חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ווינקל האט געשריבן:און יעך גלייך נישט דעם עימוד וסידור פונם נייעם חק, גאר שטארק צושפרייט און ריזיגע אותיות וואס כ'וועל מעגליך הנאה דערפון בזקנה ושיבה בס"ד.
די המאור חק האט אלע רש"י'ס אויף נ"ך.
גם אני הק' גליין נישט די עימוד וסידור. אבער דער ביאור איז עפעס מורא'דיג, גאר קלאר צו פארשטיין, מיט הקדמות פאר יעדן זאך באזונדער, נ"ך משניות גמרא זוהר און מוסר. ממש א געשמאק.
(אין די הקדמה צום קונטרס ווען ער וויל ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון חק, שרייבט ער אז "אנשטאט דעם לערנט מען היינט דף היומי..." לדעתי איז דאס איבריג.)
אויך שרייבט ער אז עס איז שוין דא 4 שיעורים, אויפן טעלעפאן הערט מען נאר צוויי.
נו, מפעל החק (אמאליגער ניק) קום באריכטן ביטע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
ווינקל האט געשריבן:אין היינטיגן נביא שטייט איינמאל ו'א'תה אדוני, און איינמאל ו'ע'תה אדוני, און אונטערסאנט אז דער תרגום טייטשט דעם ערשטן "ועתה" ואת רבוני, און דעם צווייטן "ואתה" וכען רבוני.
ביסל שפעט, אבער בעסער שפעט וויא קיינמאל. האב איך נאכגעקוקט און די נייע חק און ער פארענטפערט עס ביי די ביאור און די הערות אז די תרגום איז א טעות בשם הרד"ק ומנחת שי
פריילאך האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:און יעך גלייך נישט דעם עימוד וסידור פונם נייעם חק, גאר שטארק צושפרייט און ריזיגע אותיות וואס כ'וועל מעגליך הנאה דערפון בזקנה ושיבה בס"ד.
די המאור חק האט אלע רש"י'ס אויף נ"ך.
גם אני הק' גליין נישט די עימוד וסידור. אבער דער ביאור איז עפעס מורא'דיג, גאר קלאר צו פארשטיין, מיט הקדמות פאר יעדן זאך באזונדער, נ"ך משניות גמרא זוהר און מוסר. ממש א געשמאק.
(אין די הקדמה צום קונטרס ווען ער וויל ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון חק, שרייבט ער אז "אנשטאט דעם לערנט מען היינט דף היומי..." לדעתי איז דאס איבריג.)
אויך שרייבט ער אז עס איז שוין דא 4 שיעורים, אויפן טעלעפאן הערט מען נאר צוויי.
נו, מפעל החק (אמאליגער ניק) קום באריכטן ביטע.
יעצט געהערט אז די "מפעל החק" קומט דערווייל נישט ארויס מיט נאך בענדער, דאס נאר געווען ווי א דוגמא, און צו געבן פאר די עולם די געלגענהייט צו זאגן מיינונגען און קריטיק, און בעז"ה לשנה הבאה וועלן זיי ארויסקומען מיטן פולן סעט.
נא, ווער האט תיקונים?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
געהערט פון א איד אין שוהל אז ער האט געקויפט דעם ערשטן באנד און ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן דערפון, ער האלט עס אין שטוב אויפן טיש און יעדע מאל ער האט נאר א פרייע מינוט כאפט ער א לערן דערין, עס גייט אים נישט אן אויב יעצט איז פרשת בראשית אדער ויגש, ער לערנט דורך אלעס אויפן סדר מיט גרויס אפעטיט.
ער האט זיך מיר אויסגעדרוקט אז ער קלערט ערנסט אריין אויב מען גייט אים נאך געבן שכר פאר דיזע לערנען, ווייל ער שפירט דערין אן אמת'ן עונג גשמי.
ער האט זיך מיר אויסגעדרוקט אז ער קלערט ערנסט אריין אויב מען גייט אים נאך געבן שכר פאר דיזע לערנען, ווייל ער שפירט דערין אן אמת'ן עונג גשמי.