~ אויסגאבעס לכבוד פסח תשע״ט ~

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 10:52 am

דער איד שוין געזען נעכטן מיטאג

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 11:01 am

דער בלאט האב איך שוין געזען היינט אינדערפרי

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 11:17 am

פעלעד האט געשריבן:ייחוס עצמו פון א בליק האט איינער?


יעדער וואס קויפט עס
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:14 pm

דער בלאט איז 568 זייטען אויף פסח

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:27 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:מאמענט, בלאט, איד זענען נישט אין די געשעפטן, גיי פארשטיי.

פארדעם דארף איך האבן פרעשור צו ענדיגן עדס צום דעדליין?

און אפילו נאך די פרעשור פאלט די עד ארויס...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:22 pm

יש״כ

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג אפריל 28, 2019 12:00 am

שלשה אחים האט געשריבן:אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער


אלעס וואס פעלט יעצט אויס איז נאר עס אפצושיקן צום דריק אז מען זאל עס קענען פארקויפן אין די געשעפטן...

סממש א שאד אז סאיז געבליבן אויף א הארד דרייוו...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 28, 2019 1:25 am

האט איינער אינאכט גענומען אז יוחנן דן פון המודיע איז אריבער צו די יתד און שרייבט אויך פאר ענגלישע משפחה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג אפריל 28, 2019 1:49 am

א גוטע וואך און א געזונטן זומער.

און צוגאב צו אלע ליין מאטריאלן וואס איך האנדל זיך איין יעדן יו״ט כולם אהובים כולם ברורים, האב איך מיך ערלויבט פאר יו״ט צו קופן סיי דער ״בליק״ און סיי ״די וואך״ (וואס געווענליך קויף איך דאס נישט) און כמוז זאגן אז ביידע האבן אהערגעשטעלט הערליכע ארטיקלען וואס די שטוב האט זיך באלעקט די פינגער!! געווען ממש א עונג יו״ט! פרטים וועט בל״נ נאכפאלגן.

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » זונטאג אפריל 28, 2019 1:57 am

וואס עפעס? האט געשריבן:האט איינער אינאכט גענומען אז יוחנן דן פון המודיע איז אריבער צו די יתד און שרייבט אויך פאר ענגלישע משפחה


יא, איך האב דאס אינאכט גענומען. שוין עטליכע וואכן
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג אפריל 28, 2019 2:53 pm

האלט מען שוין נאך יו״ט, און איך האב אפילו נאכנישט געענדיגט אלע אויסגאבעס (וואס איך האב געקויפט) אבער וויפיל איך האב געליינט, קען איך זאגן אז יעדער האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן צו פארקויפן.

קודם דארף איך זאגן, אז דאס איז געווען די ערשטע יו״ט, וואס איך האב אפילו נישט דורכגעבליקט די ענגלישע אויסגאבעס, (געקויפט די משפחה און עמי) צוליב די רייכע און הערליכע ארטיקלעך וואס עס איז געווען צוגעשטעלט אין די אידישע אויסגאבעס.

די בילדער אויסגאבעס האבן געמאכט א מאסיווע דזשאב, און היפש בעסער פון די אפיציעלע ליין מאטריאל, און צוגעשטעלט הערליכע פראיעקטן און ארטיקלעך.

די וואך איז דא געווען מיט א זעלטענע חידוש, און אהערגעברענגט א היסטארישע בילדער אויסגאבע וואס פלעגט ארויסקומען פאר 80 יאר צוריק אינדערהיים. איך האב מיר ממש באלעקט דערמיט, און זיך נישט געקענט אוועקרירן דערפון.

אויך האבן זיי געהאט א הערליכע ארטיקל איבער די פארט אוטאריטי פאליציי, איך האב מיר געשפירט ווי איך ליין אן אמאליגע ארטיקל אין דער שטערן.

און די אנדערע פראיעקטן פון די וואך, ראשית ממלכתם, און איבער רעבישע חתונות פראדאקשען איז אויך געווען זייער אינטערעסאנט.

בקיצור, זיי האבן אהערגעשטעלט אזאנס און אזעלעכטס לכבוד יום טוב!

די אה בליק האט אויך אהערגעשטעלט פיינע סחורה, ווי די אכשר דרא, טראצדעם וואס אסאך פון די ארטיקלעך און אינפארמאציע איז שוין געווען אויסגעדראשן דורכאויס די צייט, (די קול מבשר ארטיקל האב איך שוין אמאל געליינט, איך קען מיר נישט דערמאנען ווי) איז עס געווען היפש אינטערעסאנט.

די צפת ביילאגע איז געווען מאסיוו! א הערליכע ארבעט שיין באשריבן און באגלייט מיט שיינע בילדער.

אויך האב איך שטארק הנאה געהאט פון די געקליבענע בילדער, און אלע אנדערע אפטיילונגען. און די שיינע קערעסטיר אדווערטייזמענט... :)

די מאמענט איז זייער אינטערעסאנט אז די הויפט ארטיקלעך האט מיר נישט געצויגן, אבער די קליינע אינטערוויאס און באשרייבונגען האב איך זייער הנאה געהאט, ספעציעל פון די איש מפורסם היה, דאס איז געווען די ״טשערי אן טאפ״ און אויך די יציאות ברוקלין איז געווען א פיינע פראיעקט.

ברוך השם אז אידיש ליין מאטריאל איז אויף די וועג ארויף און זאלן זיי אלע מצליח זיין!

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » זונטאג אפריל 28, 2019 3:41 pm

גראמער האט געשריבן:די צפת ביילאגע איז געווען מאסיוו! א הערליכע ארבעט שיין באשריבן און באגלייט מיט שיינע בילדער.

מאסיוו נישט דאס ווארט! זיך באלעקט מיט יעדע בלעטל באזונדער!

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » זונטאג אפריל 28, 2019 3:43 pm

גראמער האט געשריבן:די אה בליק האט אויך אהערגעשטעלט פיינע סחורה, ווי די אכשר דרא, טראצדעם וואס אסאך פון די ארטיקלעך און אינפארמאציע איז שוין געווען אויסגעדראשן דורכאויס די צייט, (די קול מבשר ארטיקל האב איך שוין אמאל געליינט, איך קען מיר נישט דערמאנען ווי) איז עס געווען היפש אינטערעסאנט.

רוב ארטיקלען אינעם אכשר דרא זענען פון מאמענט אין בילדער פון אידישע וועלט...
גראדע האבן זיי זיך באדאנקט פאר ביידע

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » זונטאג אפריל 28, 2019 4:49 pm

גראמער האט געשריבן:אויך האבן זיי געהאט א הערליכע ארטיקל איבער די פארט אוטאריטי פאליציי, איך האב מיר געשפירט ווי איך ליין אן אמאליגע ארטיקל אין דער שטערן.


דער שטערן האט זיך עפעס געטוישט פון אמאל ביז יעצט?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 28, 2019 7:25 pm

זייער זייער זייער הנאה געהאט פון די מאמענט.

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג אפריל 28, 2019 8:29 pm

ברעטל האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:אויך האבן זיי געהאט א הערליכע ארטיקל איבער די פארט אוטאריטי פאליציי, איך האב מיר געשפירט ווי איך ליין אן אמאליגע ארטיקל אין דער שטערן.


דער שטערן האט זיך עפעס געטוישט פון אמאל ביז יעצט?


לכאורה נישט, נאר פשוט שוין לאנג נישט געקויפט, און אמאל פלעג איך עס קויפן כמעט יעדע חודש. (און זיי האבן שוין טאקע אמאל באשריבן די פארט אוטארעטי)

און עס איז טאקע אינטערעסאנט אז סיי דער שטערן און סיי די וואך זענען פאקטיש אראפגעגאנגען צו די פארט אוטארעטי הויפטקווארטיר זיי צו באשרייבן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג אפריל 28, 2019 8:48 pm

א גוט יאר

איך האב שוין זייייייער לאנג נישט געשריבן אבער כ'שפיר אז כ'מוז עס ארויסגעבן.

אינעם בליק איז געווען א אויסגאבע אכשר דרא, כ'האב קיין מושג ווער ס'האט עס געשריבן אבער שרייבן אז דער סאטמאר רב'ס אויפטוה איז געווען 'התבדלות מרשעים' מעג מען אפען שרייבן אז ס'איז אדער ליצנות אדער סתם טפשות.

ובזה יצאתי
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 28, 2019 9:23 pm

די בליק שרייבערס זענען פון נידריגסטו קלאס אין שרייבעריי, בעביש, נישט גוט געספעלט, און נערישע סטעיטמענטס אז ס'כאפט א שרעק, אבער וואס יא, זיי האבן צוגעשטעלט עפעס וואס אפילו מאמענט האט נישט צוגעשטעלט דאס מאל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בויער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

תגובהדורך בויער » זונטאג אפריל 28, 2019 10:28 pm

אז מען רעדט שוין, וועל איך אריינווארפן מיינע צענט'עלעך

געהאט האב איך אינדערהיים די פאלגענדע אויסגאבע'ס אויף וואס איך גיב מיין ארימע רעוויו, און די איבעריגע וועלן מיר מוזן מוחל זיין.

דער איד-
איך גיב אסאך קרעדיט פאר 'דער איד' פאר כסדר זען און פרובירן צו גיין פאראויס. דאס גיין 'גלאסי' איז א היבשער מיילסטאון און שטופט פאראויס דעם צייטונג [אויב ליינט ער דא, וואלט אים שטארק געראטן אז די לעיאוט פון די נייע גלאסי סעקשאנס זאל זיין מאגאזין סטייל לעיאוט, נישט ווי צייטונג לעיאוט אויף גלאנציגע פאפיר], און אויך די חומר איז געווען ערשטקלאסיג, סיי די שילדערינגען און סיי די בארימטע תורה אפטיילונג מיט וואס דער איד צייכנט זיך אויס א גאנץ יאר.
למעשה, איז חוץ דאס גיין גלאנציג נישט געווען קיין חידושים. [אנטשולדיגט, די בילדער רעדט נישט צו מיר, און דאס גיין מיטן איד צום דרוק איז לדעתי נישט אזא 'פראיעקט'...]

דער בלאט -
אינעם בלאט איז אויך געווען היבש אסאך צו ליינען, ווען רוב פון דער 'אוצר' און די אנדערע יום טוב ביילאגע איז געווען לייטיש.
איין מערקווירדיגע זאך אינעם בלאט, זיי האבן געהאט א ביילאגע פון די סאטמארערע אפדעיטס [נאכגעמאכט לכאורה פון 'דער איד' וואס האט עס שוין עטליכע ימים טובים], הכלל, האט דער שרייבער דארט געמאכט א חידוש נפלא, די ערשטע 10-13 זייטן איז בלויז העדליינס, קיין עצם נייעס'לעך אינעווייניג... #אנאלפאבעטן...

די וואך-
ווי געשמועסט קוק איך געווענליך נישט קיין בילדער העפטן, אבער לכבוד יום טוב האמיר געקויפט ביידע פון זיי, און באמת הנאה געהאט, דער הויפט 'די וואך' איז ממש א בינטל ספעם, אבער די איבעריגע העפטן זענען געווען הערליך שיין. ספעציעל די אמאליגע בילדער העפט, איז אן אויסטערלישע אויפטרעף, איך האב עס איבערגעקוקט עטליכע מאל, און כסדר געטראפן חידושים.
מען דערקענט אז דער שרייבער איז אדורך יעדע בילד און די דעסקריבשאנס זענען היבש גוט באארבעט.
דער ביילאגע איז לכאורה געווען דער שטערקסטער ביילאגע אינעם אידישן ליין מאטעריאל דעם יום טוב. עס איז פאר די ארכיוון!

די בליק
אנדערש ווי די וואך, איז אינעם הויפט מאגאזין פון די בליק געווען היבש גוטע סחורה. אשר פרידמאן פון 'מאמענט' [א קלויזנברוגער] טיילט מיט פאר די סאטמארער ליינער די תלמידים חכמים לבית קלויזנבורג, די רבנים לבית ווייס. גאנץ א שיינע פראיעקט. אויך די בחור'ישע יארן פון אלע רבי זכרונו לברכה'ס [סאטמאר, בעלז, סקולען, באבוב, ועוד] איז זייער א שיינע פראיעקט וואס וואלט געקענט זיין א ביילאגע. דיסקלעימער: איך האב עס נישט דורכגליינט צוליב חוסר זמן, אבער עס זעט אויס לייטיש.
דער 'צפת' ביילאגע איז אויך געווען ערשטקלאסיג, ווי טייל האבן שוין דערמאנט פריער
אבער... דער 'אכשר דרא' ביילאגע איז [אנטשולדיגט פאר מיין שפראך] ממש א 'גרויל'... פון אלע שטאנדפונקטן. קודם דאס צאמשטעלן סאטמארער רבי זצ"ל ושיטתו הקדושה, מיט דער עורך פון ארטסקרול איז ממש א חרפה, און בכלל דער גאנצער העפט איז אזא מין עקל, עס האט אפילו נישט קיין ווערטער צו ערקלערן דער געמויזאכץ פון שטוחתים וואס דארט איז אלץ אראפגעברענגט געווארן. דער צווייטער העלפט איז א ליקוט פון ארום צוואנציג מאמענט ארטיקלען, [ווי ראבינאוויטש פון די סמארטפאונס, מיכאל שניצלער וכו' וכו'], פון וועמען דער עורך האט געהאט א פערטיגע ארטיקל פונעם מאמענט, דער האט זוכה געווען צו זיין פון די אויפטוערס. ער האט זיך פשוט קאליע געמאכט מיט דער ביילאגע

קינדערליך-
האבנדיג א סובסקריבשאן האמיר אויך געהאט דאס אויף יום טוב, געווענליך ליין איך עס נישט, איין ארטיקל האב איך געליינט דארט, א לענגערע באשרייבונג וועגן קאנטאניסטן, געבויט אויף אן ארטיקל פון 'מאיר לעהמאן' [איי, זאלן נאר די היינטיגע קינדער בכלל הערן דער נאמען], אבער זיי האבן געהאט א ביילאגע פון בילדער פון אן אלטע שטעטל, דאס איז געווען א הערליכע ארבעט! א מלחמה איבערלעבער האט אראפגעמאלן דער שטעטל וואו ער איז אויפגעוואקסן, ווינטער זומער, יום טוב און וואכן, זייער שיין, איך האב עס געדארפט אוועקכאפן פון די קינדער עס זאל נישט ווערן צוקנייטשט ווייל איך האב עס געוואלט אוועקלייגן

די אנדערע אויסגאבעס האב איך פשוט נישט געהאט, ואיתם הסליחה

אין סך הכל איז א נחת צו קוקן וואו עס איז באמת דא אסאך צו ליינען אין אידיש, אנדערש ווי צען יאר צוריק, איך פלעג דעמאלט קויפן די צייטשריפט, אבער היינט שטייגן די אויסגאבע איבער די צייטשריפט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:27 am

בויער האט געשריבן:איין מערקווירדיגע זאך אינעם בלאט, זיי האבן געהאט א ביילאגע פון די סאטמארערע אפדעיטס [נאכגעמאכט לכאורה פון 'דער איד' וואס האט עס שוין עטליכע ימים טובים]

דער בלאט האט דעם יו"ט 'נישט' געהאט א ביילאגע מיט סאטמאר אפדעיטס און פארשריט, בלויז א ביכל פון די קרית יואל מוסדות מיט זייערע פארשריט.
דער בלאט פלעגט עס אבער יא האבן איינמאל א יאר, לכאורה סוכות, און זיי האבן דאס שוין פאאר לאנגע יארן נאך בעפאר דער איד האט דאס אנגעהויבן לייגן.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:42 am

לכאורה איז שמעון שלמה זילבער דער גרעסטער שרייבער דעם יו"ט אונטער די עכטע נאמען. ער האט געשריבן 2 היסטאריע ביילאגעס פאר א בליק און קינדליין, און אפאר ריזיגע ארטיקלען פאר מאמענט
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג אפריל 30, 2019 12:04 am

א צווייטע צוגאנג איבער חומר אין די אידישע לייען מאטריעל איז צו קוקן אויף יעדע באזונדערער ארטיקל.

למשל כהאב זייער הנאה געהאט פון דעם הערליכן ארטיקל געשריבן דורך ר שמעון שלמה זילבער אין ״מאמענט״ איבערן פולמוס פון ספר ״מורה נבוכים״ פונעם הייליגן רמב״ם. אפגעזעהן פון אנדערע ארטיקלן אין זעלבן אויסגאבע.

נאכאיינס, כהאב געגליכן די ויזניץ ירושה חלוקה אין ״די וואך״ מיט אלע דעטאלען (ביז כהאב פארלוירן טרעק ווער האט באקומען וואס...) ווען כהאב געזעהן אז אויך ״מאמענט״ שרייבט פונקט די זעלבע זאך, איז דאס קלאר נישט די ארבייט פון די אויסגאבעס, קיינער פון די צוויי, נאר דער וואס האט זיי צו געשיקט דעם ארטיקל...

דריטענס, (אויף דערווייל) אין ״דער איד״ ביילאגע שילדערונגן איבער א היסטארישע באיקאט איבער כשרע פלייש אין ניו יארק עס איז א אינטערסאנטער און גוטער ארטיקל פון היזיגע אמאליגע אידישע מיטמאכענישן.

אזוי זענען פארהאן צווישן אלע צייטונגען און מאגאזינען גוטע און תוכןדיגע אינהאלטפולע ארטיקלן און עסייען. אפגעזעהן ווי אזוי דער אויסגאבע הייסט.

נקודה למחשבה, גענוג קלאר? אדער פעלט אויס א ברייטער הסבר.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 8:22 pm

נכד האט געשריבן:דריטענס, (אויף דערווייל) אין ״דער איד״ ביילאגע שילדערונגן איבער א היסטארישע באיקאט איבער כשרע פלייש אין ניו יארק עס איז א אינטערסאנטער און גוטער ארטיקל פון היזיגע אמאליגע אידישע מיטמאכענישן. .

א גוטע ארטיקל געווען.

אבער... דער שרייבער האט אפי' אין דעם היסטאריע ארטיקל נישט געקענט איינהאלטן זיין שנאה צו טראמפ, ארויסברענגנדיג ווי שוואך די אמעריקאנע עקענאמיע איז היינט צוטאגס... קוקט אויס ווי דער איד פארלאנגט עס פון אלע שרייבערס.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט