"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

איז עס דא צובאקומען אין קרית יואל?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קריטיק אהער, קריטיק אהין. איך האב עס געזעהן, געליינט, און גאר שטארק הנאה געהאט. ממש מוראדיג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

געקויפט. געליינט.
הנאה געהאט - עפעס הנאה געהאט.
נישט ספעציעל. זיכער נישט ווערד געווען - אין מיינע אויגן - $16.75

גרעסטע אנטוישונג: דאס מאכן א פארזעצונג

די מיליאן דאלארדיגע שאלה:
וועל איך קויפן נאכאמאל?
אויב ס׳קאסט ביז 10.00 רייניש - קיין פיאסטער נישט מער.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

Kosher Travel האט געשריבן:קריטיק אהער, קריטיק אהין. איך האב עס געזעהן, געליינט, און גאר שטארק הנאה געהאט. ממש מוראדיג.

געקויפט בכסף מלא?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

dim האט געשריבן:איז עס דא צובאקומען אין קרית יואל?

יא, אין די ספרים געשעפטן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נאטרוליסט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:קריטיק אהער, קריטיק אהין. איך האב עס געזעהן, געליינט, און גאר שטארק הנאה געהאט. ממש מוראדיג.

געקויפט בכסף מלא?

מען קויפט פאר יום טוב מאמענט, קען מען דאס אויך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

איך האב געקויפט די קנקן ווען ס'איז ערשינען, און ערשט יו"ט עס געליינט.

ס'איז זייער שיין, אינטערעסאנטע טאפיק'ס און שיינע רעיונות.

אבער... איך וואלט געזאגט אבער אז די פרייז איז איבערגעטריבן, און די ספעלינג דארף א תיקון (יא יא, כ'ווייס אז ס'איז "עכטע אידיש" וכו', אבער אי משום הא קען ער שוין שרייבן אויף די "נון בוי דיין טעמפיל שורה" אידיש. דער עולם וויל ליינען עפעס צו הנאה האבן, נישט ווערן נערווירט ביי יעדע צווייטע ווארט).
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

געקויפט דעם קן א' און שוין געענדיגט ליינען. טראצדעם וואס לכתחילה האט מיר נישט אזוי געצויגן די ארטיקלען, ווייל וואס גייט מיר צו וויסן אזעלכע פרטיות'דיגע געשעענישן אין היסטאריע ווי אן אפעל (אויך מיר א ווארט...) אין א שול, אדער אן אומבאקאנטער רב וואס איז גערופן געווארן צום קעניג, אבער נאכן ליינען די גאנצע האט עס באוויזן אנצוצינדן אין מיר א חקירה'ישע פונק פון וויסן און פארשן אלטע געשעענישן און זיי אריינשטעלן אין כראנאלאגישן סדר פון היסטאריע. איך בין שוין נאכדעם געגאנעגן אויפצזוכן יעדע "געשיכטע-ליין" אויף וואס כ'האב נאר געקענט לייגן א יד. די מערסטע האט מיר אבער געקרענקט די ספעלינג, ווי צו שרייבן "עם" אנשטאט "אים". דאס איז מיר זייער שווער אראפצושלינגען. צי איך וועל קויפן נאכאמאל? נישט זיכער, פאר דעם פרייז.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

אריין צום מקוה איד דא אין מאנטריאל, דער מקוה איד האט געבעטן 25$ קאנאדישע דערפאר, (כולל געלט איז 100 א חודש.... א מעלות קאסט 7-8 א ברויט 3-4) איך האב עס ניטאמאל אויפגעמאכט, מיט פארשטענדעניש האט ער עס צוריק גענומען און צוריקגעלייגט אויפן פלאץ.

17-18 וואלט איך אפשר יא געצאלט.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

עצה טובה הרב קנקן,

ניץ געהעריגע פאפיר נישט קיין גלאנציגע; לאז בלויז איין צוויי פארזעצונגען; קריג דיך נישט מיטן ליינער נאר שרייב ווי יעדן (העכסטנס שרייב א באזונדערע קאלום איבער דיינע ״גערעכטע״ ווערטער אויסלייג) און האלט די פרייז ווייל די דארפסט פארדינען כדי צו קענען ערשיינען; און טראכט איבער די פונקטן און נאך נאר נאכן צווייטע מאל ערשינען.
הערשט דאן באשלוס אויב זאלסט נידערן די טייערע פרייז.

אין ערגסטן פאל קענסטו טרעפן אידישע אויסגאבעס צו לופטערן דיינע שיינע און אינהאלטרייכע אפהאנדלונגן.

הצלחה וכל טוב.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חמרא טבא האט געשריבן:
Capture.JPG

אין קינדליין די וואך רעדט ער פון ועד ארבע ארצות, איז דאס דער זעלבער ארטיקל?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

ווי עס זעט דא אויס האט זיך עס פיין פארקויפט פאר 18 טאלער

איך פיר נישט זיין פיינענשעלס ,אבער איך גלייב ער האט געמאכט א פיין מטבע , ער האט געהאט יום טוב צו מאכן אין א שמוץ אריבער און אנציען ביז חנוכה פון דעם געלט ... :lol:

סא פארוואס זאל ער נישט ארויסקומען דערמיט נאכאמאל

איך גלייב אז ער וועט ארויסקומען און בעטן עטוואס ביליגער און ער וועט פארקויפן דאפעלט און נאך אלס מאכן גענוג געלט

איך האב עס נישט געליינט און נישט געזען

אבער פון עס זעט דא אויס , אז ער וועט ארויסקומען יעדן חודש פאר 6 אדער 7 דאלאר ,וועט ער לכאורה קענען פארקויפן א 2 אדער 3 טויזענט שטיק יעדע חודש איבער די וועלט ,און קענען מאכן שיין פרנסה דערפון און דער עולם וועט הנאה האבן
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

איך האב עס געקויפט
זייער הנאה געהאט

וועל איך קויפן נאכאמאל?
אויב ס׳קאסט אינטער 10
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך מיין אז ס'האט זיך נישט פארקויפט קיין צענטל פון זיינע געדרוקטע קאפיס. זיין ענטוזיאסטישע נוסח פארן ארויסקומען ווי דער עולם קוקט ארויס דערויף מיט התרגשות און זיין יעצטיגע שווייגעניש (נישט נאר דא אויף אייוועלט), צייגט אויף שאקירנדע דורכפאל. לענ"ד....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך מיין אז ס'האט זיך נישט פארקויפט קיין צענטל פון זיינע געדרוקטע קאפיס. זיין ענטוזיאסטישע נוסח פארן ארויסקומען ווי דער עולם קוקט ארויס דערויף מיט התרגשות און זיין יעצטיגע שווייגעניש (נישט נאר דא אויף אייוועלט), צייגט אויף שאקירנדע דורכפאל. לענ"ד....

א געזונטער ווינטער.
עטליכע פונקטן צו בארואיגן די געמיטער פון די היגע שפעקולאנטן.
1. דער פרייז גייט זיך לע״ע נישט טוישן. אויסער אויב איינער האט אן אינטערעסע צו ספאנספארן לטובת הציבור. מיר נעמען נישט אן קיין עדווערטייזמענטס וועלכע באלאנגען נישט אין א אזא סארט קובץ, און מיר זיכען נישט צו לייגן מצבות דערינען.
2. לגבי די הצלחה דערפון קען איך אייך אזויפיל זאגן אז סיי אונזערע דיסטריביוטארס און סיי די געשעפטס לייט מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט, זענען דאר שטארק איבעראשט געווארן ווי שנעל די סחורה האט זיך גערוקט און רוקט זיך נאך אלס, און דאס איז געווען אן קיין ערענסטע עדווערטייזמענט נאכדעם וואס ׳קול מבשר׳ האט אונז אנטוישט אין די לעצטע מינוט.

לע״ע זעמיר פארנומען אויסשטעלן דער צווייטער קן, און מיר קלייבען ארטיקלען פאר׳ן דריטן.
בכ״ר
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קנקן האט געשריבן:

דאס איז געווען אן קיין ערענסטע עדווערטייזמענט נאכדעם וואס ׳קול מבשר׳ האט אונז אנטוישט אין די לעצטע מינוט.

???
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב ערשט לעצנט'ס אויסגעפינען איבער דעם געקויפט לעצטע וואך
איה''נ עס איז שיין אין רייך, אבער נישט ווי איך האב געווארט אויף הרב קוואדראט זאל עס מאכן...געווארט אויף אסאך מער פין דעם
עכ"פ עס איז נישט ווערט געוועהן קיין 18 דאללער

עס איז זייער א טייערע פרייז אין אסאך אנדערע קענען זיך נאך פארמעסטן

אגב אסאך ספעלינג איז זייער נישט ריכטיג
איין דוגמא ווען ער שרייבט א גאנצע צייט דער בעל דרשה'ער וכו' מאכט עס מורא'דיג נערוועז קיין שרייבן נישט אזוי ענדערש שרייבן בעל דרשן... וכו'

עכ''פ אסאך הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

איך האב עס באקומען פון איינעם, נישט אליינס געקויפט.

די ארטיקלען זענען גאר שוואך, אין מיינע אויגן. באטראכט יעדער ארטיקל, די מעשה איז בערך דריי שורות לאנג, די איבריגע איז זייטיגע פרטים.

אז מען דרוקט אויף א ביליגער פאפיר, און מען מאכט די גראפיקס אז עס זאל נישט זיין אזויפיל איבריגע פלאץ, וועט איר קענען אראפרוקן די פרייז
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מומחה יוחס האט געשריבן:אגב אסאך ספעלינג איז זייער נישט ריכטיג
איין דוגמא ווען ער שרייבט א גאנצע צייט דער בעל דרשה'ער וכו' מאכט עס מורא'דיג נערוועז קיין שרייבן נישט אזוי ענדערש שרייבן בעל דרשן... וכו'

עכ''פ אסאך הצלחה

איר הערט ליינען פון א בעל קורא, ער הערט ליינען פון א בעל קריאה...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

קנקן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך מיין אז ס'האט זיך נישט פארקויפט קיין צענטל פון זיינע געדרוקטע קאפיס. זיין ענטוזיאסטישע נוסח פארן ארויסקומען ווי דער עולם קוקט ארויס דערויף מיט התרגשות און זיין יעצטיגע שווייגעניש (נישט נאר דא אויף אייוועלט), צייגט אויף שאקירנדע דורכפאל. לענ"ד....

א געזונטער ווינטער.
עטליכע פונקטן צו בארואיגן די געמיטער פון די היגע שפעקולאנטן.
1. דער פרייז גייט זיך לע״ע נישט טוישן. אויסער אויב איינער האט אן אינטערעסע צו ספאנספארן לטובת הציבור. מיר נעמען נישט אן קיין עדווערטייזמענטס וועלכע באלאנגען נישט אין א אזא סארט קובץ, און מיר זיכען נישט צו לייגן מצבות דערינען.
2. לגבי די הצלחה דערפון קען איך אייך אזויפיל זאגן אז סיי אונזערע דיסטריביוטארס און סיי די געשעפטס לייט מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט, זענען דאר שטארק איבעראשט געווארן ווי שנעל די סחורה האט זיך גערוקט און רוקט זיך נאך אלס, און דאס איז געווען אן קיין ערענסטע עדווערטייזמענט נאכדעם וואס ׳קול מבשר׳ האט אונז אנטוישט אין די לעצטע מינוט.

לע״ע זעמיר פארנומען אויסשטעלן דער צווייטער קן, און מיר קלייבען ארטיקלען פאר׳ן דריטן.
בכ״ר
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳

ערשטע מאל קויפער זענען נישט קיין ראיה
איך קען באמת נישט גלייבען אז עס וועט זיין גענוג קביעותדיגע קויפער פאר די פרייז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:ערשטע מאל קויפער זענען נישט קיין ראיה
איך קען באמת נישט גלייבען אז עס וועט זיין גענוג קביעותדיגע קויפער פאר די פרייז

דאס איז מיר באקאנט, און מיר בויען נישט אויף דעם.
אזויפיל וויל איך יא קלאר מאכן:
נידערן די פרייז אונטער 10 דאללער, לוינט נישט די געשעפט פון קיים שום שטאנדפונקט, דעריבער ביטע פארשטייט אט דאס גייט נישט געשעהן.
נידערן די פרייז מיט געציילטע דאללער, גייען מיר מער פארלירן ווי פארדינען.

עס איז מיר באקאנט אז מען רעדט זיך אפ אויפ׳ן פרייז, יונגעלייט קען עס זיך נישט ערלויבן, מצד השני דארפן מיר זיך ׳אויך׳ קענען ערלויבן צו אינוועסטירן אזויפיל צייט פאר וויפיל עס קומט אריין.

יעצט לאמיר אייך געבן אביסעלע צופארשטיין ׳פארוואס׳ מיר האבן באשלאסן צו גיין מיט דעם פרייז.

א נארמאלע מאגאזין וואס פארמאגט קאנטעמפארערי ארטיקלען, אינטערוויוס, נייעס, אויבערפלעכליכע ארטיקלען, ליגט נישט אין קיין ארטיקל אומגעהויערע שעות פון פארשען, נאכגיין מקורות פון אלטע ספרים און ביכער, שווערע געלטער פון זיך איינהאנדלן טייערע און זעלטענע ביכער, באקומען די נויטיגע ערלויבענישן צו נוצן געוויסע בילדער, וואס קנקן פארמאגט.
ווידער אין קנקן, ריכטיג אז נישט יעדערע ארטיקל פארמאגט די האראוואניע, אבער עטליכע, בעיקר די היסטאריע ארטיקלען זענען שטארק נאכגעפארשט וויי ווייט עס איז מעגליך אז עס זאל זיין קראנט און פארלעסליך.

יא, מאנכע וועלן זאגן אז עס איז איבערהויפט נישט ווערט דאס געלט, זיי גיי איך ניטאמאל ענטפערן, נישט ווייל איך וויל זיי איגנארירן, נאר פשוט כ׳ווייס נישט וויאזוי צו האלטן דעם ריכטידע דיאלאג מיט זיי, ס׳איז מיין שוואכקייט, ואתכם הלסיחה.
אבער די וואס פארשטייען יא וואס איין אזא קנקן פארמאגט פארשטייט אז 18 דאללער איז נישט איבערגעטריבן פאר וואס עס דערליווערט.
די פראגע איז נאר צו דער עולם איז גרייט צו צאלן אזא פרייז דערפאר צו נישט.
אויף דעם איז געבליבן צו ווארטן.
קן א׳, דערציילט ביז דערווייל אז יא.
עמיר מוזן צו ווארטן און הערן וואס קן ב׳ און קן ג׳ וועלן דערציילן.
דערנאך וועלן מיר באשליסן ווי אזוי ווייטער אנצוגיין מיט דעם פראיעקט.

אזויפיל וועל איך אייך יא זאגן צו אביסעלע בארואיגן אייערע געמיטער, קן ב׳, וועט זיין היבש מער זייטן, אָן קיין פארווארט, ווייניגער פון די יחוס טייל, און... (נישט אלעס קען מען דערציילן), דאס הייסט אז איר וועט באקומען פיל מער פאר דעם זעלבן פרייז.
לגבי דער שפראך, בע״ה וועלן מיר אויפנעמען א גוטן עדיטאר, אבער ביז ווילאנג מיר טרעפן נישט דעם פאסיגן קאנדידאט פארט עס ווייטער כמות שהוא.

בכ״ר
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קנקן א' האט דעווייל גארנישט דערליווערט.... זערא.... זעליטש......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מומחה יוחס האט געשריבן:קנקן א' האט דעווייל גארנישט דערליווערט.... זערא.... זעליטש......

הממ... נישט שיין. זאג אז די ווילס א העכערע ניווא, און מיט דעם בין איך זיך מצרף.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מומחה יוחס האט געשריבן:קנקן א' האט דעווייל גארנישט דערליווערט.... זערא.... זעליטש......

טאקע נישט, א גרויסע שאד. זיי האבן געמאלדן אז ס'איז נאכנישט דא קיין סובסקריפשען און דעליווערי אפציע. נאר אין די ספרים געשעפטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:קנקן א' האט דעווייל גארנישט דערליווערט.... זערא.... זעליטש......

טאקע נישט, א גרויסע שאד. זיי האבן געמאלדן אז ס'איז נאכנישט דא קיין סובסקריפשען און דעליווערי אפציע. נאר אין די ספרים געשעפטן.

:lol: :lol: :grin: ;l;p- ;l;p-
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”