר"ה טו: ד"ה בנות שוח) דאמרינן בבראשית רבה גבי עץ שאכל אדם הראשון דקרו ליה בנות שוח לפי שגרמו שוחה לאדם ואיכא דקרו ליה בנות שבע לפי שגרמו שבעת ימי אבילות.
כמובן איז דאס לפי המ"ד אז פרי שאכל אדם הראשון תאנה הוה, וואס איז שיטת רבי נחמיה (סנהדרין ע:) תאנה היה שבדבר שקלקלו בו נתקנו שנאמר (בראשית ג, ז) ויתפרו עלה תאנה (משלי לא, א). רש"י איז דארט מסביר דעם ענין פון דבר שקלקלו בו נתקנו: מדת הקב"ה באיזמל שהוא מכה בו הוא מרפא נס בתוך נס כמו ויצת אש בציון (א. כה ד) וכתיב (זכריה ב) ואני אהיה לה נאום ה' חומת אש סביב:
ויה"ר שנזכה לבנין ביהמ"ק בנוי ומשוכלל אש מן השמים בעגלא ובזמן קריב.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 14, 2017 11:22 am

יישר כח הרב לו ולנו על הדברים היפים ונאים, תהא כן לשבוע הבא

אז איר ברענגט שוין צוריק פרשת בלק לשיעור השבוע פון יענע וואך, איז אפשר דא אן ענין פון פטור בלא כלום אי אפשר וכדי שלא יהי' ביאה ריקנית אוסיף בקצרה.

יענע וואך איז דער שיעור געווען אויף דפים כג-כז ממסכת נדרים -פרק ארבעה נדרים, כולל נדרי הבאי וואס די משנה זאגט דערויף די משל פון 'אם לא ראיתי בדרך הזה כעולי מצרים' אז דער טבע פון א מענטש איז מגזם צו זיין ווען מ'זעהט אסאך מענטשן, האט אונז א חשוב'ער חבר בהחבורה מעורר געווען און צוגעשטעלט צו דעם די ווערטער פון בלק "הנה עם יצא ממצרים וכסה את עין הארץ" ווען ער האט זיך דערשראקן פון די מספר העצום פון אידישע קינדער שיצאו ממצרים און ער האט מגזם געווען צוצולייגן די ווערטער "וכסה את עין הארץ", והדברים נכונים תשוח"ח לו.

נאך אן ענין מפרשת בלק בשיעור השבוע פון יענע וואך, די גמרא בדף כה. ברענגט א מאמר חז"ל שקולה מצות ציצית כנגד כל מצות שבתורה , רשיה"ק אין חומש אויפן פסוק (במדבר כג, כד) הן עם כלביא יקום ברענגט פון חז"ל: כשהן עומדין משינתם שחרית הן מתגברים כלביא וכארי לחטוף את המצות ללבוש טלית לקרוא את שמע ולהניח תפילין. זעהט מען אויך די גרויסקייט פון מצות ציצית אז דאס ברענגט ארויס די זריזות און גרייטקייט פון אידישע קינדער צו זיין עבדים נאמנים לה' ולתורתו הק' ווען דאס איז פון די סאמע ערשטע מצוות וואס א איד איז מקיים טאג טעגליך, יעדע איינציגע טאג פון יאר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 14, 2017 11:32 am

די וואך פרשת פנחס איז דער שיעור השבוע אויף די ווייטערדיגע בלעטער מפרק ארבעה נדרים כח-לב ביז צום סיום הפרק בעזהשי"ת און די התחלה פון די פערטע פרק בסיעתא דשמיא פרק אין בין המודר די קומענדיגע וואך מיט געזונט צו דערלעבן.

פון צווישן די הערליכע גמרות די וואך שיינט ארויס די בלאט גמרא בדברי אגדות חז"ל המושך את הלב כמים בגודל מעלת מצות ברית מילה, איז כדי צו דערמאנען אז דאס וואס הקב"ה האט געגעבן א מתנה פאר פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן "הנני נותן לו את בריתי שלום" וואס טראץ דעם וואס די פשוט'ע פשט איז דאס אז דער אייבירשטער גיט פאר פנחת די מתנה פון כהונה לו ולזרעו אחריו, איז פארהאן אסאך פירושים בדרך אגדה ודרוש אז דאס איז אויך מכוון אויף די ענין פון ברית מילה, און אז פון דא איז דער מקור אז אליהו הנביא איז דער מלאך הברית - פנחס זה אליהו - והדברים עתיקים.

ועוד מענין הזה, די גמרא זאגט סוף פרק (לב:) אמר רבי זכריה משום רבי ישמעאל ביקש הקב"ה להוציא כהונה משם, שנאמר והוא כהן לא-ל עליון, כיון שהקדים ברכת אברהם לברכת המקום הוציאה מאברהם, שנאמר ויברכהו ויאמר ברוך אברם לא-ל עליון קונה שמים וארץ, וברוך א-ל עליון, אמר לו אברהם וכי מקדימין ברכת עבד לברכת קונו, מיד נתנה לאברהם, שנאמר נאם ה' לאדני שב לימיני עד אשית אויביך הדום לרגליך, ובתריה כתיב נשבע ה' ולא ינחם אתה כהן לעולם על דברתי מלכי צדק, על דיבורו של מלכי צדק, והיינו דכתיב והוא כהן לא-ל עליון, הוא כהן ואין זרעו כהן. ברענגט די מהרש"א בח"א אויפן פלאץ די רש"י פון די וואכעדיגע סדרה "לא נתכהן פנחס עד שהרג לזמרי" צו פארענטפערן קושית הראשונים אויף די גמרא אז אמער אברהם אבינו איז דאך אויך מזרעו של שם עיי"ש דבריו המתוקים.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 16, 2017 3:24 pm

די וואך מטות איז דאך די "תורתך אושפיזא", אבער אפי' פאריגע וואך פנחס ווערט שוין מרומז פרשת נדרים, ווי דער רשב"ם על התורה ברענגט אנהויב מטות אויף דער קשיא וואו מ'זעט אז משה רבינו איז נצטוה געווארן אויף פרשת נדרים, זאגט ער אז ס'איז מרומז אין סוף פרשת פנחס, אלה תעשו לה' במועדיכם, לבד מנדריכם ונדבותיכם וכו'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 16, 2017 5:07 pm

לא לנו האט געשריבן:די וואך מטות איז דאך די "תורתך אושפיזא", אבער אפי' פאריגע וואך פנחס ווערט שוין מרומז פרשת נדרים, ווי דער רשב"ם על התורה ברענגט אנהויב מטות אויף דער קשיא וואו מ'זעט אז משה רבינו איז נצטוה געווארן אויף פרשת נדרים, זאגט ער אז ס'איז מרומז אין סוף פרשת פנחס, אלה תעשו לה' במועדיכם, לבד מנדריכם ונדבותיכם וכו'.

עי' רשיה"ק עה"ת בפסוק האחרון של פרשת פנחס מש"כ שזה להפסיק בין פרשת המועדות לפרשת נדרים ועי' ברמב"ן מש"כ בזה

עוד רגע אדבר משיעור השבוע העעל"ט בפרשת פנחס, במשנה נודרין להרגין (כז: כח.) בש"א בכל נודרין חוץ מבשבועה וכו' זה אחד מן המקומות שמצינו דשבועה איקרי נדר (כבר למדנו כנדרי רשעים בנדר בקרבן ובשבועה, ועוד) יעיון ברשיה"ק עה"ת כשאמר הקב"ה למשה עלה על הר העברים, כיון שראה משה שנכנס בעבר הירדן בחלקת בני גד ובני ראובן "כסבור שכבר הותר הנדר" והיינו השבועה שנשבע השי"ת שלא יכנס לארץ, ונקרא השבועה בשם נדר.

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט