א גוטן טייערע ברודער,
איך וואוין אין מאנסי און זוך א חברותה יעדע נאכט פאר ארום א שעה, צייט איז פלעקסיבל, איך זוך איינעם אין די 40-50'גער יארן צו לערנען גמרא, נישט קיין חילוק עיון אדער פשוט, איינעם וואס איך דארף נישט שלעפן נאר איך זאל האבן א עול צו קומען יעדע נאכט וויסנדיג אז ער ווארט ביים גמרא.
איך בין גרייט צו לערנען ווי אימער, ווי אויך בין איך אוועילעבל צו לערנען שבת, דיקעיטער & וועסט סענטראל געגנט.
איך בין צווישן 24 & 25 אלט (קען נישט זאגן פינקטליך משום חשש גילוי).
אויב איינער, ביטע דריזלט מיר אין אישי, דאנקע שעהן.
איך האב נישט געטראפן קיין אשכול וועגן חברותות, אויב איז יא פארהאנען, ביטע צאמשמעלצן.
חברותה געזוכט!
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1746
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN