בלאט 77 פון 86

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 12:27 pm
דורך וואוילע שעפעלע
צולייגער האט געשריבן:קיין וואטס עפפ איז נאכנישט געווען, און פון דאנערשטאג צופריה ביז פרייטאג נאכמיטאג איז ער געווען די איינציגסטע מקור פאר קראנטע נייעס.


:?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 3:02 pm
דורך fiena nieas
צולייגער האט געשריבן:
מאנסי שטופער האט געשריבן:
איוואן האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מעכטיגע Interviews Project אויף קול מבשר
לכבוד די 10'טע יארצייט פון קדושי מומביי


מיט לעבעדיגע רעקארדירונגען ווי אזוי עס איז דעמאלסט געמאלדן געווארן אויף קולמע

די הספד פון ר' זלמן ערב שבת 3:30 נאכמיטאג האט מיר צען יאר צוריק געמאכט וויינען אין היינט ביים איבערהערן נאכאמאל געקאסט אפאר טישוס...

יא.

דער פראיעקט איז זייער אריגינעל און צו די זאך. דרעזדנער זאגט אפילו - אויף ה"ב'ס שאלה וויאזוי ער האט געפילט דעמאלס - אז די שאלה "וויאזוי איר האט געפילט" טאר מען נישט פרעגן אויף קול מבשר...

מען דארף טאקע באטאנען אז יענע פרשה נישט מער געדאכט האט פאקטיש ארויפגעברענגט קול מבשר אויף די ארענע, קיין וואטס עפפ איז נאכנישט געווען, און פון דאנערשטאג צופריה ביז פרייטאג נאכמיטאג איז ער געווען די איינציגסטע מקור פאר קראנטע נייעס.

דאן איז געשאפן געווארן דער פענאמען אז 'זלמן ווייסט וואס ער רעדט'...

אבער bbm איז שוין געווען

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:43 pm
דורך להוסיף
וואלט איינער גיקענט פועל'ן ביי 'קול מבשר'ן אז די מוזיקאלישע אינטערוויוס זאל גיין באזונדער?

לעצטנס איז ער מיט א שמוץ אריבער. יעדע דריטע אינטערוויו איז מוזיק רילעיטעד. -- שפאציר אין עולם הנגינה - ליל ששי פראגראם - כשרונות וכו' וכו'

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:12 pm
דורך לוי יצחק
1824 - תשעה באב פראגראם תשע"ח (ברייער)
ר' יואל לעבאוויטש, א גרוס פון די אידן אין קובא.


1825 - ר' שלום ראטה, שיטת MLP איבערצוקומען שוועריקייטן. (גלויבער)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:16 pm
דורך לוי יצחק
1826 - ר' יודל דאנציגער, איבער א פולע ליקוי לבנה וואס האט פאסירט שבת נחמו (דרעזדנער)


1827 - ר' דוד קלעצקין, ביי רופא חולים דינער אין קרית יואל, איבער די וואונדערליכע השגחה פרטית געשיכטע וואס איז שטארק באקאנט געווארן (דרעזדנער)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 6:57 pm
דורך לוי יצחק
1828 - ר' מענדל לאנדא, היפנאטייזער חלק א' (דרעזדנער)


1829 - ר' מרדכי שווארץ פון שיכון סקווירא, 15 יאר זינט זיין טאכטער און אייניקל זענען אומגעקומען די ביטערע טעראר אטאקע אין ירושלים (דרעזדנער)


1830 - ר' אייזיק כהנא, איבער א נייע ערפינדענע CBD אויל (דרעזדנער)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:37 pm
דורך לוי יצחק
1831 - ר' זלמן אהרן (סטיוו) אייזענברעג [אין ענגליש], איבער זיינע קירוב מיסיעס, (דרעזדנער)


1832 - ר' זלמן לייב אייזענבערגער, איבער בייקערס וואס פארן דורך סקול באס סטאפסיינס, אויך איבער זיינע שפילן (דרעזדנער)


1833 - היפנאטייזער ר' מענדל לאנדא חלק ב' (דרעזדנער)

כיבוד אב ואם אענטערווי'א

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:13 pm
דורך באריכט
איך זיך א לענגערע אענטערוויא מיט א יוד וואס איז שטארק מאריך אויף כיבוד אב ואם, די חומר הדברים, סגעוועהן אדער אין 3-1 מעניו, אדער 1-1-4 קול מבשר,אויב איינער ווייסט ,ביטע ווייזען די מראה מקום.

ישר כח.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 4:45 pm
דורך דע מה שתשיב
לכאורה רעדסטו פון איין וואך וואס עס זענען געווען עטליכע קורצע טעמעס, "דברים שאדם דש בעקביו". מענטשן וואס זענען מקפיד אויף אזעלכע מצוה'לעך.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:08 pm
דורך באריכט
ניין, איך רעד וועגען די אענטערוויא וואו סווערט ארום גערעדט וועגען די חומר פון די מצוה, און די סגולה פון עשירות, פון דעם מצוה וכו.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:46 am
דורך הודו להשם
ליסטע פון אלע קול מבשר אינטערוויו'ס (1833)
--

PDF
http://bit.ly/kolmevaserinterview1833pdf

Microsoft Word Document
http://bit.ly/kolmevaserinterview1833doc

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:21 pm
דורך לוי יצחק
1834 - איבער די מאסיווע בלעקאוט אין ניו יארק סיטי 15 יאר צוריק (דרעזדנער)
ר' יצחק בראווער ארבעטער ביי קאן-עדיסאן, ר' משה פארטוגאל, ר' מאיר שטיינער.


1835 - וויטאמינען און שאמפו "הער-טו-סטעי" (???)


1836 - ר' דוד האניג, איבער ליים דיזיז, און לייף-פאר-ליים ארגענעזאציע (דרעזדנער)


1837 - ר' לוי יצחק מייזנער, שופר פראדעצירער, איבער שופרות און תקיעות (דרעזדנער)


1838 - חזן ר' יוסף קליין, וואויס-טעראפיסט, איבער שטימעס און בעלי תפילות (דרעזדנער)


1839 - הרוצה בעילום שמו ממשפחת לעפקאוויטש, איבער יום כיפור אין ראצפערט (דרעזדנער)


1840 - ר' גדלי' שיינין, בעל תוקע מומחה, שיטות און אלעס ארום תקיעות (דרעזדנער)

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:22 pm
דורך לוי יצחק
ייש"כ הודעלע, טאקע צייט צו אפדעיטען דעם קעפל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:21 pm
דורך moishy56
הודו להשם האט געשריבן:ליסטע פון אלע קול מבשר אינטערוויו'ס (1833)
--

PDF
http://bit.ly/kolmevaserinterview1833pdf

Microsoft Word Document
http://bit.ly/kolmevaserinterview1833doc

ייש"כ

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:21 pm
דורך לוי יצחק
1841 - ר' זאב אסטער, פון ראקלענד האני, האניג פראדעצירער אין מאנסי (דרעזדנער)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:21 pm
דורך לוי יצחק
1842 - ר' וועלוועל שמעלצער מיט ר' יצחק שלמה דרעזדנער, איבער די צען הויפט געשעענישן פון יאר תשע"ח:
ר' משה בערגמאן מלמד אין ת"ת מבקשי השם, איבער די חדר באס וואס האט זיך איבערגעדרייט און ב"ה יעדער איז ארויס מיט ניסים,
ר' זאב מאיר פריעדמאן, איבער די געוועזענע נאצי וואס איז צום סוף דעפאטירט געווארן קיין דייטשלאנד (ענגליש),
די נסיעה פון משה'לע האלצבערג צוריק קיין מאמבעי אינדיע,
די השגחה פרטית געשעעניש פון ר' דוד קלעצקין,
די חתן כלה וואס זענען ליידער אומגעקומען חוה"מ פסח אין אן עקסידענט אין פאר-ראקעוועי,
ר' נתן ביללער, איבער די אומקום פון זיין ברודער ר' ראובן חיים ביללער ז"ל וואס איז אומגעקומען אין אן עקסידענט,
די פטירה פון עטליכע גדולי ישראל זצ"ל
ר' אברמי בערקא, איבער די ארויסקום פון אסאך שיינע חסידישע אלבומס,
ר' יוסף ראפאפארט, איבער די איבערקערענישן אין פארשידענע מדינות זיך אריינצומישן אין די סדרי לימודי חול אין מוסדות התורה,
ר' אייזיק לייב מיללער, איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-מאנסי זצ"ל,
ר' שלום מרדכי רובאשקין שיחי', איבער זיין פלוצלינגדיגע באפרייאונג פארגאנגענעם זאת חנוכה.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:20 pm
דורך א נייער
לוי יצחק, עס קוקט אויס ווי די לייגסט ארויף די נומבער'ס ווען דו ענדיגסט עס הערן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:51 pm
דורך לוי יצחק
1843 - די הויפט געשעעניעשן פון תשע"ח (דרעזדנער)
א'לעסק - ר' יאסל פראמאוויטש, רובאשקין
ב'עלז - ר' יהושע העשיל היימאן, מעטשינג פאנדס
ג'ור - ר' אברהם יעקב חמעניצקי, רובאשקין
ד'ינוב - ר' פנחס פאמפ, טראמפ
ה'ימנא - הרב נח אייזיק אלבוים, רובאשקין
ו'ויזניץ - ר' אייזיק לייב מיללער, אדמו"ר מוויזשניץ זצ"ל
ז'וועהיל - ר' גדלי' שיינין, ר' שמואל אויערבאך זצ"ל
ח'ב"ד - ר' יהושע העכט, רובאשקין
ט'אהש - ר' זיידא מייעראוויטש, חינוך הטהור
י'אוואזשנא - ר' משה הערש רובין - שיעור ויואל משה
כ'וונת הלב - ר' משה גדלי' ליכטענשטיין, רובאשקין
ל'איעוו - ר' שלמה גאמבא, טראמפ, קאמפיין קעגן סמארטפאון
מ'ונקאטש - ר' משה יוסף גוטטמאן, שבת אין מונקאטש, רובאשקין
נ'אראל - ר' אשר שפירא, אחדות
ס'אטמאר - ר' יונה לאנדא, רובאשקין
ע'רלוי - ר' פרץ אבראמאוויטש, רובאשקין
פ'אפא - ר' אהרן שלמה כ"ץ, רובאשקין
צ'עהלים - ר' זלמן לייב אייזענבערגער, חומש סעודה אין צעהלים, רובאשקין אין צעהלים
ק'אשוי - ר' יצחק ווייס,
ר'אדזין - הרב יצחק ענגלארד, בעלי תשובות
ש'ינאווא - ר' יוסף שלמה בראדי, צפון קארעא
ת'ולדות אהרן - ר' שמואל יאקאבאוויטש, גיוס בני ישיבות

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2019 10:21 pm
דורך לוי יצחק
1844 - קאנפרענס שמועס צווישן ר' וועלוועל שמעלצער און ר' הענדל ברייער, איבער צעהן גרעסטע פאליטישע געשעענישן פון פארגאנגענעם יאר תשע"ח:
ביטקאונס, עקענאמיע, מאסן שיסערייען, סיריע, פארען פאליסי, איראן דיעל, סענאטער דזשאן מעקעין, מאללער אינוועסטיגעישען, אריבעררוקן אמעריקאנע עמבעסי צו ירושלים, באגעגעניש פון טראמפ מיט צפון קארעא'ס יאנג-אן.

די פערזאהן פונעם יאר:
ר' הערשל פריעדמאן, טראמפ,
ר' שמעון ראלניצקי, די מידיע,
ר' יונה כהן, מאללער,
ר' פינחס גלויבער, כלל ישראל,
ר' יאסי געשטעטנער, דזשעף סעשאנס,
ר' יואל פעלזן, טראמפ,
ר' הענדל ברייער, טראמפ,
ר' יואל מייעראוויטש, טראמפ, דער יונגערמאן וואס האלט זיך ביי תורה,
ר' אברהם יעקב (טורקס) טערקעלטויב, דזשעף בעיזאס פון עמעזאן,


1845 - ר' שמואל געפנער, איבער די וואונדערליכע סוכה פון זיין זיידע ר' יעקב ווייסבערג ז"ל פון מאה שערים (דרעזדנער)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 22, 2019 9:25 am
דורך moishy56
לוי יצחק האט געשריבן:

/


ייש"כ לוי יצחק

געשריבן: דינסטאג יאנואר 22, 2019 10:12 am
דורך גרינע
moishy56 האט געשריבן:מעכטיגע Interviews Project אויף קול מבשר
לכבוד די 10'טע יארצייט פון קדושי מומביי

וועלעכע נאמבער איז די אינטערוויא?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2019 10:54 am
דורך nmi
ס'איז דא נייע אינטערוויו אויף 31 פון ר' יוסף. כ'מיין אז ער קען עס אראפנעמען

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:00 pm
דורך רבות מחשבות
א ריזיגע ש'כח פאר 1X1

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 6:33 am
דורך moishy56
לוי יצחק האט געשריבן: .

ייש"כ לוי יצחק

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 7:30 am
דורך גרינע
גרינע האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:מעכטיגע Interviews Project אויף קול מבשר
לכבוד די 10'טע יארצייט פון קדושי מומביי

וועלעכע נאמבער איז די אינטערוויא?

?