שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

די אחראים: אחראי, געלעגער

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

שמועסן און אנאליזן איבער קול מבשר פאליטישע באריכטן 1-1-5

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג ינואר 18, 2021 12:57 pm

ברוכים הבאים.

שוין באלד צוויי שמיטות וואס ר' יוסי געשטעטנער האט די פאזיציע פון צו דערציילן די פאליטישע נייעס אויף קול מבשר, און ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן.

באמת קומט נישט אויף א נייעס קעסטל צו דערציילן וויאזוי מ'זעט זאכן אדער בכלל צו קאמענטירן אויף די נייעס וואס מ'פארציילט, אבער פאר איינער וואס האט שטארקע מיינונגען איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און דערפאר האט קול מבשר געזיגנירט אן עקסטערן ווינקל ווי ער זאל קענען מער אריינרעדן אין די נייעס און געבן זיין בליק אויף די געשעענישן.

אבער אמאל אמאל ווערט ער נאך אלס פארכאפט אין זיינע געפילן און ער קען זיך נישט איינהאלטן צו זאגן א קאמענטאט אויף די נייעס קנעפל, און אסאך מאל קומט עס מיט א תירוץ אז דאס אליינס איז א חלק פון די נייעס... און דערפאר לייגן מיר דעם אשכול אין די נייעס פארום, ווייל למעשה גייען מיר דא קאמענטירן אויף מיינונגען וואס ער זאגט, אסאך מאל אלס נייעס אליינס, און אסאך מאל אלס קאמענטאט אויף די נייעס.

דער ציל פון די אשכול איז זייער פשוט: טויזענטער צוהערער הערן אים אויס טעגליך, און אזויווי ער ציט זייער שטארק צו איין זייט, און דאס איז גראדע אויך די זייט צו וואס מער היימישע אידן ציען בכלל, קויפן מענטשן אפ זייער גרינג און זייער שטארק וואס ער ברענגט ארויס, אן צו הערן די אפטמאל גאר פשוט'ע פירכות און תירוצים וואס מ'קען ענטפערן אויף זיינע טענות און קשיות, אדער פארוואס דאס וואס ער האט געזאגט איז אפטמאל א פשוט'ע ספין וואס גראדערהייט וואלט קיינער נישט געהאט אזא בליק אויף א זאך.

און דא וועט מען אט דאס טוהן, נעמליך, אפירברענגען אנאליזן, פונקטן, אדער מיינונגען וואס ער זאגט, און עס אפענטפערן.

דיסקלעימער: איך בין גענויגט צו די לינקע זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך יש בו » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:04 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:באמת קומט נישט אויף א נייעס קעסטל צו דערציילן וויאזוי מ'זעט זאכן אדער בכלל צו קאמענטירן אויף די נייעס וואס מ'פארציילט.

פונקט ווי CNN וחבריהם,
The Divided States Of America

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך פרישע קוגל » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:06 pm

אפשר עפענסטו א אשכול אויך אפצוענפערןדי דעמאקרטישע ''יוד'' אדער ''צייטאנג'' וואס פארעקלען מענטשן (נישט ממש אבער...) מיט זייער איינזייטיקייט? כ'מיין...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:06 pm

פיינער אשכול.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:18 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ברוכים הבאים.

שוין באלד צוויי שמיטות וואס ר' יוסי געשטעטנער האט די פאזיציע פון צו דערציילן די פאליטישע נייעס אויף קול מבשר, און ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן.

באמת קומט נישט אויף א נייעס קעסטל צו דערציילן וויאזוי מ'זעט זאכן אדער בכלל צו קאמענטירן אויף די נייעס וואס מ'פארציילט, אבער פאר איינער וואס האט שטארקע מיינונגען איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און דערפאר האט קול מבשר געזיגנירט אן עקסטערן ווינקל ווי ער זאל קענען מער אריינרעדן אין די נייעס און געבן זיין בליק אויף די געשעענישן.

אבער אמאל אמאל ווערט ער נאך אלס פארכאפט אין זיינע געפילן און ער קען זיך נישט איינהאלטן צו זאגן א קאמענטאט אויף די נייעס קנעפל, און אסאך מאל קומט עס מיט א תירוץ אז דאס אליינס איז א חלק פון די נייעס... און דערפאר לייגן מיר דעם אשכול אין די נייעס פארום, ווייל למעשה גייען מיר דא קאמענטירן אויף מיינונגען וואס ער זאגט, אסאך מאל אלס נייעס אליינס, און אסאך מאל אלס קאמענטאט אויף די נייעס.

דער ציל פון די אשכול איז זייער פשוט: טויזענטער צוהערער הערן אים אויס טעגליך, און אזויווי ער ציט זייער שטארק צו איין זייט, און דאס איז גראדע אויך די זייט צו וואס מער היימישע אידן ציען בכלל, קויפן מענטשן אפ זייער גרינג און זייער שטארק וואס ער ברענגט ארויס, אן צו הערן די אפטמאל גאר פשוט'ע פירכות און תירוצים וואס מ'קען ענטפערן אויף זיינע טענות און קשיות, אדער פארוואס דאס וואס ער האט געזאגט איז אפטמאל א פשוט'ע ספין וואס גראדערהייט וואלט קיינער נישט געהאט אזא בליק אויף א זאך.

און דא וועט מען אט דאס טוהן, נעמליך, אפירברענגען אנאליזן, פונקטן, אדער מיינונגען וואס ער זאגט, און עס אפענטפערן.

דיסקלעימער: איך בין גענויגט צו די לינקע זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום.


פיינע איידיע,

יעדער נארמאלע מענטש קען באשטיין צו הערן ביידע זייטן פונעם מטבע,
צו קענען האבן א אינדעפענט מיינונג, אין נישט האלטן וואס יענער זאגט דיר צו טראכטן.

דיסקלעימער: איך בין שטארק גענויגט אויף יאסי׳ס זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום.

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:23 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:דיסקלעימער: איך בין גענויגט צו די לינקע זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום.

געווען גענצליך איבריג צו זאגן. געווען זעלבסט פארשטענדליך.

חסידישע_אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:21 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך חסידישע_אינגערמאן » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:29 pm

כ'ווארט שוין לאנג אויף אן אשכול ווי מ'קען אויסשמועסן פאליטיק אויף א ציווילע פארנעם.

דיסקלעימער: איך בין גענויגט אויף רעכט

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:33 pm

ער האט נעכטן דערציילט אויף 1-1-5 אז טראמפ לאזט איבער זיין פארטיי די שטערקסטע וואס אן ארויסגייענדער פרעזידענט האט איבערגעלאזט זיין פארטיי זינט 1968 ווען לינדאן דזשאנסאן האט איברגעלאזט די דעמאקראטישע פארטיי מיט 57 זיצן אינעם סענאט און מיט 243 זיצן אינעם הויז, וואס ביידע איז מער ווי מיט וואס טראמפ לאזט יעצט איבער די רעפובליקאנער.

לויט מיין מיינונג איז דאס איז פשוט'ע ספין צו מאכן טראמפ אויסקוקן אלס איינער וואס האט געהאלפן זיי פארטיי גאר שטארק, עכ"פ שטערקער ווי אלע לעצטיגע פרעזידענטן.

ערשטנס, ווען מ'קוקט אויפ'ן סענאט דארף מען קוקן אויף וויפיל סענעטארן פון יעדע פארטיי זענען אויסגעשטאנען צו לויפן אונטער דעם פרעזידענט'ס זייגער. למשל נאך 2018, האבן רעפובליקאנער געהאט מיט 42 זיצן ווייניגער אינעם הויז ווי נאך 2016, דאס איז מיט איבער 17% ווייניגער זיצן! אבער אינעם סענאט האבן זיי געהאט מיט איין זיץ מער, דאס איז מיט באלד 2% מער זיצן, למעשה ווען מ'קוקט אויף וויפיל סנעאט זיצן פון יעדע פארטיי ס'זענען געווען פארמעסטן איז אלעס פארענטפערט.

צווייטנס, די גאנצע זאך צו קוקן אויף וויפיל זיצן די פארטיי האט איז נישט קיין ריכטיגע וועג פון קוקן, ווייל דאס ווענדט זיך אויך אין די צאל זיצן זיי האבן געהאט פאר ער איז אריינגעקומען. א מער ריכטיגע וועג וואלט געווען צו קוקן אויף וויפיל זיצן זיין פארטיי האט צוגעזען אדער פארלוירן, און ווייל דאס האט אויך צו טוהן מיט וויפיל דער פארטיי האט געהאט פון פריער (ווייל אז מ'הייבט אן מיט אסאך האט מען מער פלאץ צו פארלירן און די זעלבע פארקערט), דארף מען באמת קוקן אויף א קאמבינאציע פון ביידע.

דריטנס - און דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס איך וואלט דאס געלעבלט אלס "ספין", א פרעזידענט וואס געווינט ווידערערוויילנג האט צוויי מידטוירם עלעקשאנ'ס אונטער זיין זייגער, אויסער די צוויי פארמעסטן וואס האט אים אויפ'ן שפיץ פונעם טיקעט, משא"כ א פארלירער נאכ'ן ערשטן טערמין האט בלויז איין מידטוירם עלעקשאן אונטער זיין זייגער, און דאס איז יעצט די מעשה מיט טראמפ.

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:36 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:אפשר עפענסטו א אשכול אויך אפצוענפערןדי דעמאקרטישע ''יוד'' אדער ''צייטאנג'' וואס פארעקלען מענטשן (נישט ממש אבער...) מיט זייער איינזייטיקייט? כ'מיין...

דאס זאלסטו טוהן...

אווער נייט קוגעל
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:43 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:דריטנס - און דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס איך וואלט דאס געלעבלט אלס "ספין", א פרעזידענט וואס געווינט ווידערערוויילנג האט צוויי מידטוירם עלעקשאנ'ס אונטער זיין זייגער, אויסער די צוויי פארמעסטן וואס האט אים אויפ'ן שפיץ פונעם טיקעט, משא"כ א פארלירער נאכ'ן ערשטן טערמין האט בלויז איין מידטוירם עלעקשאן אונטער זיין זייגער, און דאס איז יעצט די מעשה מיט טראמפ.


געפילט ווי אים אריינצושרייען דעס אין טעלעפאון...

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:47 pm

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:דריטנס - און דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס איך וואלט דאס געלעבלט אלס "ספין", א פרעזידענט וואס געווינט ווידערערוויילנג האט צוויי מידטוירם עלעקשאנ'ס אונטער זיין זייגער, אויסער די צוויי פארמעסטן וואס האט אים אויפ'ן שפיץ פונעם טיקעט, משא"כ א פארלירער נאכ'ן ערשטן טערמין האט בלויז איין מידטוירם עלעקשאן אונטער זיין זייגער, און דאס איז יעצט די מעשה מיט טראמפ.


געפילט ווי אים אריינצושרייען דעס אין טעלעפאון...

פונקט פארדעם איז די אשכול געמאכט...

אויב דו ווילסט אמאל אריינשרייען אינעם טעלעפאן טו עס דא.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:03 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ברוכים הבאים.

שוין באלד צוויי שמיטות וואס ר' יוסי געשטעטנער האט די פאזיציע פון צו דערציילן די פאליטישע נייעס אויף קול מבשר, און ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן.

צו עפענען א קעפל נאר אפצופרעגן יאסי געשטעטנער, שפירט זיך אביסעלע ווי עפעס איז דא פערזענליך... וואס איז מיט אלע אנדערע קאמענטערס אויף די נייעס.

איך בין זיך מחולק וואס איר זאגט אז ער האט עפעס גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן. איך האלט אז ער האט א ברייטע open mind, און טוט קלאר עפעס אדורך, אלע צדדים. איך זעה בכלל נישט אז ער האט tunnel vision. א חוץ אויב איר האלט אז אלעס רעכט איז א אייגנארטיגע בליק. איך נאך אלטץ שווער וויאזוי איר לעיבעלט אים אז האט נישט סתם אן אייגנארטיגע בליק, נאר גאר א גאר אייגנארטיגע בליק. און עס איז בכלל נישט באקאנט, ווי איר שרייבט אז "ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק". באקאנט פאר וועם?

בקיצור, איך שמעק א פערזענליכע אגענדא דא... איך האף אז איך באליידיג אייך נישט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:20 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ברוכים הבאים.

שוין באלד צוויי שמיטות וואס ר' יוסי געשטעטנער האט די פאזיציע פון צו דערציילן די פאליטישע נייעס אויף קול מבשר, און ווי באקאנט האט ער זיין גאר אייגנארטיגע בליק פון וויאזוי ער קוקט אויף זאכן.

באמת קומט נישט אויף א נייעס קעסטל צו דערציילן וויאזוי מ'זעט זאכן אדער בכלל צו קאמענטירן אויף די נייעס וואס מ'פארציילט, אבער פאר איינער וואס האט שטארקע מיינונגען איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און דערפאר האט קול מבשר געזיגנירט אן עקסטערן ווינקל ווי ער זאל קענען מער אריינרעדן אין די נייעס און געבן זיין בליק אויף די געשעענישן.

אבער אמאל אמאל ווערט ער נאך אלס פארכאפט אין זיינע געפילן און ער קען זיך נישט איינהאלטן צו זאגן א קאמענטאט אויף די נייעס קנעפל, און אסאך מאל קומט עס מיט א תירוץ אז דאס אליינס איז א חלק פון די נייעס... און דערפאר לייגן מיר דעם אשכול אין די נייעס פארום, ווייל למעשה גייען מיר דא קאמענטירן אויף מיינונגען וואס ער זאגט, אסאך מאל אלס נייעס אליינס, און אסאך מאל אלס קאמענטאט אויף די נייעס.

דער ציל פון די אשכול איז זייער פשוט: טויזענטער צוהערער הערן אים אויס טעגליך, און אזויווי ער ציט זייער שטארק צו איין זייט, און דאס איז גראדע אויך די זייט צו וואס מער היימישע אידן ציען בכלל, קויפן מענטשן אפ זייער גרינג און זייער שטארק וואס ער ברענגט ארויס, אן צו הערן די אפטמאל גאר פשוט'ע פירכות און תירוצים וואס מ'קען ענטפערן אויף זיינע טענות און קשיות, אדער פארוואס דאס וואס ער האט געזאגט איז אפטמאל א פשוט'ע ספין וואס גראדערהייט וואלט קיינער נישט געהאט אזא בליק אויף א זאך.

און דא וועט מען אט דאס טוהן, נעמליך, אפירברענגען אנאליזן, פונקטן, אדער מיינונגען וואס ער זאגט, און עס אפענטפערן.

דיסקלעימער: איך בין גענויגט צו די לינקע זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום.

אױב נאך באלד צוויי שמיטות איז דאס די גאנצע קריטיק װאס איר האט אױף אים איז דאס אלײנס א קאמפלימענט אױף יוסי

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:23 pm

א נייעס ריפארטער איז געמאכט צו פארציילן נייעס און נישט אריין לייגן זיין פערזענליכע מיינאנג און יעדע צווייטע נייעס באריכט, ר זלמן ווידער איז א מייסטער און דערציילן א נייעס אן די זאלסט בכלל קענען שמעקן וואס זיין מיינאנג איז, און די אלגעמיינע גאס איז למשל cnn זייער שטארק געשלאגן דערמיט זיי קענען נישט דערציילן קיין שום נייעס אן אריין מישן זייער לינקע מיינאנג, דאס איז כאטש פאקס איז סאך מער רעכט ווי זיי, זעט מען עס אן נאר ביי זייער אפעציעלע טאלק שאוס, אבער ווען זיי דערציילן א נייעס איז סאך מער אינדעפענדענט, דאס איז דער פראבלעם וואס א סאך האבן מיט יוסי געשטעטנער אז כאטש מען האט עם געגעבן א עקסטערע קנעפל ווי ער קען זיין אזוי ווי יצחק קלאר יואל פעלזן וכ"ו קען ער זיך נישט איינהאלטן ביי דערציילן נייעס אריין צו ווארפן זיין פארליטעשע מיינאנג.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך שלג כצמר » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:32 pm

א זייטיגע זאך, קומט נישט ממש דא אריין,
פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס יאסי'ס אנאליזן זענען ביי 1-1-8 אפגעטיילט עקסטער פון די איבעריגע פאליטישע אנאליזן אויף 3-8,
וואס מאכט עס אויסקוקן אלץ מער אפיציעל.

מיט וואס איז ער מער פון יצחק קלאר און הערשל פר"מ?

חסידישע_אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:21 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך חסידישע_אינגערמאן » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:36 pm

כ'האב געהאפט אז מ'וועט אין דעם אשכול אויסלופטערן די לינקע מהלך המחשבה, וועלכע איך קען דערווייל נישט פארשטיין
ווי למשל וויאזוי קען מען מסביר זיין די תועלת פון גאווערמענט קאנטראל אויף אלעס? וכדומה.
דערווייל זעט עס אויס ווי א פערזענליכע אטאקע אויף יוסי געשטעטנער

Programming
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:47 pm

ווי האסטו געזען אינעם קעפל פון דעם אשכול אז דאס גייט זיין א גאווערנמענט 101 אשכול? בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אסאך רעפובליקאנער גענויגטע ניקס פילן א פליכט צו קאמענטירן דא שלא מן הענין.

עס איז שוין אגב דא אשכולות איבער דער איד און צייטונג

אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג ינואר 18, 2021 3:03 pm

חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב געהאפט אז מ'וועט אין דעם אשכול אויסלופטערן די לינקע מהלך המחשבה, וועלכע איך קען דערווייל נישט פארשטיין
ווי למשל וויאזוי קען מען מסביר זיין די תועלת פון גאווערמענט קאנטראל אויף אלעס? וכדומה.
דערווייל זעט עס אויס ווי א פערזענליכע אטאקע אויף יוסי געשטעטנער

פרעזענליכע אטאקע? קאם אן.

דא גייט מען שרייבן נאר וויאזוי ער איז אומגערעכט מיט פונקטן וואס ער זאגט, און דאס איז עפעס וואס יעדער קען אגריען אז ס'איז א גוטע זאך, ווייל סוף כל סוף ליפטערט ער זיינע געדאנקען ברבים אן קיין צווייטע זייט וואס זאל קאמענטירן דערויף אויפ'ן פלאץ (וואס וועגן דעם שרייען מענטשן אריין אינעם טעלעפאן ווען מ'הערט אים אויס).

ווען יוסי געשטעטנער וועט מאכן א פונקט וועגן די פראבלעם פון גאווערמענט קאנטראל אויף אלעס, וועט מען דא קענען קאמענטירן דערויף, און ווי פראגרעמינג זאגט, ס'איז דא גענוג אלגעמיינע פאליטישע אשכולות, די אשכול איז מיוחד פאר יוסי געשטעטנער, וואס ער זאגט גענוג מיינונגען אויף גענוג א גרויסע פלאטפארמע אז ער זאל פארדינען אן אשכול פאר זיך.

אגב, וואס פאלט דיר איין אז אפענטפערן יוסי געשטעטנער מיינט אויסלופטערן די לינקע מהלך המחשבה? דו ווייסט נישט אז יוסי געשטעטנער איז א רעגעסטרירטער דעמאקראט?...

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך קומט אריין קלאר » מאנטאג ינואר 18, 2021 3:06 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:אפשר עפענסטו א אשכול אויך אפצוענפערןדי דעמאקרטישע ''יוד'' אדער ''צייטאנג'' וואס פארעקלען מענטשן (נישט ממש אבער...) מיט זייער איינזייטיקייט? כ'מיין...

א באמת פיינע געדאנק.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג ינואר 18, 2021 3:18 pm

שיינער געדאנק הרב אידישע געדאנקען.

כ'גלייך דיין רואיגע שפראך און צוגאנג, איך פיל אויך אסאך מאל די זעלבע הערענדיג יאסי'ן,

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג ינואר 18, 2021 3:34 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:אגב, וואס פאלט דיר איין אז אפענטפערן יוסי געשטעטנער מיינט אויסלופטערן די לינקע מהלך המחשבה? דו ווייסט נישט אז יוסי געשטעטנער איז א רעגעסטרירטער דעמאקראט?...

:lol:

אוועטאר
פערפלוואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך פערפלוואל » מאנטאג ינואר 18, 2021 4:12 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:אפשר עפענסטו א אשכול אויך אפצוענפערןדי דעמאקרטישע ''יוד'' אדער ''צייטאנג'' וואס פארעקלען מענטשן (נישט ממש אבער...) מיט זייער איינזייטיקייט? כ'מיין...

;l;p-

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג ינואר 18, 2021 4:23 pm

99 % פאליטישע (אזוי גערופענע ) טרוקענע נייעס איז געספינט (אין אלגעמיין נישט נאר יוסי פארשטייט זיך)

אבער דא גראדע זעי איך עס אלס די נארמעל נייעס איך זעי נישט אז ער האט געזוכט מיט דעם צו הייבן טראמפ דאס איז א פשוטע פאקט אז טראמפ גייט אזוי ארויס איך פארשטיי בכלל נישט דיין געשריי

דעס אז אונטער דיין באוואוסטזיין ווען דו הערסט די נייעס טראכסטו גלייך פון אבאמא.... ברענגט דיר די טענות

דיסקלעימער איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון יוסיס אנאליזען חוץ ביי קאראנע ווי די אמת האט געשריגען פון זיך אליין
לעצט פאראכטן דורך שליו ודגים אום מאנטאג ינואר 18, 2021 7:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אפענטפערן יוסי געשטעטנער אשכול

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 18, 2021 4:27 pm

דאס אז טראמפ האט נאר געהאט 'איין מידטורם' איז א פשוטער פאקט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שלאמקע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:26 pm

תגובהדורך שלאמקע » מאנטאג ינואר 18, 2021 6:53 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:ערשטנס, ווען מ'קוקט אויפ'ן סענאט דארף מען קוקן אויף וויפיל סענעטארן פון יעדע פארטיי זענען אויסגעשטאנען צו לויפן אונטער דעם פרעזידענט'ס זייגער. למשל נאך 2018, האבן רעפובליקאנער געהאט מיט 42 זיצן ווייניגער אינעם הויז ווי נאך 2016, דאס איז מיט איבער 17% ווייניגער זיצן! אבער אינעם סענאט האבן זיי געהאט מיט איין זיץ מער, דאס איז מיט באלד 2% מער זיצן, למעשה ווען מ'קוקט אויף וויפיל סנעאט זיצן פון יעדע פארטיי ס'זענען געווען פארמעסטן איז אלעס פארענטפערט.

צווייטנס, די גאנצע זאך צו קוקן אויף וויפיל זיצן די פארטיי האט איז נישט קיין ריכטיגע וועג פון קוקן, ווייל דאס ווענדט זיך אויך אין די צאל זיצן זיי האבן געהאט פאר ער איז אריינגעקומען. א מער ריכטיגע וועג וואלט געווען צו קוקן אויף וויפיל זיצן זיין פארטיי האט צוגעזען אדער פארלוירן, און ווייל דאס האט אויך צו טוהן מיט וויפיל דער פארטיי האט געהאט פון פריער (ווייל אז מ'הייבט אן מיט אסאך האט מען מער פלאץ צו פארלירן און די זעלבע פארקערט), דארף מען באמת קוקן אויף א קאמבינאציע פון ביידע.

מיר זעהן די 2 אויס ווי די זעלבע זאך....
צום ענין, ברענג ביטע די אינפארמאציע פון די פראצענטען בעפאר און דערנאך.
ייש"כ פארן אשכול, גאר א פיינער געדאנק, איך האף נאר אז עס זאל זיך האלטן אויף גראדע רעלסן...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט