חבורת שונה הלכות - קושיות והערות בשיעורי היום

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

חבורת שונה הלכות - קושיות והערות בשיעורי היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

הקדמה

מיר זענען אלע אידן בני אידן, נישט קיין גרים, און מער ווייניגער קענען מיר די סיסטעם פון אידישקייט פון קינדווייז אן ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן אונז מחנך געווען, אדער וואס מיר האבן געלערנט אזוי סובקאנטשעסלי קוקנדיג וואס אנדערע טוען, איז אבער דא זאכן וואס מענטשן טוען "בהסתרה" און ס'איז שווער אז אנדערע זאלן עס באמערקן, און ממילא פאסירט אזוי יערליך ווען מ'קומט אן צו די סארט זאכן ווערט נאכאמאל נולד א ספק, וואס דארף איך יעצט טון? זאל איך קוקן אויפן שכן וואס ער טוט? ער זאגט דאך נישט גענוג הויך איך זאל וויסן אזוי אויך צו טון, און אז ער זאגט יא גענוג הויך ווער זאגט אז ער טוט יא גוט? (ס'דערמאנט מיך פון מיין שכן וואס מאכט זיכער אז אלע שכנים ארום אים זאלן הערן ווי מ'האלט, און נישט איינמאל האט שוין פאסירט ביי לכה דודי צו ביי קל אדון, אז ער הייבט אן א שטיקל שפעטער אדער פריער, און שלעפט מיט זיך א ציבור וואס דערזעט זיך פלוצים אז מען זאגט שוין 'שבח' און זיי האלטן נאך ביי 'פאר וכבוד')
צוריק צום נושא, אז ס'האט זיך ב"ה געגרינדעט אזא חבורה, און אידן וועלן לערנען הלכות, וועט מען קענען וויסן אליין המעשה אשר יעשון, דער אשכול וועט זיין געווידמעט אריינצושרייבן וואסערע נייע הלכה זענט איר געוואר געווארן היינט, זאכן וואס איר האט קיינמאל נישט געוואוסט (אדער נישט געוואוסט זיכער)

====

א) ביי יעדע סליחה וואס מען הייבט אן זאגט מען בעפאר דעם אלקינו אלקי אבותינו, חוץ א סליחה וואס הייבט זיך אן מיט א שם. (באה"ט תקפ"א סק"ד)
ב) א יחיד וואס זאגט סליחות קען זאגן די י"ג מדות דרך קריאה בתורה בניגון ובטעמים (הוספות והשלמות סק"ב בשם מטה אפרים סכ"א)
ג) די בקשות בלשון תרגום, מחי ומסי, אדער מרן די בשמיא זאגט מען נישט אן א מנין, אבער טאמער האט ער געזאגט סליחות מיט א מנין און דער מנין האט געענדיגט פאר אים, אפילו יעצט איז נישטא קיין מנין קען ער צוענדיגן (הוספות והשלמות סק"ד בשם דומ"ץ ק"י)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

חסד שבמלכות האט געשריבן:

יישר, אבער אז די זאגסט שוין וועל איך זאגן וואס איך מיטשע מיך אסאך יארן, ולא מצאתי תשובה מספקת, אויף א', פ"וו ביי בת עמי, און ביי יום זה, וואס מען האט געזאגט נעכטען זאגט מען נישט או"א, ואם תאמר בת עמי, ווייל מען רעט צום ציבור, אם כן איז דאך דא נאך א כלל, אויסער אויב עס הייבט זיך אן בשם השם.
ואגב יש שקו"ט וועגען אנדערע כינויים, למשל אדון

ב) איך בין נישט קלאר וואס מיינט דרך תפלה ובקשת רחמים, טאר מען נישט אבער דרך קריאה בתורה מעג מען, אבער מען טאר עס נישט זאגן אפי' דרך קריאה לשם בקשת רחמים, והא ראי' אפי' וזכור לנו היום ברית שלש עשרה מוז מען אויסלאזען, א"כ וואס איז דער אויפטוה (כלפי דעם מענטש וואס וויל עס זאגן), צו זאגן דרך קריאה, אויב מען קען עס נישט זאגן לשם בקשת רחמים אפי' דרך קריאה

ג) ענדליך צו דעם ברענגט ער פון תשו' תורה לשמה כלפי שלש עשרה מדות, אויב מען האט אנגעהויבן וידוי, כלפי אנדערע מאל שרייבט ער נישט קיין הגדרה, ומביא השבט הלוי שחולק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חסד שבמלכות האט געשריבן:
א) ביי יעדע סליחה וואס מען הייבט אן זאגט מען בעפאר דעם אלקינו אלקי אבותינו, חוץ א סליחה וואס הייבט זיך אן מיט א שם. (באה"ט תקפ"א סק"ד)

פשטות לאו דוקא די ערשטע ווארט איז א שם, די זעלבע ווען דער שם ווערט דערמאנט אנהויב סליחה בהמשך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חסד שבמלכות האט געשריבן:איך בין היינט געוואר געווארן א הלכה

שווער צו זאגן אויפן היינטיגן שיעור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

בכל יום יהיו בעיניך כחדשים.. ולא "מיושנים"...
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אגב, מעולם לא הבנתי די בעלי תפילה וואס זאגן און ענדיגן נאך פארן עלות ועכ"ז נוצן א טלית שאולה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

און פארשטיי נישט די וואס ניצען קהל'ס טלית נאכ'ן עלות
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:און פארשטיי נישט די וואס ניצען קהל'ס טלית נאכ'ן עלות

ווייל למעשה מאכט מען נישט קיין ברכה.

טלית שאולה איז אויך נישט לכולי עלמא אז אין מברכים עיין סי' י"ד סעיף ג' ובט"ז ס"ק ד'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

farshlufen האט געשריבן:אגב, מעולם לא הבנתי די בעלי תפילה וואס זאגן און ענדיגן נאך פארן עלות ועכ"ז נוצן א טלית שאולה.

כסות יום בלילה אינו פשוט שאין חייב בציצית, ממילא הוא ספק ברכה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גערעכט, הייסט נאך א ספק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

והוא פלאי האט געשריבן:ג) ענדליך צו דעם ברענגט ער פון תשו' תורה לשמה כלפי שלש עשרה מדות, אויב מען האט אנגעהויבן וידוי, כלפי אנדערע מאל שרייבט ער נישט קיין הגדרה, ומביא השבט הלוי שחולק

דאס למשל האב איך ניטאמאל פארשטאנען, וואס הייסט נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן וידוי? מען רעדט פון תחנון אדער פון סליחות? ביי סליחות זאגט מען יעדע צוויי מינוט שלש עשרה מדות
ועוד, אז ס'ליגט ביי הוספות והשלמות דארפן זיי שרייבן ווי אזוי אונז פיר מיר זיך, נישט ברענג א מחלוקה פונעם תורה לשמה מיטן שבט הלוי (והגה זו יש לי על בעל אוצר הלכות ג"כ שנוהג עצמו לכתוב שתי שיטות מבלי הכרעה, אבער עכ"פ דא וואס ס'איז בעיקר פאר איין סארט קרייז מעג ווען זיין א פסק הלכה ווי אזוי זיך צו פירן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ולא הבנתי וואס די ווידוי האט מיט די י"ג מידות, ס'איז באזונדערע ענינים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

האסטו געוואוסט אז מען קען זאגן קדיש ווען עס איז נישטא קיין מנין, נאר 6 מענטשן??
אטעטשמענטס
1.PNG
2.PNG
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגרסהדותא האט געשריבן:האסטו געוואוסט אז מען קען זאגן קדיש ווען עס איז נישטא קיין מנין, נאר 6 מענטשן??

קדיש תתקבל אלעמאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זעהסט דאך, ס'איז א הלכה אין שו"ע, קוק דעם מ"מ אינטן. אבער אז מ'לערנט נישט.. :oops:
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פארשטייט זיך נאר אויב ווען מ'האט אנגעהויבען די תפילה איז געווען מנין
-------
איך האלט אז די אשכול גייט זיין גוטע נייעס דער עולם ואני הקטן בתוכם גייט געוואר ווערן פיל פרישע זאכן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער רמ"א אין ד"מ ברענגט פון כל בו לגבי הבעל תפילה "והמצוה מן המבחר שיהא למעלה מן שלשים שנה שאז לבו נשבר ונדכה", אמאליגע אידן האבן זיך שוין געגרייט בבחינת מן המנחה ולמעלה, והבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

פרישע ידיעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור
פארוואס הייסט גמור אויך ביי א תפילה פון א שפערטערע טאג?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ביבער היט האט געשריבן:אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור

איז דאס א הלכה וואס ווערט פארסירט היינט צוטאג? דוכט זיך אז ניט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

אין בעלזא יא. כ'בין נישט באקאנט אבער אויב איז דע מקור מטה אפרים איז מובן פארוואס בעלזא פירט זעך אזוי.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע, נישט אינפארסירט, אבער אסאך בעלי תפילות גיבן אכט דערויף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב איך שוין געזען דארט צום סוף ביי די דריטע אפטיילונג (יוסיף דעת הייסט עס? דענק שוין נישט) אז זיי צייכענען צו אז לא נהגו רבוה"ק כן און נאך עפעס מ"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

ביבער היט האט געשריבן:אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור
פארוואס הייסט גמור אויך ביי א תפילה פון א שפערטערע טאג?

יפה שאלת, ויש בזה דיון באחרונים איזה תפלת ערבית שייך להש"ץ של סליחות, שלפניו או שלאחריו.

מקור הדברים לדברי הרמ"א דיש מקומות נוהגים שהמתפלל סליחות מתפלל כל היום, ציין בהגהות הגר"א (סקי"ט) לירושלמי מס' מגילה סוף פ"ב, דמי שהתחיל במצוה אומרים לו וכו', והביאו גם בתוספות בחולין כ"ט ע"א ד"ה ומירק. ולכן כתב המג"א כאן (סק"ו) שממנו העתיק הבאר היטב דבריו, שהש"ץ מתפלל כל היום, אפילו ערבית, שהמתחיל במצוה אומרים לו גמור.
וביאר המחצהש"ק דברי המג"א, שאם הטעם להתפלל כל היום משום שהמתחיל במצוה אומרים לו גמור, א"כ הכוונה לערבית שלאחריו, אבל בדרכי משה משמע שמתפלל ערבית שלפניו, וא"כ אין הטעם שהמתחיל במצוה כו', (אין המחצהש"ק לפני לע"ע, אעיין ואתקן בעז"ה.) וכן דעת האלי' רבה והפרי מגדים.

אגב, ברכת הדיוט לאשכול שלפנינו, כפרחת עלתה נצה הבשילו אשכלותי"ה ענבים, ביינה של תורה. צלחו ורכבו על דבר אמת להיות קוש"ר כתרי"ם לקוננו בדיוני הלכות, להגדיל תורה ולהאדירה.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

א טייערע אשכול דאס. ייש"כ. יגדיל תורה ויאדיר.
...כי אם ליראה וגו'
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קושר כתרים האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:אין שו''ע ווערט געברענגט א מנהג אז די בע''ת ביי סליחות איז אויך די בע''ת יענעם טאג ביי אלע תפילות, דער באר היטב לייגט צו אפילו ביי מעריב משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור
פארוואס הייסט גמור אויך ביי א תפילה פון א שפערטערע טאג?

יפה שאלת, ויש בזה דיון באחרונים איזה תפלת ערבית שייך להש"ץ של סליחות, שלפניו או שלאחריו.

מקור הדברים לדברי הרמ"א דיש מקומות נוהגים שהמתפלל סליחות מתפלל כל היום, ציין בהגהות הגר"א (סקי"ט) לירושלמי מס' מגילה סוף פ"ב, דמי שהתחיל במצוה אומרים לו וכו', והביאו גם בתוספות בחולין כ"ט ע"א ד"ה ומירק. ולכן כתב המג"א כאן (סק"ו) שממנו העתיק הבאר היטב דבריו, שהש"ץ מתפלל כל היום, אפילו ערבית, שהמתחיל במצוה אומרים לו גמור.
וביאר המחצהש"ק דברי המג"א, שאם הטעם להתפלל כל היום משום שהמתחיל במצוה אומרים לו גמור, א"כ הכוונה לערבית שלאחריו, אבל בדרכי משה משמע שמתפלל ערבית שלפניו, וא"כ אין הטעם שהמתחיל במצוה כו', (אין המחצהש"ק לפני לע"ע, אעיין ואתקן בעז"ה.) וכן דעת האלי' רבה והפרי מגדים.

אגב, ברכת הדיוט לאשכול שלפנינו, כפרחת עלתה נצה הבשילו אשכלותי"ה ענבים, ביינה של תורה. צלחו ורכבו על דבר אמת להיות קוש"ר כתרי"ם לקוננו בדיוני הלכות, להגדיל תורה ולהאדירה.

ולהוסיף קצת נופך, אבאר למה נקרא המעריב ביום שלאחריו בגדר המתחיל במצוה, הלא הוא יום אחר
רק מקורו בדברי הגמרא מי שמברך על היין מברך על המוגמר וכו', והיינו כל זמן שעסוקים באותו דבר, וא"כ כל זמן שהאדם ער, מתפלל כל התפלות, כי המשך אחד, כעין עסוקים באותו ענין, ואין לזה שייכות להלומדות של יום אחד
שמעתי פעם בדרך פלפול ודרוש קצת, למה מתפללים מעריב של יום שלפניו, כדי שלא יהי' שאלה להש"ץ איך אתה מתגאה להיות שליח ציבור באלו הימים, ויהי' לו כעין תירוץ, מה אעשה התפללתי מעריב אתמול, ומכח המתחיל במצוה אני גומר, ומתפלל סליחות
ולכן המנהג באיזה מקומות שרק הסליחות החשיבות כגון יום א' עושים כך, ומתפללים מעריב בלילה שלפניו כנ"ל,
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”