חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
אההה.. נאכאמאל אריינגעבליקט אינעם נייעם מייסטער שיינע חק פון 'מפעל החק' אויף די בראשית סדרות, עס לערנט זיך גאר אנדערש.
קומען זיי ארויס מיט די ווייטערדיגע פרשיות היי יאר?
אויך וואלט איך מציע געווען זיי זאלן מאכן א קליינעם פארמאט אויך, אזוי ווי אסאך ואני בתוכם לערנען עס אינטערוועגענס.
קומען זיי ארויס מיט די ווייטערדיגע פרשיות היי יאר?
אויך וואלט איך מציע געווען זיי זאלן מאכן א קליינעם פארמאט אויך, אזוי ווי אסאך ואני בתוכם לערנען עס אינטערוועגענס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
די טעגליכער חק לישראל לימוד
עס הערט זיך לעצטענס א פארלאנג פון הינדערטער לומדי חק לישראל אלוועלטליך, למה נגרע! אמער אלע חבורות האבען שוין א אשכול פארזארגער דא אין דעם וועלטל, וואס געט זיך אפ מיט די געברויכען פון די לומדי החבורה, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז די הייליגע לימוד פון חק זאל ווערן טעגליך באגלייט מיט איר ברייט פארצווייגטע לימוד, בתורה, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, הלכה, זוה''ק, מוסר.
כ'הייב יעצט אהן לכבוד אלפי משתתפי השיעור, מיטן היינטיגען לימוד יום א' במדבר
אין די גמ' לערנט מען היינט ברכות דף ל''ב דארטען ברעגט די גמ' די מעשה מיטן חסיד וואס האט נישט געוואלט איבערהאקען אינמיטען דאווענען פאר'ן שר, די שר ווען ער האט פארגעהאלטען דעם חסיד ברענגט עטליכע מקורות אויפען איסור פון זיך אריינלייגען אין א סכנה איינס פון דעי איז דער פסוק רק השמר לך ושמור נפשך מאוד וגו' באמת איז ממש א פלא וויאזוי דער פסוק וואס די משנה אין אבות לערנט עס אויף די איסור פון שכחת התורה ווערט גאר באניצט אויף די חיוב פון שמירת הגוף?
די פלא איז נאכמער אז די רמב''ם בהל' רוצח איז מעתיק להלכה די חיוב פון זיך היטען פון אלע סארט סכנות פון דעם פסוק הנ''ל
ס'דא וואס ווילען'ס מיישב זיין אז היות א שוכח דבר אחד ממשנתו הרי''ז מתחייב בנפשו, א''כ איז דא דער מקור אז מען ברויך זיך היטען פון אלע סארט סכנות.
......
אינעם היינטיגען זוה''ק איז אינטערסאנט אז ס'געפאלט ביום ל''ג בעומר און עס ענדיגט זיך מיט כי שם צוה ד' את הברכה חיים עד העולם.
די זוה''ק רעדט אויך ארום איבער געוויסע סארט סכנות וואס מען ברויך זיך היטען ווי ציילען מענטשען און נזהר זיין צו בענטשען יענעם אויף א ברכה וואס ער האט געקריגען.

זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
חסיד נלהב האט געשריבן:אין די גמ' לערנט מען היינט ברכות דף ל''ב דארטען ברעגט די גמ' די מעשה מיטן חסיד וואס האט נישט געוואלט איבערהאקען אינמיטען דאווענען פאר'ן שר, די שר ווען ער האט פארגעהאלטען דעם חסיד ברענגט עטליכע מקורות אויפען איסור פון זיך אריינלייגען אין א סכנה איינס פון דעי איז דער פסוק רק השמר לך ושמור נפשך מאוד וגו' באמת איז ממש א פלא וויאזוי דער פסוק וואס די משנה אין אבות לערנט עס אויף די איסור פון שכחת התורה ווערט גאר באניצט אויף די חיוב פון שמירת הגוף?
די פלא איז נאכמער אז די רמב''ם בהל' רוצח איז מעתיק להלכה די חיוב פון זיך היטען פון אלע סארט סכנות פון דעם פסוק הנ''ל
ס'דא וואס ווילען'ס מיישב זיין אז היות א שוכח דבר אחד ממשנתו הרי''ז מתחייב בנפשו, א''כ איז דא דער מקור אז מען ברויך זיך היטען פון אלע סארט סכנות.
שמועס בענין זה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
יעקעלע פוקס האט געשריבן:נביאים די וואך איז אינטערעסאנט
יעדע וואך איז די נביאים פון די הפטרה פון פרשת השבוע, די וואך פ' כי תצא איז עס פון ספר יהושע די מעשה מיט גלית,
ווער ס'קען זאגען פשט איז מכובד.
הגם די זוה"ק איז געווענדליך אויך פון פרשת השבוע, אבער אסאך מאל איז עס לפי הזמן ווי למשל די וואכען פון שובבים איז עז מעין הזמן וכד', און די וואך איז עס אויך נישט פון די פרשת השבוע, נאר שטיקלעך פון תשובה, וואס ווי פארשטענדליך מעין הזמן, אבער די נביאים איז מיר א פלא
האבן מיר זיך אויך געוואונדערט אויף דעם, אבער מיר האבן אויסגעהערט די "הקדמה" פון די "חק שיעור" אויף "זכרו-חק לישראל" פון הרה"ג ר' צבי אהרן רייז שליט"א, (ס'דא אן עקסטערע אשכול אויף דעם), און דארט איז ער מבאר בארוכה די גאנצע ענין. תמצית הדבר, די הפטרה "רני עקרה" פון פ' כי תצא, איז אויך די הפטרה פון פ' נח, ממילא לערנט מען עס נישט איבער נאכאמאל. - ווייטער די מעשה פון גלית, איז די הפטרה פון די וואך לפי מנהג איטאליא. די איטליאנים פלעגן נישט זאגן די שבע דנחמתא אין די 7 וואכן נאך תשעה באב, נאר א געהעריגע הפטרה מעין הפרשה, און דאס פלעגן זיי זאגן פרשת כי תצא. - דוכט זיך אז ערגעץ אין רמב"ם ווערט שוין דערמאנט אזא זאך. איך געדענק שוין נישט די גאנצע, אבער מ'קען עס הערן אויף די זכרו טעלפאן ליין 718-387-1010, פאר חק לישראל דרוקט 3 און דערנאך 2 פאר דעם מגיד שיעור. (ער לערנט נאר פאר די נביאים וכתובים פון יעדע וואך).
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
farshlufen האט געשריבן:דא איז געוועזן א שמועס איבער די שינוים אינעם סדר המשניות, אצינד האט היברו בוקס דנן ארייפגעשטעלט אן אלטן חק פון ליווארנא, וואלט כדי געוועזן צו זען וועלכע סדר דארט איז געדרוקט.
האסט מיך כמעט אריינגענארט, בין איך שנעל געגאנגען קוקן אין היברו-בוקס, און ס'איז א "ספר חק לישראל" פון ר' חנניא בהר"מ קאזיס, השגות אויפן פרי חדש בדיני איסור והיתר.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
מי יודע האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע פרקים משניות וואס מ'לערנט 'נישט' אינעם סדר פון חק?
איך שרייב פון קאפ ארויס, מעגליך אומפונקטליך (למעשה בלייבט 200 פרקים משלים צו זיין)
סדר זרעים = פון מסכת מעשרות ביז צום סוף
סדר מועד = מס' שקלים, ר"ה, יומא, סוכה, תענית, מגילה, מו"ק פ"ג
סדר נשים = מס' נדרים מפ"ג ואילך, מס' נזיר
סדר נזיקין = מס' מכות פ"א וב', מס' ע"ז מפ"ג ואילך, מס' עדיות מפ"ג ואילך, מס' אבות, מס' הוריות
סדר קדשים = מס' ערכין מפ"ז ואילך, מס' תמורה, מס' כריתות, מס' מעילה, מס' תמיד, מס' מדות, מס' קנים
סדר טהרות = מס' כלים, מס' נדה, מס' נגעים מפי"א ואילך, מס' טהרות, מס' מכשירין, מס' זבים, מס' טבול יום, מס' עוקצין
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
-
- שר חמישים
- תגובות: 70
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:28 pm
גא"מ
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!