צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

צייטונגען זאלן זיך טוישן אזויווי דא געשריבן
29
43%
צייטונגען זאלן אינגאנצן זיך פארמאכן, בלויז מאגאזינען
5
7%
צייטונגען זאלן בלייבן אזוי ווי ביז יעצט
29
43%
אנדערע אויסוואל
4
6%
 
סך הכל שטימען: 67

באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

וואס איז אייער מיינונג?

די מציאות איז אז דער עולם ווערט געוואר נייעס פון האטליינס, מעסעדזשעס אאו"ו.
די קליינע עולם וואס נישט, איז נישט אזוי אינטערסירט אין די נייעס, סאו סערווט מען כמעט קיינעם נישט מיטן אנהאלטן א צייטונג סטייל.

אוודאי, זאל בלייבן צייטונג זייטן, צו באריכטן די גרעסערע נייעסלעך, אבער אזוי עס איז יעצט, סיי דער איד, און סיי דער בלאט, צייטונג, האט כמעט נישט קיין פשט.

לענ"ד, דארפן זיי מאכן די ערשטע חלק טאקע פאר צייטונג בלעטער, און אין דעם אריינלייגן די ביסל אידישע נייעס פון די קהלות/ציבור אפטיילונג.

און א מאגאזין אויסגאבע זאל אנהאלטן די השקפה, בריוון, פארזעצונג ארטיקלען, די אפשאצונגען אויף נפטרים, נייע ספרים באריכטן, היסטאריע, און טשיקאווע, אינטערוויאס, א אפטיילונג ווי מאמענטלעך אין די מאמענט, וכו'. (לדוגמא, 'די שריפט' אפטיילונג פון 'די וואך', וואס איז זייער פאפולער לעצטענס).

עקסטער א תורה אפטיילונג, וואס זאל דינען ווי א גליון לכבוד שב"ק, וואס דער איד האט שטארק מצליח געווען דערמיט

א קינדער אפטיילונג, א פרויען אפטיילונג

די בילדער אפטיילונג, קען גיין צוזאמען מיט די מאגאזין. אדער עקסטער

און וואס זאגט איר? אזוי? אנדערש? בכלל נישט קיין צייטונגען? בלייבן אזוי ווי ביז יעצט?

שמועסט אויס ביטע ווען איר וועלט, פארוואס איר האט אזוי געשטימט
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

די צייטונג איז זייער פיין נאר זייער לינק, עס דארף ווען זיין נאך א צייטונג אויפן זעלבן שטייגער נאר שארף רעכט אוי וועט זיך עס גיט פארקויפן אפשר צייט פאר ר' יוסי (ובנו) פאר זייער נייע צייטונג
דער איד איז נישט קיין צייטונג און נישט קיין מאגאזין סא נישט קיין חילק וואס ער זאל זיך טוישן וועט עס זיין בעסער ווי עס איז יעצט
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צייטונגען זענען אלטמאדיש. מ'דארף היינט מער אנאליזן ווי נייעס. גענוי ווי די עמי און משפחה שטעלן צו, האלב מאגאזין איז נייעס אנאליזן. דאס זעלבע האט המודיע אנגעהויבן צו טון כדי איבערצוקומען זייער קאמפעטישען יתד. מאגאזינען זענען די נייע צייטונגען.

להבדיל די גויאישע צייטונגען זענען שוין אויך מער נישט קיין צייטונגען מיט נייעס ווי אמאל, נאר פול מיט אנאליזן, היסטאריע, אינטערעסאנטע מעשיות, טשיקאווע אינטערוויוס וכדו'. צייטונגען זענען ארויס פון באנוץ זינט נייעס באקומט מען אויפן פאון סקרין אין ווייניגער פון 120 אותיות אדער אויף די בולעטין אפטיילונג פון קול מבשר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עס זענען דא גענוג אידן וואס ליינען נייעס נאר פון צייטונגען.
נישט יעדער האט עקסעס.
אלע 60+ האבן ליב די צייטונגען.
פרויען.
אזויווי די איד, מיט די עקסטערע תורה אפטיילונג, ארבעט גוט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

געשטימט דאס ערשטע אויסוואל, אזוי ווי די זאגסט ס'פעלט היינט מאגאזינען אויף די אידישע שפראך אזוי ווי די עמי וכו' , די איינציגסטע היימיש מאגאזין אויף אידיש איז די מאמענט און אפי' דאס ענדיג איך ליינען אין 2 טעג, משא"כ די עמי און משפחה איז דיקער מיט עטליכע אפטיילונגען וועכענטליך.
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

כברענג עס ארויף צוליב די טענה'רייען אין "דער איד" אשכול
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

איך בין א שטארקע קול מבשר הערער, דאך האב איך זײער ליב צו לײנען נײעס - אנאליזן וכדו׳ אין א ״צײטונג פארמאט״ דײקא, כ׳האלט אז ס׳איז נאך יא דא א שטארקע מקום פאר א געהעריגע צײטונג,
בנוגע די מאגאזינען, כ׳ענדשױ עס, אבער די ארטיקלען זענען אסאך מאל אזױ גע׳טובל׳ט און ארױס סטיל, משא״ך א צײטונג װי מ׳לײנט אױף די סארט פאפיר ס׳איז אסאך מער לײנבאר, אדרבא, אױב די צײטונגען װעלן מער פאוקעסן אױף נײעס - אנאליזן, װעלן זײ קענען דראפן די חלקים המאגאזינען און זיך נאר שפארן געלט.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פארמינערן די צייטונג בלעטער, פארמערן די מאגאזין בלעטער
נייעסן דארפן זיין קורץ און שארף, איז דא עפעס אן אינטערעסאנטע נייעס וואס דארף ברייט אויסגעשמועסט ווערן, זאל מען מאכן דערפון אן ארטיקל/אינטערוויו
דאס איז מיין מיינונג
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: צייטונגן זאלן זיך טוישן צו מאגאזינען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צ’’ק

ניין
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”