תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:34 pm
רעבוינעשעלוילעם!!!
גיימיר נאך איין מאל פראבירן (צוריק?)צולייגן דעם אפטיילונג אויף די רעלסן. און די פאריגע צוויי שמועסן, איז די איינציגסטע זאך ווואס איז געווען א טראפ טיפער, געווען די ערקלערן די ציל און די היסטאריע פון די National Security Council. די צוויי מינוט איז געווען אינטערסאנט. אויסער דעם, איז דאס געווען ריין פאליטישע אנאליזן. פאר דעם האמיר דאך שוין אן אפטיילונג.
אויב ווילסטו גיין א טראפ טיפער לגבי די אימפיטשמענט, גיי בערך אזוי
ח"א
1) וואס מיינט אימפיטשמענט
2) וואס איז געווען די משא ומתן ביים לכתחלה אויסשטעלן די אימפיטשמענט פראצעדור, און פארוואס האט מען עס אויסגעשטעלט אויף דעם אופן
3) ווען איז פארגעקומען די פאריגע מאלן וואס מען האט אימפיטשט א פרעזידענט. איז עס אויך געווען אזוי פארטייאיש?
ח"ב
1) וואס ווייסן מיר פאקטיש איבער די אוקריינע פרשה.
(וואס פיאנע היל זאגט איז 'ביי דעפינישען' נישט קיין פאקט, וויבאלד זי קען זאגן ליגענט. די רעפאבליקאנע קענען שרייען אז זי איז דיפ סטעיט [אדער סטעיבעל סטעיט ווי אנאנימעס רופט דאס...]. דאס אז מען האט אפגעשטיפט די געלטער למשל, איז יא א פאקט, פון דעם איז אינטערסאנט צו הערן, ווי לאנג, ווען האט מען עס רעליסט וכו')
2) ווער זענען די עדות, און ווער האט זיי גערופן?
3) מוזן זיי קומען?
תן לחכם ויעכקאם אויד. ביטע האלט דעם אפטיילונג כמטחוי קשת פון די פאליטישע אנאליזן, כדי מיר זאל קענען הנאה האבן.