חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:24 pm

מיטוואך ברכה האבן מיר געלערנט א שטיקל גמרא פון מס' ע"ז, איז געשטאנען דארט אז די פרשת הגעלה איז בעיקר געגעבן געווארן פאר כלים וואס דער גוי האט גענוצט "בן יומו", און די אינו בן יומו'ס זענען בלויז א גזירה אטו בן יומו.

וויל איך וויסן פארוואס מיר פירן זיך דירעקט "נישט" צו כשר'ן א "בן יומו", צב"ש פאר פסח נוצט מען נישט די סינק 24 שטונדן בעפאר מען כשר'ט דאס.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 7:19 am

נאך נישט געלערנט דעם היינטיגן חק,
אבער א בן יומו כשר'ט מען נישט ווייל דער טעם זאל נישט צוריק אריין גיין און אסר'ן נאכאמאל, אזוי ווי ס'איז אינו בן יומו וועט דער פרישער טעם זיין א נותן טעם לפגם, איז נישט קיין פראבלעם אז ס'וועט צוריק אריין גיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 5:33 pm

דאן וויאזוי קען זיין אז די אריגינעלע פסוק פון כשר'ן רעדט זיך גאר ביי בן יומו? האט נישט די תורה חושש געווען אויף דעם וואס "דער טעם זאל נישט צוריק אריין גיין און אסר'ן נאכאמאל"???

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 6:10 pm

בפמ"ג תנ"ב מבואר בפי' דכלי מדין הגעילו ביותר מס', הסיבה שאנו מגעילים אינם בני יומם הוא משום דאין ס' לבטלם
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:39 pm

יישר כח רבי!!!
----

יעצט ענטפער מיר ביטע דעם חילוק צווישן אן ערב און אן ערב קבלן (גמרא ערכין -- חק לישראל ה' ברכה).

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 7:28 am

עס איז פון די שווערסטע סוגיות ארויסצוהאבן פונקטליך און לייכט, אבער דעם קאנסעפט וועל איך מסביר זיין ע"פ ערוה"ש קכ"ט, נישט אלס פיט דא פונקטליך אין די סוגיא לויט רש"י, אפשר שפעטער הם יהי' פנאי
ערב איז דער טייטש אז ער האט גענוצט א לשון ערבות, אדער באידיש איך האפט, איך בין פאראנטווארטליך
קבלן איז דער טייטש איך בין מקבל דעם חוב, אדער ער זאגט איך בין מקבל די מעות, יש דעות שונות פונקטליך דעם לשון א מועיל, ויש דעות שונות מה צריך לקבל, אבל בדרך כלל היא כאילו היא קיבל המעות במקום הלוה
נפ"מ יש דברים שאין ערבות מועיל רק קבלנות
והעיקר, בכלליות, צו מען מוז קודם גיין צום לוה, צו מען קען גראד גיין צום ערב, וואס הייסט קודם און וואס הייסט גראד וגו' איז אסאך דעות
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 10:14 am

קרעמער,
אז מ'לערנט הל' ריבית זעהט מען דריי סארט ערבים ועפ"י פשטות זענען דאס די דריי חילוקים;
1) ערב סתם: קען מען נישט גיין צום ערב נאר נאכען זמן הפירעון אויב דער לוה וויל נישט אדער האט נישט צו באצאלן.
2) ערב קבלן: ווען עס קומט דער זמן הפירעון קען דער מלוה גיין דירעקט צום ערב אפי' ער האט נישט פרובירט ביים לוה (ולפיכך יש לו יותר דין לוה לגבי ריבית) אבער ער קען פארשטייט זיל אויך גיין צום לוה.
3) ערב שלוף-דוץ: דארט איז דער ערב נכנס תחת הלוה מכל וכל (וזה הפי' שלוף את הלוה ודוץ את הערב) און ווען עס קומט דער זמן הפירעון איז בכלל נישט שייך צו גיין צום לוה, דאס איז די גמ' פון קידושין תן מנה לפלוני ואקדש אני לך מקודשת מדין 'ערב', ווייל פונקט ווי דער ערב האט נישט געקריגען דאס געלט זעלבסט דעסטוועגן איז ער מחויב צו באצאלן דאס זעלביגע א פרוי אויב דורך איר ציווי האט דער בעל מוציא געווען מעות ווערט דאס נחשב אן הנאה פאר איר (ותלוי במחלוקת אם רק הנאה כמו שחוק לפני רקוד לפני און כאילו קיבלה כל המעות ממש) ומקודשת.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 7:40 pm

עפעס איז עדווערטייזט א האטליין אויף חק לישראל פון ר' מיכל זילבער מן הסתם קען עטס הנאה האבן פין דעם
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 8:01 pm

דער נומער איז
212-444-9955

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 11:24 am

איך האב אויך געזען די עדס אין די גאסן. איך האב גערופן דעם נומבער. טעמו וראו כי טוב!
דערווייל איז עס נאכנישט אויטאמאטיש לויט'ן טאג. נאר מ'דארף דרוקן #4 און דערנאך אויסקלויבן דעם סדר, (בראשית = #1) די פרשה (בראשית = #1) דעם טאג (מיטוואך = #4) תורה = #1, נביא #2, וכו' וכו', ביזן מוסר.

בכלל איז יעצט זייער א גוטע געלעגנהייט אנצופאנגן חק לישראל. מ'האט כמעט א גאנצן וואך בראשית, און אנגעפאנגען האט דאך שוין כמעט יעדער נאר מ'פאלט ארויס מיט די צייט ווען ס'איז דא שווערע ענינים. און מיט דעם סיסטעם קען מען סיי ווען אריינרופן און אויסהערן און קלאר ווערן אינעם ענין. איך האב עס שוין גענוצט די וואך עטליכע מאל צו פארשטיין בעסער א משנה. עס איז אויפן באקאנטן סטיל פון הגאון רבי מיכל זילבער, קורץ און שארף!

יעדער נוצט היינט דעם סעלפאון אין ביהמ"ד, טא פארוואס נישט עס אויסנוצן אריינצורופן און אויפמישן ביי די משנה וואו מ'שטויסט זיך אן אין א שוועריגקייט.

הקיצור, דער סיסטעם זעט אויס זייער גוט. און איך האף אז דערמיט וועל איך קענען מיטהאלטן ווייטער דעם חק א גאנץ יאר. און האפנטליך אויך דא מגיב זיין אין דעם אשכול אויף דיונים און עיונים אינעם שיעור היומי.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 5:15 pm

אזוי ווי איך האב נעכטן פארשפראכן צו פרובירן מגיב זיין דא אין דעם אשכול נאכ'ן זיך נעמען פעסט צום חק. האב איך געשפירט אז כאטש היינט מוז איך "עפעס" שרייבן איבער'ן היינטיגן שיעור.

און בעזר החונן לאדם דעת האט מיר טאקע אריינגעבליצט א געדאנק בשעת'ן לערנען דעם זוה"ק אין היינטיגן חק [יום ה' בראשית] דער זוהר טייטשט דארט אויס דעם פסוק נעשה אדם בצלמנו, און דער תוכן דערפון איז, אז נעשה אד"ם איז כולל דכורא ונוקבא און פונקט ווי דער דוכרא איז משפיע פאר'ן נוקבא [און ווי ר' דניאל פריש טייטשט דארט, אז דער תפארת איז משפיע פאר מלכות] --- די זעלבע דארף דער עושר וואס איז מסטרא דדכורא משפיע זיין און גומל חסד זיין מיט'ן ארימאן דער מקבל וואס איז מסטרא דנוקבא.

[אט איז דער לשון: נעשה אדם בשותפא כלל דכר ונוקבא. בצלמנו עתירי כדמותנו מסכני דהא מסטרא דדכורא עתירי ומסטרא דנוקבא מסכני כמה דאנון בשתופא הדא וחס דא על דא ויהיב דא לדא וגמיל ליה טובא דא לדא. הכי איצטריך בר נש לתתא למהוי עתירא ומסכנא בחבורא הדא ולמיהב דא לדא לגמלא טובא דא לדא. ע"כ.]

האט מיר אריינגעבליצט אין געדאנק א טייטש בדרך צחות אויף דעם זמר פון ל"ג בעומר: "נעשה אדם נאמר בעבורך".

קען זיין אז דאס איז מרמז אויף דעם וואס מ'איז מנדר צדקה און מ'טיילט צו עסן לעילוי נשמת רבי שמעון בר יוחאי, ווייל ווי דער זוה"ק זאגט איז דאך "נעשה אדם" מרמז אויף גמילות חסדים און צדקה, דעמאלט איז אפשר פשט אזוי: נעשה אדם --- "נאמר בעבורך", אז ווען מיר געבן צדקה זאגן מיר אז עס זאל זיין עבור נשמת רבי שמעון בר יוחאי.

אין א געווענליכן טאג וואלט איך אפילו נישט גענומען די מיה און אראפגעשריבן אזא דוחק'דיגן צחות, אבער ווי געשמועסט, איך האף אז דער אשכול זאל לעבעדיגער ווערן. אפשר אז מ'וועט רעדן פון חי רוטל וועט זיך דער עולם אויפוועקן...

[דיסקלעימער: איך האב נישט קיין שום שייכות מיט ישועות הרשב"י...]

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג אוקטובער 18, 2009 11:00 am

לויט ווי איך הער האט הגאון רבי מיכל זילבער פארגעלערנט די שיעורים אין חק ספעציעל פאר דעם טעלעפאן ליין.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » זונטאג אוקטובער 18, 2009 6:13 pm

עס מאכט סענס וואס דו זאגסט, ווייל איך האב ביז היינט טאקע נישט געזען ביי ובלכתך אדער ביי שמואל ישעי', אז איינער פון זיי זאלן האבן חק פארגעלערנט דורך ר' מיכל זילבער'ן. בעיקר האבן זיי פון ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ז"ל און פון ר' אלימלך שווארץ.

ווען איך האב געזען אז די טעלעפאן ליין גייט האבן פון ר' מיכל זילבער, בין איך געווען זיכער אז איך גיי זען מודעות פון קרן שמואל ישעי' וכו' אז זיי האבן חק לישראל עמ-פי-3 פון ר' מיכל זילבער, אבער אויב ס'איז ווי דו זאגסט אז ער האט עס פארגעלערנט ספעציעל פאר דעם טעלעפאן סיסטעם, דעמאלטטס וועלן זיי עס הערשט האבן נעקסטעס יאר... ואכמ"ל וד"ל

אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 4:51 pm

תגובהדורך מפעלהחק » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 1:28 pm

@קארל
אמת, ר מיכל לערנט פאר ספעציעל פאר די טעלעפאן ליין ער האלט איצט אינמיטן די ויקרא סדרות

@למדן
ווי עס הייסא יעצט גייט ובלכתך בדרך האבן בקרוב די שיעורים אויף סי דיס
212-444-9955 הערט און האט הנאה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:17 pm

ברוך הבא הרב מ'מפעל החק' , יהא בואכם לברכה, אפשר קען מען דא אריינשטעלן די שיעורים פון הרב זילבר?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:36 pm

וויזוי ווילסטו ער זאל עס אריינשטעלן
מען קען עס אפלאודען דא? מען קען פעיסטן הטמ"ל?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 4:51 pm

תגובהדורך מפעלהחק » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:53 pm

@מיללער
"אלד וויליאמסבורג" איז גערעכט עס איז טעכניש נישט אויסגעהאלטן אויב ווילט איר דוקא הערן די שיעורים אויפן אינטערנעט גייט צו www.dailychuk.com/gallery/ און סיינט אויף פאר א אקאונט וועט איר קענען הערן אלע שיעורים אונליין
212-444-9955 הערט און האט הנאה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 4:24 pm

יישר-כח חבר המפעל, איך האב מיך אויפגעסיינט, איז דאס טאקע די שיעורים פון הרב זילבר?

אוועטאר
מפעלהחק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 4:51 pm

תגובהדורך מפעלהחק » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 4:39 pm

עס איז די זעלבע פיילס וואס זענען אויפן טעלעפאון סיסטעם
212-444-9955 הערט און האט הנאה!

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 4:48 pm

יישר כח פאר דעם לינק.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 5:11 pm

הערה אויפן היינטיגן חק, איך וועל גיין בדרכו פון למדן און אנהייבן מיטן זוה"ק,
צ"ע בויוא"מ מאמר ב' סי' כ"ח כ"ט, אם זה בזמן שאין ישראל שרויין על אדמתן, דהרי המבול הי' קודם שהי' ישראל שרויים על אדמתם, ובפי' אומר כמה פעמים, דהיום הוא תחת ממשלת הס"מ בעצמו, עיי"ש אות קמ"ט, ויש ליישב בכמה אופנים, דבזמן הגלות גרע טפי, או כדברי הצמח ה' לצבי דבא רצועה וכו', או דזה נקרא לזמן מועט, ועוד יש ליישב הרבה, ולפלא כי מביא כמ"פ הפסוק דשטן בוחר וכו', ולא הביא זוהר זה, דזה רק לזמן קט, ויש ליישב, ולא באתי רק להעיר,
למה זה תשאל לשמי...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 5:19 pm

אפריון נמטי' למפעל החק
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 5:41 pm

כי אם לבינה תקרא, בזוהר לומד מכאן דבינה נקרא אימא מכאן, אבל בפסוק כתיב בחירק, ולפלא כי בתרגום ג"כ מפרש אימא,
פלא איך התרגום מתרגם והוא מחולל מפשיענו, כאילו היא מקרא קצר, והוא יבנה ביהמ"ק, אשר מחולל מפשיענו
צהר, פי' התרגום, נהור, והוא שורש ב' פשטים ברש"י
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 8:50 am

נאך אויפן חק פון יום ב' נח:

רש"י הק' זאגט: ושאנן, ויהי שלו ושקט. ושאנן, לשון עתיד, לכן נקוד פת"ח.

וואס איז נקוד פת"ח? לכאורה דער נו"ן און דער הו"ה דערפון איז קמוצה אבל לא מצאתי סמוכין לזה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 6:33 pm

אין היינטיגן חק [ד' נח] אין יוסף לחק - הלכה פסוקה

אין סעיף ו' - איז ער מעתיק איין שטיקל הלכה פון יו"ד סי' ק"ע הלכות ריבית, וז"ל: "ישראל שלוה מעות מהנכרי בריבית אסור לישראל אחר להיות לו ערב וכו':" ע"כ

זעענדיג אזא טרוקענע הלכה, האט מיר א חבר געפרעגט דערויף, אז אויב אזוי איז אפשר א פראבלעם צו זיין א קא-סיינער אויף א לאון.

נאך א מזל אז כ'האב אמאל געלערנט הלכות ריבית און כ'האב געדענקט אז אין דעם וכו' ליגט "אסאך"...

דער מחבר אין סימן ק"ע סעיף א' מאכט דארט באלד א חילוק צי דער מלוה וועט קודם קומען מאנען פונעם ערב וואס דעמאלטס איז אסור, צי ער וועט קודם גיין צום לוה וואס דעמאלטס איז מותר. עיי"ש

איך האב עס גראדע יעצט אויך נאכגעקוקט אינעווייניג

ס'איז מיר אינטערסאנט אז אין דעם חק לישראל המפורש איז אים נישט איינגעפאלן צו מאכן אזעלכע מילואים און הערות ביי די הלכה פסוקה.


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט