נייע סדר לימוד הש"ס, אורייתא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
נייע סדר לימוד הש"ס, אורייתא
זעה איך נישט אן אשכול איבער דעם..
צוזאמען מיט אנפאנג פונ'ם נייע מחזור דף היומי, האט זיך אנגעפאנגען א נייע סדר פון לערנען ש"ס.
אורייתא, פון מפעל 'עמוד וחזרה' ארבעט אזוי
יעדע טאג זונטאג-דאנערשטאג לערנט מען אן עמוד
*
ווי אויך חזר'ט מען איבער דעם נעכטיגן עמוד
*
פרייטאג און שב"ק חזר'ט מען איבער די 2 1/2 בלאט פון די וואך
*
קומט אויס אז מ'לערנט יעדן עמוד דריי מאל א וואך
*
יעדן חודש נעמט מען א בחינה אויף 10 בלאט
זונטאג פאנגט מען אן דף ז.
פאר מער קאנטאקט
855-467-2972 אדער
[email protected]
אדער באזוכט זייער וועבסייט http://www.oraysa.org

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm
עס גפעלט מיר זייער, בפרט אז איך האב שוין לאנג געטראכט פון דעם. דער דף היומי האבן אסאך מענטשן ליב ווייל אין זיבן אהאלב יאר ענדיגט מען שס, אבער למעשה איז זייער שווער מיטצוהאלטן ממש יעדן טאג א בלאט, און אויב מאכט זיך אז מען איז געבליבן אונטערשטעליג איז זייער שווער זיך צוריק צו כאפן. אבער עס איז נאך אסאך שווערער צו חזר'ן.
אבער אזא סיסטעם מאכט עס אסאך גרינגער, סיי מיטצוהאלטן און סיי איבערצוחזרן. דער חסרון איז נאר אז עס נעמט 22 און אהאלב יאר צו ענדיגן שס.
איך וויל נאר וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם. ווער איז אורייתא? ווייסט איינער דא ווער דאס איז?

- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
זיי האבן איבער פופציג שיעורים/חבורות אין מער פון 25 שטעט.
וואס די אינציאטיוו איז ווייסעך טאקע נישט.
אבער ס'קען זיין גוט געאייגנט, פאר דיע וואס ווילן לערנען מער שטייטער, אבער ווילן אויך קענען נעמען בחינות.
וואס די אינציאטיוו איז ווייסעך טאקע נישט.
אבער ס'קען זיין גוט געאייגנט, פאר דיע וואס ווילן לערנען מער שטייטער, אבער ווילן אויך קענען נעמען בחינות.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 291
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?
90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.
פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
היסטאריקער האט געשריבן:יעדע קהלה האט דאך שוין אזא זאך, זכרו, יסודי התורה, והגית, און נאך, וואס האבן זיי מחדש געווען? וואסערע איניציטאוו געבן זיי צונעמן בחינות?
זיי שרייבן אז הגאון ר׳ נח אייזיק אהלבום שליט"א פירט עס
בדרך אגב ר' נח אייזיק אלבוים האט ביים אנהייבן זיין שיעור פון די נייע מחזור דף היומי געזאגט אז ער הייבט יעצט אן די זיבעטע מחזור.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
סארקאזי האט געשריבן:קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?
90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.
פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק
איר לערנט א בלאט א טאג???
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך האט געשריבן:סארקאזי האט געשריבן:קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?
90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.
פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק
איר לערנט א בלאט א טאג???
ווענט זיך אין די גמרא. איך פרוביר א בלאט. אבער אויב סגייט נישט איז כאטש א עמוד.
( אבער יעדען טאג מוז מען לערנען מינומום א עמוד כדי די קליינע קינדערלעך זאלען נישט איינשלאפען)
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
סארקאזי האט געשריבן:קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?
90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.
פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק
WOW !
ווען דו ענדיגט א פרק, לערנט איר איבער נאכאמאל 7 מאל יעדע בלאט?
ס׳הייסט אז נאכן ענדיגן האשה נקנית, לערנט מען איבער די 40 בלאט נאך 7 מאל?
אדער איר חזרט איבער דעם פרק נאך 3 מאל. צו א סך הכל פןן 7 מאל?
שעפעלע איך ווייס נישט וואס איר פלאנטערט. 7 מיינט זיבען נישט דריי
קען זיין איך האב א שוואכען קאפ איך מוז אסאך חזר'ן צו האבען קלארקייט.
אבער די עיקר יסוד איז. אז ווי מער מלערנט עס. נעמט עס ווייניגער צייט.
א בלאט גמרא ווען מען קען עס גיט. קען מען עס לערנען אין פינעף מינוט. מהאט א קליינע גמרא'לע ביי זיך
ווען מהאט צייט אפאר מינוט גיט מען אזא ריק אריין א בלאט.
קען זיין איך האב א שוואכען קאפ איך מוז אסאך חזר'ן צו האבען קלארקייט.
אבער די עיקר יסוד איז. אז ווי מער מלערנט עס. נעמט עס ווייניגער צייט.
א בלאט גמרא ווען מען קען עס גיט. קען מען עס לערנען אין פינעף מינוט. מהאט א קליינע גמרא'לע ביי זיך
ווען מהאט צייט אפאר מינוט גיט מען אזא ריק אריין א בלאט.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
זייער א גוטער פלאן
נאר כ'האב איין קשיא, און אולי וועט עס איינער צישטעלן
ציוואס דארף איך מיך יעצט נעמען לערנען מסכת ברכות, וכן הלאה?
[מילא דער דף היומי איז עפעס אזוי געמאכט אויף א אופן אז 'גאנץ כלל ישראל' זאל לערנען איין בלאט...., אזוי איז דעך געווען די כוונה פונם גרונדער פונם דף...]
אבער אז מען מאכט א סיסטעם פון לערנען און חזר'ן
לאמיך ווייטער לערנען מיין מסכתא וואס כ'האלט יעצט ביים לערנען, [צי אינמיטן לערנען], נאר שטעל מיר אהער א לוח הלימוד וחזרה מכאן ואילך, די זעלבע מסכתא
נאך מער..
עס זאל זיין צי קריגן אזא 'פראגרעם' [סאפטוועיר קאלענדער], וואס כ'לייג אריין סיי וועלכע מסכתא כ'וויל יעצט לערענן אויף דעם 'אורייתא סיסטעם', און כ'זאל קענען פיקן סיי וועלכע טאג כ'וויל אנהויבן [למשל ג' וארא] און דער פראגראם זאל מיר אהער שטעלן א קאלענדער, פון דעם דאטום און ווייטער[ צב"ש פון ג' וארא תש"פ] יעדן טאג ציטיילט די מסכתא וואס כ'וויל יעצט לערנען, חזר'ן און קענען...
די מעלה דערפון איז צוויי פאכיג,
איינס, אז לעולם ילמד אדם מה שלבו חפץ, איז אויב יעצט ציהט מיר צו לערנען א געוויסע מסכתא דארף איך נישט אנהויבן דוקא מסכת ברכות....
ועוד, אז די מציאות איז אז רובא דרובא פון די וועלכע הייבן 'יעצט' אן ביי ברכות...., נו ביי עירובין קען מען זיי שוין זוכן......

והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו