לויט ווי איך בין אינפארמירט געווארן פון דעם רעדאקטער, ליגט אין דעם וואכן און חדשים פון ארבעט און מוה, און צוזאמענארבעט פון טאלאנטפולע שרייבער'ס, רבנים און מחנכים, צו פארזיכערן, אז דאס זאל זיין העכסט אינטרעסאנט, אויף גאר א הויכן סטאנדארט, מיט א לויטערע השקפה, ריין אריין צו קומען אין א היימישע שטוב.
ווי דער ארויסגעבער פארשפרעכט בעז"ה, וועט דאס ארויסקומען יעדע וואך, מלא וגדוש מיט אלע סארטן אינטרעסאנטע ארטיקלען, אין אלע אינזיכטן וואס איז אינטרעסאנט פאר אונז היימישע אידן, אנגעפאנגען פון ווערטער אויף די פרשה, סיפורי ותולדות צדיקים, פילע אונטרעסאנטע מעשיות, אינטעוויאוס, באשרייבונגען, א עקסטערע אפטיילונג פארן עזרת נשים, און א עקסטערע אפטיילונג פאר די יונגווארג, וואס אינהאלט א ווארט אויף די פרשה, סיפורי צדיקים מיט פינטלעך, קאמיק'ס און נאך.
בייגעלייגט דער עד וואס איך האב דערהאלטן היינט