שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך פאברואר 22, 2017 11:33 pm

רצון טוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנען מיר בחבורת תורתך שעשועי ווייטער די לעצטע פיר בלאט פון די מעגל


פון וועלכע איזראעלי גליון קומט דער אויסדרוק ?
די משנה זאגט:
העיגולים מעלים את המלבנים
ווי קומט עס אהער ?


דוכט זיך אז פשט איז די בחינה איז דאך א ענין פון הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, געדענקסטו דאך אוודאי די משנה אז מ'דארף זאגן מגל זו דריי מאל. :wink:

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך פאברואר 22, 2017 11:47 pm

מיללער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנען מיר בחבורת תורתך שעשועי ווייטער די לעצטע פיר בלאט פון די מעגל
פון וועלכע איזראעלי גליון קומט דער אויסדרוק ?
די משנה זאגט:
העיגולים מעלים את המלבנים
ווי קומט עס אהער ?

ברוך שמסר עולמו לשומרים, גא-ט איז נישט באנקראט, אויב דאכט זיך פאר עמיצן אז א ווארט וואס ער קען נישט איז עברית, איז ער באלד דא מוחה צו זיין.

עס איז נישט קיין מחאה אדער שמירה לעולם
עס איז פשוט א נייער אויסדרוק וואס קלינגט פון אן איזרעלי אויסגאבע.
האט עס ערגעץ אנדערש ווי א מקור ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 01, 2017 1:04 pm

בעזהשי"ת

א נייע וואך, א נייער מחזור און נייעס סוגיות און הערליכע ענינים ועניני אגדות חז"ל דטובא גניז בגויה סודות עמוקים, מעשיות פון די הייליגע תנאים ואמוראים אשר מפיהם אנו חיים, הפלא ופלא נורא נוראות.

די וואך לערנען מיר די ערשטע פיר בלאט פון די נייע מעגל דפים ס-סג ממסכות כתובות, היינט מיטוואך פרשת תרומה איז דער שיעור אויף דף סב וואו די גמרא ברענגט עטליכע עובדות פון אמוראים וועלכע זענען נאך די חתונה געגאנגען לערנען תורה בטהרה פאר עטליכע יאר, ובתוכם דערציילט די גמרא: רבי איעסק ליה לבריה בי רבי חייא כי מטא למיכתב כתובה נח נפשה דרביתא אמר רבי ח"ו פסולא איכא יתיבו ועיינו במשפחות רבי אתי משפטיה בן אביטל ורבי חייא אתי משמעי אחי דוד אזיל איעסק ליה לבריה בי ר' יוסי בן זימרא פסקו ליה תרתי סרי שנין למיזל בבי רב אחלפוה קמיה אמר להו ניהוו שית שנין אחלפוה קמיה אמר להו איכניס והדר איזיל
איינער פון די זון פון רבינו הקדוש איז קודם געווארן א חתן מיט א טאכטער פון רבי חייא, און די כלה איז רח"ל פריצייטיג נפטר געווארן פאר די חתונה, שפעטער איז ער געווארן א חתן ביי רבי יוסי בן זימרא האט מ'האט אפגעשמועסט אז דער אינגערמאן גייט לערנען צוועלף יאר פאר די חתונה, נאכן דורכפירן די כלה צוויי מאל האט דער זון מחליט געווען קודם חתונה צו האבן און הערשט נאכדעם גיין לערנען. קלערנדיג אז דער פאטער רבינו הקדוש וועט נישט זיין צופרידן פונעם טויש, האט אים רבינו הקדוש בארואיגט מיט א פסוק חומש פון די וואכעדיגע סדרה, זאגנדיג: בני דעת קונך יש בך מעיקרא כתיב (שמות טו, יז) תביאמו ותטעמו ולבסוף כתיב (שמות כה, ח) ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, קינד מיינס כביכול הקב"ה האט אויך אזוי געטאן, קודם האט ער געזאגט אז דער מכון לשבתך וועט הערשט זיין נאך תביאמו ותיטעמו ווען מ'וועט שוין זיין על אדמתינו אין ארץ ישראל, שפעטער האט דער איבירשטער געזאגט אז שוין אין מדבר זאל זיין א משכן, להראות חיבתן של כנסת ישראל כלה קרואה בנעימה, נישט וועלנדיג ווארטן ביז נאך ביאת הארץ, עשו לי דירה בתחתונים.

עס כאפט א פחד נאר צו קלערן אין די הייליגע ווערטער פון חז"ל, דער מהרש"א אין חידושי אגדות איז מטעים דער צושטעל פון די מעשה צו בנין המשכן, אז קבלת התורה איז געווען די אירוסין און דאס בית המקדש ווערט פאררעכנט כביכול ווי די חתונה, די כניסה לחופה, וממילא האט דער בנין המשכן געטראגן א בחינה פון 'איכניס והדר איזיל'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש מארטש 04, 2017 11:37 pm

א גוטע וואך, מוצש"ק לסדר ושכנתי בתוכם תשע"ז לפ"ק

היינט שב"ק ביים זאגן די הפטורה פון וה' נתן חכמה לשלמה, וואס דערציילט איבער די בנין בית המקדש הראשון, שיבנה במהרה, על ידי שלמה המלך און אנקומענדיג צום פסוק 'חדש יהיו בלבנון ושנים חדשים בביתו', האט זיך געשפירט א ספעציעלן טעם קענענדיג דעם פסוק פון די שיעור השבוע במס' כתובות, ווי די גמ' לערנט פון דעם ארויס, לויט איין מ"ד, וואס איז א דרך ישרה שיבור לו האדם, אוועקגייענדיג פון שטוב ללימוד התורה, צו זיין א חודש ביים לערנען ושנים חדשים בביתו, וחוזר חלילה.

השי"ת יזכנו ללמוד מתוך הרחבה ונזכה לבנין בית מקדשינו בימינו בקרוב, קל בנה ביתך בקרוב.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 05, 2017 9:58 pm

יום א' תצוה - שמן זית זך תשע"ז לפ"ק

שיעור השבוע בחבורתינו הק' תורתך שעשועי, דפים סד-סח ממס' כתובות, השי"ת יעזרנו ללמדם בכי טוב

לערנענדיג היינט די ערשטע בלאט משיעור השבוע, בדף סד: פאלן מיר אריין אין די חשבונות וואס דער וואס האט געזאגט אדער אפי' נאר געבליקט אינעם לאנגען שטיקל פון יוצר לפרשת שקלים ההעל"ט, האט געזען וואספארא וויכטיגער חלק די חשבונות פארנעמען בתורתינו הקדושה, עמוקה מני תהום ורחבה מני ים.

איז אינטערעסאנט אז צווישן די חשבונות דערנאנט רש"י דכם חשבות פון די ביצים וואס גייען אריין אין א קב, ובדבריו הק' בד"ה וחצי חציה: שהקב כ"ד ביצים, ד' לוגין.

די וואך בפרשתן ווערט דערמאנט דאס ערשטע מאל דער חיוב פון הקרבת תמידין בכל יום און צו דעם זייערע מנחות, זאגט די תורה הקדושה (שמות כט, מ) ועשרון סולת בליל בשמן כתית רבע ההין. יעדע תמיד האט פארלאנגט א מנחה וואס איז געווען פון אן 'עשרון' מעהל.

וויפיל איז אן 'עשרון'? זאגט רש"י אויפן פלאץ: עשרית האיפה, מ"ג ביצים וחומש ביצה (וואס,דאס איז אגב, דער שיעור וואס איז מחייב בחלה). קומט צוגיין דער שפתי חכמים און ער ברייטערט אויס דברי רשיז"ל וז"ל: שהאיפה שלש סאין, וסאה ו' קבין והקב ד' לוגין, והלוג ו' ביצים, נמצא האיפה תל"ב ביצים (3 x 6 x 4 x 6 = 432) ועשיריתו מ"ג ביצים וחומש ביצה (432 / 10 = 43.2)

דאס זאגט רש"י ביי אונז אען די גמרא: שהקב הוא כ"ד ביצים, ד' לוגין, ווייל יעדע לוג האט דאך 6 ביצים און א קב האט ד' לוגין 4x6=24

ועי' על הדף בתוס' רי"ד שהביא ממר רב שלום ז"ל ששיעורנהמשנה של ב' קבין לשבוע הוא דוקא לעני שבישראל כמ"ש המשנה, אבל למכובד נותנים עומר = עשירית האיפה לכל יום שהוא מ"ג ביצים וחומש ביצה כנ"ל!

לא לנו
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג מארטש 14, 2017 12:26 pm

אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 14, 2017 2:16 pm

לא לנו האט געשריבן:אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".

יישר כח

אנדערע האבן געזאגט אז יענע וואך האט מען געלערנט דריי ענינים וואס האט א שייכות מיט פורים און מגילת אסתר:

א. מתנות לאביונים - צדקה לעניים
ב. שתיית יין
ג. בשמים ותמרוקי הנשים

ובדרך אגב, אין שו"ת שבט הלוי איז פארהאן א תשובה לגבי שתיית יין לנשים ביום הפורים ברענגט ער די גמרא פון יענע וואך אין פוסקין יין לנשים וכל הענין, אז חז"ל הפליגו והחמירו מאד בענין שתיית יין לנשים און דערמיט זאגט ער בפשטות אז אוודאי זענען פרויען נישט מחויב לבסומי בפוריא ואפשר שגם איסור יש בה.

יה"ר ששמחת ימי הפורים ישפיע על כולנו שמחת תמיד אמיתית ונזכה לשמוח בשמחת התורה, נגיל ונשיש בה כי הוא לנו עוז ואורה.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג מארטש 14, 2017 2:33 pm

לא לנו האט געשריבן:אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".

די ערשטע תירוץ אין די גמרא, איז זייער שרעקעדיג. עס קומט אויס אז אויב איינער גיבט צדקה אפילו כדבעי לי,ת אויב האט ער אינזין לשם כבוד, איז די מצוה נישט מגין אויף אים.

לא לנו
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג מארטש 14, 2017 2:44 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".

די ערשטע תירוץ אין די גמרא, איז זייער שרעקעדיג. עס קומט אויס אז אויב איינער גיבט צדקה אפילו כדבעי לי,ת אויב האט ער אינזין לשם כבוד, איז די מצוה נישט מגין אויף אים.

אין עבו"ז איז דא אן אינטערעסאנטער תוספות. די גמ' זאגט אז ר' חנינא בן תרדיון האט נישט עוסק געווען בגמ"ח. פרעגט די גמ' פון דער ברייתא מעות של פורים וכו', וואו מ'זעט אז ער האט יא עוסק געווען בצדקה. פרעגט תוס' אז צדקה מיט גמ"ח זענען צוויי באזונדערע זאכן, ווי די גמ' זאגט אין תענית, צדקה לעניים, גמ"ח בין לעניים ובין לעשירים. ענטפערט תוס' אז געווענליך מי שעוסק בהא עוסק נמי בהא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 17, 2017 2:51 pm

ערב שבת קודש לס' כי תשא את ראש בני ישראל תשע"ז לפ"ק

די וואך האבן מיר געהאט א קורצען שיעור לרגל ימי הפורים שעעל"ט, מיר האבן זוכה געווען צו לערנען דריי בלאט ממס' כתובות דפים סט-ע"א, כן יעזרנו ה' אלקינו להלאה מתוך עושר ואושר ושמחת הלב.


די וואך אין די סדרה איז פארהאן די באקאנטע רש"י אויפן פסוק (שמות לא, יח) ויתן אל משה ככלתו, זאגט רש"י: חסר כתיב שנמסרה לו תורה במתנה ככלה לחתן, דבר אחר מה כלה מתקשטת בכ"ד קשוטין אף ת"ח צריך להיות בקי בכ"ד בפרים.

איז דאך אוודאי דבר בעתו צו לערנען אין די שיעור השבוע תחלת פרק המדיר דף ע. די משנה וואס ברענגט ארויס די ענין פון קישוטי נשים, און אויב דער מאן איז מדיר את אשתו שלא תתקשט באחד 'מכל המינין' יוציא ויתן כתובה.

אבער באמת איבער די ענין פון די תואר כלה וואס כלל ישראל האט באקומען במעמד הר סיני, געפונען מיר נאך מער ממש סוף שיעור בדף עא: ברענגט די גמרא ווי רבי יוחנן איז מדמה כלל ישראל און איר קשר להקב"ה ככלה שנמצאת שלמה בבית חמיה ורדופה לילך ולהגיד שבחה בבית אביה, און נאכדעם איז ער מוסיף אז לימות המשיח במהרה וועט מקוים ווערן די פסוק והיה ביום ההוא נאום ה' תקראי אישי ולא תקראו עוד בעלי, אז כנסת ישראל וועט דאן זיין אין די בחינה פון כלה בבית חמיה ולא ככלה בבית אביה.

איז באקאנט די גמרא אין מס' שבת פח: אז די וואך בפרשת השבוע ביים חטא העגל, איז כלל ישראל געווען געגליכען צו עלובה כלה שזינתה בקרב חופתה, ווייל נאך ביים בארג סיני איז די 'כלה' נכשל געווארן מיט אזא ענין פון לזנות אחרי אלהי נכר רח"ל.

השי"ת זאל העלפן בזכות לימוד התורה יקוים בנו במהרה והיה ביום ההוא נאום ה' תקראו אישי ולא תקראו עוד בעלי, בביאת משיח צדקנו בב"א

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:40 pm

בס"ד אור ליום ה' ויק"פ-החודש תשע"ז לפ"ק

די וואך שפאנען מיר פאראויס בעזהשי"ת מיט די לעצטע פינף בלאט פון דעם מחזור, דפים עב-עו ממסכת כתובות זיך גרייטנדיג צום מאנאטליכען פארהער קומענדיגען זונטאג ויקרא הבעל"ט אויף די זיבעצן בלאט דפים ס-עו מן הש"ס קטן בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך.

מאידך גיסא טרעטן מיר אט אט אריין אינעם חודש אשר ישועות בו מקיפות, די וואך שבת קודש הבעל"ט וועלן מיר האבן די זכיה צו בענטשן ראש חודש ניסן און אין די זעלבע צייט פראווען די לעצטע פון די ד' פרשיות - שבת החודש - זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם גאסט, יום טוב פסח הבעל"ט

איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען דעם דבר בעתו מה טוב, ווען מיר לערנען היינט אין די גמרא כתובות בדף עה. די הייליגע ווערטער פון חז"ל אויפן פסוק (תהלים פז) ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון זאגט רבי יהושע בן לוי אז דער 'איש ואיש' גייט ארויף אחד הנולד בה ואחד המצפה לראותה, וועט זוכה זיין לראות בנחמתה במהרה, איז דאך אוודאי אין א שבת ווען מיר גייען זאגן די הייליגע פיוטים 'כאשר שמענו כן עוד נחזה' מיט געגועין וכיסופין וצפייה לראות את ציון וירושלים בתפארתה, האבן די ווערטער פון ריב"ל א ספעציעלער משמעות וחביבות.

אינטערעסאנט איז, אז אינעם פיוט 'הוא נקרא ראש' וואס מ'זאגט ביי שחרית פאר קדושה זאגט ר"א הקליר א הערליכער פיוט איבער די גאולה שלימה וביאת המשיח ובתוך הדברים זאגט ער "ותעשה בו חדשה ,לבראת ארץ חדשה, להנתן דעה חדשה, לכרות ברית חדשה, להבראות בריה חדשה, להתחדש רוח חדשה" אז הקב"ה וועט בקרוב באנייען די גאנצע בריאה בביאת בן דוד ובתוכם וועט יעדער מענטש ווערן א 'בריה חדשה', זאגט דער יעב"ץ אויפן פלאץ פשט "שיחיו המתים - ויתרפאו המומין"

די וואך לערנען מיר דאך איבער די מומין באיש ואשה וואס איז מבטל שידוכים און ברענגט אלע צרות, זענען מיר מתפלל אז בקרוב זאל שוין נתרפא ווערן כל המומין ע"י הגאולה השלימה, ואולי זה השילוב של השני מאמרים של רבי מיישא בר בריה דריב"ל לאחר שהביא מימרא ממנו בעניני מומין, הביא המאמר על הצפיה לראות בנחמת ציון וירושלים שאז יקוים בנו 'להבראות בריה חדשה' ויתרפאו כל המומין וכל חולי ישראל יקומו על משענתם, השם יזכנו לזה בזכות לימוד התורה בקרוב אמן.

ידיד נפש...

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:51 am

מיללער האט געשריבן:ערב שבת קודש לס' כי תשא את ראש בני ישראל תשע"ז לפ"ק

די וואך האבן מיר געהאט א קורצען שיעור לרגל ימי הפורים שעעל"ט, מיר האבן זוכה געווען צו לערנען דריי בלאט ממס' כתובות דפים סט-ע"א, כן יעזרנו ה' אלקינו להלאה מתוך עושר ואושר ושמחת הלב.


די וואך אין די סדרה איז פארהאן די באקאנטע רש"י אויפן פסוק (שמות לא, יח) ויתן אל משה ככלתו, זאגט רש"י: חסר כתיב שנמסרה לו תורה במתנה ככלה לחתן, דבר אחר מה כלה מתקשטת בכ"ד קשוטין אף ת"ח צריך להיות בקי בכ"ד בפרים.

איז דאך אוודאי דבר בעתו צו לערנען אין די שיעור השבוע תחלת פרק המדיר דף ע. די משנה וואס ברענגט ארויס די ענין פון קישוטי נשים, און אויב דער מאן איז מדיר את אשתו שלא תתקשט באחד 'מכל המינין' יוציא ויתן כתובה.

אבער באמת איבער די ענין פון די תואר כלה וואס כלל ישראל האט באקומען במעמד הר סיני, געפונען מיר נאך מער ממש סוף שיעור בדף עא: ברענגט די גמרא ווי רבי יוחנן איז מדמה כלל ישראל און איר קשר להקב"ה ככלה שנמצאת שלמה בבית חמיה ורדופה לילך ולהגיד שבחה בבית אביה, און נאכדעם איז ער מוסיף אז לימות המשיח במהרה וועט מקוים ווערן די פסוק והיה ביום ההוא נאום ה' תקראי אישי ולא תקראו עוד בעלי, אז כנסת ישראל וועט דאן זיין אין די בחינה פון כלה בבית חמיה ולא ככלה בבית אביה.

איז באקאנט די גמרא אין מס' שבת פח: אז די וואך בפרשת השבוע ביים חטא העגל, איז כלל ישראל געווען געגליכען צו עלובה כלה שזינתה בקרב חופתה, ווייל נאך ביים בארג סיני איז די 'כלה' נכשל געווארן מיט אזא ענין פון לזנות אחרי אלהי נכר רח"ל.

השי"ת זאל העלפן בזכות לימוד התורה יקוים בנו במהרה והיה ביום ההוא נאום ה' תקראו אישי ולא תקראו עוד בעלי, בביאת משיח צדקנו בב"א

ייש"כ
ומסיימין בטוב, הגמרא דשבת, אמר רב ועדיין חביבותא היא גבן דכתי' נתן ולא כתב הסריח.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:53 am

מיללער האט געשריבן:בס"ד אור ליום ה' ויק"פ-החודש תשע"ז לפ"ק

די וואך שפאנען מיר פאראויס בעזהשי"ת מיט די לעצטע פינף בלאט פון דעם מחזור, דפים עב-עו ממסכת כתובות זיך גרייטנדיג צום מאנאטליכען פארהער קומענדיגען זונטאג ויקרא הבעל"ט אויף די זיבעצן בלאט דפים ס-עו מן הש"ס קטן בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך.

מאידך גיסא טרעטן מיר אט אט אריין אינעם חודש אשר ישועות בו מקיפות, די וואך שבת קודש הבעל"ט וועלן מיר האבן די זכיה צו בענטשן ראש חודש ניסן און אין די זעלבע צייט פראווען די לעצטע פון די ד' פרשיות - שבת החודש - זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם גאסט, יום טוב פסח הבעל"ט

איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען דעם דבר בעתו מה טוב, ווען מיר לערנען היינט אין די גמרא כתובות בדף עה. די הייליגע ווערטער פון חז"ל אויפן פסוק (תהלים פז) ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון זאגט רבי יהושע בן לוי אז דער 'איש ואיש' גייט ארויף אחד הנולד בה ואחד המצפה לראותה, וועט זוכה זיין לראות בנחמתה במהרה, איז דאך אוודאי אין א שבת ווען מיר גייען זאגן די הייליגע פיוטים 'כאשר שמענו כן עוד נחזה' מיט געגועין וכיסופין וצפייה לראות את ציון וירושלים בתפארתה, האבן די ווערטער פון ריב"ל א ספעציעלער משמעות וחביבות.

אינטערעסאנט איז, אז אינעם פיוט 'הוא נקרא ראש' וואס מ'זאגט ביי שחרית פאר קדושה זאגט ר"א הקליר א הערליכער פיוט איבער די גאולה שלימה וביאת המשיח ובתוך הדברים זאגט ער "ותעשה בו חדשה ,לבראת ארץ חדשה, להנתן דעה חדשה, לכרות ברית חדשה, להבראות בריה חדשה, להתחדש רוח חדשה" אז הקב"ה וועט בקרוב באנייען די גאנצע בריאה בביאת בן דוד ובתוכם וועט יעדער מענטש ווערן א 'בריה חדשה', זאגט דער יעב"ץ אויפן פלאץ פשט "שיחיו המתים - ויתרפאו המומין"

די וואך לערנען מיר דאך איבער די מומין באיש ואשה וואס איז מבטל שידוכים און ברענגט אלע צרות, זענען מיר מתפלל אז בקרוב זאל שוין נתרפא ווערן כל המומין ע"י הגאולה השלימה, ואולי זה השילוב של השני מאמרים של רבי מיישא בר בריה דריב"ל לאחר שהביא מימרא ממנו בעניני מומין, הביא המאמר על הצפיה לראות בנחמת ציון וירושלים שאז יקוים בנו 'להבראות בריה חדשה' ויתרפאו כל המומין וכל חולי ישראל יקומו על משענתם, השם יזכנו לזה בזכות לימוד התורה בקרוב אמן.

ידיד נפש...

אינטערעסאנטע צושטעל, וועסט אייביג טרעפן עפעס..


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט