דרשו סיום הש"ס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוהב ציון האט געשריבן:
20200209_202112.jpg


ר' לייבוש מאכט א פיינעם ז'אב

מ׳מעג זיך דינגן? ער זאל סטיקן צו זיין דעי דזשאב ערז סאך מער געאייגנט פאר פייער פון די באלאטעס מעשיות
דביה תחדי נפשא
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

קאפ און אקסל האט געשריבן:נישט געווען קיין איין wow דרשה די צאנזער רבי שליט״א איז לכאורה געווען די בעסטע.


הרב טויסיג האב איך אויך ליב געהאט.

די פראבלעם איז א מענטשן זענען געווארן איינגענארט אז די שמחה פון א סיום איז הערן דרשה נאך דרשה נאך דרשה.
א סיום איז א שמחה. ברוך השם מען האט אויסגעראטן די דרשות ביי חתונות. ס'דארף זיין רוב זינגן און טאנצן לכבודה של תורה מיט א קנאפע פאר דרשות צו מחזק זיין תורה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

משהלע האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ממש ניינציג פראצענט חסידיש. ס'האט זיך גארנישט געטוישט נאך די עולם איז אנגעקומען.

ניינציג איז איבערגעטריבן איך וואלט געזאגט פיפציג


איך וועל לאזן אנדערע דא קאנפירמען.


איך וויל הערן וואס די עולם האלט אויף דעם.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אפסטעיט איד האט געשריבן:איך טראכט אז עס פענעלי יעצט געווען א מעמד ווי די ארגענעזירער האבען זיך גערעכנט מיט די פראגראם אויך מיט די אידען פון פערציג יאר און אראפ.

100%.
הערליכע מעמד געווען! קידוש השם גדול און העכסט פראפעסיאנאל!


;l;p-

• אני הקטן בין שוין געווען ביי בערך 40 גרויסע צענטראלע כ״א כסליו מסיבות,

• געווען ביי צענדליגער ריזיגע אידישע מסיבות פון די גרעסטע און שענסטע ארגאניזאציעס.

• געווען ביי הערליכע, רייכע און עלעגאנטע סיום׳ס און סיום השס׳ן.

• אזא מסיבה / סיום הש״ס איז נאך נישט געווען אין אמעריקע, נישט ביי ליטאים, און אוודאי נישט ביי חסידים.

רבבות זענען געזעצן צוגעשמידט צו די ערטער 4 - 5 שעה רצופות. און געשעפט פארגעניגן.

א פערפארמענס / א טעאטער / א שאו / א קאנצערט ...

רוף עס אן וויאזוי אייך שמעקט!

ד ר ש ו ה א ט ד ע ל י ו ו ע ר ט
לעצט פארראכטן דורך קיסריה אום מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

משהלע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ממש ניינציג פראצענט חסידיש. ס'האט זיך גארנישט געטוישט נאך די עולם איז אנגעקומען.

ניינציג איז איבערגעטריבן איך וואלט געזאגט פיפציג


איך וועל לאזן אנדערע דא קאנפירמען.


איך וויל הערן וואס די עולם האלט אויף דעם.

אין מיין סעקשאן איניש געווען קיין מנין ליטוואקן
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עושר וכבוד האט געשריבן:משתתפים אדמורי"ם מקאליב, צאנז, וויזניץ ירושלים, בלאזוב ריבאטיטש, אבד"ק באבוב 45, אבד"ק וויזניץ מרכז, רי״י בן אדמו"ר מסקווירא, הגרש"י פריזאנט, ווער נאך?

סקאליע, ספינקא 56, ספינקא 18, קאסוב, דייני בעלזא, ראשי ישיבת לעיקוואד, רבי בנימין אייזנבערגער, דומ״צ שיכון סקווירא, דומ״צ סקווירא ב״פ, רבי יעקב אלי׳ אונדסדארפער,
רבני טאראנטא הגאון רבי שלמה מיללער רבי יהושע פיהרער רבי משה מרדכי לאווי
דביה תחדי נפשא
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

כ'האב געזעהן סקולען לעיקוואוד אין NJPAC. געווען נאך.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

שפע רב האט געשריבן:
געבורטסטאג האט געשריבן:כ'מיין גראדע אז די ראשי אגודה גייען היינט שלאפן רואיגער ווי די לעצטע וואכן. אויב איינער האט באקומען היינט א קאמפעטישן איז עס אפשר HASC...
(איך אגרי אז מעטלייף איז געווען א Disaster)


ביי די אגודה איז אויך געווען ווידיא פרעזענטאציעס, ס'איז פשוט נישט געווען אזוי גוט...



די אגודה׳ס סיום הש״ס איז שרעקליך באורינג !
טריקן און א טראפ קריעעיוועטי.

מיט רעב אביש בראד ובניו שליט״א קענסטו מאקסימום האבן א שיינע קומזיץ 35 יאר צוריק ווי מ׳זינגט שיינע סטיטשינער מעלאדיעס.

טראגן דעם עולם אין די לופט ברענג ר׳ מאָטי שטיינמעטץ, ר׳ אהרל׳ע סאמעט און ר׳ זנוויל וויינבערגער וכו׳ וכו׳
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

זיינוויל איז וואן אוו עי קיינד! ער שטעלט די אנדערע אין שאטן
דביה תחדי נפשא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

כ'האב יעצט אויסגעהערט די דרשות, מער ווייניגער איז עס א הכתרה פאר ר' דוד'ן זז"ג
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

Can someone please put the siyum on Dropbox or google drive?
Maybe
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Maybe »

לייבעלע הירש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:די מוזיק איז איינס אין די וועלט.

די מוזיק אין אויך די סאונד... ספעציעל גוט


Someone told me that they had eli leshinski on the mix
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

Maybe האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:די מוזיק איז איינס אין די וועלט.

די מוזיק אין אויך די סאונד... ספעציעל גוט


Someone told me that they had eli leshinski on the mix

יעפ האמירעם געזען
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לא לנו האט געשריבן:כ'האב יעצט אויסגעהערט די דרשות, מער ווייניגער איז עס א הכתרה פאר ר' דוד'ן זז"ג

ס׳קומט עם יעדע אונס כבוד וואס ער׳ט באקומען
דביה תחדי נפשא
לעולם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעולם »

אלעס איז געווען פיין. אויסער די ווילדע לייטינג
לעולם יהא אדם: ירא שמים / זהיר בכבוד אשתו / רך כקנה.
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

הערליכע מעמד געווען!

פארפאלען; די חסידים טויגען…

די ענגליש פעלט נישט אויס
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

געווען א הערליכע מעמד. געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין אין ען-דזעי-פעק (njpac). די שמחת התורה, די קידוש השם איז געווען ריזיג. די מוזיק און זינגער איז געווען להפליא, א מייסטער ווערק.
לויט די געשרייבאכצער דא איבער די מעין לאקעישען'ס דרשות קוקט מיר אויס אז מיט דעם איז טאקע ענדזעיפעק געווען בעסער. האבן מיר געהאט א שיינע פאר הערליכע דרשות (דערמאנט ר' דוד ממש נאר אויפן שפיץ גאפל).
די גערער ראש ישיבה האט שטארק גערעדט.
הרב טויסיג איז געווען גאר רירנד.
די סקווערער דיין איז געווען שיין צום זאך.
און נאך וואס איך געדענק נישט זייער נעמען.
זייער הנאה געהאט. שטארק נתעורר געווארן.
לאמיר עס אריין לייגן אין א כלי. זאגט די הייליגע גמרא....
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז געוועהן רבי'ס ביי די אנדערע סטעדיום, ען דזעי פעק?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

לאמיר זאגן וואס איך האלט.

עס געווען זייער זייער א גלונגענע פראגראם, א סאך שענער ווי געראכטן. צום ערשט די מוזיק אווער אלל איז געווען העכסט פראפעסניאל, שיינע אלטע ניגונים, די קינדער קווייער איז געווען א צייט גוט און א צייט נישט, איך האב אבער עקספעקטעד בעסער פון די קינדער, די סאונד ביי זיי איז געווען א דיזעסטער.

מאטי שטיינמעטץ איז געווען זייער שטארק אנפאנג אבער שפעיטער האט ער שוין נישט אזוי עלעקטעריזירט דעם עולם.

זאנוויל איז געווען זייער גוט און אהרעלע סאמעט און ישראל אדלער האבן אויכעט געמאכט א גוטע דזשאב.

די פערזענטאציע איז געווען זייער תוכן׳דיג און זייער אינטערעסאנט, די זינגען לייוו בשעת׳ן שאו האט אסאך צוגעגעבן.

פון שירה/מלכות בין איך נישט נתפעל געווארן.

יעצט די דרשות האלט איך אז הרב טויסיג איז געווען אינטערעסאנט, זייער ווארעם ארויס געברענגט רבי מאיר שפירא זצ״ל און גאר תוכן׳דיג, די קלויזענבארגע רבי האט נאך געזאגט פון די גר״א, און איך האב אויך ליב געהאט די חברון׳נער ראש הישיבה און הרב ירוחם אלשין.

די אטמאספער איז געווען זייער א ווארעמע, היימיש אין זייער חסידיש, און בין געווען סורפרייזט אז כמעט אלע רעדנער האבן גערעדט אין אידיש אינקלאדינג א חלק פון הרב הופשטאטער׳ס רעדע, אויכעט אלע זינגערס זענען געווען חסידישע.

סך הכל די נאנט איז געווען זייער א ווארעמע און א שטארקע חיזוק פאר די טויזענטע לומדי הדף, לאמיר האפן צום באשעפער אז עס זאל אט פארוויקליכט ווערן ביי אונז דעם דרשו השם ועוזו, בקשו פניו תמיד און אז מיר און די נאך טויזענטע אידן וואס האבן זיך איצט מיטגעכאפט און אנגעפאנגן ש״ס זאלן זוכה זיין צו ענדיגן דעם מחזור בעזהשי״ת, אמן
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

הרב אברהם דוד ווייס
וואס איז א דרשו יוד
אטעטשמענטס
IMG-20200210-WA0003.jpg
IMG-20200210-WA0003.jpg (143.82 KiB) געזען 4431 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

מומחה יוחס האט געשריבן:איז געוועהן רבי'ס ביי די אנדערע סטעדיום, ען דזעי פעק?

נאר די בעל מנחה. (כ'מיין סקולען לעיקוואד?!).
כעדיר זאגן די אמת כ'האב אביסל געפילט ארויסגעפאלן. די עיקר עקשאן איז געווען אינעם מעין.
די אויבן אן אין ענדזעיפעק איז געווען א קאם-ענד-גאו מער ווייניגער זענען די רבנים אין בעלי דרשנים געקומען דעליווערן זייער דרשה און דברי ברכה און באלד פארלאזט די זאל. געווען צייטן וואס די אויבן אן איז געווען מער ווייניגער ליידיג.

וויזוי האב געקענט פארגעסן ר' דוד'ס דרשה זעלבס?!?!
ר' דוד האט אנגעהויבן די נאכט אין ענדזעיפעק מיט מעריב. קורץ דערנאך האט ער דעליווערט א ווארימע דרשה. נאכער איז ער אריבער צום גרויסן זאל.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

איך ביו געווען אין די פרודענשאל:

איך געב נאר פאקטן.

א שטארק חסידישע עולם.
רוב צייט געווען טונקל אין זאל.
מוזיק האט באמבאאדירט. אבער הערליך
די לייטינג - ווי ביי א פלעי (בראדוויי שאו).
די ציבור איז געזעצן צוגענאגלט.
פיינע דרשות, קנאקעדיגע רעדנערס, הרב טויסיג, הרב כהן, צאנזער רבי, האב האפשטאטער האט פיין געזאגט. - נישט קיין עלעקטריזרינדע דרשות!

80 פראצענט אידן - זענען נישט קיין דרשו אידן!

אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?

די שיינע שאו האט פארכאפט דעם אויבנאן - מ׳האט פארכאפט דעם ציבור מיט א בליציגע - גליציט׳יגע - בליטשקעדיגע איווענט - און די עיקר פארפעלט.

אגודה סיום הש״ס - באורינג
דרשו סיום הש״ס - אווער-קיל.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך ליין דעם אשכול, בלעטער אויף בלעטער וואס דערציילן די געוואלדיגע קורות רוח וואס אידן האבן געהאט ביים דערהויבענעם סיום, דער ברענגט ארויס ווי פראפעשענעל די מוזיק איז געווען, און א צווייטער פארציילט רגשי לבבו ווי קלאר די סאונד איז געווען, און דער דריטער צו שמועסט זיך איבער די הארציגע מוזיקאלישע פרעזאטאציע פון אוישוויץ...

ממש ס'רינט דעם עולם די שפייעכטס, אויף די ווענט פון די אשכול זעהט זיך אן אז ס'האבן זיך משתתף געווען היפש אסאך חסידישע אידן, (די פונקטליכע פראצענטן נאכנישט קלאר), און צד השוה שבהם אז אלעס זינגט און בענטשט די פאכמאנישע ארגיניזירערס פארן צושטעלן אזא אויסנאם געשמאקע אידישע אינטערטעמענט, וואס וועט גאר אריינברענגן אינעם יוגנט אהבת תורה ויראת שמים...

כולם פה אחד קיין עלקטרעזירנדע דרשות מיט שארפע אויפשאקלונגען איז ניט געווען, אבער וואס יא די געשעצטע מחולל פון דעם פראגראם האט באקומען זיין פארדינטן כבוד און שאצונג פארן אוועקשטעלן אזא אויסנאם פראגראם...




איך גרייט מיך שוין וואכן און חדשים צו דערגיין די סוד פון אט די דערהויבענע געשטאלטן די אזוי גערופענע 'דרשו אידן', פראבירט און געגריבלט וואס דאס דארף באדייטן, אויגן פול מיט נייגער און זארג געגארט אויף די מאמענט צו דערגרייכן, אפשר היצט אייער מיסטישקייטן וועל איך אנטשיידן, פארשטאנען אז דאס איז עפעס א מובחר הבריאה מיט הפשטה'דיגע אינטערעסן, א טפח למעלה פונעם 2020'דיגער גאס כאטש אן אצבעיים, מיט פארחלשטקייט אויף די נאכט געווארט און געווארט, און נאכאלס איך ווארט און ווארט...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

ווייזער האט געשריבן:איך ביו געווען אין די פרודענשאל:

איך געב נאר פאקטן.

א שטארק חסידישע עולם.
רוב צייט געווען טונקל אין זאל.
מוזיק האט באמבאאדירט. אבער הערליך
די לייטינג - ווי ביי א פלעי (בראדוויי שאו).
די ציבור איז געזעצן צוגענאגלט.
פיינע דרשות, קנאקעדיגע רעדנערס, הרב טויסיג, הרב כהן, צאנזער רבי, האב האפשטאטער האט פיין געזאגט. - נישט קיין עלעקטריזרינדע דרשות!

80 פראצענט אידן - זענען נישט קיין דרשו אידן!

אבער קיין איין דרשה האט נישט אויפגעשאקלט דעם ריזיגן ציבור למה תישן? אויף וואס ווארט איר? פארוואס לערנט איר נישט מער? ווען וועט איר מאכן בחינות און קענען ש״ס?

די שיינע שאו האט פארכאפט דעם אויבנאן - מ׳האט פארכאפט דעם ציבור מיט א בליציגע - גליציט׳יגע - בליטשקעדיגע איווענט - און די עיקר פארפעלט.

אגודה סיום הש״ס - באורינג
דרשו סיום הש״ס - אווער-קיל.


עס איז נישט געווען געשטעלט אלס מעמד התעוררת ללימוד התורה, מען האט געפייערט א מעמד סיום פאר די לומדי תורה און פאר זיי איז געזאגט געווארען די אינהאלטסרייכע דרשות
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”