חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:עפעס איז עדווערטייזט א האטליין אויף חק לישראל פון ר' מיכל זילבער מן הסתם קען עטס הנאה האבן פין דעם


עס לוינט זיך אויסצוהערן אויף דעם האטליין, די "הקדמה כללית" פון ר' מיכל זילבער איבער'ן לימוד חק לישראל.

קארל האט געשריבן:דער נומער איז
212-444-9955


די הקדמה איז אויף נומער 5 אויפן מעין מעניו.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

farshlufen האט געשריבן:נאך אויפן חק פון יום ב' נח:

רש"י הק' זאגט: ושאנן, ויהי שלו ושקט. ושאנן, לשון עתיד, לכן נקוד פת"ח.

וואס איז נקוד פת"ח? לכאורה דער נו"ן און דער הו"ה דערפון איז קמוצה אבל לא מצאתי סמוכין לזה.

להבנת הענין עי' בקוונקרדנציה ערך שאנן שחלקו לב' ערכים, עם פתח היא פעל, עם קמץ היא תאר (כעין שם דבר) ויש דומה לזה. ועי' במסורה
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הערות להשיעור של אתמול ושל היום, קודם כדרכו של למדן אתחיל עם הזוהר,
אתמול הי' הזהר שעל חטא הידוע, מועיל תשובה סגי, כידוע שהביאו הספרים סתירת הזהר בזה, והביאו הזהר מויחי, וויקהל, ושם יש ב' גירסאות תיובתא סגי, או תיובתא יתיר, כאן לכל הגי' כתיב תשובה סגי מועיל, ולא ראיתי מי שהעיר מזוהר זה,
דרך אגב במדרש תלפיות אות ז' כותב חריף מאד, על אלו שמביאים הזהר שאין מועיל תשובה לאלו שכבר חטאו, כי מתיאשים, וכותב כי זהר זה צריכים להראות למי שלא חטא עדיין, אבל למי שחטא צריכים להראות, הזהר ושאר ספרים שאין לך דבר העומד בפני התשובה,
בזהר של היום כותב דהפסק הלכה הוא דחיוב מחאה עד כדי הכאה, וכמדומה שלא נפסק כן בהלכה

בנביא של אתמול התרגום מפרש ויתן את רשעים קברו, וכן הלאה, בהיפך מן רש"י, דהיינו ויתן את הרשע בקברו, היינו בגיהנם
שמעתי אתמול על הטעלפון מר' מיכל כי צריכים ללמוד התרגום, ויש לי חקירה ישנה, אם הכוונה דווקא תרגום או כל פי' שיבינו מה שמדברים, ויש בזה מדובר, אצל העברת הסדרה בההפטרה, ולמעשה רואים חידושים יפה בתרגום, אבל הרבה פעמים הוא על דרך הדרש, כגון בפסוק מעמל נפשו וכו'
אגב, הפסוק וה' חפץ דכאו החלי, וכן סוף הפסוק חפץ ה' בידו יצלח, שגור בפי העולם, אבל כמדומה לא עם העיברי הנכון.
בנביא של היום תעיינו היטב בתרגום ובמפרשים מה שכבר חקרנו פעם בפיוט, מה פי' מבני בעולה, ומה פי' בעליך עשיך, ודו"ק, איזה לשון של בעל, כו'
לי הי' קשה מעולם למה הבעל לכה דודי כתב לא תבושי ולא תכלמי קודם ימין ושמאל תפרוצי היפך סדר הפסוק, והקושיא הוא רק טוב אם יש תי' טוב, ויש לי תי' בדרך דרוש, ואכמ"ל
המשך יבוא בל"נ
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

והוא פלאי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נאך אויפן חק פון יום ב' נח:

רש"י הק' זאגט: ושאנן, ויהי שלו ושקט. ושאנן, לשון עתיד, לכן נקוד פת"ח.

וואס איז נקוד פת"ח? לכאורה דער נו"ן און דער הו"ה דערפון איז קמוצה אבל לא מצאתי סמוכין לזה.

להבנת הענין עי' בקוונקרדנציה ערך שאנן שחלקו לב' ערכים, עם פתח היא פעל, עם קמץ היא תאר (כעין שם דבר) ויש דומה לזה. ועי' במסורה

זע איך אז כ'בין נישט גערעכט געווען, דערפאר ווייל דער תוא"ר איז קמוצה נישט דער הוה ווי איך האב געשריבן.

אגב, כ'ווייס נישט פון קונקודנצי' צו זאגן, איך האב נאכגעקוקט פשוט אין רד"ק שרשים, נאט אייך:
אטעטשמענטס
.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

עס איז דא נאך א האטליין ווי מען קען הערן חק לישראל דורך הרה''ג ר' אלימלך שווארטץ
212-444-9899 #72
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכבוד דעם מארגענדיגע חק,
כל באיה לא ישובון. איז ר"ת ביכל כידוע, כל באיה לא ישובון עם התיבות איז בגי' אינטערנעט עם האותיות
למה זה תשאל לשמי...
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

הדיון אודות הספר מרגניתא דר' מאיר הובל לכאן:

הגבאי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטעלט אייך ווי ער ווועט זיך פילן א אידל וואס כאפט היינט א שמו"ע אום 12 און גלייך נאכדעם זעצט ער זיך לערנען חק....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אבער די וומ"ס'ער אידן האבן א פשוט'ן פשט היינט אינעם "אני רץ והם רצין" (מאראטאן זונטאג).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן:אינעם לעצטן סעיף פון שלחן ערוך ביים היינטיגן חק שיעור שטייט "המחלק צדקה צריך ליזהר שלא ירבה לקרוביו יותר משאר בני אדם:

שטעלט זיך א פראגע: פארוואס טאקע נישט? מעג איך דען נישט טיילן מער געלט פאר מיינע נאנטע משפחה מיטגלידער?

דארף מען אריינקוקן אין שולחן ערוך און זעהן וואס דער רמ"א שרייבט דערויף: הגה ודוקא גבאי אבל כל אחד מותר ליתן צדקה שלו או מעשר שלו למי שירצה מקרוביו והם קודמין כמו שנתבאר לעיל סי' רנ"א (מרדכי פ"ק דב"ב):

(אינטערסאנט אז דער בעל מסדר האט דאס נישט אריינגעשטעלט אין חק, אמאל שטעלט ער יא אריין די הגהות הרמ"א און אמאל נישט)

נוגע צום היינטיגן שיעור (א' וירא).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שמועס פריער אין אשכול פון פאראיאר מאנטאג וירא:
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p164346
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

שלום עליכם טייערע חברים משתתפי לימוד החק לישראל. איך בין געווען זייער פארנומען לעצטנס און איך האב שוין נישט באזוכט דא עט ליסט א וואך אדער מער. יעצט אז כ'האב אן איבעריגע מינוט, בין איך עס מקדיש פאר דעם אשכול.

צוויי הערות אויפן 'נביא' אינעם היינטיגן חק [יום ב' וירא]
מלכים-ב קאפיטל ד'

קודם א קלייניגקייט אין פסוק א: דער פסוק פארציילט ווי אלישע האט איר געזאגט ושלמי את נשייכי און רש"י טייטש: נשייכי, החובות שלך.

ס'האט מיר אבער געבליצט אין די אויגן דעם לשון פון תרגום: ושלמי ל"מרי חובתיך" - אין פשוטן עברי טייטש, 'מרי' חובתיך, מיינט "בעלי" חובות, [א באזונדערער דיון, פארוואס ער איז דער בעה"ב פונעם חוב אויב ס'געלט ליגט ביי יענעם?...]
----
פסוק ב: ויהי היום ויעבור אלישע אל שונם, ושם אשה גדולה, ובתרגום: ותמן אתתא דחלת חטאין -- האב איך פון דעם פארשטאנען א נייעם באדייט אינעם ברייט-באנוצטן טערמין: "גדול" [גאדעל בלע"ז] -- וואס מ'נוצט געווענליך אויף א גדול בתורה, ווייזט אויס אז א ריכטיגער גדול דארף אויך זיין א דחיל חטאין.

דערמיט קען מען אפשר אויך אריינקוועטשן פשט אין דעם באקאנטן מדרש [מובא בבני יששכר]: האדם שעבר עבירה ועשה תשובה מוחלין לו כל עונותיו, ולכך נקראת שבת הגדול, והיא פלאי (נישט די ניק...) --- אך להנ"ל יובן, ווייל יענעם שבת איז דאך געווען משכו וקחו לכם, משכו ידיכם מעבודה זרה, ממילא אז זיי האבן תשובה געטאן און זענען געווען 'דחיל חטאין', איז יענעם שבת געווארן ריכטיג שבת "הגדול", ודוק

[מעגליך אז ס'שטייט שוין זייער ענליכס צו דעם אין די ספרים, אבער מיט'ן צושטעל פון 'גדול' צו 'דחיל חטאין', געדענק איך עס נישט]

אויף ווידערזען בקרוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הלמדן,
שיינע הערות, בנוגע דעם תרגום אז ער זאגט אנדערש ווי רשיה"ק, בפשטות איז 'נשייכו' מלשון 'והאיש אשר אתה נושה בו' ממילא איז טאקע מסתבר אז דאס גייט ארויף אויף די 'בעלי חובות - די נושים' און נישט אויף די חובות, און עס קען אפי' זיין אז רש"י זאגט נאר דעם 'פשט' און נישט די 'טייטש', אבער כמובן אני כותב לפע"ד מבלי לעיין מבפנים.

בנוגע ווי א 'גדול' קומט צו 'יראת חטא' קען זיין מכח דעם 'כל הגדול מחבירו יצרו גדול' ודו"ק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

למדן האט געשריבן:
[יום ב' וירא]
מלכים-ב קאפיטל ד'

קודם א קלייניגקייט אין פסוק א: דער פסוק פארציילט ווי אלישע האט איר געזאגט ושלמי את נשייכי און רש"י טייטש: נשייכי, החובות שלך.

ס'האט מיר אבער געבליצט אין די אויגן דעם לשון פון תרגום: ושלמי ל"מרי חובתיך" - אין פשוטן עברי טייטש, 'מרי' חובתיך, מיינט "בעלי" חובות, [א באזונדערער דיון, פארוואס ער איז דער בעה"ב פונעם חוב אויב ס'געלט ליגט ביי יענעם?...]


מאכט נישט קיין אומזינסטע מחלוקת'ער, רשיה"ק זאגט גענוי ווי דער תרגום, נאר די דרוקערס האבן געמאכט פורים פון אונז אזוי ווי שטענדיג געשניטן פון רעכטס און פון לינקס הם הלכו למנוחות - זיי האבן זיך געוואלט גרינג מאכן - ואותנו עזבו לאנחות - און אונז בלייב מיר קרעכצן, נאט אייך דברי רש"י במלואם:
"ותבא ותגד וגו'" - באת ליטול עצה אם למכור אם להמתין עד שיוקר עוד אמר לה לכי מכרי כי יש די לכל נשייך ולחיות את ובניך בנותר עד שיחיו המתים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ועל זה ידוו כל הדווים אויף די געדרוקטע חוק'ים וואס פארקורצן און פארדרייען לשונות פון רש"י און אנדערע מפרשים כאוות נפשם.

לאמיר האפן אז די נייע מפעל החק בראשות הרב מרדכי זאב הלברשטאם שליט"א וועט געהעריג אריינלייגן די דיבורי רשיז"ל על מקומן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב היינט ס'ערשטע מאל אריינשפאצירט דא, ווייל איך האב לעצטענס אנגעהויבן לערנען חק

אגב, פאר אלע וואס לערנען עס נישט, טעמו וראו כי טוב, אזא געשמאק, לאזט זיך גארנישט זאגן. (ס'נעמט נישט אוועק פון מיינע אנדערע שיעורים גמרא הלכה)

יעצט א שאלה אויב מעג איך פרעגן פון קרעמער
כ'האב נישט געדולד צו קוקן אויף צוריק אויב מען האט גערעדט דערפון
וואסערע חק געט ארויס רמ"ז האלברשטאם?
און אויף וועלכע חק רעדסטו דיך אפ פון קיצורים<?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רמ"ז האלברשטאם ארבעט אויף א גענצליך נייע חק לישראל, איך ווייס נישט וואו די ארבעט האלט און ווען דאס וועט ערשיינען.

אלע אנדערע חוקים (אפשר גרייז איך, אבער רוב דפוסים זיכער) האבן ביי די נביאים וכתובים בלויז א תמצית פון דברי רשיז"ל.

אמאל זאגט רש"י אפאר פסוקים שפעטער א צווייטע פשט (צב"ש ביי די הפטורה פון פרשת לך) אבער די חק מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון.
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

יישר כח, הרב קרעמער און פארשלאפן.

איר זענט 100 פראצענט גערעכט!

איך לערן געווענליך ביי אונז אין ביהמ"ד אינעם חק לישראל "המפורש", און איך האב ביז יעצט נישט געכאפט אז זיי שניידן אריין און ארום אין די ווערטער פון רש"י הקדוש, יעצט האב איך נאכגעקוקט און באמערקט נאך ענליכע CUT JOBS, טאקע א שאד אז זיי האבן דאס געטאן, ווייל איך קען זיך שווער צוגעוואוינען צו די אנדערע חוקים.
[אוי, איז דאס א זיסער ווארט: חוקים!, אדער אויף אונגעריש-אידיש: חעקעם...]
לעצט פארראכטן דורך למדן אום דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2009 5:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפעלהחק »

לכל מאן דבעי למידע
הגאון ר' מעכיל זילבער שליט"א לערנט פאר די רש"י אויף נביאים וכתובים גראד פון נ"ך אלע רש"י זענען פארגעלערנט במילואו עס פעלט גארנישט
212-444-9955 הערט און האט הנאה!
אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפעלהחק »

איך האב attached א סעמפל פון די נייע פירוש אויפן חק פון הרה"ג ר מעכיל זילבער שליט"א,

נ.ב. עס איז נאך ווייט פון פארטיג, אדרבה מיר זענען אינטערעסירט צו הערן אייערע הערות
אטעטשמענטס
toldot01 1-22.pdf
(144.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 212 מאל
212-444-9955 הערט און האט הנאה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז א געוואלדיגע מעכטיגע מורא'דיגע ארבעט! ממש ווי ארטסקראול/מתיבתא אויפן גאנצן חק, לא נראה כבושם הזה!

תחזקנה ידיכם ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידכם להגדיל תורה ולהאדירה
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

הערליכע ארבעט, (איך האב נישט געכאפט בשעתן הערן די שיעורים וויפיל ער לייגט צי)

א קליינע הערה, די רש"י וואלט כדאי געווען צי מאכן מיט רש"י אותיות, ס'וועט זיין גרינגער צי זעהן די חילוק פון פסוק און רש"י.
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תחזקנה ידיכם! זכות הרבים תלוי בכם.
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

א געוואלדיגע ארבייט. יהי"ר שתשרה שכינה במעשה ידיכם!

עטליכע הערות:
1) [אלד וויליאמסבורג האט שוין ערווענט], צו נוצן רש"י אותיות פאר די ווערטער פון רש"י, דער דיבור המתחיל זאל זיין באלד און מרובעת, די ווערטער פון רשיז"ל מיט רש"י אותיות, און דער ביאור אויף רש"י קען ווייטער זיין מרובעת. (אזויווי אין די חומשים)

2) די פסוקי התורה וואלטן געדארפט זיין געפינטלט, [די זעלבע מיט די פסוקים פון נביא און משלי]

3) משנה: איך וואלט געקענט באשטיין צו זען דעם פירוש רע"ב אויפן פלאץ, הגם ער "רעדט אלעס אויס" און דברי הרע"ב זענען משולב אין זיין פירוש וואס נעמט געווענליך ארום אסאך מער ווי בלויז דעם ברטנורא, גלייך איך אבער אויך צו זען די ווערטער פון ברטנורא אינעווייניג.

4) גמרא: הרב קרעמער האט באצייכנט דעם פראיעקט אלס ארטסקראל/מתיבתא אויפן גאנצן חק. איך האב אבער געהאפט אויף עפעס מער ענליכער צו ארטסקראל/מתיבתא, דהיינו: א 'צורת הדף' אויב מעגליך.
אזוי קען איך זען די רש"י ותוס', מסורת הש"ס וכו' וכו' אויפן דף, און אויף די אנדערע זייט קען זיין רבי מיכל'ס ביאור. [כנלענ"ד]
(במחילת כבודם פון די ארויסגעבער פון חק לישראל המפורש: דער 'משנת אהרן' אויף די גמרא, איז נישט קיין ביאור און נישט קיין פירוש, ודב"ז)

5) זוה"ק: דאס גלייך איך גראדע יא דעם אויסשטעל פונעם חק לישראל המפורש, וואס איז דאכצעך גענומען פון מתוק מדבש לרבי דניאל פריש זצ"ל,

6) הלכה: איך האב שוין ערגעצוואו אויבן אין דעם אויפגעברענגט אזא געדאנק אז דער חק המפורש, וואלט געמעגט האבן א שטיקל "ביאור" אויף די הלכה, אדער צוברענגן השלמות ומילואים ביז הלכה למעשה.

איך זאג נישט קבלי דעתי, אבער אז איר ברענגט עס אהער ארויף, מסתמא האט איר געוואלט הערן וואס "פשוטע לומדים" ווילן זען אין אזא חק, און וואס ס'וועט זיי ציען מיט א געשמאק צום לערנען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נומער 6 - אינעם פייל פון א' תולדות זעהט מען א גאנצע שמועס איבער די הלכה חלק, מער ווי סתם א ביאור.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”