"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

טייערער מיועדי להיות קוראי הקנקן בע״ה.

איר קוקט עס אן פאלש.
קנקן איז נישט קיין מילעך!
כ׳מיין אז כ׳וועל נישט איבערטרייבן מיט׳ן זאגן אויף ׳קנקן׳, אז עס איז א פלעשל גוטע וויין - קנקן חדש מלא [יין] ישן.
א פלעשל גוטע אלטע וויין פאר 17 דאללער, איז נאיבערהויפט ישט קיין טייערע פרייז.
כ׳וואלט עס נאך אלס פראבירט צו מאכן ביליגער ווען מעגליך...

בכ״ר יונ״ה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

קנקן האט געשריבן:טייערער מיועדי להיות קוראי הקנקן בע״ה.

איר קוקט עס אן פאלש.
קנקן איז נישט קיין מילעך!
כ׳מיין אז כ׳וועל נישט איבערטרייבן מיט׳ן זאגן אויף ׳קנקן׳, אז עס איז א פלעשל גוטע וויין - קנקן חדש מלא [יין] ישן.
א פלעשל גוטע אלטע וויין פאר 17 דאללער, איז נאיבערהויפט ישט קיין טייערע פרייז.
כ׳וואלט עס נאך אלס פראבירט צו מאכן ביליגער ווען מעגליך...

בכ״ר יונ״ה


געכאפט דעם טוטער, רוף עס וויין רוף עס וואס דו ווילסט. אפילו גאזאלין פאר די קאר ווען די פרייזן גייען שטארק ארויף פארט מען ווייניגער צא ובדוק
פארשטיי גיט, די סארט אויסגאבע ווי פיין און גיט וועט א גרויסע עולם זיך אפהאלטן פון קויפן פאר די פרייז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איך מיין אז די טעמא פון די פרייז איז שוין אויסגעדראשען, דער עולם האלט אז די פרייז איז צו הויעך, דער בעל הקנקן זאגט זהו זה אין מה לעשות. וכו'.

מען וועט לאזען די צייט טוען דאס זייניגע.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יאך בין מודה אז ס'האט קיין פשט צוצושטעלען קנקן צו א באטעל וויין אדער א גלעזעל מילעך אדער א סידי.
נעמלעך, יעדע זאך האט זיך זיין פרייז.
פאר א גלעזעל מילעך וועל איך צאלען אפילו הונדערט דאלאר, אויב פארמאג איך נישט עפעס אנדערש.
פאר א אויסגאבע האב איך א לימיט וויפיל איך גיי צאלען, יאך גיי נישט ספענדען קיין הונדערט דאלאר פאר קנקן אפילו אויב ס'איז די איינציגסטע דזשורנאל אויפען כדור הארץ.
אזוי אויך ווייטער מיט די אנדערע זאכען. א מוזיק סידי גלייכען מענטשען צו הערען אין די קאר כסדר, צאלט מען מער פאר דעם. און סקאסט מסתמא סאך מער געלט צו מאכען ווי צאמצושטעלען א דזשורנאל. למשל, איין גוטע ניגון קען קאסטן א גוטע 2-3 טויזענט דאלאר פאר די קאמפאזער אליינס. כרעד שוין נישט פון די שעות און סטאדיא און די אלע זינגערס וואס קאסטען הון תועפות.
למעשה ווארטען מיר צו כאפען א בליק אויפען נייעם קאנקאן און זעהן צי ס'איז ראוי לעלות על שלחני...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מענטשן קויפן טייערע וויין יעדע שבת, פון $15 ביז זיבעציג און העכער, און יעדער פארשטייט עס, אה.. מסתמא 'פארשטייט' ער צו וויין, עס איז שוין באלד א מאוומענט צו קויפן טייערע וויין צו ארויסווייזן מיין פארשטאנד אין וויין. אפשר וויל דער 'בעל הקנקן' אויך מאכן אזא דערהער, אויב פארשטייסטו צו 'אלטעס' דאן קויפסטו פאר די ריכטיגע פרייז, אויב נישט, דאן ביסטו פון די צוריקגעשטאנענע.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

נישטא קיין מהלך צו פארקויפן זכותים פאר די אויסגאבע, לעילוי נשמות, הנצחות וכדומה, אזויווי יעדע רעגולער תורה'דיגע ווערק? האו עבאוט א מהדורת בערקאוויטש?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בערקאוויטש געט נאר פאר לשוה''ק, נישט פאר אידיש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין אז די טעמא פון די פרייז איז שוין אויסגעדראשען, דער עולם האלט אז די פרייז איז צו הויעך, דער בעל הקנקן זאגט זהו זה אין מה לעשות. וכו'.

מען וועט לאזען די צייט טוען דאס זייניגע.

גא"ם
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

משה כהן האט געשריבן:פון שענקען קנקנים פאר די בריוו-אריינשיקער און געדאנקען-ברענגער, וועט אבער בכלל נישט געלעזט ווערן די אויבנדערמאנטן פראבלעם וואס כבוד הרב קנקן דערמאנט, אז אויך די אידן וועלכע מוטשענען זיך צו ברענגען ברויט אין שטוב זאלן קענען שאפן דעם קנקן.
דער געדאנק פון טיילן קנקנים פאר די אויבנדערמאנטע איז גאר גוט, אבער וויפיל אידן ווילן דאס קויפן און זענען נישט קיין בריוו שרייבער? בפרט ווען איר שרייבט אז איר וועט בלויז פובליצירן די בריוון וואס אנטהאלטן תוכן און אפענע נעמען... באלד וועט מען נאך געוואויר ווערן פון די בריוון און קנקן ווער עס זענען די עניי העיר... דזשאסט קידינג... אבער דער פראבלעם און צער וואס הרב יונ"ה האט ווערט לכאורה נישט אויסגעהיילט דורך די אויבנדערמאנטע אפציעס.

דאס טיילן פעסלעך פאר די בריוון שיקער איז ס"ה א גוטע מארקעטינג מיטל, וואס זאל הייבן אינטרעסע פונעם ציבור, צוגלייך וועט דאס אויך ארויסברענגן דעם דעת הקהל, וואס דער עיקר ציל דערפון אז א מענטש זאל באקומען א פארבינדונג צו דעם, און קויפן די דריטע (די צווייטע באקומט ער דאך בחינם...), און אויך די פערטע... דאס וועט רעדן אפילו צו די סארט מענטשן וואס טראכן א מינוט איידער זיי נעמען ארויס א דאלער פון טאש... אבער פאר זאכן וואס מ'איז אינטרעסירט טרעפט מען שטענדיג געלט...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

מונאוויטש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין אז די טעמא פון די פרייז איז שוין אויסגעדראשען, דער עולם האלט אז די פרייז איז צו הויעך, דער בעל הקנקן זאגט זהו זה אין מה לעשות. וכו'.

מען וועט לאזען די צייט טוען דאס זייניגע.

גא"ם


גם אני מצטרף
יונ״ה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט געזעהן אין די נייע קינדליין א עדס לטובת קנקן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פריילעך אידל האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:שלום לך הרב יונ"ה

געקויפט און הנאה געהאט, אבער אויף א סקעיל פון 1 ביז 10 האב איך הנאה געהאט 7.
א 10 וואלט מיר ווערד געווען $18, אבער דערווייל פיל איך אז עס איז נישט ווערד די פרייז.
וועל איך קויפן קן ב'? קען זיין.

איך האב געוואוסט אז איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן...
--
געקויפט קן ב', פארשטייט זיך נאכנישט עספיעט צו ליינען דאס גאנצע, אבער פון ליינען צוויי ארטיקלען, און אביסל געבלעטערט דא דארט, קומט דער צווייטער קן אריין פיל פיל שטערקער ווי דער ערשטער!!! די סטאקס גייען ארויף!

כה לחי!

איי עגריי!!! כ'האב געטראכט עס נישט צו עס קויפן וועגן עס איז נאר פאר "חובבי היסטאריע" אבער די שוואכקייט האט זיך מתגבר געווען אין איך האב עס "יא" געקויפט (קן ב') אין כ'מוז זאגן אז כ'האב מוראדיג הנאה געהאט פון די ארטיקלען, די פליעהנדע בריק אין פון די בריוו, כ'האב הנאה וויאזוי ער נעמט אן אומשילדוגן בריוו אין ער מאכט א גאנצע אויפדעקונג, אין ס'האט מיר בכלל געגעבן א נייע בליק וויאזוי אפצולערנען א תשובה ספר אין בכלל צוזאמשטעלן זאכן וואו למשל תרמודיאם וואס איז אין מס' שבת צוויי בלעטער אפגערוקט, כ'וואלט עס קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט, יישר כח ר' יוסף נחמי' הכהן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט הרב יונ''ה איז דער קנקן נאר געאייגנט פאר מבינים, חובבי היסטאריע, די סמעטענע פון כלל ישראל, נישט קיין פשוטע פאלק'ס אידן וואס וואס פאלגן נאך טראמפ'ס טוויטס... ממילא זענען די ציפערן פןן טויזנטער סובסקרייבער ווייט איבערגעטריבן.

גראדע דא בין איך איך מודה צו אים, איך וואלט געווען שאקירט אויב ער האט פארקויפט 650 קנקנים גלאבאל, אבער ולאו וטעמיה. נישט ווייל כלל ישראל פארשטייט נישט צו פארש/היסטאריע/וכדו'.

איך האב געפרעגט א מוכר ספרים אין וויליאמסבורג וויפיל שטיק עס זענען געגאנגען האט ער מיר געענטפערט אז ס'איז געגאנגען איבער הונדערט! שטיק.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Wow, איך הייב הענט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נארוואס דורך געבלעטערט קן ב' איך גלייך נישט אפצושאצן די תוכן אנטקעגן די פרייז טעג, שוין נמאס פון די טעמע, אזויפיל וועל איך יא זאגן אז דער קן קוקט אויס זייער רייך, עס האט מיר זייער זייער געכאפט, סיי די אויסשטעל און סיי די נושאים קוקן אויס פיל בעסער ווי קן א'
זקן מלא רחמים.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

אויב מעג מען שוין יא זאגן סברות מיט מיינונגען, הגהות און עצות, אדבר נכבדות גם אני, און יאך וועל זאגן עפעס וואס ליגט מיר שוין לאנג אויפן צינג זייענדיג אן ערליכער ליינער, פון די גאר רייכע קוואדראט ארטיקלען אין קובץ שערי ציון מידי חודשיים, ודבר בעטו מה טוב און מיטן ארויסקום פון קנקן פון הרב החוקר ר' יונ"ה איז ממש מצאה בו מנוח (אויב עס גייט אראפ די פרייז וועט זיין מנוח בכפליים).

די מנהג החוקרים איז, אז די מהלך המחשבה און מיינונג פונעם חוקר ווערט אוועקגעשטעלט ווי א פאקט להלכה ולמעשה. הגם די סברות זענען צומאל זייער שיינע, איז עס אבער טיילמאל ביז למעשה א מהלך רב. בשעת ווען א חוקר דרוקט א ספר מיט זיינע חידושים, איז עס גאר בא'טעמ'ט און געשמאק צו זען פילפארביגע חידושים און נייע מיינונגען אויף געוויסע נושאים, אבער ווען מען שרייבט פאקטן איז מן הראוי צו אפטיילן די מיינונג פון די אנגענומענע מציאות, אדער צוברענגען אז עס איז עכ"פ דא נאך א מיינונג.

בפרט ווען מען געט ארויס אן אויסגאבע פארן ציבור פאדערט א זהירות יתירה אפצוטיילן די מיינונגען פון די פאקטן מיט קלארע און ליכטיגע קאלירן, צו איז עס א סברה פונעם מו"ל אדער א קלארע ד"ח אין די תשובות. אייער מיינונג איז זייער חשוב, אבער דארף באצייכנט ווערן ווי א מיינונג, למען דעת כל וואס זענען די מקורות, מעשה וכדומה, און וואס זענען אייגענע השערות באזירט אויף געוויסע ידיעות און פאקטן, אזוי אויך וואס איז א מיינונג, שיטה, אדער מסקנה פונעם ארויסגעבער. און אז עס איז דא א חולק מעג מען דערמאנען אז אנדערע זאגן, טייל האלטן אנדערש, ואידך זיל גמור. כן נראה לעניית דעתי.

איך ברענג א משל (ביטע נישט כאפן אויפן ווארט, ייש"כ) פון איינס פון די ערשטע עמודים אין די הערליכע קנקן – קן א', איבער דעם נאמען פון די רב אין מעץ (סאַרי = מֶיץ)
"אין מיץ איז דעמאלטס געווען דער רב הגאון מוהר"ר משה נראל זצ"ל. געבוירן איז ר' משה גאר אין צפת ארץ ישראל, אומגעפער שנת שנ"ח לפ"ק צו זיין פאטער ר' אליזער ועלשום כהן, זיין פולע נאמען איז געווען ר' משה ירמי', הגם ס'איז שטארק מסתבר אז זיין 'ירמי' האט מען עם שפעטער צוגעלייגט מחמת חולי, ווייל אין יענע צייטן איז נישט געוען אזוי איינגעפירט צו געבן צוויי נעמען ביים ברית." עכ"ל.

- פארוואס קען נישט זיין אז ער איז געווען די אחד מיני אלף
-בנחלת שבעה שהביא הטיב גיטין שם כתב במקצת מקומות נהגו לתת שתי שמות וכו'

מיין מיינונג [בדרך אפשר] ברויך קומען אין א "פוט נאויט" בזה"ל:
אמר יונ"ה, אולי י"ל ששמו הב' ניתן בעת חליו דלא מצינו באותו זמן הרבה אנשים נקראים בשני שמות, וכן העליתי לכ"ה.... והודה לי דסברה נכונה הוא.
עס איז נאר איין משל, אבער כהנה רבות אין יעדע שערי ציון ארטיקל, וואס מאכן פאר מיינונגען א פאקט, און שפעטער קען מען שוין נישט חולק זיין, ווייל סאיז א בפירוש'ער קנקן (ס'איז א קמפלעמענ"ט).
איך בין נישט דא איצט צו חולק זיין אויף געוויסע סברות, נאר בכללות איבער די ענין פון שרייבן א סברה אלץ א פאקט.

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז יעדער האט ליב זיינע חידושים, א מורה הוראה וועט כסדר ניצן זיינס א חידוש להלכה, א בעל דרשן וועט כסדר איבערדערציילן זיינס א ערשטהאנטיגע מעשה און א מגי"ש וועט מערערע מאל איבערקוועטשן זיין לומדות. עס איז נישט שלעכט אבער לאו דוקא תורה מסיני.

יישר כח פאר די הערליכע ארבעט, וחיליך לאוריתא.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

יעצט געקויפט, אנגעהויבן ליינען, דערווייל קוקט אויס אז ס'איז ווערט יעדע פרוטה

וועל איך בעז"ה נאכן ליינען זאגן נאך הערות (אויב כ'וועל האבן)


אבער קודם ייש"כ הרב יונ"ה פאר די פרישע ווארע
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:איך ברענג א משל (ביטע נישט כאפן אויפן ווארט, ייש"כ) פון איינס פון די ערשטע עמודים אין די הערליכע קנקן – קן א', איבער דעם נאמען פון די רב אין מעץ (סאַרי = מֶיץ)
"אין מיץ איז דעמאלטס געווען דער רב הגאון מוהר"ר משה נראל זצ"ל. געבוירן איז ר' משה גאר אין צפת ארץ ישראל, אומגעפער שנת שנ"ח לפ"ק צו זיין פאטער ר' אליזער ועלשום כהן, זיין פולע נאמען איז געווען ר' משה ירמי', הגם ס'איז שטארק מסתבר אז זיין 'ירמי' האט מען עם שפעטער צוגעלייגט מחמת חולי, ווייל אין יענע צייטן איז נישט געוען אזוי איינגעפירט צו געבן צוויי נעמען ביים ברית." עכ"ל.

- פארוואס קען נישט זיין אז ער איז געווען די אחד מיני אלף
-בנחלת שבעה שהביא הטיב גיטין שם כתב במקצת מקומות נהגו לתת שתי שמות וכו'


״הגם ס'איז שטארק מסתבר״, דעקט דיין פונקט.
ווילסט עס ״נאך״ שוואכער? כ׳הער. לע״ע זעהט מיר נישט אז עס פעלט אויס.
בכ״ר יונ״ה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אפשר א געדאנק..
איר קענט דאך נעמען ספאנסערס, א שטייגער ווי מהדורת בערקאוויטש, דער תוכן פאסט ווי א ספר, נאר געשריבן אין אידיש. אזוי וועט די פרייז זיין א דבר השוה לכל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

מאתים האט געשריבן:אפשר א געדאנק..
איר קענט דאך נעמען ספאנסערס, א שטייגער ווי מהדורת בערקאוויטש, דער תוכן פאסט ווי א ספר, נאר געשריבן אין אידיש. אזוי וועט די פרייז זיין א דבר השוה לכל.


זעה דא:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:נישטא קיין מהלך צו פארקויפן זכותים פאר די אויסגאבע, לעילוי נשמות, הנצחות וכדומה, אזויווי יעדע רעגולער תורה'דיגע ווערק? האו עבאוט א מהדורת בערקאוויטש?

און דא:
אוהב ספרים האט געשריבן:איך מיין אז די טעמא פון די פרייז איז שוין אויסגעדראשען, דער עולם האלט אז די פרייז איז צו הויעך, דער בעל הקנקן זאגט זהו זה אין מה לעשות. וכו'.

מען וועט לאזען די צייט טוען דאס זייניגע.


מיט פארשטענדעניש
יונ״ה

נ.ב. איר קענט זיך פארבינדען מיט׳ן מערכת פריוואט, ס׳איז נישט קיין אפגעפרעגט געדאנק.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

קנקן האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:איך ברענג א משל (ביטע נישט כאפן אויפן ווארט, ייש"כ) פון איינס פון די ערשטע עמודים אין די הערליכע קנקן – קן א', איבער דעם נאמען פון די רב אין מעץ (סאַרי = מֶיץ)
"אין מיץ איז דעמאלטס געווען דער רב הגאון מוהר"ר משה נראל זצ"ל. געבוירן איז ר' משה גאר אין צפת ארץ ישראל, אומגעפער שנת שנ"ח לפ"ק צו זיין פאטער ר' אליזער ועלשום כהן, זיין פולע נאמען איז געווען ר' משה ירמי', הגם ס'איז שטארק מסתבר אז זיין 'ירמי' האט מען עם שפעטער צוגעלייגט מחמת חולי, ווייל אין יענע צייטן איז נישט געוען אזוי איינגעפירט צו געבן צוויי נעמען ביים ברית." עכ"ל.

- פארוואס קען נישט זיין אז ער איז געווען די אחד מיני אלף
-בנחלת שבעה שהביא הטיב גיטין שם כתב במקצת מקומות נהגו לתת שתי שמות וכו'


״הגם ס'איז שטארק מסתבר״, דעקט דיין פונקט.
ווילסט עס ״נאך״ שוואכער? כ׳הער. לע״ע זעהט מיר נישט אז עס פעלט אויס.
בכ״ר יונ״ה


מיין צופרידנהייט ראטע פון קנקן איז גאר הויך, און איך וואלט זייער נישט געוואלט אריינגיין אין א טענהריי אויף די עצם משל וכמו שכתבתי. איך בין נישט געקומען קריגן אויף א סברה וכדומה, נאר וועלנדיג נוצן א משל, איז מיר געקומען אין די מחשבה א דוגמא אויף דאס ערשטע בלעטל פון קן א'. וה"ה אז איך קען ברענגען מערערע משלים פון שערי ציון וכדומה, ובאתי רק להעיר על נקודה דקה מן הדקה, כידוע ליודעים.

צום ענין, איבער די נושא איז דא צוויי נקודות, איינס וואס איז די פאקט און וואס איז אן הוספה. ריכטיג אז עס איז געברענגט געווארן דא אלץ סברה [דוקא אין שערי ציון ווערט מערערע מאל געברענגט ממש פאקטן], אבער מיין מיין נקודה דא איז געווען נישט דאס שרייבן שוואכער, נאר אז מען שרייבט אז ס'איז שטארק מסתבר, דארף זיין קלאר וועם עס איז שטארק מסתבר.
והשנית קומט עס בכלל נישט אריין אין די נושא און איז א בחינה פון מלתה אגב אורחה קמשמע לן, ובכן קומט עס לויט מיין מיינונג מערסטנס אין א פוטנויט.

חוקרים קוקן זיך אן אלס פוסק אחרון והלכה כמותם, אבער ווען מען דרוקט זאכן לדורות איז דא אן ענין צו מער אבאכט געבן, ווייל אויב נישט וועט אין דער עתיד קומען א צווייטער חכם און מחליט זיין אז קנקן איז קיין פאררלעסליכן מקור, און אלץ איז סברות כרסיות, אזוי ווי אסאך חוקרים זענען מחליט אויף'ן עבר.

אויב עס האט נאר מיר געשטערט, דאן האלטס אייך שטארק, יחיד ורבים הלכה כרבים.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

1. מיר האבן געליינט און פארשטאנען אייערע וויכטיגע הערה.
2. אויב וועלן מיר הערן פון נאך אז דער וועג ווי אזוי עס איז געשריבן איז נישט ריכטיג, וועלן מיר עס נעמען ערנסט אין באטראכט.
אויף ענגליש זאגט מען noted.

בכ״ר יונ״ה

נ.ב. ס׳האט א לענגערע און טיפערע הסבר אויך, אבער אכהמ״ל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:לויפט, קויפט, און האטס הנאה!

שוין דא אין די געשעפטן?

יאפ!

נישט געזהן אין ק"י,
אוי ווען וועט דאס זיין.... אוי ווען וועט דאס זיין.....


איך ווייס נישט אויב עס איז נאך נוגע, אבער איך האב היינט באמערקט אז מען קען עס דא קויפן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

חוקר האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:לויפט, קויפט, און האטס הנאה!

שוין דא אין די געשעפטן?

יאפ!

נישט געזהן אין ק"י,
אוי ווען וועט דאס זיין.... אוי ווען וועט דאס זיין.....


איך ווייס נישט אויב עס איז נאך נוגע, אבער איך האב היינט באמערקט אז מען קען עס דא קויפן

אין די יעצטיגע פראסט איז עס זיכער נוגע...
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א אלטע אשכול איבער אלטע מאמרים פונם בעל ה'קנקן'
דער בארימטער גרויסער שרייבער און חוקר ר' יוסף נחמי' הכהן קוואדראט שליט"א, פון לאנדאן.


פרקי היסטאריע - מאמרי רינ"ה קוואדראט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=18392
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”