נייע סעריע שיעורים אויף די כח הנגינה

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

נייע סעריע שיעורים אויף די כח הנגינה

תגובהדורך טישטוך » זונטאג מאי 12, 2019 6:46 pm

איך בין נישט קיין מענטש וואס הערט אויס האטליינס, אבער פארשטייט זיך אז ווען מען זיצט אין טרעפיק טוט מען פארשידענע זאכן וואס מען איז נישט געוואוינט צו טאן... איך האב אנגערופן קול חומת הדת און געהערט דארט הערליכע אינטערוויאו'ס דורך הרב אשר מרדכי רובין און הרב יענקעלע כהן מיט א מוזיק מבין וועלכער האט דורכגעטון די נושא פון נגינה גאר פונדערנאנט און גיבט איבער א טיפערע בליק אויף די היינטיגע נגינה.

ער רעדט גאר טיף און מען מוז האבן א שטארקער מח מיטצופארן מיט זיינע הויפענעס תוכן, קיין נאמען האב איך נישט געהערט אבער מען קען זען אויף זיין רעדן אז ער פלאטשקעט נישט סתם אין שיסל, מיט א מורא'דיגער קלארקייט איז ער מסביר פונקטליך וואס עס טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד און אינאיינוועגס פירט ער אייך אריין אין די חכמה פון די מוזיק טעאריע, נאכן דאס הערן האב איך פארלאשן די מוזיק און בפשטות וועל איך שוין נישט זיין אינטערסירט דערין דע כי יבוא שילה...

עס איז ווערד צו אויסהערן.

7183628800
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מאי 12, 2019 9:02 pm

טישטוך האט געשריבן:קול חומת הדת

עס איז ווערד צו אויסהערן.

718-362-8800

אויף וועלכע נומער?
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מאי 13, 2019 3:20 am

טישטוך האט געשריבן:ער רעדט גאר טיף און מען מוז האבן א שטארקער מח מיטצופארן מיט זיינע הויפענעס תוכן, קיין נאמען האב איך נישט געהערט אבער מען קען זען אויף זיין רעדן אז ער פלאטשקעט נישט סתם אין שיסל, מיט א מורא'דיגער קלארקייט איז ער מסביר פונקטליך וואס עס טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד און אינאיינוועגס פירט ער אייך אריין אין די חכמה פון די מוזיק טעאריע, נאכן דאס הערן האב איך פארלאשן די מוזיק און בפשטות וועל איך שוין נישט זיין אינטערסירט דערין עד כי יבוא שילה...

עס איז ווערד צו אויסהערן.
7183628800

גערעכט
יעצט אים געהערט אויף נומער 3-2 די פיפטע שמועס
דער קוקט אויס ווי ריכטיגע סחורה, קעש געלט

מען דארף אים טראגן אין ישיבות רעדן צום יוגנט, דער איז א זעלטענער כח בלע"ה.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג מאי 13, 2019 8:20 pm

איך האב עס געהערט אויף די נומער 1 און דערנאך 2 און מען דארף דרוקן אסאך מאל 9 ביז מען קומט אן צו די אינטערוויוא'ס
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג מאי 13, 2019 11:40 pm

ער זאגט א נאמען?

יפה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2018 7:03 am

תגובהדורך יפה » מיטוואך מאי 15, 2019 7:52 am

טישטוך האט געשריבן:איך האב עס געהערט אויף די נומער 1 און דערנאך 2 און מען דארף דרוקן אסאך מאל 9 ביז מען קומט אן צו די אינטערוויוא'ס


ווי קען מען אים הערן? אדער אוויף דער אנדערע וועג ווי פריער אויסגעשמועסט?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

א מעסטער אויפן איכות הניגון

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 19, 2019 3:47 pm

אין א נייע שמועס זאגט די מבין אז ער האט נישט די מוזיק מעסטער אויף וויפיל השחתה עס ליגט אין א ניגון,
איינע פון די מגיבים דארט אויף נומער 3 זאגט א רעיון אז דאס ניצן תנועות הגוף איז א ראי' אז די ניגון ציעט אריין אין גופניות וכו'
לכאורה איז די גוף בכלל נישט א ראי' לזה, די צדיק מ'סקולען זצוק"ל האט אלץ ביי די גאר דערהויבענע ניגונים אריינגעלייגט תנועות הגוף דערין וואס האט גאר שטארק אפעקטירט אויף די איכות הניגון צו דערהויבענקייט וכו'.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מאי 19, 2019 4:11 pm

מצוה לשמוע דברי חכמים - כ'מיין אז ס'איז זיי נישט ניחא זיי אויסצושמועסן דא אויפן ... סייט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 19, 2019 4:57 pm

יוראפ האט געשריבן:מצוה לשמוע דברי חכמים - כ'מיין אז ס'איז זיי נישט ניחא זיי אויסצושמועסן דא אויפן ... סייט

פארוואס עפעס זאל עס איינעם באדערן.

א יודיש קינד
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:20 am

תגובהדורך א יודיש קינד » זונטאג מאי 19, 2019 5:21 pm

רצון טוב האט געשריבן:אין א נייע שמועס זאגט די מבין אז ער האט נישט די מוזיק מעסטער אויף וויפיל השחתה עס ליגט אין א ניגון,
איינע פון די מגיבים דארט אויף נומער 3 זאגט א רעיון אז דאס ניצן תנועות הגוף איז א ראי' אז די ניגון ציעט אריין אין גופניות וכו'
לכאורה איז די גוף בכלל נישט א ראי' לזה, די צדיק מ'סקולען זצוק"ל האט אלץ ביי די גאר דערהויבענע ניגונים אריינגעלייגט תנועות הגוף דערין וואס האט גאר שטארק אפעקטירט אויף די איכות הניגון צו דערהויבענקייט וכו'.

ס'וועדט זיך צו מ'נוצט די אויבערשטע חלקים פונעם גוף וואס דאס איז געווענטליך ביי די ערליכע ניגונים , אדער די אינטערשטע חלקים וואס דאס איז די דירעקטע השפעה פון די אנדערע ניגונים
ודו''ק

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מאי 19, 2019 5:25 pm

אלע קומזיצן פון אלע ליידאקעס, מיט די גיטארס, שאקעלט מען זיך מיט אזא שרעקליכע התלהבות.

כאילו דער שטן קען טאקע נישט שפילן דעם געים?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 19, 2019 5:28 pm

קיסריה האט געשריבן:אלע קומזיצן פון אלע ליידאקעס, מיט די גיטארס, שאקעלט מען זיך מיט אזא שרעקליכע התלהבות.

כאילו דער שטן קען טאקע נישט שפילן דעם געים?

יא יא גערעכט,
וואס א חילוק וועלכע חלק, מען קען ניצן אלע חלקי הגוף צו מעורר זיין ערליכע ניגונים וואס ברענגט לטוב וה"ה להיפוך.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג מאי 19, 2019 5:52 pm

מען דערקענט זייער גוט דעם דיפערענץ. מ'דארף נישט זיין צו קליג.
ווער ס'האט נאר געזעהן די תנועות פונעם סקולענעם רבי'ן זצ"ל הכ"ם פארשטייט נאך בעסער.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג מאי 19, 2019 6:06 pm

גוט, אבער לאמיר זיך נישט אריינלאזן אין קטנות'דיגע נקודות. די עיקר איז דער פאקט אז די היינטיגע מוזיק קומט פון מענטשן/בהמות וואס זייערע כוונות זענען געווען געמיין. און זיי האבן געוויסט וואס זיי טוען.
---

לעצם הנושא, אפשר איז א חילוק צווישן דער 'גוף', און די 'הענט/פיס' בשעת דער גוף בלייבט איינעהאלטן מיט א ביטול'דיגער שטעלונג.
הוי מחשב...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מאי 19, 2019 6:27 pm

רצון טוב האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:מצוה לשמוע דברי חכמים - כ'מיין אז ס'איז זיי נישט ניחא זיי אויסצושמועסן דא אויפן ... סייט

פארוואס עפעס זאל עס איינעם באדערן.

והמחין יחין...
פוי!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מאי 26, 2019 11:40 am

כ'האב אויסגעהערט די שיעורים איבער מוזיק, ס'איז עד להפליא!
דער מבין האט גוט שטודירט דעם נושא מתחילה ועד סוף, ער האט ארויס יעדן נקודה עד הסוף, און צולייגט דאס אויף פיץ פיצלעך.
ס'איז ראטזאם פאר יעדן אויסצוהערן די שיעורים, קיין חילוק צו ער וועט זיך אפשר יא טוישן אדער זיכער נישט.
די ערשטע פאר שיעורים (כ'מיין די ערשטע 3-4) זענען בעיקר געאייגנט פאר איינער וואס פארשטייט אביסל צו נגינה, אבער די נקודות שבו קען יעדער איינער פארשטיין. דערנאך די לעצטערע זענען זייער פשוט'ע שיעורים, ער גייט איבער די פאקטן און מציאות'ער עד למעשה.
און פאר ווער ס'האט מורא צו הערן 'חומת הדת', דער אנפירער פונעם ליין רעדט כמעט נישט אינמיטן, ער פירט נאר אריין דעם שמועס און ס'איבעריגע רעדט דער מבין.

נ.ב. ווער עס ווייסט די נאמען פונעם יונגערמאן (מבין) זאל מיר ביטע אישי'ן
יישר כח
לעצט פאראכטן דורך אונגארישע הייזער אום מאנטאג מאי 27, 2019 11:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג מאי 26, 2019 8:56 pm

ווי קען מען עס הערן?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 27, 2019 11:56 am

גיט האט געשריבן:ווי קען מען עס הערן?


718-362-8800
x3-2

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:28 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:כ'האב אויסגעהערט די שיעורים איבער מוזיק, ס'איז עד להפליא!
דער מבין האט גוט שטודירט דעם נושא מתחילה ועד סוף, ער האט ארויס יעדן נקודה עד הסוף, און צולייגט דאס אויף פיץ פיצלעך.
ס'איז ראטזאם פאר יעדן אויסצוהערן די שיעורים, קיין חילוק צו ער וועט זיך אפשר יא טוישן אדער זיכער נישט.
די ערשטע פאר שיעורים (כ'מיין די ערשטע 3-4) זענען בעיקר געאייגנט פאר איינער וואס פארשטייט אביסל צו נגינה, אבער די נקודות שבו קען יעדער איינער פארשטיין. דערנאך די לעצטערע זענען זייער פשוט'ע שיעורים, ער גייט איבער די פאקטן און מציאות'ער עד למעשה.
און פאר ווער ס'האט מורא צו הערן 'חומת הדת', דער אנפירער פונעם ליין רעדט כמעט נישט אינמיטן, ער פירט נאר אריין דעם שמועס און ס'איבעריגע רעדט דער מבין.
ר
נ.ב. ווער עס ווייסט די נאמען פונעם יונגערמאן (מבין) זאל מיר ביטע אישי'ן
יישר כח


אין אוצר דעם חודש איז דא הערליכע ארטיקל ממש די זעלבע פונקטן ארויסגעברענגט.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט