בלאט 20 פון 38

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:05 pm
דורך וועלטניק
קן קולמתא האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן, די סחורה לויפט אויס פון די געשעפטן סיי דאהי און סיי אין אייראפע, דאס ברענגט צו די מסקנא אז עס איז שוין איינמאל דא א דימענד פאר תוכנ'דיגע אויסגאבעס!

אוודאי איז דא א דימענד, אבער אויב קנקן איז טאקע די לעזונג דערצו קענסטו נישט וויסן ביז די צווייטע אויסגאבע וועט צוכאפט ווערן..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:37 pm
דורך מאטכע
איך בין געווען אין אפאר סטארס אין איך האב עס נישט געטראפן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:17 pm
דורך בראשית ברא
אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:42 pm
דורך א קאנאדער
וואס וועט זיין מיט די מונטריאולע אידן, מע ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:53 pm
דורך אדער יא
אופס! אויסגעגאנגען די סחורה!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:15 am
דורך עפל קאמפאוט
היינט נאך געזעהן אין די געשעפטן, איך האב געהאט א בחירה צו קויפן די "אינטערסאנט" אדער די קןקן, איך האב בוחר געווען די "אינטערסאנט" סיי וויבאלד דאס האט מיר אויסגעזעהן מער אינטערסאנט, און סיי וויבאלד עס איז געווען ביליגער. די קן קן האט מיר אויסגעזעהן עפעס צו טיף

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:31 pm
דורך בויער
הרב קנקן - איר האט ארויפגעברענגט די אידישע ליטעראטור (גוט געספעלט?) צו א פרישע הויכע ניווא. כח לחי, אסאך הצלחה אויף ווייטער. כלל ישראל דארף נאך דערפון

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:01 pm
דורך ענדע צדיק!
אין מאנסי איז עס דא ציבאקומען?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:03 pm
דורך פלטיאל
וואו איז עס צו באקומען אין ב"פ?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:20 pm
דורך רופא נפשות
איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:36 pm
דורך גערעכטער
אין דשערזי סיטי עניוואן?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:38 pm
דורך קיווי סטראבערי
מאנטיסעלא?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:40 pm
דורך אויסטערליש
:lol:
קן קולמתא האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דער עולם קנקנ'יזירט געווארן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:01 pm
דורך חמרא טבא
רופא נפשות האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

שוין געטשעקט ביים גאז סטאנציע?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:03 pm
דורך אויפגעפרישט
אין לינדען?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:28 pm
דורך ווייזער
איין קליינע קריטיק וואס איך שפיר איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט:

די פארזעצונגען.... ליינעט המשך אין נעקסטע קן...
העי, דאס איז 2 חדשים ארום. 60 טאג!

וואס האלט איר מיך ביים קאריק?
יא, איר ווילט מיר זאלן זיין גוט אנגערייצט און ארויסקוקן אויף די נעקסטע ״קן״. אקעי...
אבער, איז דאס עפעס א קינדליין וואס קומט ארויס וועכנטליך?

איך ליין די השתלשלות פון קבלת שבת... אופס, פארזעצונג קומט.

ביטע מאכט גרייט אן ארטיקל א דבר השלם קאמפעלט, אין יעדע ״קן״ נישט האלט אונז ביים גענאק 60 טאג.

אויב די פארזעצונגען וועלן פארזעצן - זאג איך נישט וואס איך פלאן חלילה צו טאן.

א דאנק,
ידידך ווייזער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:11 pm
דורך ווייזער
בראשית ברא האט געשריבן:אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה


ברוך הבא מורינו הגאון הגדול הרב בראשית ברא!
ביסט א דיין?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:12 pm
דורך טימבל
וויל עמיצער איינגיין אויף א קנקן שותפות, יענער קען עס ליינען בעפאר, ביטע זיך מעלדן.

#כפי יכולתי

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:43 am
דורך קנקן
ווייזער האט געשריבן:איין קליינע קריטיק וואס איך שפיר איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט:

די פארזעצונגען.... ליינעט המשך אין נעקסטע קן...
העי, דאס איז 2 חדשים ארום. 60 טאג!

וואס האלט איר מיך ביים קאריק?
יא, איר ווילט מיר זאלן זיין גוט אנגערייצט און ארויסקוקן אויף די נעקסטע ״קן״. אקעי...
אבער, איז דאס עפעס א קינדליין וואס קומט ארויס וועכנטליך?

איך ליין די השתלשלות פון קבלת שבת... אופס, פארזעצונג קומט.

ביטע מאכט גרייט אן ארטיקל א דבר השלם קאמפעלט, אין יעדע ״קן״ נישט האלט אונז ביים גענאק 60 טאג.

אויב די פארזעצונגען וועלן פארזעצן - זאג איך נישט וואס איך פלאן חלילה צו טאן.

א דאנק,
ידידך ווייזער


איר ברענגט ארויס א שטארקע פונקט.
מצד השני, איז קבלת שבת גאר א גרויסע פארנעם, דעריבער וועלן זייטיגע טיילן דערפון, וואס וואלט ארגינעלע געדארפט זיין א טייל פון די ׳קבלת שבת׳ סעריע, ווערן געשריבען אין אנדערע רובריקן, אזוי אזוי עס זאל זיך נישט שלעפן ׳אזוי׳ לאנג.
קבלת שבת אליינס, איז מסתמא אזוי גראויס ווי איין איינצלענע קנקן.

בכ״ר
בעל ה׳קנקן׳

היינו דאמרי אנשי, קנקן איז ר״ת : ק׳ויף נ׳אך ק׳ויף נ׳אך

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:49 am
דורך קנקן
חמרא טבא האט געשריבן:
רופא נפשות האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מען קען עס באקומען אין בלומינגבורג?

שוין געטשעקט ביים גאז סטאנציע?

די אלע וואס וואוינען אין שטעטליך אדער געגנטער וואס זענען ספרים און יודאיקע געשעפטנלאז.
זאלן אזוי גוט זיין און בעהטן ביי די לאקאלע געשעפטן וואס זענען יא דא, אז זיי זאלן זיך פארבינדען מיט קנקנ׳ס דיסטריביטער.
אדער קען מען עס קויפן אנליין ביי ז. בערמאן בוקס

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:24 am
דורך דונש
ווייזער האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינ'ם אויסגאבע איז דא אפאר מאל בילדער מצבא השמים השמש והירח. וואס איז נישט אויס געהאלטן להלכה


ברוך הבא מורינו הגאון הגדול הרב בראשית ברא!
ביסט א דיין?

ס'איז יא אויסגעהאלטן להלכה? וואס איז א נפק"מ צו ער איז א דיין צו נישט?

און אז מ'רעדט שוין , אין שבט הלוי איז דא א תשובה דערוועגן וואו ער שרייבט אז מ'טאר נישט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:34 am
דורך זכריהו
פיין, יעצט נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען איז עס דאך שוין א דבר הבא לעולם, קען מען עס אנאליזירן. א זאך וואס איך וואלט נישט סתם אזוי געטון, אבער איך פארשטיי אז דער מחבר וויל דוקא הערן פידבעק.

די רעיון פאר זיך איז זייער זייער גוט! עס קומט זיך גרויס קרעדיט פאר׳ן מחבר פאר׳ן זיך אריינלייגן דעם קאפ אין אזאלכע אינטערעסאנטע נושאים, כדי ליהנות בהם בני אדם. יא, דער עולם זוכט עפעס ארגינעל. איך בין אריין מיטוואך אין בית הספר און ער האט מיר געזאגט אז עס איז זייער שנעל אויסגעגאנגען, שנעלער ווי ער האט ערווארטעט.

אנשטאט דורכגיין פעידזש ביי פעידזש זאגן וואס עס דארף א תיקון, טראכט איך אז עס איז איין יסודות׳דיגע זאך וואס דער מחבר דארף אינאכט נעמען.

דאס אז ער איז אזא גרויסע ידען (און ער איז!), און דאס אז ער איז א שיינע בעל הסבר, מאכט אים נאכנישט פאר אן עורך פון אן אויסגאבע. א רעדאקטאר איז נישט נאר א שיינע טיטול, נאר איז בעצם א פאך פאר זיך, וואס מען טאר נישט ווערן איבערגענומען פון זיך אליינס, מען דארף טראכטן מער ברוטאל און זיך אריינלייגן אין די קאלירפולע מחשבות פון די עולם הקונים. נישט רחמנות האבן אויף זיך, נאר אראפנעמען און צולייגן מיט א רציחה אז די אויסגאבע זאל טראגן עפעס א פנים.

כמעט פון יעדן ווינקל פון די אויסגאבע שרייט ארויס אז דער אויסגאבע איז א וואן מען בענד פון א איד וואס לעבט זיך אין זיין ווינקעלע, און פארשטייט נישט וואס די ליינער ערווארטן צו זען חוץ די חומר זעלבסט.

קוק למשל די הקדמה, די ערשטע פאראגראף, וואס קוקט אויס ענדערש געשריבן אויף די ״בית נאמן שידוכים ליין״ סטייל... ווי עפעס א תגובה אויף אייוועלט. אנשטאט זיך היימיש מאכן מיט׳ן עולם טראגט ער אריין דעם עולם אין א וועלט וואס לויט זיין פרעספעקטיוו איז דאס די וויכטיגסטע, וויאזוי די אויסגאבע איז אויסגעשטעלט... (וואס גראדע איז די מהלך פון די אויסשטעל גאנץ יוניעק).

און נאכדעם די שפראך, און די ספעלינג. ווען עס וואלט ווען געווען קאנסיסטענט איז איין זאך, אבער איינמאל אזוי און איינמאל אזוי, וואס פאר א ״היסטאריע״ אינטעלעקטואלע אויסגאבע איז עס ממש א בזיון. חוץ אויב ער וויל אויסלערנען אלע אידיש רעדנדע יוצאי הונגריה א נייע מהלך אין ספעלינג און גרעמער.

דאס מאכן פארזעצונגען פון ארטיקלען כדי אריינצושטיפן ווי מער קליינע ארטיקלעך (ווי די העכסט אינפארמאטיווע קבלת שבת ארטיקל)... מאכן איין ארטיקל לשון הקודש און איינס אידיש... ועוד.

בקיצור, איך וואלט פארגעשלאגן אז דער מחבר זאל זיין דער שרייבער און מעגליך אויך די גרעפיקער, און נאכדעם זאל ער צאלן פאר א אונגארישע ראפאגאש שרייבער, זאל שטיין העכער אים, און צולייגן זאלץ און ספייסעס אז מען זאל קענען ארויסנעמען דעם פולן עדווענטעדזש פון די הערליכע אויסגאבע.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:04 am
דורך וועלטניק
דו שלאגסט פאר פארן מחבר אויף אייוועלט הייסט...
דאכט זיך ער האט עטליכע פריוואטע קאמיוניקאציע מיטלען, אריינגערעכנט דורך אייוועלט זעלבסט..

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 5:19 am
דורך קנקן
נמחק כי נראה שדבריי לא הובנו כראוי וראיתי שנפגעו מזה.
ואתכם הסליחה.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 8:45 am
דורך אויסטערליש
יישר כח בעל הקנקן! ;l;p-