חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן:אמאל זאגט רש"י אפאר פסוקים שפעטער א צווייטע פשט (צב"ש ביי די הפטורה פון פרשת לך) אבער די חק מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון.

רש"י ברענגט א שיינע מדרש אויף די וואכעדיגע סדרה איבער שם בן נח, והמדפוסים השמטוהו מפני העצלות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

קרעמער האט געשריבן:נומער 6 - אינעם פייל פון א' תולדות זעהט מען א גאנצע שמועס איבער די הלכה חלק, מער ווי סתם א ביאור.



איך האב זיך טאקע באצויגן צו דעם, און איך האב טאקע הנאה געהאט פון דעם שמועס פון רבי מיכל אויף יענע הלכות. איך האב נאר אנגעוויזן אז איך האב שוין איינמאל פריער געהאט אויפגעברענגט אזא געדאנק.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קרעמער האט געשריבן:רמ"ז האלברשטאם ארבעט אויף א גענצליך נייע חק לישראל, איך ווייס נישט וואו די ארבעט האלט און ווען דאס וועט ערשיינען.

אלע אנדערע חוקים (אפשר גרייז איך, אבער רוב דפוסים זיכער) האבן ביי די נביאים וכתובים בלויז א תמצית פון דברי רשיז"ל.

אמאל זאגט רש"י אפאר פסוקים שפעטער א צווייטע פשט (צב"ש ביי די הפטורה פון פרשת לך) אבער די חק מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון.


יא ר' קרעמער, איך האב אנגעהויבן אויפצופאסן, און איך זע וויפיל רש"י ס'פעל פאר גארנישט
איז די זעלבע אויך ביי חומש, כ'האף אז נישט

עניוועי, ר' מיכל זילבער איז די זעלבע ווי האלבערשטאם'ס אדער ס'איז א צווייטע?

קען זיין איך בין נישט קיין מבין, אבער איך קלער נישט אז איך גיי דאס אמאל קויפן, דאס איינציגסטע וואס געפעלט מיר איז דער זוהר, און דגאס איז די זעלבע אויך ביי א. בלום
איך כאפ נאך בכלל נישט, דא גייט זיין חומש אויך, איך כאפ נאכנישט אנהייב איז דאס רש"י, בקיצור, פונקט גוט צו הערן אלעס אויפן טעיפ, אבער זיך אראפזעצן אין א זונטאג צוופרי ווען די טשאלנט דרוקט נאך און לערנען צוויי און צוואנציג בלעטער (אן חומש), האב איך מורא מען וועט איינשלאפן פאר וואס וי ווען.
זה הנלע"ד

בודאי אני יוצא מן הכלל, ואדם מוע"ט לעולם...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לפי השמועה ארבעט רמ"ז הלברשטאם אויף די שיעורים פון רמ"ז (זילבער).

---
הערות אויפן שיעור פון זונטאג חיי

עס שטייט אין די משנה (ברכות פ"ה) אז דער בעל תפילה זאל נישט ענטפערן אמן נאך די כהנים, און אויב עס איז נישטא קיין אנדערע כהן זאל ער נישט דוכנ'ען. די משנה פירט אויס אז אויב ער איז פארזיכערט זיך צוריקצוקערן צום דאווענען און נישט צומישט ווערן, מעג ער.

קען מען קלערן וואס איז די דין לגבי ענטפערן אמן נאך די כהנים, אויב ביי דעם גילט אויך דער כלל אז אויב ער איז פארזיכערט זיך נישט צו צעמישן מעג מען.

עס איז א מחלוקת הפוסקים, דער משנ"ב ברענגט פון דרך החיים און אנדערע אז אויב מען דאווענט אין א סידור מעג מען ענטפערן אמן.

---
לכאורה קען מען פרעגן "וויאזוי מעג דער חזן בכלל ענטפערן אמן, עס איז דאך א הפסק אינמיטן זיין שמונה עשרה"?

אויף דעם זאגט שוין תוספות (ברכות ל"ד ע"א) אז וויבאלד די משנה רעדט נישט דערפון, איז געדרינגען אז דאס הייסט נישט קיין הפסק נאר איז א חלק פון דאווענען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געהערט צום חק פון נעכטן יום ד' תולדות:
א טענצל! האט געשריבן:היינט געזעהן אין ישמח משה, אז מ'שטייט נישט אויף פארטאג'ס איז מען נישט זוכה אויפצושטיין ח"ו לתחי'.

ואעתיק לשון קדשו (משלי ו, ט): "עד מתי עצל תשכב ומתי תקום משנותיך, ר"ל כי הישן על מטתו ומעורר עצמו לקום בזריזות לעבודת הבורא ית"ש, הרי מדה כנגד מדה שיזכה ליקיצה מהשינה בעת התחיה, כמו שנאמר ורבים מישני עפר יקיצו, והנה זה שיזכה לתחיה הוא נשמר בהשגחת הבורא בקבר עד עת התחיה, אף שמדרך הטבע שיבלה בעפר עד כלותו וישוב עפר אל הארץ כאשר היה, מ"מ השי"ת שומרו ע"צ הפלא, כמו שנאמר בשכבך תשמור עליך בקבר, ונאמר ותניח ותעמוד לגורלך לקץ הימין, משא"כ אם שלא יזכה לעמוד בתחי' לא עביד קוב"ה ניסא למגנה, ונבלה בקבר בזמן קצר, והיינו שאומר הפסוק להעצל אתה העצל השוכב על מטתך זמן ארוך, ובקבר שהוא שכיבה אמיתית כמו שנאמר בשכבך עליך, שם לא תשכב זמן ארוך, דכיון שאתה עצל ואינך מקיץ לעבודת הבורא ית"ש לא תקיץ לתחיה, ולא עביד קב"ה ניסא למגנא לשמרך זמן ארוך בקבר, וזה שיעור הפסוק עצל עד מתי תשכב בקבר כי לא יאריך לך בזמן, והטעם מתי תקום משנתיך הלא לא תקום, דאם היית קם השי"ת שומרך עד אותו עת והבן", עכל"ק.

פאר די וואס שטייען אויף איז עס א גרויסער חיזוק, און די וואס נישט זאלן זעהן זיך מזרז צו זיין.


דאס איז אויף די בחינה ווי די גמרא זאגט אין ע"ז וואס ר' חסדא האט געזאגט פאר זיין טאכטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

אז מ'רעדט שוין פון נעכטיגן חק. דערמאן איך זיך וואס ס'איז מיר נעכטן איינגעפאלן בשעת'ן לערנען און אויך אינזין געהאט עס דא ארויפצושטעלן, אבער כ'בין פארנומען געווארן און פארגעסן דערפון.

נעכטן יום ד' תולדות האט מען געלערנט משניות מס' בבא קמא פרק ו', און כידוע איז די לעצטע משנה פון דעם פרק די איינציגע מאל וואס ווערט דערמאנט "חנוכה" אין גאנץ משניות, האב איך אזוי אינזין געהאט אז ס'איז סימנא מילתא, אז פונקט אום ראש חודש כסליו לערנט מען די משנה!

--------
דרך אגב, די משנה זאגט דארט צוויי הלכות, גמל שהיה טעון פשתן ועבר ברשות הרבים, ונכנס פשתנו לתוך החנות וכו' והדליק את הבירה בעל הגמל חייב וכו', רבי יהודא אומר בנר חנוכה פטור.

האב איך אזוי געקלערנט אז מיט דעם קען מען אפשר [בדרך הלצה] פארענטפערן די באקאנטע סמיכות דרבי תנחום, און אויך דעם מדרש פליאה הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו כל מגדים זה נר חנוכה, לכארה וואס איז די שייכות פון יוסף מיט חנוכה?

נאר ס'איז דאך באקאנט די רש"י אנהויב פרשת וישב: הפשתני הזה נכנסו גמליו טעונים פשתן, הפחמי תמה אנה יכנס כל הפשתן הזה, היה פיקח אחד משיב לו ניצוץ אחד יוצא וכו' ששורף את כולו וכו', און דער נמשל איז אז ניצוץ א' יוצא מיוסף שמכלה ושורף את כולם, ע"כ.

עכ"פ זעה מיר דאך אז יוסף איז מרומז אין דעם ענין פון פארברענען פשתן, און אז די משנה שטעלט דאס צזאמען מיט נר חנוכה, זעען מיר דאך א בפירושע משנה אז יוסף הצדיק האט א שייכות מיט נר חנוכה! ודוק...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינעם חק פון מארגן (ה' מקץ) שרייבט דער רמב"ם (הל' עבודת כוכבים פרק י"ב הלכה י') טומטום ואנדרוגינוס אינו עוטף כאשה ולא מגלח ראשו כאיש ואם עשה כן אינו לוקה.

דאס מיינט אז ער הילט זיך נישט אינגאנצן איין ווי די פרויען פלעגן גיין, אבער פון די אנדערע זייט טאר ער זיך נישט אינגאנצן אפשערן די האר ווי דער שטייגער פון מענער, נאר ער לאזט זיך וואקסן די האר (ווי דער סדר פון פרויען בימים ההם).

דאס איז אבער שווער, ווייל דער בית יוסף שרייבט אז דער מקור דערפון איז אין תוספתא דבכורים, און לויט אלע גירסאות וואס מיר האבן (אריינגעדרוקט נאך משניות בכורים) שטייט "מסתפר כאנשים"! (בנוגע 'עיטוף' איז דא דארט חילופי גירסאות, די "נוסחת הגמרא" איז ומתעטף ומסתפר כאנשים, אבער "נוסחת הרש"ש" שרייבט ואינו נעטף ומספר כאנשים [וואס באמת קען מען דאס טייטשן ווי דער רמב"ם שרייבט, אז דער טומטום ואנדרוגינוס טאר זיך נישט איינהילן און נישט שערן ווי מענער, אבער זה אינו, ווייל די ברייתא ברענגט דארט ארויס אלע זאכן וואס זיי זענען שוה לאנשים, מוז דאך זיין פשט ווי דער מלאכת שלמה שרייבט: כלומר אינו נעטף כאנשים ומספר כאנשים, וכוללן לפי שטעם אחד לשניהם, דדרך אשה לעטוף את ראשה ולכסותה בצנעא בצעיף ואין דרך איש כן, דרך איש לספר ואין דרך אשה כן אלא מגדלת שיער כלילית, ובעי שינהיג עצמו בתספורת ומלבושים כעין איש שלא יבוא להנשא אם יתראה כאשה כו' עכ"ל, קומט אויס אז דער טייטש איז "ער הילט זיך נישט איין, אקוראט ווי מענער טוען. ער שערט זיך אפ די האר, אקוראט ווי מענער טוען"] זעהן מיר דאך אז ער שערט זיך יא. וצ"ע.

(אגב, די אי-חק [אויף ענגליש] האט א גירסא אדער א טעות אין רמב"ם ולא "מגלה" ראשו כאנשים.. ולכאורה הוא ט"ס).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך מוז מיך באדאנקן פאר "והוא פלאי" וואס האט מיר צוגעצייכנט א יד הקטנה וואס איז עוסק אין דעם קושיא און בלייבט טאקע בצריך עיון. תשואת חן חן לכם על ההודעה ועל הצילום מדף הספר.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מצאתיו בפרנקל רמב"ם, והצילום באוצר החכמה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די אנשטרענונג נאכצוקוקן אין פרנקל רמב"ם און קאפירן און שיקן פון אוצר החכמה איז פאר זיך ווערט א שיינעם דאנק!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פלאג מיך דא צו פארשטיין פשט אין דעם מארגענדיגן מוסר פון ספר חרדים:

ונפש ורוח נגדם תפלין דראש ודיד, ולרמז כל העשר אצבעות עשה להפחיד האדם שלא יחטא ראוי לשום נגד פניו הרצועה תלויה שהם שלשלאות חציין של ברזל וחציין של אש.

לאמיר דאס פרובירן איבערטייטשן: און צו ווינקן אלע 10 פינגער האט ער געמאכט צו דערשרעקן דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן איז פאסיג צו לייגן די רצועה (פון די תפילין?) קעגן פנים הענגעדיג וואס דאס זענען קייטן האלב פון אייזן און האלב פון פייער.

הילף ביטע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווידער א שווער שטיקל חרדים (מאנטאג ויגש), אבער דא איז עס א שטיקל גרייז אין די געדרוקטע.

פאלגענד איז די נוסח פון די ספרי החק: בן אדם, כמה בני אדם רודפי כבוד, גם אתה תרדוף כבוד, כי מחר יושיבוך בין קטני ארץ, זה תשיב ליצרך ברודפו הכבוד כו'.

מען קען דאס פארשטיין אזוי: אזויפיל מענטשן לויפן נאך כבוד, לויף דו אויך נאך דעם כבוד, ווייל מארגן וועט מען דיר זעצן צווישן נידריגע מענטשן (דערפאר ראט איך דיך פאר דיין כבוד וועגן זאלסטו אנטלויפן פון כבוד, כדי אז ווען מען וועט דיר שפעטער זעצן צווישן נבזים ושפלים זאל דאס נישט זיין קיין פחיתות הכבוד פאר דיר. א מענטש וואס איז געוואוינט צו זיצן אויבן-אן, איז א גרויסע בושה ווען ער זיצט צווישן די ארחי-פרחי, אבער א מענטש וואס שטענדיג אנטלויפט ער פון כבוד, וועט זיין כבוד גארנישט ליידן ווען מען זעצט אים צווישן די נידריגע לייט. - אדער קען מען דאס טייטשן אויף לעתיד, אויב דו וועסט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, וועסטו דורכדעם ליידן בזיונות אויף יענע וועלט ווען מען וועט דיך אריינשטעלן צווישן די נבזים ושפלים. דערפאר איז גוט דו זאלסט נישט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, אזוי וועסטו כאטש האבן א תקוה טובה לעתיד לבא).

אבער אין ספר חרדים פון תקליטור תורני זעה איך א גירסא "הגם" אתה תרדוף כבוד. לויט דעם איז עס א לשון בתמיה, נעמליך "אזויפיל מענטשן לויפן נאך דעם כבוד, צו וואס טויג עס אז אויך דו זאלסט עס נאכלויפן"? (עס איז דא א גרויס פארלאנג דערויף, און נישט יעדער וועט דאס דערגרייכן, אלזא מוטשע דיך נישט אפ דאס נאכצויאגן).
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח מפעל החק פאר די הערליכע ארבייט, א שאד נאר אז ער לערנט פאר אזוי באריכות, פאר איינער וואס וויל מאכן א שנעלעם חק וואלט געדארפט זיין א קיצור ווערזשאן.

אויב איינער ווייסט ווי עס איז דא צו באקומען בלומ'ס חק, זאל ביטע מודיע זיין. די ספרים געשעפטן ווי איך בין געווען זאגן אז עס נישטא איצט.

אפשר וואלט כדאי געווען מפעל החק, אדער עוז והדר זאל ארויסקומען מיט א נייע מהדורא, נקי מכל טעותים, און מיט א לייכטען פירוש, איך בין זיכער אז עס וועט צוכאפט ווערן פון די טויזענטער לומדי החק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליש קיצבורג »

קרעמער האט געשריבן:ווידער א שווער שטיקל חרדים (מאנטאג ויגש), אבער דא איז עס א שטיקל גרייז אין די געדרוקטע.

פאלגענד איז די נוסח פון די ספרי החק: בן אדם, כמה בני אדם רודפי כבוד, גם אתה תרדוף כבוד, כי מחר יושיבוך בין קטני ארץ, זה תשיב ליצרך ברודפו הכבוד כו'.

מען קען דאס פארשטיין אזוי: אזויפיל מענטשן לויפן נאך כבוד, לויף דו אויך נאך דעם כבוד, ווייל מארגן וועט מען דיר זעצן צווישן נידריגע מענטשן (דערפאר ראט איך דיך פאר דיין כבוד וועגן זאלסטו אנטלויפן פון כבוד, כדי אז ווען מען וועט דיר שפעטער זעצן צווישן נבזים ושפלים זאל דאס נישט זיין קיין פחיתות הכבוד פאר דיר. א מענטש וואס איז געוואוינט צו זיצן אויבן-אן, איז א גרויסע בושה ווען ער זיצט צווישן די ארחי-פרחי, אבער א מענטש וואס שטענדיג אנטלויפט ער פון כבוד, וועט זיין כבוד גארנישט ליידן ווען מען זעצט אים צווישן די נידריגע לייט. - אדער קען מען דאס טייטשן אויף לעתיד, אויב דו וועסט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, וועסטו דורכדעם ליידן בזיונות אויף יענע וועלט ווען מען וועט דיך אריינשטעלן צווישן די נבזים ושפלים. דערפאר איז גוט דו זאלסט נישט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, אזוי וועסטו כאטש האבן א תקוה טובה לעתיד לבא).

אבער אין ספר חרדים פון תקליטור תורני זעה איך א גירסא "הגם" אתה תרדוף כבוד. לויט דעם איז עס א לשון בתמיה, נעמליך "אזויפיל מענטשן לויפן נאך דעם כבוד, צו וואס טויג עס אז אויך דו זאלסט עס נאכלויפן"? (עס איז דא א גרויס פארלאנג דערויף, און נישט יעדער וועט דאס דערגרייכן, אלזא מוטשע דיך נישט אפ דאס נאכצויאגן).


א גרויסן יישר כח רב קרעמער, אונז האמיר זיך געפלאגט אויף דעם שטיקל. מ'האמיר אפילו געקלערט צו טייטשן א בחינה פון לויף יא נאך דעם כבוד, ווייל אז נישט וועט מען די זעצן צווישן די נידריגע, דעריבער לויף יא נאך דעם כבוד, ווייל 'זה תשיב ליצרך ברודפו הכבוד' כו', ווייל דו וועסט זיך מער שעמען. א בחינה פון מתוך שלא לשמה בא לשמה. אבער ס'האט עפעס נישט געשטימט.

איך זע אז די ענגלישע איבערטייטש וואס איז דא דא אינעם אוצר הספרים, טייטשט אויך ווי אייך:

"Son of man, how many people pursue honor? will you too, pursue honor? For tomorrow they may seat you among the lowliest of the earth, say this in answer to your impulse when it pursues honor."
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא ר' זעליש, מיר האבן דאס לכתחילה אויך פארטייטשט בניחותא (ווי איר קענט זעהן אין אונזערע דיבורים אויבן), און שפעטער באמערקט דעם ענגלישן טייטש אין אי-חק (פון וואו איר האט ציטירט), אויך הרב זילבער אויף מפעל החק טייטשט דאס בתמיה.


----
איך בין נייגעריג צו די "מפעל החק" איז אויסשליסליך פאר הרב זילבער'ס שיעורים, אדער זיי האבן אפשר א פלאן ארויפצושטעלן נאך מגידים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אזוי ווי איך בין לעצטנס א תלמיד מובהק פון הג"ר מיכל זילבער שליט"א אויף מפעל החק, שטעל איך דא א בילד פון אים, אינאיינעם מיט א באשרייבונג פון זיין סדר היום וכו':
http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=35480
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיין ברודער האט מיר אמאל דערציילט דער סדר היום פון ר' מיכל שליט"א פונעם יו"ט שבועות, וואס ער לערענט אדורך און דעם איינעם טאג (און א"י איז נאר איין טאג)
מבהיל על הרעיון.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיי שרייבן בתוך הדברים אז ער איז מסיים יעדע יאר בבלי ירושלמי רמב"ם וכו' וכו' (דער גבאי קען שוין באלד מאכן אן אשכול לכבודו אין על הגאונים פארום..)
אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפעלהחק »

@פריילאך
מיר פלאנען ארויסצוקומען בעז"ה מיט א נייע מהדורא זעה די פאוסט

@קרעמער
עס קאסט אסאך געלט און צייט ארויפצולייגן נאך מגידי שיעורים, ביזדערווייל האבן מיר נאר ספאנסארס אויף אנדערע שפראכן וואס מיר האפן ארויפצולייגן קומענדיגע יאר אי"ה
212-444-9955 הערט און האט הנאה!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מפעל החק,

ישר כח, אן די פירוש אויך? דאס וואלט געווען זייער וויכטיג
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:יא ר' זעליש, מיר האבן דאס לכתחילה אויך פארטייטשט בניחותא (ווי איר קענט זעהן אין אונזערע דיבורים אויבן), און שפעטער באמערקט דעם ענגלישן טייטש אין אי-חק (פון וואו איר האט ציטירט), אויך הרב זילבער אויף מפעל החק טייטשט דאס בתמיה.

איך האב פארשטאנען דער שטיקעל אוויא ער רעדט סארקעסטיש.
מענטש איינער, הער אויס, מענטשען לויפען נאך כבוד, ווילסט? לויף די אויך נאך כבוד! עסט שוין זעהן וויא מען וועט דיך שטעלען...
the SCY is the limit
זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליש קיצבורג »

scy4851 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא ר' זעליש, מיר האבן דאס לכתחילה אויך פארטייטשט בניחותא (ווי איר קענט זעהן אין אונזערע דיבורים אויבן), און שפעטער באמערקט דעם ענגלישן טייטש אין אי-חק (פון וואו איר האט ציטירט), אויך הרב זילבער אויף מפעל החק טייטשט דאס בתמיה.

איך האב פארשטאנען דער שטיקעל אוויא ער רעדט סארקעסטיש.
מענטש איינער, הער אויס, מענטשען לויפען נאך כבוד, ווילסט? לויף די אויך נאך כבוד! עסט שוין זעהן וויא מען וועט דיך שטעלען...


א שיין פשט נאן-דע-לעסס...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געפונען א גראבע גרייז אין די אי-חק ווערסיע (סיי אין די לשון הקודש'ע און סיי ביי די ענגלישע טייטש) פון זונטאג ויחי:

די ריכטיגע נוסח פון ספר חרדים (ארויס פון תקליטור):
צא) תקע יתד חזקה אצל כותל מערבי, ויתד בלבבך אחוזות קשורות יפה בחבל קלוע בשלש קליעות. א) אהבתו בלי פירוד, בתבלי אדם אמשכם בעבותות אהבה. ב) עסוק בתורה. ג) עבודת המצות:
צב) המתיר אסירי המלך חייב מיתה, והרי המלך יתברך אסר הלשון בשתי חומות, אחת של עצם ואחת של בשר:

אין אי-חק (מעגליך אין די געדרוקטע חוקים שטייט אויך אזוי, איך האב נישט נאכגעקוקט) לאזן זיי אויס דעם דריטן חלק (עבודת המצות), און מאכן א מישמאש מיט די פאלגענדע שורה פון המתיר אסירי המלך.

http://www.echok.com/vayechi/vayechi_sunday.pdf
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און די געדרוקטע חוקים איז אויך דער טעות
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין חק לישראל המאור שטייט:

ב' פסוק תורה, המתיר אסירי המלך חייב מיתה, והרי המלך וכו'.

תודתי נתונה פאר קרעמער'ן אויפן אויפמערקן, עס האט טאקע קיין פשט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”