קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
הערליכע גראמען פון ר' וועלוולען די'ע וואך. כאניש געוואסט דער יכול'ט טאקע..
און די גאנצע שמועס איז עפעס זיך צו באלעקן (ווי יעדע וואך..)

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5469
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
eller האט געשריבן:וועלוועל זאגט דארט אז די בעקעריי אין לאנדאן וואס האט געהאט א שאלה איבער בישול עכום און געטיילט בחנם פאר די האספיטאלס די אלע דאנאטס.. ער פירט דארט אויס אז די בעקעריי האט באקומען א באשטעלונג פון גאר אסאך דאנאטס אז ס'האט זיך אויסגעצאלט..
למעשה א שרייבער יאזאפאוויטש פון לאנדאן שרייבט אין די מאמענט לעצטע וואך אז דאס איז שקר....
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
אזוי? ר' מיילעך האט עס שוין אויף פארציילט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
ר' יצחק שלמה פרעגט א חידה, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען די תירוץ,
חידה. א מענטש שטייט פארנט פין צוויי שטעט, איין שטאט רעדט מען נאר אמת, און אין די צווייטע שטאט רעדט מען נאר ליגענט, די זאך איז אז ער ווייסט נישט וועלכע שטאט איז וואס,
איינער קומט אים אנטקעגן, עס איז 50% אז די מענטש זאגט אמת און 50% אז ער זאגט ליגנט,
יעצט וואספארא קשיא קען ער עם פרעגן צו וויסן וועלכע שטאט איז וואס?

מען קען יעצט באקומען ביז 75 פריע שעירס
ביי webull
ווען די סיינסט זיך אויף מיט א נייע אקאונט
און דיפאזיסט א מינימום פון $100
ביי webull
ווען די סיינסט זיך אויף מיט א נייע אקאונט
און דיפאזיסט א מינימום פון $100
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
די תירוץ וואס ער ענטפערט איז אז ער זאל עים פרעגן "ווי וואונסטו" און ממנ"פ וועט ער עים ווייזען אויף די שטאט וואס מען רעדט נאר אמת ודו"ק.
אבער ער לייגט צו אז ער זאל עים פרעגן "און וועלכע שטאט איז דאס", אבער דאס מאכט שוין קאליע און קאמפליצירט, בעסער אויסלאזען די שאלה.....

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 267
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
שמואל בארג האט געשריבן:דער יאזעפאוויטש האט עס נאכגעשריבן פון א שמועס דא אינעם עולם
קענענדיג יאזאפאוויטש פון דער נאנט ווייס איך פערזענדליך אז ער האט אפגעהאלטן א שמועס מיט איינע פון די צוויי בעלי בתים וואס האבן דאס קאנפירמעט אז די מעשה האט א בארד. זיי הייבן אויף טעלעפאנס, מען קען זיך אליינס איבערצייגען
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
גם אתה יכול האט געשריבן:שמואל בארג האט געשריבן:דער יאזעפאוויטש האט עס נאכגעשריבן פון א שמועס דא אינעם עולם
קענענדיג יאזאפאוויטש פון דער נאנט ווייס איך פערזענדליך אז ער האט אפגעהאלטן א שמועס מיט איינע פון די צוויי בעלי בתים וואס האבן דאס קאנפירמעט אז די מעשה האט א בארד. זיי הייבן אויף טעלעפאנס, מען קען זיך אליינס איבערצייגען
איך האב געפרעגט און ער האט מיך געזאגט אז לא דובים ולא יער
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
הערשקא האט געשריבן:ר' יצחק שלמה פרעגט א חידה, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען די תירוץ,
חידה. א מענטש שטייט פארנט פין צוויי שטעט, איין שטאט רעדט מען נאר אמת, און אין די צווייטע שטאט רעדט מען נאר ליגענט, די זאך איז אז ער ווייסט נישט וועלכע שטאט איז וואס,
איינער קומט אים אנטקעגן, עס איז 50% אז די מענטש זאגט אמת און 50% אז ער זאגט ליגנט,
יעצט וואספארא קשיא קען ער עם פרעגן צו וויסן וועלכע שטאט איז וואס?
די בעסטע תריץ איז אז ער זאל אים פרעגן "יעצט רעגנט? ווי איז די שטאט אמת?"
איז אזוי. אויב וועט ער אים ענטפערן אז יעצט רעגנט (און ס'רעגנט טאקע) און די רעכטע שטאט איז אמת ווייסט ער אז די לינקע שטאט איז אמת א.א.וו.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
די פרישע שמועס דערמאנט וועלוול הרב אהרן קאהן נפטר געוואנדן לעצטענס ער כאפט נישט די ספעציעלקייט די חידוש פון די איד, ווער עס קען אריינשיקן צו עם די לינקס
ר' אהרן קאהן
ר' אהרן קאהן לוויה
ר' אהרן קאה
ר' אהרן קאהן
ר' אהרן קאהן
ר' אהרן קאהן לוויה
ר' אהרן קאה
ר' אהרן קאהן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
און וואס זאגט טורנהיים?
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
בסד האט געשריבן:און וואס זאגט טורנהיים?
אז טראמפ וועט עס לבסוף מאכן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- יוחנן בוקסבוים
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 432
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
Amazing האט געשריבן:בסד האט געשריבן:און וואס זאגט טורנהיים?
אז טראמפ וועט עס לבסוף מאכן
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
גוט. בין איך רואיג.
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
וועלוול פארציילט א מעשה אז א עלטערע פרוי געווען געזונד זי האט געזאגט זי זאגט אירע עלטערן זיידעס וכו' געכאפט א הארץ אטאקע און אוועק דרעזנער רופט זיך אן עפעס וועגן א דברי יחזקאל אין די נושא אפשר ווייסט עימיצער א מקור??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
געכעכט, וועלוול האקט אריין אז ער קען שוין די מעשה, און 'למעשה' פארציילן זיי נישט דעם מעשה, זיי פארגעסן אז די צוהערער ווייסן נישט פון וואס מ'רעדט... (פארשטייצעך נישט קיין קריטיק ח"ו, נאר לחידודא בעלמא...)
מיר האבן זייער הנאה יעדן וואך פונעם שמועס, א פארגעניגן יעדע וואך פונדאסניי... שכויעח!
(איינער האט באמערקט, אז די 'אידיש' ר"ת לויט די א"ב ביים סוף פון שיעור, איז אויך 98.9% ענגליש...)
מיר האבן זייער הנאה יעדן וואך פונעם שמועס, א פארגעניגן יעדע וואך פונדאסניי... שכויעח!
(איינער האט באמערקט, אז די 'אידיש' ר"ת לויט די א"ב ביים סוף פון שיעור, איז אויך 98.9% ענגליש...)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4095
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
זאגסט וואס עטס ווילטס , מען קען זיך באלעקט די פינגערס פון די שמועס
אינטערסאנט צו וויסן צו זיי גרייטן זיך גארנישט צוזאמען
עכ״פ לדעתי גייט עס ווערן שטערקער און שטערקער
די אלע פאפולערער שיעורים א שטייגער וואו ר׳ מיילך בידערמאן וכדומה האבן א כח אז מענטשן קומען צו אים צו פארציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס האט מיט זיי פאסירט און דעיס האט א כח ההמשכה אז מער און מער מענטשן קומען הערן די סיפורים
לדעתי האט די שמועס אזא סארט פאטענציאל
כה לחי ותצליחו!
( אנטשולדידט אויב די אשכול אעז נאר געווידמעט פאר קריטיק ואתכם הסליחה)

- זייטיגע צוקוקער
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
נאר מיט שמחה האט געשריבן:געכעכט, וועלוול האקט אריין אז ער קען שוין די מעשה, און 'למעשה' פארציילן זיי נישט דעם מעשה, זיי פארגעסן אז די צוהערער ווייסן נישט פון וואס מ'רעדט... (פארשטייצעך נישט קיין קריטיק ח"ו, נאר לחידודא בעלמא...)
די רעדטס פון די מעשה מיטן דברי יחקאל?
קוקט אויס זיי דערציילן עס נישט בכוונה, ווייל ס'מאכט אוועק די מעשה פון די עלטערע פרוי און ענליכע מעשיות.
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:נאר מיט שמחה האט געשריבן:געכעכט, וועלוול האקט אריין אז ער קען שוין די מעשה, און 'למעשה' פארציילן זיי נישט דעם מעשה, זיי פארגעסן אז די צוהערער ווייסן נישט פון וואס מ'רעדט... (פארשטייצעך נישט קיין קריטיק ח"ו, נאר לחידודא בעלמא...)
די רעדטס פון די מעשה מיטן דברי יחקאל?
קוקט אויס זיי דערציילן עס נישט בכוונה, ווייל ס'מאכט אוועק די מעשה פון די עלטערע פרוי און ענליכע מעשיות.
יא יא, ביסט גערעכט.
מיין הערה איז געווען שלא במקומה, שוין געווען עטליכע מאל וואס זיי האבן נישט אויסגעפירט ענינים צוליב דעם וואס דער צווייטער האט אריינגעהאקט, אבער ס'באדערט מיר נישט, פארקערט, ס'ברענגט ארויס די ארגינעילקייט און שיינקייט פון די שמועסן, כאי' צוויי חברים פארברענגען אינאיינעם און קיינער הערט'צעך נישט צו..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- פרינדזשעס..
- שר האלף
- תגובות: 1535
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
- לאקאציע: מונקאטש
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
וואס עפעס? האט געשריבן:זאגסט וואס עטס ווילטס, מען קען זיך באלעקט די פינגערס פון די שמועס
אינטערסאנט צו וויסן צו זיי גרייטן זיך גארנישט צוזאמען
עכ״פ לדעתי גייט עס ווערן שטערקער און שטערקער
די אלע פאפולערער שיעורים א שטייגער וואו ר׳ מיילך בידערמאן וכדומה האבן א כח אז מענטשן קומען צו אים צו פארציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס האט מיט זיי פאסירט און דעיס האט א כח ההמשכה אז מער און מער מענטשן קומען הערן די סיפורים
לדעתי האט די שמועס אזא סארט פאטענציאל
כה לחי ותצליחו!
( אנטשולדידט אויב די אשכול איז נאר געווידמעט פאר קריטיק ואתכם הסליחה)
זייער גוט געשריבן דא איז געווידמעט בלויז פאר קאמפלימענטן ווער עס וויל שרייבן קריטיק זאל גיין אין די קריטיק אשכול,
ייש"כ פון פראנויס
הק' פרינדזשעס..
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
יא מיין קאמפלימענט איז, אז סאיז זייער געשמאק און לאכעדיג, גאנץ אינפארמאטיוו,
די קריטיק איז,
אז פרייטיג בינעך אויפגעשטאנען א שעה שפעטער צוליב דעם שמיעס
אויך יצחק שלמה מיינט, אז ער רעדט אויף א ביעט, און מטאר נישט אטעמען אינדערמיט, סאיז נישט ישתבח, מעגסט געבן א אטעם, סאיז אפילו מער נאטירלעך אזוי,
ערנסט גערעדט האבעך איין הערה אויף וועלוועל, אז אין זיין מוסד לערנט מען אפאר פרשה'ס אין משך פון יאר, כמיין כהאב געזען עפעס פון בעלזער רב מהר''א
(מעשה צדיקים (הרב י' מייזליש) תחלת ספר ויגש) אקעגען דעם, קוק עס נאך

א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
- טשעירמאן
- שר האלף
- תגובות: 1728
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
- לאקאציע: אויפן באלעמער
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
[quote=]מיין קאמפלימענט איז, אז סאיז זייער געשמאק און לאכעדיג, גאנץ אינפארמאטיוו,
ערנסט גערעדט האבעך איין הערה אויף וועלוועל, אז אין זיין מוסד לערנט מען אפאר פרשה'ס אין משך פון יאר,
[/quote]
פארוואס טאקע פונקט די דריי פרשיות ויגש, ויחי, שמות, האט זיי אויסגעוועלט?

מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
sheetrock האט געשריבן:הערשקא האט געשריבן:ר' יצחק שלמה פרעגט א חידה, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען די תירוץ,
חידה. א מענטש שטייט פארנט פין צוויי שטעט, איין שטאט רעדט מען נאר אמת, און אין די צווייטע שטאט רעדט מען נאר ליגענט, די זאך איז אז ער ווייסט נישט וועלכע שטאט איז וואס,
איינער קומט אים אנטקעגן, עס איז 50% אז די מענטש זאגט אמת און 50% אז ער זאגט ליגנט,
יעצט וואספארא קשיא קען ער עם פרעגן צו וויסן וועלכע שטאט איז וואס?
די בעסטע תריץ איז אז ער זאל אים פרעגן "יעצט רעגנט? ווי איז די שטאט אמת?"
איז אזוי. אויב וועט ער אים ענטפערן אז יעצט רעגנט (און ס'רעגנט טאקע) און די רעכטע שטאט איז אמת ווייסט ער אז די לינקע שטאט איז אמת א.א.וו.
איך האב עס נישט אויסגעהערט אבער דער פשוט'ער ענטפער איז ער זאל אים פרעגן בזה"ל: אויב איך וואלט דיר געפרעגט אין וועלכע שטאט רעדט מען נאר אמת וואס וואלסטו מיר געענטפערט?
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
זע איך אז @ר' איד האט שוין געענטפערט א פשוט'ערן ענטפער.
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
די אשכול איז טאקע געווידמעט פאר קאמפלימענטן, און כ'מיין אייוועלט זענען גאנץ פייערדיגע חסידים פון די דרעזנער שמעלצער שמועסן... אבער הערות און הארות מעג מען זאגן, פארקערט זיי ווארטן אויף דעם און זיי שמועסן עס אויס געווענליך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: קול מבשר: די וועכנטליכע דרעזדנער-שמעלצער שמועס
טשעירמאן האט געשריבן:[quote=]מיין קאמפלימענט איז, אז סאיז זייער געשמאק און לאכעדיג, גאנץ אינפארמאטיוו,
ערנסט גערעדט האבעך איין הערה אויף וועלוועל, אז אין זיין מוסד לערנט מען אפאר פרשה'ס אין משך פון יאר,
פארוואס טאקע פונקט די דריי פרשיות ויגש, ויחי, שמות, האט זיי אויסגעוועלט?[/quote]
ס'א אלטע שיטה, מ'רופט עס דאכט זיך 'שיטת זכרו' עפעס אזוי, זייער אסאך ת"ת איבער די גארער וועלט לערנען אויף דעם גאנג, און די דריי פרשה'ס איז פשוט ווייל דא האלטן זיי. די שיטה איז אז מ'לערנט נישט יעדע וואך ביז שני אזוי ווי ס'געווען ביי אונז, נאר מ'לערנט שטייט און טיף די גאנצע פרשה לויטן סדר, אפי' אז ס'גייט נישט לויט די וואכעדיגע סדרה..
ס'א אלטע וויכוח ציווישן די גדולי ישראל איבערן שיטה, ואלו ואלו דברי וכו'
ביי די מער היימישע קהילות איז עס נישט אנגעומען, אבער זייער אסאך חשוב'ע אידן האלטן יא דערפון.