בלאט 1 פון 1

פאסיגער מגיד שיעור

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2015 8:32 pm
דורך אזוי צו אזוי
איך זיך צו דאונלאודן פון קול תורה אנליין (קרן שמואל ישעי') שיעורים אויף מסכת שבת, איך זעה זיי האבן דארט א ריזן אויסוואהל פון פארשידענע מגידי שיעור, קען איינער רעקאמענדן ווער עס איז גוט, קלאר, געשמאק?

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2015 9:00 pm
דורך קנאפער ידען
אזוי צו אזוי האט געשריבן:איך זיך צו דאונלאודן פון קול תורה אנליין (קרן שמואל ישעי') שיעורים אויף מסכת שבת, איך זעה זיי האבן דארט א ריזן אויסוואהל פון פארשידענע מגידי שיעור, קען איינער רעקאמענדן ווער עס איז גוט, קלאר, געשמאק?

דוקא פון זיי? אויף קול הלשון איז דא פיינע מגידי שיעור בחינם.

ר' אברהם שלמה יאבו דער לעמבערג'ער רב דארף צו זיין גאר פיין: http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... glish=True

געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:07 pm
דורך הרב_שלום
ר שמואל דוד פריעדמאן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:13 am
דורך סאדאם חוסעין
יעדער האט אן אנדערע טעסט עס איז שווער צו ענטפערן פאר מען קען נישט דיין מהות, [זיי לייגן נאר ארויף ןןןער עס האט כאטש עפעס צוהערער'ס אז נישט לערנט ער בכללל נישט פאר נאר יעדער איז געמאכט פאר א צווייטען]

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 02, 2015 4:42 pm
דורך חאצאצקע רבי
מקען ערגעץ באקומען די שיעורים פון ר׳ מיכל זילבער אנליין בחינם ?

אויך זוך איך א שיעור וואס לערנט פאר א בלאט אפאמאל גמרא רש״י תוס׳ פון אינווייניג .

געשריבן: מאנטאג מאי 02, 2016 4:33 pm
דורך עליכם שלום
הרב אלעזר ניסן רובין הייסט פון די בעסטע היינט אויף דף היומי - מען קען אים הערן אויף קול הלשון נומער 11 פון דף היומי סעקשאן, אדער אויף קול צאנז קלויזנבורג, אדער קען מען באקומען אימעילס פון ביהמ''ד צאנז קלויזנבורג, ער ענדיגט אויך יעדן שיעור מיט א קורצע אינטערסאנטע מוסר שמועס.

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 10:51 pm
דורך פרוזדור
הרב אברהם קארפ ז"ל שעורים אויף גאנץ ש"ס, ער האט א ארץ ישראל'דיגע עקצענט זייער געשמאק. איך האב עס שוין געטראפן מערערע פלעצער אנליין בחינם

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 11:18 pm
דורך פייווישעל
מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

הרב אברהם שלמה יאבו

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:39 pm
דורך FREEDOM
פייווישעל האט געשריבן:מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

ער פלעגט זיין אויבאן אין קול הלשון, וואו קען מען אים טרעפן איצט?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:51 pm
דורך בשבילי נברא
FREEDOM האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

ער פלעגט זיין אויבאן אין קול הלשון, וואו קען מען אים טרעפן איצט?


אויב האלטסטו נאך ביי די ערשטע פאר מסכתות אין ש"ס וואלט איך דיר שטארק רעקאמענדירט צו פרובירן דעם שיעור פון ר' יעקב בריינעס שליט"א.

ער איז אויך זייער קלאר און בא'טעמט, קורץ און שארף, ממש א נחת צו הערן.

ס'איז אויף מאנסי סאטמאר'ס טעלעפאן ליין (רח"י).

845-414-1199
נומבער 2

זיי האלטן אבער נאר יעצט ביי מסכת ביצה, מילא זענען זיינע שיעורים דערווייל נאר פון אנפאנג ש"ס ביז דארט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:10 pm
דורך עפל קאמפאוט
זיכטסטו גיט פשט איז: ר' אברהם שלמה יאבו (אביסל טריקן, אבער איז די בעסטע פאר ווער עס זיכט צו לערנען א עמוד גרינטלעך קורץ און שארף צום פינטל) צו הערן אויף קול הלשון
זיכסטו א חיות'דיגע שיעור (אויך גיט פשט, מיט א פרישע ווערטל יעדן טאג ביים אנפאנג און סוף פון די שיעור): איז ר' פייוול קליין, צו הערן אויף קול דודי 8453511115
זיכסטו אסאך ידיעות: קענסטו הערן ר' שמואל דוד פרידמאן
זיכסטו א שטייטע רואיגע שיעור (אויך גיט פשט): ר' אברהם קארפ

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:44 pm
דורך מצלמה
עפל קאמפאוט האט געשריבן:זיכטסטו גיט פשט איז: ר' אברהם שלמה יאבו (אביסל טריקן, אבער איז די בעסטע פאר ווער עס זיכט צו לערנען א עמוד גרינטלעך קורץ און שארף צום פינטל) צו הערן אויף קול הלשון
זיכסטו א חיות'דיגע שיעור (אויך גיט פשט, מיט א פרישע ווערטל יעדן טאג ביים אנפאנג און סוף פון די שיעור): איז ר' פייוול קליין, צו הערן אויף קול דודי 8453511115
זיכסטו אסאך ידיעות: קענסטו הערן ר' שמואל דוד פרידמאן
זיכסטו א שטייטע רואיגע שיעור (אויך גיט פשט): ר' אברהם קארפ


קיין שום דף לערנער קען זיך נישט פארמעסטן מיט וואונדערבארן גאון און בעל הסבר קורץ און שארף רבי מיכל זילבר. יעדעס ווארט קלאר און שארף פארטייטשט מיט א געוואלדיגע בהירות.

ער רעדט אבער זייער שנעל. און אז מ׳פארחלומט זיך אביסל, דארף מען שוין צוריק גיין צום אנהייב.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:47 am
דורך FREEDOM
FREEDOM האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

ער פלעגט זיין אויבאן אין קול הלשון, וואו קען מען אים טרעפן איצט?

יישר כח פאר אלע רעספאנסעס, זכות התורה וזיכוי הרבים יעמוד לכם
אבער די שאלה איז נישט פארענטפערט, וואו קען מען איצט הערן הרב יאבו ??

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:08 pm
דורך שמעו לי
הרה"ג וואודרידזשער רב שליט"א האט אנגעהויבן פארצולערנען משניות מסכת יומא, ברטנורא תוס' יו"ט ואחרונים.

מען קען עס הערן אויף #10 718-906-6428

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:31 pm
דורך פייווישעל
FREEDOM האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

ער פלעגט זיין אויבאן אין קול הלשון, וואו קען מען אים טרעפן איצט?

יישר כח פאר אלע רעספאנסעס, זכות התורה וזיכוי הרבים יעמוד לכם
אבער די שאלה איז נישט פארענטפערט, וואו קען מען איצט הערן הרב יאבו ??


יעצט געקוקט קול הלשון.
https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... d7%99|7163

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:11 pm
דורך FREEDOM
פייווישעל האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:מיין מגיד שיעור הרב ר' אברהם שלמה יאבו שליט"א איז די בעסטע וואס איך האב געטראפן.

לערנט פאר זייער קלאר גמרא רש"י ,אן קיין מעשה'ליך אינדערמיט, אין נאך יעדע שיעור געט ער א שנעלע ס"ה.

ער פלעגט זיין אויבאן אין קול הלשון, וואו קען מען אים טרעפן איצט?

יישר כח פאר אלע רעספאנסעס, זכות התורה וזיכוי הרבים יעמוד לכם
אבער די שאלה איז נישט פארענטפערט, וואו קען מען איצט הערן הרב יאבו ??


יעצט געקוקט קול הלשון.
https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... d7%99|7163

יישר כח, שוין געזען, אבער עס איז דא נאר א פאר שיעורים
אויפ'ן טעלעפאן האט ער געהאט גאנץ ש"ס
כוועל מעטשעם אנרופן דעם רבי'ן און אים בעטן, מיר ווילן טרינקען פון אייער קוואל, און מזכה זיין את הרבים

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:38 pm
דורך פאפיגיי
איז דא איינער וואס לערנט פאר א בלאט קורץ און שארף אין 15-20 מינוט מאקסימום (אמעריקאנע אקצענט)?