ס'מיר שווער געווארן א אויף די גמ' וואס כ'האב געלערענט במסכת מכות אויב איינער ווייסט א פשט ביטע ענטפערן
להגדיל תורה ולהאדירה
איז אזוי, די הלכה איז אז עדים זוממין ביי געלט צוטיילט מען די סכום צווישן די עדות משא"כ ווען זיי ווערן מחויב מלקות געט מען פאר ביידע גאנצע 39 שלעק, אזוי שטייט אין די משנה, פרעגט די גמ' מנה"מ, אביי ענטפערט מ'לערנט ארויס פון פסוקים, רבא ענטפערט 'בעינן כאשר זמם לעשות וליכא', פרעגט די גמ' 'אי הכי ממון נמי'? ותירץ 'ממון מצטרף מלקות לא מצטרף'.
פירש"י, כאשר זמם. שיקבל הנידון מלקות שלימה: ממון מצטרף. והרי קיבל מה שרצו להפסידו בין כולם:
פשט אין 'בעינן כאשר זמם' איז לכאו' אז זיי האבן געוואלט אז ער זאל באקומען 39, ער זאל האבן די צער פון גאנצע מלקות, מוזן זיי צוריק באקומען די גאנצע צער וואס זיי האבן געוואלט אים אנשמירן, און פארשטייצעך אז 20 שלעק איז נישט אזא צער ווי 39.
אבער וואס איז די תירוץ פון 'ממון מצטרף' סדאך שייך די זעלבע סברא אז זיי האבן געוואלט פון אים ארויסשלעפן כך וכך, נו פארוועזשע באצאלן נאר האלב? איז א האלב מיליאן די זעלבע סך וואו א גאנצע מיליאן?
כ'האב פרובירט אביסל צו קוקן דא און דארט אבער כבין נישט ארויסגעקומען קלאר
ווייסט איינער פשט?