בלאט 32 פון 38

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:52 am
דורך קנקן
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער איך מיין אז איר זאלט אין צוגאב זיך ברעכן און יא פארקויפן אין די שפיצעריי געשעפטן. (אפי' "עס באלאנגט נישט דארט"... והד"א "זיי נישט גערעכט, זיי קלוג!")

מיט׳ן נידעריגער פרייז, קומט עס אין באטראכט.

גולם פון פראג האט געשריבן:אויב די פרייז וועט זיין מער ווי האלב קומט אויס ס׳וועט זיין בערך צעהן טאלער, נישט 9

ערגעץ אינצווישן.
ס׳ווענדט זיך בעיקר אין די הוצאות הדפוס.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:12 am
דורך משיח

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:21 am
דורך צולייגער
כ'האב נישט געקויפט דעם קנקן ביז היינט, און איך וואלט מסתמא נישט געקויפט יעדן חודש פאר ניין טאלער, אבער כ'גלויב אז אויב איז עס אונטער צען טאלער וועל איך עס קויפן דא און דארט.

קאן גאר זיין אז כ'וועל עס זייער גלייכן און אנהייבן קויפן ערליך?! יא, נישט אויסגעשלאסן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:08 am
דורך גולם פון פראג
כ'מיין די וועג וויאזוי מען צושניידט עס איז נישט א גרויסע חילוק..
די באדעם ליין איז אז יעדע ארטיקעל אין קנקן קאסט צווישען צוויי און דריי דאללער צו לייענען.
ס'דא מענטשען וואס זענען גרייט צו צאלן די פרייז און ס'איז דא וואס נישט.
איך זעה נישט ווי אזוי שניידן אויף א אנדערע וועג וועט עפעס העלפן. בפרט אז עס וועט נאך העכערען די איצטיגע קאסטן מיט א דאלער צוויי צוליב די פרינטינג.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:16 am
דורך KMW
משיח האט געשריבן:גיבט אפ אייער שטימע


Blocked by Meshimer

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:23 am
דורך קנקן
גולם פון פראג האט געשריבן:כ'מיין די וועג וויאזוי מען צושניידט עס איז נישט א גרויסע חילוק..
די באדעם ליין איז אז יעדע ארטיקעל אין קנקן קאסט צווישען צוויי און דריי דאללער צו לייענען.
ס'דא מענטשען וואס זענען גרייט צו צאלן די פרייז און ס'איז דא וואס נישט.
איך זעה נישט ווי אזוי שניידן אויף א אנדערע וועג וועט עפעס העלפן. בפרט אז עס וועט נאך העכערען די איצטיגע קאסטן מיט א דאלער צוויי צוליב די פרינטינג.


רעדנדיג מיט עטליכע יודן, סיי פנים אל פנים, סיי פריוואט דא אויף אייוועלט, האבן מיר באקומען די השראה, אז יא, ליבערשט 9 דאללער פון האלב חודש׳ליך, ווי 18 פאר גאנץ יעדער צוויי חדשים.
נאך אן אויפטו איז אז פארזעצונגען וועלן זיין שנעלער.
אזוי וועט עס אונז עווענטועל אויך שפארן מארקעטינג, ווייל א מאנטאליכע זאך איז קאָנסיסטענט, אין קעגנזאץ צו יעדער צוויי חדשים.

מיט דעם מהלך, קענען מיר ווייטער אנגיין, מיר פארלירן נישט, און דער קויפער וועל זיך פילן גרינגער אזוי.
דו וואס האלטן נישט ביים באצאלן דאס אויכעט נישט, זיי קען איך לעת עתה נישט העלפן, זיי וועלן זיך מוזן באגיין אן דעם, ואתם הסליחה.

בכבוד רב
יונ״ה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:35 am
דורך קאנסילמאן
מיין מיינוג איז אז ניין טאלער צוויי מאל א חודש וועט אויך נישט גיין, דער עולם איז נישט דערביי צו צאלן 18 א חודש פאר לייען מאטריאל נישט קיין נפק"מ איין מאל אכצען אדער צוויי מאל ניין טאלער, און ניין טאלער איז אויך זייער אסאך פאר א אויבגאבע - בפרט א דינע האלב די סייז.

טרעף א וועג עס צו מאכען ביליגער, אדערווייז וועט מען האבן דא נאכאמאל האבן די שמועס א יאר ארום, אדער וועט מען עס שוין נישט האבן ווייל עס וועט אינטערגיין.

איך גלייך זייער די אויסגאבע, איך האב עס געבארגט פון א שכן ווייל עס איז געווען צו טייער פאר מיר, איר דארפט פשוט טרעפן א בעסערע וועג פון עס ארויסגעבן, אויב יעדער קען עס מאכען פאר ביליגער דארפט איר אויך קענענן.

טראכט אפשר געדאנק פון ארויסקומען נאר איינמאל אין צוויי חדשים, דאפעלט חומר ווי יעצט פאר ביליגער, נאר 13 טאלער.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:50 am
דורך גולם פון פראג
קנקן האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:כ'מיין די וועג וויאזוי מען צושניידט עס איז נישט א גרויסע חילוק..
די באדעם ליין איז אז יעדע ארטיקעל אין קנקן קאסט צווישען צוויי און דריי דאללער צו לייענען.
ס'דא מענטשען וואס זענען גרייט צו צאלן די פרייז און ס'איז דא וואס נישט.
איך זעה נישט ווי אזוי שניידן אויף א אנדערע וועג וועט עפעס העלפן. בפרט אז עס וועט נאך העכערען די איצטיגע קאסטן מיט א דאלער צוויי צוליב די פרינטינג.


רעדנדיג מיט עטליכע יודן, סיי פנים אל פנים, סיי פריוואט דא אויף אייוועלט, האבן מיר באקומען די השראה, אז יא, ליבערשט 9 דאללער פון האלב חודש׳ליך, ווי 18 פאר גאנץ יעדער צוויי חדשים.
נאך אן אויפטו איז אז פארזעצונגען וועלן זיין שנעלער.
אזוי וועט עס אונז עווענטועל אויך שפארן מארקעטינג, ווייל א מאנטאליכע זאך איז קאָנסיסטענט, אין קעגנזאץ צו יעדער צוויי חדשים.

מיט דעם מהלך, קענען מיר ווייטער אנגיין, מיר פארלירן נישט, און דער קויפער וועל זיך פילן גרינגער אזוי.
דו וואס האלטן נישט ביים באצאלן דאס אויכעט נישט, זיי קען איך לעת עתה נישט העלפן, זיי וועלן זיך מוזן באגיין אן דעם, ואתם הסליחה.

בכבוד רב
יונ״ה

יאך האב איינגעקויפט ביידע קנקנים, סאו איך בין פין אייערע קאסטעמערס און יאך האלט ביים צאלן.
אבער איך צאל נישט פאר די פארזעצונגען ווייל כ'ווייס נישט צו כ'גיי עס קויפען יעדע מאל, נאר בעיקר פאר די ארטיקלען. אז כ'זעה ס'איז אינטערסאנט קויף איך עס. דערווייל די ערשטע צוויי מאל האט עס אויסגעזען גענוג אינטערסאנט, האב איך אראפגעשלינגען די פרייז אין זיך עס איינגעהאנדעלט.
איך האב זייער מורא אז אויב ס'וועט אויסקומען נאר פינעף ארטיקלען יעדע קנקן, צווישען זיי מסתמא צוויי פארזעצונגען, וועל איך נישט זיין גרייט ארויסצונעמען א צענער בכדי צו לייענען 2-3 נייע ארטיקלען. אויזער אין פאל וואס איך זעה א גאר אינטערסאנטע ארטיקעל.
במילא וועט אויסקומען אז די פארזעצונגען וועל איך סייווי נישט מיטהאלטען, ווייל איך גיי נישט קויפען יעדע חודש.
אבער עטליכע מאל א יאר וועל איך מסתמא שפענדען די ניין א האלב דאלער אויב זעה איך א אינטערסאנטע ארטיקעל.
במילא, אויב טוהט איר די טויש פאר אייער באקוועמלעכקייט, געזונטערהייט.
אבער אויב טוהט איר עס כדי סזאל זיין מער קונים ווייס איך נישט וויפיל איר טוהט אויף.
און לעומת זה איינמאל איר מאכט עס א חודש'ליכע אויסגאבע קענט איהר שוין נישט טוישען, ווייל דעמאלטס איז דאס גאר א שלעכטע סימן.
נאך א זאך צי געדענקען: א חודשליכע אויסגאבע איז א גרויסע פרעשער און ס'מוז ארויסקומען אויפ'ן טאג, יעדע אויסגאבע. סאו מאכט זיכער איהר זענט גרייט דערצו פון פראנויס.
הצלחה וברכה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:54 am
דורך גולם פון פראג
קאנסילמאן האט געשריבן:מיין מיינוג איז אז ניין טאלער צוויי מאל א חודש וועט אויך נישט גיין, דער עולם איז נישט דערביי צו צאלן 18 א חודש פאר לייען מאטריאל נישט קיין נפק"מ איין מאל אכצען אדער צוויי מאל ניין טאלער, און ניין טאלער איז אויך זייער אסאך פאר א אויבגאבע - בפרט א דינע האלב די סייז.


לויט די נייע פלאן וועט עס ארויסקומען איינמאל א חודש אין מ'וועט צאלען נאר ניין דאללער א חודש

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:55 am
דורך קלאָצקאָפּ
KMW האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:גיבט אפ אייער שטימע


Blocked by Meshimer

מתוקן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:37 pm
דורך קנקן
מיר זוכן א בילד פון די גרויסער שער וואס וויזניץ האט געבויעט אין שכון וויזניץ שנת תשנ״ה לכבוד די וויזניץ-באבובער חתונה.
אויב אימיצער האט, ביטע שיקן א קלארע סקען צו אונז אין אימעיל [email protected], מיר וועלן כמובן געבן די ריכטיגע דעקונג פאר וועמען עס קומט.
בכבוד רב
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 11:19 pm
דורך משיח
איז קן ג׳ שוין אין די געשעפטן?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:04 pm
דורך ראש הקהל
סיי וואס איר טוט פארקויפט עס און דו גראסערי געשעפטן. פליז.

דארט גייט מיר נישט אן וויפיל איר טשארדזשט. ס'גייט מיטן ארדער, מיט אלע (להבדיל) אנדערע מאגאזינען.

גלייב מיר, כ'וועל ווייטער ארויפקוקן אויף אייער אימעדזש, און איר מיט אייער ווערק וועט גארנישט קלענער ווערן און מיינע אויגען. שכויח.

אדערווייל בין איך פון דער כת וואס האלט זיך איין פון עס קויפען פאר דעים טייערע פרייז און דו ספרים געשעפטן.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:10 pm
דורך גבר ישראל
משיח האט געשריבן:איז קן ג׳ שוין אין די געשעפטן?

חמשה עשר בשבט

געשריבן: מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:06 am
דורך קנקן
ראש הקהל האט געשריבן:סיי וואס איר טוט פארקויפט עס און דו גראסערי געשעפטן. פליז.

דארט גייט מיר נישט אן וויפיל איר טשארדזשט. ס'גייט מיטן ארדער, מיט אלע (להבדיל) אנדערע מאגאזינען.

גלייב מיר, כ'וועל ווייטער ארויפקוקן אויף אייער אימעדזש, און איר מיט אייער ווערק וועט גארנישט קלענער ווערן און מיינע אויגען. שכויח.

אדערווייל בין איך פון דער כת וואס האלט זיך איין פון עס קויפען פאר דעים טייערע פרייז און דו ספרים געשעפטן.


אויפ׳ן פלאן בע״ה פון קן ד׳.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:54 am
דורך קנקן
קנקן - קן ג׳!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:57 am
דורך קנקן
דער אינהאלט:

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:34 am
דורך וויי-פיי
שיין

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:52 am
דורך אסדר לסעודתא
וואס מיינט א 'פאראד'?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:18 am
דורך איטשע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס מיינט א 'פאראד'?

פילייכט דאס?!?
פאראד

ווערטליך אין די זייט, פּאַראַד, איז א parade.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:31 am
דורך חמרא טבא
וואס מיינט אַייער?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:06 pm
דורך דערבארומדיג'ער
וואס מיינט גענעלאגיע? עפעס מיט 'גענע'ס ? GENES?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:13 pm
דורך וועלטניק
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:וואס מיינט גענעלאגיע? עפעס מיט 'גענע'ס ? GENES?

גענעאלאגיע מיינט בעסיקלי 'יחוס'

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:20 pm
דורך דערבארומדיג'ער
ס'טייטש טאקע GENES, ס'ערשטע מאל וואס איך זע אז מען זאל רופןיחוס מיטן טיטול 'זשינס' הגם עס מאכט סענס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:31 pm
דורך וועלטניק
אוודאי קומט עס פון גענעס, דאס איז דאך 'אלל וואט יחוס איס אבאוט'