מעלדונג איבער פרישער מסגרת "זכרו — הלכה" ללימוד הל' או"ח חלק א', רופט אויס שטארקע התפעלות
מיט א שטארקע הנאה וחדות הנפש האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה טובה תדשן עצם, וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געמאלדן בתוך דברות קדשו, אז נאך וואס מ'זעט ב"ה די גרויסע הצלחה פון לימוד מסכתות הש"ס אויפ'ן סדר פון לימוד וחזרה, וועט מען אי"ה איינפירן א פרישן מסגרת צו לערנען "הלכה" אין הלכות אורח חיים, אויפ'ן זעלבן אופן, וואס וועט ווערן באגלייט פון חשוב'ע דיינים ותלמידי חכמים, וועלכע וועלן קובע זיין די שיעורים מיט ישוב הדעת, אז ס'זאל זיין א דבר השוה לכל נפש אויפ'ן ריכטיגן אופן ודרך הלימוד, וואס זאל פארזיכערן די הצלחה וקנין הלימודים.
דער רבי שליט"א האט דערביי אויסגעשמועסט דעם גרויסן ענין פון לימוד הלכה, בפרט הלכות אורח חיים חלק א', וואס זענען הלכות פּסוקות וואס זענען נוגע יעדן איד, יעדן איינציגן טאג, מבוקר ועד הערב, זיך צו קענען פירן על מבועי התורה וההלכה, און אויף דעם איז געזאגט געווארן דער הליכות עולם לו, אל תקרי הליכות אל הלכות, און דער שכר דערויף איז זייער גרויס, ווי מיר זאגן יעדן טאג "כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא".
בפרט ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר איז באקאנט אז כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע האט שטענדיג פארלאנגט פון תלמידיו וחסידיו, מ'זאל לערנען "שולחן ערוך" הלכה למעשה, ווי דער רבי איז מאריך בספרו הק' ויואל משה, אז דער תכלית הלימוד איז צו וויסן את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה, און כידוע האט דער רבי דאס קובע געווען אין דער ישיבה הק', און שטענדיג געפאדערט אז די תלמידי הישיבה זאלן לערנען, אין צוגאב צו מסכתות הש"ס, קביעות'דיגע שיעורים אין שו"ע ולימוד הלכה וואס איז דער יסוד לשמירת התורה והמצות, והתלמוד מביא לידי מעשה.
ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די "זכרו" עסקנים גייען אן אין די איצטיגע טעג די באראטונגען מיט די חשוב'ע חברי הועד, הרבנים הגאונים שליט"א, וועמען רבינו שליט"א האט ממנה געווען, און עס ווערן אויסגעארבעט אלע גענויע פּרטים, כדי צו קענען פאָרשטעלן בקרב הימים בעז"ה פאר'ן ציבור א דבר השלם, מיט א גענויען לוח הלימודים, בסדר יפה אף נעים, וואס אנטשפּרעכט אי"ה פריש מרומם צו זיין דעם קרן התורה, ווען הונדערטער אידן וועלן זיך אנשליסן אינעם לימוד חזרה וקנין הלכה במסגרת חבורת "זכרו — תורת משה".
מתוך דבר הלכה!
חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח
ק/פ
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
א מין וועלט היינט
יעדער גנב'עט איידיעס פון יענעם און מען נעמט די קרעדיט פאר זיך
די אלע איידיעס, אריינגערעכנט זכרו, ישראל ואריתא תורתיך שעשועי ענד סאו אן, האצעך אנגעהויבן ביי הרב האפשטעטער אין טאראנטא, ער האט געגרינדעט קודם 'דרשו' פאר דף היומי, און נאכדעם' דרשו' אויף הלכה, און ער גייט נאך אן לאויש"ט
און יעצט מאכט עס יעדער נאך, און שרייט גאר אז דער רבי זכרונו לברכה האט דאס פארלאנגט.....

לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך יוני 11, 2014 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שנאפס האט געשריבן:די ש"ס סדר האט הרב סענדר דולגין געמאכט
יא, אמת, געדענק איך ווען יונגעלייט האבן דאס געלערנט, אבער דולגין'ס פראגראם איז נישט געווען אויף איין מסכתא פאר כל הקהל הקודש, נאר אזא געוויסער סדר צו חזר'ן וואס מען האט געלערנט, קיין נפק"מ ועלכע מסכתא, אויף דעם נוסח וואס איז היינט באקאנט ביי ביידע טעגלאשע'ס ועוד
ווי אויך האט האפשטעטער מחדש געווען עס זאל גיין מיט בחינות און תשלומין (נישט ממש זיינס ווייל דער קלויזנבורגער מפעל הש"ס האט עם שוין מקדים געווען, אבער אויך נישט אויף איין באשטימטע מסכת פאר יעדן, נאר לויט מספר הדפים)
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
יהיה כן האט געשריבן:א מין וועלט היינט
יעדער גנב'עט איידיעס פון יענעם און מען נעמט די קרעדיט פאר זיך
די אלע איידיעס, אריינגערעכנט זכרו, ישראל ואריתא תורתיך שעשועי ענד סאו אן, האצעך אנגעהויבן ביי הרב האפשטעטער אין טאראנטא, ער האט געגרינדעט קודם 'דרשו' פאר דף היומי, און נאכדעם' דרשו' אויף הלכה
און יעצט מאכט עס יעדער נאך, און שרייט גאר אז דער רבי זכרונו לברכה האט דאס פארלאנגט.....
די רבי ז"ל האט פארלאנגט צו לערנען הלכה, די קרעדיט פאר אזא פראגרעם קומט זיך פאר הרב האפשטעטער, וואו זעסטו אינעם רבין'ס ווערטער אנדערש? ווער רעדט דא פון קרעדיט? אין סאטמאר איז נישט געווען קיין גרויסע נושא געבן אדער נעמען קרעדיט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
גרויזאמער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:א מין וועלט היינט
יעדער גנב'עט איידיעס פון יענעם און מען נעמט די קרעדיט פאר זיך
די אלע איידיעס, אריינגערעכנט זכרו, ישראל ואריתא תורתיך שעשועי ענד סאו אן, האצעך אנגעהויבן ביי הרב האפשטעטער אין טאראנטא, ער האט געגרינדעט קודם 'דרשו' פאר דף היומי, און נאכדעם' דרשו' אויף הלכה
און יעצט מאכט עס יעדער נאך, און שרייט גאר אז דער רבי זכרונו לברכה האט דאס פארלאנגט.....
די רבי ז"ל האט פארלאנגט צו לערנען הלכה, די קרעדיט פאר אזא פראגרעם קומט זיך פאר הרב האפשטעטער, וואו זעסטו אינעם רבין'ס ווערטער אנדערש? ווער רעדט דא פון קרעדיט? אין סאטמאר איז נישט געווען קיין גרויסע נושא געבן אדער נעמען קרעדיט.
עיין כאן בדברי שמעלקא ותבין, ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על שני הטעגלאשעס כולם יצא
משה יענקל האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:ק/פמעלדונג איבער פרישער מסגרת "זכרו — הלכה" ללימוד הל' או"ח חלק א', רופט אויס שטארקע התפעלות
???
נאך אלץ דא א פלאן?
יא.
די וואך אין דער איד איז באריכטעט איבער אנהויבן דעם הלכה פראגראם, הלכות ברכת השחר, סי' מ"ו, אין צוויי מסלולים, איינס בעיון און איינס הלכות פסוקות. מ'הייבט דאס אן נאך סוכות.
(ס'איז אינטרעסאנט דער זמן פון אדווערטייזן פונקט יעצט, פארוואס האט מען 'געכאפט' און אדווערטייזט יעצט אינמיטן זומער פר' עקב).
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
געזען דעם ארטיקל אין דער איד. און נאכן אפליינען א גאנץ בלעטל מיט די האפענונג צו באקומען אביסל אינפארמאציע וויאזוי דאס גייט ארבעטן. האב איך מיך געטראפן מאלן וואסער. כמנהג פון די היינטיגע שרייבערס. נאכאמאל איבערגעליינט ווער ס׳האט געגרינדעט זכרו און ווי שטארק יעדער פריידט זיך וכדומה. און די ליסטע פון דיינים וואס זענען ממונה. אבער חוץ דעם פרט אז מען הייבט אן נאך סוכות האב איך גארנישט געזען.
שוין געקענט און די צייט איבער׳חזר׳ן א עמוד נזיר...
קען איינער זאגן און צוויי שורות. וויאזוי עס גייט ארבעטן?
שוין געקענט און די צייט איבער׳חזר׳ן א עמוד נזיר...
קען איינער זאגן און צוויי שורות. וויאזוי עס גייט ארבעטן?
אויפן וועג צו דער ארבעט האט מיין גראסערי נאכנישט געהאט דעם איד.
איז דא עפעס פרישע אפדעיטס/פרטים איבער זכרו - הלכה?
(גליטשעדיג, אפשר קענען מיר לערנען בחברותא?...)
איז דא עפעס פרישע אפדעיטס/פרטים איבער זכרו - הלכה?
(גליטשעדיג, אפשר קענען מיר לערנען בחברותא?...)
לעצט פארראכטן דורך ישמחו אום דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
ניק ניק האט געשריבן:ישמחו האט געשריבן:(גליטשעדיג, אפשר קענען מיר לערנען בחברותא?...)
אויב מיינסטו עס ערענסט בין איך אין
דער רבי אין חדר פלעגט זאגן: "אויף שני כתובים הבאים כאחד (צוויי חברים צוזאמען) איז דא א מחלוקה אויב ס'איז מלמדין, אבער אויף "שלשה כתובים הבאים כאחד" (א חברותא פון דריי) איז זיכער "אין מלמדין".....
א חברותא פון גליטשעדיג, ישמחו, מיט ניק ניק, דארף זיין גאנץ געשמאק...
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
ישמחו האט געשריבן:(ס'איז אינטרעסאנט דער זמן פון אדווערטייזן פונקט יעצט, פארוואס האט מען 'געכאפט' און אדווערטייזט יעצט אינמיטן זומער פר' עקב).
איז די גרינדונג פון שונה הלכּות מיישבּ די תמי?'
כּ'האבּ מורא אז יא...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מיסטעריעז האט געשריבן:ישמחו האט געשריבן:(ס'איז אינטרעסאנט דער זמן פון אדווערטייזן פונקט יעצט, פארוואס האט מען 'געכאפט' און אדווערטייזט יעצט אינמיטן זומער פר' עקב).
איז די גרינדונג פון שונה הלכּות מיישבּ די תמי?'
כּ'האבּ מורא אז יא...
שונה הלכות איז צו גוט אויסגעארבעט, ארגענייזט, שיינע קונטרס, איינגעטיילט קינצליך, הוספות אין הלכה, ביאורים, השלמות, אוצר הלכות, דריקן, און אלעס ארום, קוקט נישט אויס אז מ'האט דאס געמאכט אין איין וואך פונעם מעלדן אין איד א וואך בעפאר.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
ישמחו האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:ישמחו האט געשריבן:(ס'איז אינטרעסאנט דער זמן פון אדווערטייזן פונקט יעצט, פארוואס האט מען 'געכאפט' און אדווערטייזט יעצט אינמיטן זומער פר' עקב).
איז די גרינדונג פון שונה הלכּות מיישבּ די תמי?'
כּ'האבּ מורא אז יא...
שונה הלכות איז צו גוט אויסגעארבעט, ארגענייזט, שיינע קונטרס, איינגעטיילט קינצליך, הוספות אין הלכה, ביאורים, השלמות, אוצר הלכות, דריקן, און אלעס ארום, קוקט נישט אויס אז מ'האט דאס געמאכט אין איין וואך פונעם מעלדן אין איד א וואך בעפאר.
איר האט געליינט מיין תגובּה?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)