בלאט 3 פון 17

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:41 pm
דורך אונגארישע הייזער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מעלה פון ארויסקומען וועכנטליך איז אז די קריטיקירער וועלן נישט דארפן ווארטן צו לאנג פון איין אויסגאבע צום צווייטן....

ר' אסדר, איר האט מיר באמת נישט פארשטאנען, איך בין בכלל נישט דא צו קריטיקירן, איך האב נאר ארויסגעברענגט פונקט א פארקערטע נקודה, טאקע ווייל עס קוקט אויס אזא כשר און גוט, מיט אזעלכע גוטע חברי המערכת, על כן איז א שאד אויב ס'איז דא א זאך וואס קען מעכב זיין א חלק אידן פון דאס ארייננעמען.
און רבי יסודות האט זייער גוט געענטפערט.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:42 pm
דורך יונה ישראל
וואס איז פשט פון די נאמען יסודות ?
ס'האט עפעס א כוונה?

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:43 pm
דורך אדער יא
האסט א בעסערע?

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:43 pm
דורך יסודות
ר' בערל וואס איז דיינע שאלות, וועל איך דיר ענטפערן בס"ד

א) ס'האט א פולע הסכמה פון די רבנים וואס מ'זעהט אויף די בילדער, (און מ'רעדט זיך מיט זיי דורך יעדע אינזיכט).
ב) דער רעדאקציע שטאב, זענען געקליבענע אידן, פון ערליכע שטובער, מיט א ריינע השקפה.
ג) אלע שרייבער, פאר מ'האט געקוקט צו זיי קענען שרייבן, האט מען געקוקט וואס איז זייער השקפה, ווייל דאס איז דער ערשטער יסוד, נאר נאכדעם האט מען אויסגעזוכט פון דיע, ווער ס'האט א גוטע און איידעלע, און רייכע שפראך.
ד) מיר זענען נישט דא צו קאנקארירן מיט קיינעם נישט, נאר זעהענדיג א חלל, האפן מיר דאס צו ערפילן, אונזעער ציהל איז דער אמעריקאנער עולם בעיקר, און אן קיין שום צד אדער פארטיי.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:51 pm
דורך יונה ישראל
אדער יא האט געשריבן:האסט א בעסערע?

א נאמען דארף זיין געבויעט אויף די ציל פון די חיבור, ווען איך וועל וויסן זייער ציל, וועל איך קענען זעהן.
דאס איז געווען מיין צווייטע קשיא, צו עס האט עפעס א כוונה...

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 5:58 pm
דורך lebediger berel
יסודות האט געשריבן:ר' בערל וואס איז דיינע שאלות, וועל איך דיר ענטפערן בס"ד

א) ס'האט א פולע הסכמה פון די רבנים וואס מ'זעהט אויף די בילדער, (און מ'רעדט זיך מיט זיי דורך יעדע אינזיכט). אויפן נארמאלן וועג ווי א איד א בן חמשים קוקט עס אן (כ'פארשטיי שוין נישט די היינטיגע וואטסאפ וועלט אמת) קומט עס געשריבן און ג'חתמ'ט דאס הייסט קבלת אחריות, וועסטו פרעגן צו אנדערע האבן? דאס איז טאקע א חלל, און דאס איז עפעס וואס איך וואלט ארויסגעקוקט. איך וויל דע עיקר קאנטער טענה'ן וואס חושב האט דא געשריבן אז ס'איז א חסרון, היפוך הגמור.
ב) דער רעדאקציע שטאב, זענען געקליבענע אידן, פון ערליכע שטובער, מיט א ריינע השקפה. גרויסע מעלה, איך קען זיי נאר נישט, אפשר מעג מען שרייבן בן - ביי די אלע אינגעלייט
ג) אלע שרייבער, פאר מ'האט געקוקט צו זיי קענען שרייבן, האט מען געקוקט וואס איז זייער השקפה, ווייל דאס איז דער ערשטער יסוד, נאר נאכדעם האט מען אויסגעזוכט פון דיע, ווער ס'האט א גוטע און איידעלע, און רייכע שפראך.
ד) מיר זענען נישט דא צו קאנקארירן מיט קיינעם נישט, נאר זעהענדיג א חלל, האפן מיר דאס צו ערפילן, אונזעער ציהל איז דער אמעריקאנער עולם בעיקר, און אן קיין שום צד אדער פארטיי.
כ'האב נאך נישט פארשטאנען דעם חלל, כ'האב דיר פשוט געוואלט געבן א געלעגנהייט צו ענדיגן דעם שמועס און עס מסביר זיין. ביי מיר איז גענוג אויב נאך א איד וויל מאכן פרנסה, דאס איז ביי מיר 101 פראצענט א וויכטיגע זאך.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 6:03 pm
דורך פרידן
lebediger berel האט געשריבן:

ווערט שוין א ערענסטע שאלה פין קריכן אויף גראדע ווענט

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 6:06 pm
דורך lebediger berel
פרידן האט געשריבן:

אנטשולדיגט ר' איד, פאר מיר איז זייער גוט אזוי ווי ס'איז.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 6:15 pm
דורך מונאוויטש
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב. ב"ה נאך אן ערליכע אויסגאבע אויף די פוליצעס! אין די לעצטע תקופה זעהט מען אן אויפשטייג פון אויסגאבעס וואס טראגן מיט זיך א רוחניות'דיגן כאראקטער למחצה, לשליש ולרביע , צב"ש קנקן, אינטערעסאנט, אין צוגאב צו מעלות און קינדליין, צווישן אנדערע. לא הרי הזה כהרי הזה, אבער הצד השוה שבהן אז אלע פון זיי זענען דא אנצופילן א חלל, ווייל אז מען זעהט אז עס איז פארהאן א שפרינג אין סופליי איז בולט אז עס איז פארהאן א שטארקע דימענד פאר קוואליטעט ליין מאטריאל. און דאס איז א געוואלדיגע זאך.

למעשה, רבי בערל, מיין איך אז איר וועט נישט געפינען קיין איין אידישע אויסגאבע וואס זאל זיין באגלייט מיט אן אפיציעלע שריפטליכע הסכמה. די אידישע מארקעט איז פארפלייצט מיט מערערע הוילע, קאפ-פארשטאפנדע ווארע (וואס ווערט אריינגעברענגט אין אזויפיל היימישע שטובער פשוט ווייל מען מוז דאך האבן וואס צו געבן פאר די אינגווארג). אבער דא אז א ריעע חשובע רבנים האבן געפילט פאר וויכטיג צו געבן זייער ברכה אויפן אבן הפינה, ווייזט דאס אז יסודתו בהררי קדש; און פאר מיר איז עס גוד אינאף.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 6:38 pm
דורך Potus
ווען גייט עס זיין אין סטאר?

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 6:53 pm
דורך דערבארומדיג'ער
יסודות האט געשריבן:
אבער מיר זענען גרייט צו הערן הערות פונעם עולם, און לידיעה, מיר רעכענען זיך בעז"ה מיט יעדע הערה.

ביזדערווייל האב איך איין הערה צו זאגן: תחזקנה ידיכם! ביזדערווייל קוקט אלעס אויס גוט.

עקסטערע קרעדיט פאר דיין אפענקייט מיטן ''יסודות'' ניק. (גרייט זיך פאר א סאך קריטיק...)

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 8:49 pm
דורך חרוזים
ווארטן מיר דאס צו זעהן אין געשעפט, די וואך וועלן מיר דאס בעז"ה זיך איינהאנדלען, און דערנאך וועט מען זעהן, צו ס'האט געכאפט.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 9:09 pm
דורך יסודות
Potus האט געשריבן:ווען גייט עס זיין אין סטאר?

ב"פ וומ"ס שוין אין די סטאר'ס
מאנסי ק"י בעז"ה מארגן

לויפט און קויפט ווילאנג ס'איז נאך דא....

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 11:11 pm
דורך געשמאקע ווינטל
פונ'ם בראשור זעט עס אויס גאר גוט, ברוחניות און בגשמיות...
מ'זעט אז דער האט זיך אריינגעלייגט מיט'ן גאנצן קנאק, און וועט אראפלייגן א גוטן דשאב ווייטער אויך.

אלעמאל וועלן זיין אזעלכע וואס זוכן צו קריטיקירן, אבער איך האף אז ער וועט זיך נישט דערשרעקן און ווייטער אנגיין.

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 12:18 am
דורך מוכר ספרים
חושב מחשבות... האט געשריבן:א נקודה למחשבה מיט וואס די אויסגאבע איז אייגנארטיג, אז ס'נישט געווען קיין גאנצעטע וואכן פון מארקעטינג און אנרייצן אויף סאציאלע מידיע פלאטפארמעס צו אנגרייטן אז ס'קומט עפעס א אויפרייס, אפי' דא אויף אייוועלט איז עס ערשט ארויף ווען ס'שוין געווען פארשפרייט די גליונות אין די בתי מדרשים.

כ'בין שוין פונלאאנג מסופק צי איי וועלט ווערט פאררעכנט ווי א סאציאלע מידיע פלאטפארמע. היינט איז דער איבעיא נפשט געווארן אז נישט. מזל טוב

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 11:04 am
דורך lebediger berel
מונאוויטש האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב. ב"ה נאך אן ערליכע אויסגאבע אויף די פוליצעס! אין די לעצטע תקופה זעהט מען אן אויפשטייג פון אויסגאבעס וואס טראגן מיט זיך א רוחניות'דיגן כאראקטער למחצה, לשליש ולרביע , צב"ש קנקן, אינטערעסאנט, אין צוגאב צו מעלות און קינדליין, צווישן אנדערע. לא הרי הזה כהרי הזה, אבער הצד השוה שבהן אז אלע פון זיי זענען דא אנצופילן א חלל, ווייל אז מען זעהט אז עס איז פארהאן א שפרינג אין סופליי איז בולט אז עס איז פארהאן א שטארקע דימענד פאר קוואליטעט ליין מאטריאל. און דאס איז א געוואלדיגע זאך.

למעשה, רבי בערל, מיין איך אז איר וועט נישט געפינען קיין איין אידישע אויסגאבע וואס זאל זיין באגלייט מיט אן אפיציעלע שריפטליכע הסכמה. די אידישע מארקעט איז פארפלייצט מיט מערערע הוילע, קאפ-פארשטאפנדע ווארע (וואס ווערט אריינגעברענגט אין אזויפיל היימישע שטובער פשוט ווייל מען מוז דאך האבן וואס צו געבן פאר די אינגווארג). אבער דא אז א ריעע חשובע רבנים האבן געפילט פאר וויכטיג צו געבן זייער ברכה אויפן אבן הפינה, ווייזט דאס אז יסודתו בהררי קדש; און פאר מיר איז עס גוד אינאף.

כ'טענה כלל נישט אז ס'מוז האבן א הסכמה, (הגם, דער ענין איז א נקודה למחשבה אבער נישט דאס איז מיין פוינט געווען) כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דער עצם ענין פון א הסכמה, פונקט ווי א השגחה איז א מעלה נישט קיין חסרון, און איך האב שוין לאנג ארויס געקוקט אויף ליין מאטריאל צו געבן פאר די קינדער מיט א השגחה.
אזוי ווי א סופר האט מיר פארציילט איז געווען דער זעלבער דין ודברים לגבי סת"ם ותשמישי קדושה יארן צוריק און הגאון בעל שבט הלוי איז אזוי ברוגז געווען אויף די וואס האבן געהאלטן אז השגחה איז א חסרון עד כדי כך אז "ער" (מעגליך אנדערע האלטן אנדערש לגבי סת"ם, איך רעד יעצט פונעם שבט הלוי) האט געזאגט נישט צו קויפן פונעם סופר וואס האט געזאגט אז השגחה איז א חסרון, און דער סופר האט ממש געניצט די טענה וואס מ'האט דא געברענגט לגבי ליין מאטריאל, האב איך עס געוואלט אויסקלארן.
צוריק לנושא איך האב גארנישט ספעצעיל פאר און אודאי גארנישט קעגן יסודות, לא ידעתי את האנשים ההם, זאלן אלע ערליכע אידן מצליח זיין און מאכן אסאך געלט
און אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן עטליסט ס'האט נעמען, ס'איז א געוואלדיגע זאך, די קינדליין חברה קענעך א טייל און ס'מאכט מיר רואיגער עס צו וועלןקויפן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 11:24 am
דורך אין כל חדש
רבי בערל, איר האט ארויסגעברענגט אז איר קויפט דאס אידישע ליכט/באלייכטונגען
אני כשלעצמי קויף דאס אויך (פון הרב עהרענטאל)
הגם דאס האט נישט קיין הסכמה, אבער זייער טרעק רעקארד איז זייער זייער גוט, לענ"ד קען קיין איין אויסגאבע נישט קאנקורירן מיט זייער פעסטע השקפות, פון בלייבן ארגינעל ווי 100 יאר צוריק, און וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו לופטערן זייערע דיעות על אף וואס עס קען זיי קאסטן קונדן (זיי זענען טאקע עקסטרעמער פון מיר אויך כמ"פ, אבער איך זע נישט אין דעם קיין חסרון)
אויב יסודות וועט זיך אויסצושטעלן צו זיין אין דעם גאטונג, דען וועל מיר פארציכטן אויף נישט האבן קיין הסכמה

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 1:39 pm
דורך lebediger berel
אין כל חדש האט געשריבן:רבי בערל, איר האט ארויסגעברענגט אז איר קויפט דאס אידישע ליכט/באלייכטונגען
אני כשלעצמי קויף דאס אויך (פון הרב עהרענטאל)
הגם דאס האט נישט קיין הסכמה, אבער זייער טרעק רעקארד איז זייער זייער גוט, לענ"ד קען קיין איין אויסגאבע נישט קאנקורירן מיט זייער פעסטע השקפות, פון בלייבן ארגינעל ווי 100 יאר צוריק, און וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו לופטערן זייערע דיעות על אף וואס עס קען זיי קאסטן קונדן (זיי זענען טאקע עקסטרעמער פון מיר אויך כמ"פ, אבער איך זע נישט אין דעם קיין חסרון)
אויב יסודות וועט זיך אויסצושטעלן צו זיין אין דעם גאטונג, דען וועל מיר פארציכטן אויף נישט האבן קיין הסכמה

כ'האב נישט געזאגט אז איך "מוז" האבן א הסכמה עפעס צו קויפן, די גרעסטע ראי' האסטו אז איך בין דא אויף אייוועלט וואס ס'האט נישט קיין שום הסכמה און הלואי נישט קיין שום איסור.
כ'האב נאר ארויסגעברענגט אז ס'איז א "מעלה" און כ'האב אויך געזאגט אז זיצן ביי א מסיבת לחיים מיינט "נישט" קיין הסכמה, נאר א הערצה צום עצם רעיון און צום בעל המחבר, און כ'האב ארויסגעברעגט אז ווי מער אפנקייט אלץ ענדערשער וועל איך אין אנשים כגילי עס קויפן ווייל מ'ווייסט ווער ס'איז און מיט וועמען מ'חבר'ט די קינדער און אייניקלעך.
לגבי ירושלימ'ער אידישע ליכט, כ'געדענק אז ס'האט געהאט ביים מייסד זיין (און ביים אנפאנג לכה"פ) א פולע הסכמה פון די עדה החרדית.
והשנית, הרב עהרנטאל וואלט געקענט זיין א בעל מסכים אליין. עם כל זה וואלט א הסכמה נאר געהאלפן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:42 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד
געקויפט און ערנסט הנאה געהאט.

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:07 pm
דורך מי יודע
יסודות האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יסודות האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:וויפיל עמודים באשטייט דער אויסגאבע?

80 עמודים

אדורכגעליינט דעם בראשור, ס'איז באמת שיין און גוט, נאר עס איז א גרויסע שאד אז עס גייט האבן קאמיקס, וואס דאס וועט אפהאלטן א חלק שטובער פון דאס ארייננעמען.

מ'האט זיך אסאך געפלאגט צו יא לייגן קאמיק'ס אדער נישט, למעשה איז געבליבן, אז עפעס קאמיק'ס דארף דאס אויך האבן, און נאכן זיך דורך רעדן מיט מחנכים, און מבינים בדבר, איז געבליבן אז ס'וועט האבן נאר דאס מינימום (ס"ה 5 עמודים קאמיק'ס, צוויי מעשיות (יעדע מעשה 2 עמודים) און נאכדעם איין עמוד א זיסע מעשה'לע פון אידישע חכמה במשך די דורות, יעדע וואך א זאך פאר זיך).

אבער מיר זענען גרייט צו הערן הערות פונעם עולם, און לידיעה, מיר רעכענען זיך בעז"ה מיט יעדע הערה.

דעתי העני', איין בלעטל מיט אידישע חכמה איז די והותר
אדרבה מאך א אנקעטע און פרעג וואס דער עולם האלט

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:07 pm
דורך מי יודע
אגב, ווער איז ר' יהוסף שווארץ מו"ץ? בן מי?

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:09 pm
דורך אונגארישע הייזער
מי יודע האט געשריבן:אגב, ווער איז ר' יהוסף שווארץ מו"ץ? בן מי?

בן ר' יואל שווארץ מק"י

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:10 pm
דורך מי יודע
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אגב, ווער איז ר' יהוסף שווארץ מו"ץ? בן מי?

בן ר' יואל שווארץ מק"י

הנקרא יואליש? חתן רנ"צ פאלאטשעק?

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:11 pm
דורך יסודות
ווארט פון די רעדאציע.PNG
ווארט פון די רעדאציע.PNG (71.1 KiB) געזען 3165 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 3:11 pm
דורך אונגארישע הייזער
מי יודע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אגב, ווער איז ר' יהוסף שווארץ מו"ץ? בן מי?

בן ר' יואל שווארץ מק"י

הנקרא יואליש? חתן רנ"צ פאלאטשעק?

ער איז נקרא אזוי, וועמענס איידעם ווייסעך נישט